אוהב שלום האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:אוהב שלום האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:ואס האט מען צו פרעגן איי וועלט שרייבערס
זייער פאקטישע מנהג
עס איז דא זאכן וואס מען קען קוקן וואס רוב וועלט פירט זיך למשל זאגן פיוטום ביי יוצר ווייל יעדער טוט ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביי זיי אין בהמ"ד.
אבער אסאך וואס רוב עולם טוט/נישט מחמת חסרון ידיעה קומט נישט אריין צו פרעגן דעם עולם.
1.יעדער ווייסט.
2. מיט דעם מאכסטו אוועק כמעט די גאנצע מושג פון מנהג.
3.ס' נישטא אזא מושג אז אז גאנץ סוגיה ווערט אויסגעמעקט פשוט מחסרון ידיעה. כ"ש ווען די "רמ"א" און דער "פרי מגדים" ברענגען שוין אזוי אז די וועלט איז מיקל. און זיי זאגן נישט אז עס איז סתם א חסרון ידיעה, נאר אדרבה, דער רמ"א איז עס מסביר!
און דאס וואס דו שרייבסט:
עס איז דא זאכן וואס מען קען קוקן וואס רוב וועלט פירט זיך למשל זאגן פיוטום ביי יוצר ווייל יעדער טוט ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביי זיי אין בהמ"ד.
נוראות נפלאתי! נוסח איז איין זאך, אבער נאכדעם איז דא "מנהגים-אין-הלכה", כמבואר בפסחים (נ.) והלאה.
1] יעדער ווייסט פארשיי איך נישט וואס דו מיינסט
2] אוועק מאכן די מושג מנהג? ח"ו עס איז דא א מנהג צו שלאגן כפרות, גיין תשליך, איינטינקען די עפל אין האניג וכדו'.
גיין מיט ECCO שיך איז נישט קיין מנהג אפילו רוב עולם טוט עס. און אויך נישט קידוש מאכן פאר די הקפות, גיין שווארץ מיט לאנגע בגדים איז יא א מנהג.
דברים המותרין ואחרים נהגו בהן איסור אי אתה רשאי להתירן בפניהן אמר רב חסדא בכותאי עסקינן [פירש רש"י ככותאי דמי. דכיון דלא גמירי ולאו מקום תורה הוא סרכי מילתא]
אז מען לערנט דורך יענע סיוגיא, קומט אויס אז א מנהג טעות דארף מען זאגן אז עס איז א טעות, חוץ א מקום שאין שכיחי רבנים און מען צומישט זיי, און עס וועט ארויס קומען אז מען וועט מקיל זיין וואו מען דארף נישט.
3] נוסח התפילה איז שוין איינמאל א מנהג.
נחזיר לעניננו לגבי ברכות, איך האב קיינמאל נישט עכט דורך געטוען יענע סיוגיא און כל שכן מי אני צו זאגן א מיינינג,
איך האב ס"ה געשריבען אז מען קען נישט מאכן אן אנקעטע לגבי דעם פונעם עולם ווייל רוב עולם ווייסט נישט זייער מנהג [ווי אזוי זייער טאטע האט געטוען].
עס איז פונקט וואו מאכן אן אנקעטע צו מען איז געווען ביי שנעלע הקפות, און זאגן אלא מאי האט שענעלע הקפות א פשט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]