עס איז נישטא קיין חילוק צי מען דערציילט לשון הרע פון דעם אייגענעם ווילן, צי מען ווערט געצוואונגען דערצו. אויב א מענטש וועט דיר צווינגען צו עסן אומ'כשר'ע עסנווארג, וועסטו עס דען מעגן עסן? געוויס נישט! דאס זעלבע איז אויך ביי לשון הרע.
צום ביישפיל: חנינא איז זייער נייגעריג צו וויסן ווער עס האט געטון א געוויסע אומרעכט, און דערפאר מאנט ער פון זיין חבר ער זאל עס אים דערציילן. חנינא פאנגט אן: "זע, מיר זענען דאך גוטע פריינט, איך בעט דיר, דערצייל מיר, איך וועל פאר קיינעם נישט אויסזאגן". ער זאגט ווייטער, "גיב מיר נאר א רמז. אויב דו וועסט מיר נישט זאגן וועסטו נאך חרטה האבן. איך וועל דיר נישט פארלאזן, דו מוזט מיר דערציילן".
חנינא פראבירט אויף אלע וועגן ארויס צו באקומען דעם נאמען. דער חבר טאר עס אויף קיין שום פאל נישט דערציילן.
חלק ההתעוררות:
ביי א מצורע שטייט "וטמא טמא יקרא", זאגן חז"ל אז דאס איז כדי שיודיע צערו לרבים ויבקשו עליו רחמים. איז שווער מיר ווייסן דאך יפה תפלת החולה, פארוואס זאל ער נישט ענדערש אליין מתפלל זיין אויף זיך?
אבער אז מ'זעט וואס עס שטייט אין זוה"ק אז טאמער איינער רעדט לשון הרע ווערן זיינע תפלות נישט אנגענומען ביז ער טוט תשובה און מעקט אויס די עבירה, קומט אויס אז ער אליין קען נישט מתפלל זיין, ווייל זיינע תפלות ווערן דאך נישט אנגענומען, דארף ער צוקומען אז רבים יבקשו עליו רחמים.
אויך שטייט אין מדרש אז דורך רעדן לשון הרע פארלירט מען דאס ביסל תורה וואס מ'האט געלערנט. דער פשט אין מדרש קען זיין אז דאס איז ווי דער חובת הלבבות שרייבט אז ווען מ'רעדט לשה"ר טוישט מען זיך אויף די מצוות און עבירות מיטן בארעדטן, קומט אויס ער פארלירט אלע זיינע תורה וואס ער האט געלערנט.
מיר ווייסן אז ווען א מענטש טוט אן עבירה מיט איין אבר, איז ער פוגם אין יענע אבר, אבער ווען א מענטש רעדט לשון הרע דארף מען זיך אפשיידן פון די גאנצע מענטש, אזוי שטייט אין זוה"ק אז די עבירה פון לשון הרע איז פוגם אין די גאנצע נפש פון דעם מענטש רח"ל
און טאמער מ'היט זיך אפ איז דער גאנצע נפש ריין.