פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

שוין לאנג נישט געליינט אזא אינפארמאטיווע ארטיקל.

שכח הרב פה אחד.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

אפשר זאל מען צוטיילן די אשכול אין צוויי?

איינס פאר שו"ת און איינס פאר די לענגערע אינפארמאטיווע ארטיקלען פונעם פותח האשכול.
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

טיכטיגער האט געשריבן:אפשר זאל מען צוטיילן די אשכול אין צוויי?

איינס פאר שו"ת און איינס פאר די לענגערע אינפארמאטיווע ארטיקלען פונעם פותח האשכול.

עס פארלירט די געשמאק און עס וועפט אויס די חיזוק.
פון צייט צו צייט איז כדאי צו מאכן א pdf פון אלע לענגערע ארטיקלן.

אזוי אויך קען מען שפעטער בעטן אן אחראי צו אריבער קאפיען די לענגערע ארטיקלן צו א באזונדערע אשכול פאר א דבר השלום.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

קו הישר האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:אפשר זאל מען צוטיילן די אשכול אין צוויי?

איינס פאר שו"ת און איינס פאר די לענגערע אינפארמאטיווע ארטיקלען פונעם פותח האשכול.

עס פארלירט די געשמאק און עס וועפט אויס די חיזוק.
פון צייט צו צייט איז כדאי צו מאכן א pdf פון אלע לענגערע ארטיקלן.

אזוי אויך קען מען שפעטער בעטן אן אחראי צו אריבער קאפיען די לענגערע ארטיקלן צו א באזונדערע אשכול פאר א דבר השלום.

https://drive.google.com/file/d/1kareFI ... sp=sharing
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

האמת אגיד, די פלאן איז נישט געווען צו שרייבן ארטיקלען, (ווען יא, וואלט עס לכאורה געבליבן ביים פלאנען.) איך האב פשוט ארויסגעלייגט מיינע ידיעות אין די נושא, וואס איז אביסל אימבאקאנט ביים היימישן עולם.

נאך עפעס איז וויכטיג צו באטוינען, איך האב נישט קיין לייסענס, און מיינע ידיעות נעם איך פון ביכער אינטעריוויוס און אייגענע עקספיריענס, וכדומה. דערפאר איז זייער מעגליך אז עס זאל אריינפאלן אין מיינע תגובות טעותים. נאך אלע מעשיות נעם איך נישט קייין געלט און איך פארקויף נישט קיין סערוויס, נאר מען ליפטערט אביסל ידיעות, און אויב טוט מען עפעס למעשה איז עס פארשטייט זיך אויפן אייגענעם אחריות.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

בעל מדרגה האט געשריבן:שוין לאנג נישט געליינט אזא אינפארמאטיווע ארטיקל.

שכח הרב פה אחד.


יישר, די חיזוק קומט ב''ה פיין צוניץ.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

שר התורה האט געשריבן:ייש'כ באמת! פה, ביזט א מפיק מרגליות! אינפארמאטיוו!


יישר כח פאר די חיזוק.
אסאך הצלחה.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

lazy האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:כבוד הרב פה איד.
וויסן זאלסטו אז איך באלעק מיר מיט יעדע ווארט וואס די שרייבסט דא.
עס איז זייער קלאר, קראנט און ניצבאר.
כה לחי, און מיר ווארטן פאר נאך .


יישר כח אייך פאר די גוטע ווערטער.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

מי שברך האט געשריבן:שכח! שרייבטס זייער גוט, וואס זאגסטע וועגן דעי טרעדינג, פעני סטאקס?!


וויאזוי איך קוק עס אן אין קורצן:

דעי טרעידינג איז א געהעריגע סקיל און פון א געוויסע זון א דשאב, וואס עס קאסט טרעינינג און אסאך שעות שווערע ארבעט, - און די סוקסעס ווענדט זיך בס''ד לויט ווי גוט מען קען די פאך, - אן דעם איז עס כמעט א דיכערע פארלוסט, (דאס איז שוין נישט מיין מיינונג לויט די סטאטיסטיקס פארלירן כמעט 90% מענטשן וואס דעעי טרעידן).
פעני סטאקס איז אויך א גאנצע אינדעסטרי, און עס איז לכאורה בעסער פאר רוב עולם צו שטיין ווייט דערפון.

בל''נ אז די באשעפער העט שענקן געזינט כח געדילד און לעבן (און צייט) גייט נאך קומען א לענגערע הסבר.

הצלחה בכל הענינים.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

טיכטיגער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:אפשר זאל מען צוטיילן די אשכול אין צוויי?

איינס פאר שו"ת און איינס פאר די לענגערע אינפארמאטיווע ארטיקלען פונעם פותח האשכול.

עס פארלירט די געשמאק און עס וועפט אויס די חיזוק.
פון צייט צו צייט איז כדאי צו מאכן א pdf פון אלע לענגערע ארטיקלן.

אזוי אויך קען מען שפעטער בעטן אן אחראי צו אריבער קאפיען די לענגערע ארטיקלן צו א באזונדערע אשכול פאר א דבר השלום.

https://drive.google.com/file/d/1kareFI ... sp=sharing


יישר כח טיכטיגער פאר די לינק.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

'
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יישר כח פאר די באלערנדע מאמרים.
אויב איר, אדער סיי ווער קען זיך אביסל אויס אויף 'טשארלס שוואב'ס וועבזייטל. ביטע פארשטענדיג זיך מיט מיר אין אישי. איך וויל עפעס אויפסעטן, און איך ווייס נישט וויאזוי.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

יידישע קהילות האט געשריבן:יישר כח פאר די באלערנדע מאמרים.
אויב איר, אדער סיי ווער קען זיך אביסל אויס אויף 'טשארלס שוואב'ס וועבזייטל. ביטע פארשטענדיג זיך מיט מיר אין אישי. איך וויל עפעס אויפסעטן, און איך ווייס נישט וויאזוי.

אין אפשר געט איר א שטיקל איבערבליק וואס איז דאס די טשארלס שוואב, בכלל. קיינמאל געהערט דערוועגן.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שר התורה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:יישר כח פאר די באלערנדע מאמרים.
אויב איר, אדער סיי ווער קען זיך אביסל אויס אויף 'טשארלס שוואב'ס וועבזייטל. ביטע פארשטענדיג זיך מיט מיר אין אישי. איך וויל עפעס אויפסעטן, און איך ווייס נישט וויאזוי.

אין אפשר געט איר א שטיקל איבערבליק וואס איז דאס די טשארלס שוואב, בכלל. קיינמאל געהערט דערוועגן.

טשארלס שוואב איז א בראקערידש פירמע (צווישן נאך אסאך, אבער פון דעם רעדט מען יעצט), אזוי ווי ראבינהוד.

--

@פה אחד, דו שרייבסט זייער גוט און קלאר! גיי אן!
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

@פה אחד, איר האט אן עט מפיק מרגליות
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

סטאקס קען מען קויפן אין עטליכע סארט עקאוינטס, די געווענטליכע individual brokerage account איז אזוי ווי א פשוטע טשעקינג עקאוינט, מען קען אריינלייגן אין ארויסנעמען געלט אן קיין פראבלעם, און ווען עס איז דא געלט אינעם עקאוינט קען מען בעטן די brokerage firm (די באנק) צו קויפן מיט די געלט סטאקס, (און נאך עטליכע סארט ווערט שטרות (bonds options etc) און אויך צו פארקויפן.

די מעלה פון אזא עקאוינט איז אז עס איז נישטא קיין שום רעסטריקשענס אויף די געלט וואס מען האט אריינגעלייגט\פארדינט. מען קען עס סיי ווען ארויסנעמען. די חסרון פון אזא עקאוינט איז אז אויב האט מען פארדינט עפעס אינעם עקאוינט, סיי דורך פארקויפן סטאקס פאר א העכערע פרייז ווי וויפיל עס האט געקאסט, אדער דורך די דיווידענד וואס די סטאק האט פארדינט, הייסט עס לעגאל פארדינט און עס ברענגט מיט א גאנצע רייע פון ענינים. עס איז דא די טעקס וואס מען דארף צאלן, די רעיט וויפיל טעקס מען צאלט קען זיין העכער ווי פון א געווענטליכע אינקאם (הכל כפי האדם והמצב, שארט אדער לאנג טערם געין וכי'). און אז עס הייסט אן אינקאם קען עס אראפנעמען פון פארשידענע שטאטישע פראגראמען וכי.

די אנדערע סארט עקאוינט איז א רעטייערמענט עקאוינט (IRA), וואס די אמעריקאנע גאווערמענט האט געגעבן רעכט פאר מענטשן צו אינוועסטן פאר די רעטייערמענט, און געגעבן עטליכע בענעפיטן בנוגע אינקאם און טעקסעס. די אלע בענעפיטן איז אהערגעשטעלט מיטן ציל צו שטופן מענטשן אוועקלייגן געלט אויף שפעטער.

עס איז דא צוויי סארט IRA עקאוינטס, די געווענדליכע IRA און די ROTH IRA. עס איז דא אסאך אינפראמעישן וואס איז כדי צו וויסן און פארשטיין פאר מען טוט למעשה, איך גיי דא אויסרעכענען נאר די עיקר פונקטן.

ביי א געווענדליכע IRA, איז די געלט וואס מען לייגט אריין נישט טעקסעבל, דאס הייסט אז מען נעמט געהעריג פארדינטע געלט און מען צאלט נישט קיין שטייער דערויף (די יאר וואס מען האט אריינגעלייגט אין די IRA), וויבאלד מען צייגט פאר די IRS אז מען האט אריינגעלייגט אין אן IRA עקאוינט. און היות מען צאלט נישט קיין טעקס אויף די געלט, הייסט דאס געלט נישט פארדינט בנוגע פארשידענע שטאטישע פראגראמען, ווי מעדיקעיד און די טשיילס טעקס קרעדיט.

און אז מען פארדינט, דורך פארקויפן פאר מער ווי עס האט געקאסט, אדער דורך דיווידענד. הייסט עס נישט פארדינט נישט בנוגע טעקס און נישט בנוגע פראגראמען. (אגב עס קען זיין אז די ס’’ה ווערט וויפיל עס איז דא אין די עקאוינט קען שאטן פאר געוויסע פראגראמען בעסער פרעגן אן עקספערט). ביי א רעטייערמענט עקאוינט הייסט פארדינט נאר ווען מען נעמט ארויס געלט פונעם עקאוינט.

די געלט וואס מען האט אריינגעלייגט, איז אבער געלאקט מען קען נישט ארויסנעמען אפי' די קרן וואס מען האט אריינגעלייגט, פאר די רעטייערמענט (59 און א האלב). נאר אויב מען צאלט די אינקאם טעקס פלאס א 10% קנס, די זעלבע איז אויב נעמט מען ארויס די ריווח פאר די צייט קאסט עס טעקס פלאס 10% קנס.

אויב האלט מען די געלט ביז די 59 און א האלב, איז אזוי, ווען מען נעמט ארויס די קרן אדער אפי' די ריווח (אנדערש ווי איך האב פריער געשריבן בטעות - יישר כח הרב @דרימליינער) דארף מען דאן צאלן טעקס אויף די געלט כאילו מען האט עס פארדינט די יאר, און עס איז דא געוויסע רוללס וויפיל געלט מען מעג און מען מיז ארויסנעמען יערליך.

א ROTH IRA, איז אביסל אנדערש, עס פטר'ט נישט פון טעקס אויף די יאר וואס מען לייגט אריין דאס געלט, און דערפאר העלפט עס נישט אראפצוברענגען די אינקאם וואס איז נוגע פאר שטאטישע פראגראמען. און די קרן וויפיל מען האט אריינגעלייגט קען מען גלייך ארויסנעמען, אן קיין שום קנס אדער טעקס, און אויב נעמט מען ארויס די ריווח פאר די צייט דארף מען יא צאלן טעקס מיט די 10% קנס. אבער די געלט וואס בלייבט ביז די רעטייערמענט איז טעקס פרי, און עס איז נישטא קיין שום רעסטריקשנס וויפיל מען מעג אדער מען דארף ארויסנעמען, מען קען ארויסנעמען גלייך די גאנצע 'בחנם'.

(עס איז דא געוויסע זאכן, וואס מען קען דערפאר ארויסנעמען פון א רעטייעערמענט עקאוינט פאר די צייט, אן צאלן קיין קנס, ווי 10 טויזנט פער עקאוינט פאר די ערשטע הויז וואס מען קויפט, און אויך געלט פאר העלט קעיר עקספענסעס און קאלידש וכדומה, און היות איך בון נישט 100% קלאר מיט די רוללס זאל מען זיך נישט פארלאזן אויף די פאר שירות.)

עס איז דא א לימיט וויפיל א מענטש קען אריינלייגן א יאר אין א ריטייערמענט עקאוינט, יעצט האלט עס ביי $6000 א יאר פער מענטש.

אין א רעטייערמענט עקאוינט קען מען בעצם קויפן (כמעט) אלע סארט אינוועסטמענטס, נאר א דערמאנונג די חברה וואס פארדינען אויפן מארקעט בדרך כלל לייגן זיי דאס געלט אין די S&P 500 אדער עפעס אזוי.

א שוואכע פארדינער וואס וויל טיען די ריכטיגע שריט, און אוועקלייגן קליג ציביסלעך אביסל אויף אמאל פאר יארן ארום, האט נישט קיין שום בענעפיטן פון א געווענדליכע IRA קעגן א ROTH, חיץ אויב ער דארף אראפברענגען זיין אינקאם צוליב שטאטישע פראגראמען.

דאס איז אבער בערך וואס טוט זיך, עס איז קלאר דא זאכן וואס איך האב אויסגעלאזט, און מעגליך האט אויך אריינגעפאלן א טעות צוויי, עס איז נישט שווער אליינס פעסטצושטעלן די נושא, און מעגליך אז עס קען דיר זיין ניצליך. רעד עס דורך מיט דיין לאקאלע עקאוינטענט. און זאל עס זיין מיט די גרעסטע סוקסעס.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום זונטאג דעצעמבער 19, 2021 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

@פה אחד
איך גיי באמת ארויס פון התפעלות פון דיין געשרייבעכטס!
שוין לאנג נישט געהאט אזא הכרת הטוב צו א תגובה שרייבער ווי צי דיר, קורץ, קלאר און מוראדיג אינפארמאטיוו!
זאכן וואס איך בין שוין גרעי יארן, קלארסטו אויס אינטער א מינוט!

קיפ איט אפ!
איטס גרעיטלי עפריסיעיטעד! און העיקר, ס׳נישט קיין ספק אז דעיס איז פון די גרעסטע דרגות פון חסד, פאר א רבים ,מתן בסתר, בהצנע לכת!
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

יישר כח פאר יעדעם עקסטער פאר די גוטע ווערטער. עס העלפט ווייטער אנצוגיין, איר האט אלע א חלק.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

נאכן ארומרעדן וויאזוי מען קען מצליח זיין דורכן אריינלייגן אין די S&P 500, וואס די נושא האט מען ביז יעצט ברייטער ארומגערעדט, (אגב עס איז דא נאך צו רעדן אין די נושא), וויל איך יעצט בס''ד אביסל ארויסזאאמען און כאפן אביסל א ברייטערע בליק אויף די גאנצע מציאות פונעם סטאק מארקעט, און פראבירן צו אריינברענגען די אלע וואס זענען אינטרעסירט אביסל אין די פינאנציעלע מארקעט.

עס קען זיין א הילף פאר די וואס וואס זענען פריש אין אינוועסטן, סיי די וואס גייען מיט די רואיגע סעיף און סוקסעספולע מהלך פון אריינלייגן אינעם S&P 500, און זיכער פאר די וואס ווילן יא זיין מער אקטיוו אין די מארקעט, צו האבן א קלארקייט וואס ווען וואו פארוואס און וויאזוי די מארקעט ארבעט. און עס קען זיין סתם אזוי אינטרעסאנט אביסל צו וויסן וואס גייט פאר אין די וועלט פון די מארקעט.

אבער עס איז וויכטיג צו דערמאנען די כלל וואס איז נוגע אלעס וואס איך שרייב. איך האב נישט קיין לייסענס, און איך פארקויף דא נישט קיין שום סערוויס, עס איז סתם אביסל איפראמאציע וואס איך פראביר מיטציטיילן און אויסצוקלארן, און עס פאלט לכאורה אריין טעותים דא און דארט, וואס מען טוט זאל מען טיען בס''ד מיט אסאך סוקסעס אויף די אייגענע אחריות.

ובשם השם נעשה ונצליח.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

די סטאק מארקעט, כשמו כן הוא, א יריד ווי מען האנדלט מיט סטאקס, עס איז אפען פון מאנטיג ביז פרייטאג פון 9:30 אינדעפרי ביז 4:00 נאכמיטאג, אין די צייט זענען דא מיליאנען מענטשן וואס קויפן און פארקויפן סטאקס, אמאל פלעגט מען האנדלען מיט פיזישע פאפירן היינט גייט עס עלעקטעראניש, אבער וואס פאר א סארט בריה איז דאס סטאקס? סטאקס קען בעצם מיינען א גרויסע צאל פון סיי וועלכע זאך, (איינער געדענקט נאך ווען מען האט זיך אנגע'סטאק'ט מיט טישוס און וואסער?) אין די מארקעט, (און אפי' סתם בדרך כלל) ווען מען רעדט פון סטאקס רעדט מען פון שעירס, און עס איז געווארן אן אנגענימענע וועג אנצירופן שעירס 'סטאקס'.

שעירס מיינט חלקים, דא ביי אינז רעדט מען פון חלקים פון קאמפעניס. א קאמפעני וואס איז פאבליק, קען מען קויפן א חלק השותפות פון די קאמפעני, און מען קען עס פארקויפן, און דאס טוט מען טאקע אויפן סטאק מארקעט, מיליאנען שטרי שותפות פון טויזנטע קאמפעניס ווערן פארקויפט פון איינעם צום צווייטן אויפן סטאק מארקעט.

אביסל מער צו פארשטיין וואס א שעיר איז למעשה, לאמיר נעמעןדי גרויסע קייט געשעפט 'וואלמארט' פאר א משל, ווער איז בעה''ב פון וואלמארט, עס זענען דא מיליאנען שותפום וואס זענען ציזאמען בעה''ב, יעדער וואס האט א שעיר פון וואלמארט איז א קליינע שותף אין די קאמפעני. די בעלות פון וואלמארט איז ציטיילט ביי בערך 2.77 ביליאן 'שעירס' און עס זענען דא גרעסערע און קלענערע שותפום, ווי מער שעירס מען קויפט אלץ א גרעסערע שותף ווערט מען.

און מען איז א שותף, סיי לגבי ווען עס קומט צו מאכן החלטות ביי די קאמפעני, און סיי ווען עס קומט ארויסצינעמען געלט פונעם קאמפעני, ווען עס קומט צו די חובות פון די קאמפעני, הייסט עס אבער נישט אז די שעירהאלדערס זענען דא שילדיג פאר די באנק, נאר די קאמפעני אליינס איז שילדיג. און לאמיר דא מער מסביר זיין איינס ביי איינס.

ווען עס קומט צו די החלטות פון די קאמפעני, עס איז דאך פשוט נישט מעגליך אז מיליאנען מענטשן זאלן פאקטיש פירן וואלמארט, אזוי ווי עס איז נישט שייך אז מיליאנען מענטשן זאלן פירן א לאנד און אפי' ביי א דעמעקראטישע לאנד וואס געהערט צו די בירגער און נישט צו א מלוכה, איז פשוט נישט מעגליך אז יעדער זאל צוזאמען מחליט זיין געזעצן, נאר יעדע בירגער האט די שטים רעכט צו זאגן ווער עס זאל פירן דאס לאנד, די זעלבע ביי וואלמארט וואס האט מערערע שותפום האט יעדע שותף א שטים רעכט צו זאגן ווער עס זאל פירן די קאמפעני. יעדע שעיר האט איין שטום רעכט.

מען וועלט אריין יעדע שטיק צייט (רוב קאמפעניס טיען עס איין מאל א יאר), די 'בארד אף דירעקטארס' בדרך כלל צווישן 8 און 14 מענשטן, וואס אויף זיי לייגן די אלע שעירהאלדערס ארויף די אחריות פון די קאמפעני, זיי אליינס פירן למעשה אויך נישט די קאמפעני טאג ביי טאג, זיי זענען געשטעלט אויפצונעמען די אלע פירנדע פאזיציעס אין די קאמפעני ווי די CEO CFO אא''וו. ווי אויך ווי גרויס עס זאל זיין זייער געהאלט און נאך פארשידענע החלטות וואס זיי דארפן מסכים זיין אז די קאמפעני זאל עס קענען טיען.

בנוגע באקומען די ריווח פון די קאמפעני, בעצם די מענטשן וואס זיצן ביי די הויכע פענסטער פון די קאמפעני, ווי די CEO CFO etc זיי נעמען ארויס גרויס געלט אלץ געהאלט, מען רעדט פון א פעטע געהאלט דא ביי וואלמארט רעדט מען פון ארום 22 מיליאן א יאר (אריינגערעכנט סטאקס וואס ער באקומט אינעם קאמפעני) א יאר. אבער דאס איז אלץ געהאלט, און די בארד אף דירעקטארס דארפן בדרך כלל מסכים זיין מיט די פרייז.

וואס באקומען די איבריגע שותפום, אז עס איז בלייבט געניג געלט אינעם קאמפעני נאכן ניצן די געלט וואס פעלט אויס צו ווייטער אנגיין און נאכן צאלן די חובות (וואס רוב גרויסע קאמפעניס האבן אסאך דערפון) און נאכן אראפנעמען וויפיל עס פעלט אויס פאר אינוועסטמענטס וואס די קאמפעני לייגט אריין צו וואקסן גרעסער. אויב בלייבט איבער געניג געלט, און די 'בארד אף דירעקטארס' שטימען דערפאר איז דא אזא זאך ווי פשוט ארויסנעמען א סכום געלט פון די ריווח פון די קאמפעני און מען ציטיילט עס גלייך אויף גלייך צווישן די שעירהאלדערס, יעדע שעיר באקומט א געוויסע סכום, און דאס ווערט אנגערופן דיווידענד. וואלמארט צאלט די יאר $2.20 פאר יעדע שעיר. (וואס קאסט יעצט בערך $138).

ווען עס קומט צו חובות פון די קאמפעני, וואלמארט למשל האט יעצט בערך 164 ביליאן דאללער אין חובות, וואס געשעהט אויב זאכן הייבן אן פארן שלעכט און ביז אפאר יאר קענען זיי שוין נישט צאלן וואס זיי האבן זיך אינטערגענימען, דאן קען די באנק נישט קומען צו די שעירהאלדעירס אז זיי זאלן צאלן, דאס איז די געזעץ, מען איז א שותף פאר אלץ, אבער די חובות געהערט נישט צו קיינעם, עס געהערט צו די קאמפעני.

אויב אזוי קען מען טראכטן, וואס האב איך צו דערלייגן, אויב פארט די קאמפעני גוט בון איך א שותף ביי די דיוועדענד, בעת די אחריות פון די חובות ליגט נישט אויף מיר. וואס האט מען צו פארלירן? די אמת איז אז מען האט צו פארלירן פינקטליך וויפיל מען האט אריינגעלייגט, אויב די קאמפעני פארמאכט זיך אדער גייט בענקראפט, אדער ווערט אויסגעקויפט דורך אן אנדערע קאמפעני פאר ביליג, קענסטו צו קיינעם קומען מיט טענות, די ביסט דאך דער בעה''ב, ניין?.

יא, עס איז אמת, די מארקעט איז טאקע ריסקי, און מענטשן וואס דרייען זיך דארט אן קיין קלארע מהלך דערלייגן בדרך כלל, אבער אז מען האט א גוטע מהלך מיט וואס מען גייט, און נאכדערצו אז מען גייט מיט א רואיגקייט מיטן S&P 500 פאר א לענגערע טערמין, איז עס א געשמאקע רואיגע סעיף וועג וויאזוי בס''ד צו מצליח זיין.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

געליינט אינעם שרייבער, און יעצט צריגעקימען ליינען פון אנפאנג, זיך באלעקט די פינגער..
קלאר, קורץ אין שארף, פון די פשוט'סטע זאכן ביז די קאמפלעצירסטע.

לוט מיין חשבון האט מען אין די צוואנציג יאר אריינגעלייגט ארום א פערטל מוליאן דאלער, (שטימט?) אויב אזוי וואס איז די גרויסע גדולה?
אין וואס געשעט אויב איך לייג טאקע אריין נאר איין טויזענטער, וויפיל גייט עס זיין ווערט 20 יאר ארום לויטן חשבון?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

tesla האט געשריבן:געליינט אינעם שרייבער, און יעצט צריגעקימען ליינען פון אנפאנג, זיך באלעקט די פינגער..
קלאר, קורץ אין שארף, פון די פשוט'סטע זאכן ביז די קאמפלעצירסטע.

לוט מיין חשבון האט מען אין די צוואנציג יאר אריינגעלייגט ארום א פערטל מוליאן דאלער, (שטימט?) אויב אזוי וואס איז די גרויסע גדולה?
אין וואס געשעט אויב איך לייג טאקע אריין נאר איין טויזענטער, וויפיל גייט עס זיין ווערט 20 יאר ארום לויטן חשבון?


יישר כח פאר די קאמפלימענטן.

דיין חשבון שטימט, נאך 20 יאר אריינלייגן 1000 א חודש האלט מען ביי ס''ה 240 טויזנט, און וואס איז די גרויסע גדולה? עס איז טאקע נישט קיין גרויסע גדולה, עס קאמפעירט אפשר נישט צו ריעל עסטעיט אדער צו סיי וועלכע ביזנעס וואס מען האט אריינגעלייגט אסאך צייט געלט און כח, אבער צו טרעפן אין א עקאוינט בערך א מיליאן דוללער (נישט חובות, קעש!) ווען מען איז אין די פיציגער יארן, נאכן אריינלייגן 1000 א חודש, אן אוועקגעבן צייט און כח, איז א זאך וואס קען זיין אינטרעסאנט און א מורדיגע הילף פאר געוויסע. און אז מען לייגט אריין 500 א חודש האט מען א האלב מיליאן, (גארנישט איז גאראנטירט). דאס איז זיך נישט סותר מיט קויפן אן הויז אדער עפענען א ביזנעס וכדומה.

אז מען לייגט אריין איין מאל טויזנט קען עס זיין 20 יאר שפעטער בערך פון צווישן 2 און 6 טויזנט. אבער אז מען לייגט אריין $1000 צו ארומשפילן אין די מארקעט גייט עס מעגליך זיין ווייניגער 20 יאר שפעטער.

עס איז נישטא קיין וועג צו ווערן רייך גרינג. עס איז אבער דא די ריכטיגע וועג זיך אוועקצושטעלן אויף פעסטע פינאנציעלע יסודות בס''ד.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

פה אחד האט געשריבן:אויב האלט מען די געלט ביז די 59 און א האלב, איז אזוי, ווען מען נעמט ארויס די קרן דארף מען דאן צאלן טעקס אויף די געלט כאילו מען האט עס פארדינט די יאר, און די רווח איז טעקס פריי, אבער עס איז דא געוויסע רוללס וויפיל געלט מען מעג און מען מיז ארויסנעמען יערליך.


א גרויסן ש'כח הרב פה אחד, זייער אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו,

איין הערה נאר אויף די נושא פון IRA'ס, ביי א געהעריגע IRA (Traditional בלע"ז) צאלט מען געהעריגע אינקאם טעקס ווען מען נעמט ארויס עני געלט נאך די 59 1/2 נישט קיין חילוק די קרן צו די רווח
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

tesla האט געשריבן:געליינט אינעם שרייבער, און יעצט צריגעקימען ליינען פון אנפאנג, זיך באלעקט די פינגער..
קלאר, קורץ אין שארף, פון די פשוט'סטע זאכן ביז די קאמפלעצירסטע.

לוט מיין חשבון האט מען אין די צוואנציג יאר אריינגעלייגט ארום א פערטל מוליאן דאלער, (שטימט?) אויב אזוי וואס איז די גרויסע גדולה?
אין וואס געשעט אויב איך לייג טאקע אריין נאר איין טויזענטער, וויפיל גייט עס זיין ווערט 20 יאר ארום לויטן חשבון?

ווי איך פארשטיי איז דיין פראבלעם אז מען מאכט נאר 4 מאל די געלט אין 20 יאר, פארגעס נישט אז רוב פון די געלט ליגט דארט אסאך ווייניגער יארן און סך הכל איז נאך אלץ 4 מאל די געלט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:געליינט אינעם שרייבער, און יעצט צריגעקימען ליינען פון אנפאנג, זיך באלעקט די פינגער..
קלאר, קורץ אין שארף, פון די פשוט'סטע זאכן ביז די קאמפלעצירסטע.

לוט מיין חשבון האט מען אין די צוואנציג יאר אריינגעלייגט ארום א פערטל מוליאן דאלער, (שטימט?) אויב אזוי וואס איז די גרויסע גדולה?
אין וואס געשעט אויב איך לייג טאקע אריין נאר איין טויזענטער, וויפיל גייט עס זיין ווערט 20 יאר ארום לויטן חשבון?

ווי איך פארשטיי איז דיין פראבלעם אז מען מאכט נאר 4 מאל די געלט אין 20 יאר, פארגעס נישט אז רוב פון די געלט ליגט דארט אסאך ווייניגער יארן און סך הכל איז נאך אלץ 4 מאל די געלט.


איך האב קיין שוים פראבלעם..
נאר ס'איז נישט עפעס מוירעדיג. ווי פה אחד האט שוין מסבר געווען אז ס'איז נאר א גוטע סעווינגס אן קיין סאך ארבייט. אבער ווען איינער זאל ווען נעמען די געלט אין אינוועסטן אין רילעסטעט אדער סיי ווי קען מען טאקע מאכן סאך מער.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”