דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך גיי פתיחה אויף די ערשטע אשכול אין די סעריע פון דורכטוהן סטאקס, לויט די הצעה פון @פשטות אין די אשכול וואס איז מיוחד דורכצושמועסען וועלעכע סטאק דורכצוטוהן, גייט מען דורכטוהן די סטאק וואס הייסט OKTA, די קאמפיני הייסט אויך OKTA.

די קאמפיני איז געגרינדעט געווארען דורך 2 געוועזענער סעילספארס ארבייטער (Todd mckinnon און Frederic Kerrest) אין די יאר 2009, אין 2015, האט די קאמפיני געשאפען $75 מיליאן דאללער פון פריוואטע אינוועסטערס, און אין 2017 האבן זיי געשאפען פרישע $187 מיליאן דורך זייער IPO. זיי זענען געגאגען פון $23.51 א שעיר אין אפריל פון 2017 צו $248 יעצט, צו שטייגן א שטוינענדע טויזענט פערצענט אין אביסל איבער 4 יאר.

די קאמפיני ספעציליזירט אין איידענטי מענעדזשמענט. ווי יעדער ווייסט, האט יעדער איינער צענדליגע סייטס ווי ער דארף אריינלאגן, און ער מוז געדענקען יעדער פעסווארד, יעדער דא ווייסט פונקטליך וואס די חורבן איז, אויב די חורבן איז ביי פשוט'ע מענטעשן, שטעלט אייך פאר די חורבן ביי ביזנעסעס, די חורבן ביי ביזנעסעס איז נאך פיל ערגער, ס'איז דא אקאונטס ביי צענדליגע סייטס, און נישט יעדער ארבייטער מעג האבן עקסעס צו יעדער אקאונט, איין ארבייטער האט עקסעס צו די אקאונטס און אן אנדערע צו אנדערע, ווי אזוי קען מען פארזיכערען אז דער וואס דארף האבן עקסעס זאל האבן עקסעס, און דער וואס נישט, נישט?

דא קומט Octa אריין אין די בילד, Octa האט א פראדוקט וואס הייסט סינגעל סיין אין. דאס מיינט אז דורך אריין סיינען אין אקטע קען מען גלייך אריינסיינען אין אנדערע אקאונטס, אקטע וועט אריינסיינען פאר דיר, אן די זאלסט אפילו דארפן אריינסיינען, פאר די צוועק איז אקטע אינטיגרעטעיד מיט הונדרעטער קאמפיניס, אזוי אז ווען מען איז אריינגעסיינעט מיט אקטע, זאל אקטע קענען אטאמאטיש אריינסיינען פאר דיר ביי די אלע קאמפיניס.

ווי אויך האט אקטע א זאך וואס הייסט Universal Directory, דאס איז א פלאץ ווי א קאמפיני קען מאכן רולס פאר זיינע ארבייטער, דער ארבייטער קען אקסעסען דער אקאונט, דער ארבייטער קען אקסעסען יענער אקאונט, און אזוי ווייטער, דורך ניצן יונערווערסיל דירעקטערי צוזאמען מיט סינגל סיין אין, פארט עקסעס צו אקאונטס א מחי', דער וואס דארף עקסעס, באקומט עקסעס צו אלע אקאונטס וואס ער דארף מיט בלויז איין יוזערנעים און פעסווארד, און אויב דארף ער נישט קיין עקסעס, דאן האט ער נישט קיין עקסעס בשום פנים ואופן, ס'פעלט נישט אויס זיך ארומצושפילן מיט אקאונטס און פעסווארדס.

נאך א ריזיגע מעלה, איז ווען איינער קומט צו אדער פארלאזט די קאמפיני, אנשטאט עם דארפן אויפמאכן (אדער צומאכן) צענדליגע אקאונטס, שרייבט מען עם אויף צו אקטע, אקטע מאכט זיכער אז ער האט עקסעס צו דאס וואס ער דארף, און ווען ער פארלאזט די קאמפיני מאכט מען צו זיין אקטע אקאונט און גע'ענדיג'ט, ער האט שוין נישט קיין עקסעס צו גארנישט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ייש"כ @בבקשה.

איך זעה אז די קאמפאני איז נישט פראפיטעבל בכלל. ס'איז לכאורה זייער אווערוועליועד בכלל. אבער לאמיר פרובירן כאפן א נענטערע בליק.

איך קען OKTA נאר פון מאטלי פאאל.. זיי האבן עס רעקאמענדירט.. דעמאלטס איז עס אריין אין מיין וואטש ליסט, און קיינמאל בין איך נישט אנגעקומען דערצו.

--
לאמיר מעתיק זיין א חלק פון די פאנדעמענטאלס אויף וואס צו קוקן.

פון דא: https://finance.yahoo.com/quote/OKTA?p=OKTA

okta.PNG
okta.PNG (41.87 KiB) געזען 5199 מאל


אינקאם סטעיטמענט איינס.png
אינקאם סטעיטמענט איינס.png (193.46 KiB) געזען 5199 מאל
צוויי.png
צוויי.png (106.88 KiB) געזען 5199 מאל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דריי קעש פלאו.png
דריי קעש פלאו.png (350.12 KiB) געזען 5195 מאל
אטעטשמענטס
finance.yahoo.com_quote_OKTA_financials_p=OKTA (4).png
finance.yahoo.com_quote_OKTA_financials_p=OKTA (4).png (233.38 KiB) געזען 5195 מאל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דער אשכול קען דא בלייבן ווי לאנג ס'לאזט זיך. איך וואלט ענדערש געזיצן אין די הקדמה אשכול פאר א וויילע דארט אויסקנעטן זאכן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך ווייס נישט באמת וויאזוי מ'שאצט אזעלכע גראוט סטאקס.

אין די לעצטע סקרין שאט, זעה איך אז די Book Value Per Share איז 5.15 .

בוק וועליו, איז די טאטעל עסעטס. דאס הייסט די נכסים, מיינוס די לייעביליטיס.

יעצט די פרייז וואס מ'צאלט פאר א שעיר, איז איבער פינף מאל די בוק וועליו. דאס הייסט ווען מ'צעטיילט די בוק וועליו צווישן אלע סטאקס, קומט אויס אז דו צאלסט איבער פינף מאל אזויפיל.

נארמאלערהייט וואלט דאס געהייסן זייער איבערגעצאלט. איך ווייס אבער נישט ספעציפיש וועגן אזעלכע גראוט סטאקס.

--

זענען דא נאך אזעלכע ענליכע קאמפאניס? נוצט דער קאמפאני עפעס א ספעציעלע טעכנאלאגיע? אדער קען עני אנדערע טאג אויפשטיין א קאמפעטישען צו דעם קאמפאני וואס קען מאכן אז דער קאמפאני זאל שטארק פאלן?
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

ווי אזוי טראסט מען די סאפווער מאי שנא פון גאגל וואס קען דיר אויך געדענקן די אלע פעסווארדס
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Sso איז נישט ווי גוגל וואס סעיווד די פעסווארד , נאר אין דיין קאמפעני ווען די סיינסט אריין מיט דיין געהעריגע ad פעסווארד ארבעט עס אויף די סייטס אן נאך א עקסטערע פעסווארד עס ווערט authenticated דורך די גלאבאלע פעסווארד סיסטעם.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

OKTA האט לעצטענס אפגעקויפט איינער פון זייערע גרעסטע קאנקורענצען, auth0 (נישט צו פארמישן מיט Oauth וואס איז א פראטאקאל נישט קיין קאמפיני) פאר 6.5 ביליאן דאללער.

זייער שטארקע נקודה איז שנעלקייט, OKTA האט אויפגעסעט זייער סיסטעם פאר FEDEX, אין אונטער 36 שעה.

זייער וואוקס יאר איבער יאר איז היי יאר געווען 37.3% ווי @ממוצע האט שוין ארויסגעברענגט די קאמפיני מאכט נאך נישט קיין פראפיט, אבער רעווניו מאכן זיי יא

סטאיסטיקס פאר פיסיקעל יאר 2021.

רעווניו: 835 מיליאן
גראס פראפיט: 618 מיליאן
ריסעטרש און דעוועלפמענט קאסט: 223 מיליאן
סעילס און מארקעטינג קאסט: 427 מיליאן
אדמיניסטרעיטיוו קאסטן: 172 מיליאן

פארלוסט: 204 מיליאן

זייער אינוועסטערס פרעזענטעשען נאך די פארגאנגע קוואטער
https://investor.okta.com/static-files/ ... 1cd0fdfb02

טרעסקריפט
https://investor.okta.com/static-files/ ... 4ca9f2300e
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

זיי האבן דאך נישט קיין עירנינגס, און דערלייגן געלט יעדן טאג, פארוואזשע זאל איך וועלן ווערן א שיתוף מיט זיי?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לאמיר זען פארוואס יא.
עס ווערט גאנץ גוט גערעיטעד דורך עקספערטן.
עס האט מעגליך א שטארקע פיוטשער.

פארוואס נישט.
pe ratio איז אין זיבעטן הימל.
עס שטייט שוין יעצט ביי א גאנץ הויכע פרייז.
איך פארשטיי נאכנישט פונקליך וויאזוי די פירמע זאל ברענגען א מאסיווע דימענד אויף א פראדוקט וואס קען ברענגען גרויסע רווחים.
זי האט אן איידיע, אבער איבערצייגט מיך נישט וויאזוי דאס גייט פראדוצירן ביליאנען אין די צוקונפט.

וויאזוי זי גייט פון דא און ווייטער איז היבש שפעקולירענד, עס קען זיך דאפלען אין א האלבע יאר, אדער גיין קיין ערגעץ.

די מהלך פון קויפן גראוט ארבייט זייער גוט מיט אינדעקסן. אבער א סינגל סטאק איז זייער א גרויסע ריסק.
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

ווען עס קומט צו אזעלכע growth companies איז אסאך מער וויכטיגער צו קוקן אויפן opportunity צו וואקסן ווי אויפן יעצטיגן סטאק פרייז,

okta למשל האט לויט gartner א אדרעסיבעל מארקעט פון 55 ביליאן דאלער

זיי האבן אסאך קאמפעטישענס אבער זיי ווערן פאררעכנט ווי די leader, און דעס איז טאקע וויכטיג דורכצוגיין פארוואס זיי over קאמפעטישען וועלן בלייבן די leader,


(באמת ווייס איך טאקע נישט צו אזעלכע קאמפעניס באלאנגען אין די אשכול ,ווייל עס איז נישט אזוי ווייט דורכטון די סטאק ווי דורכטון די קאמפעני)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פשטות האט געשריבן:(באמת ווייס איך טאקע נישט צו אזעלכע קאמפעניס באלאנגען אין די אשכול ,ווייל עס איז נישט אזוי ווייט דורכטון די סטאק ווי דורכטון די קאמפעני)


איז דאס דען נישט די זעלבע זאך? אויב וויל איך וויסן די עכטע וועליו פון א סטאק, דארף איך וויסן די וועליו פון די קאמפיני. נישט אזוי?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב נישט גוט געשריבן די בוק וועליו. די בוק וועליו איז בערך 48. מיין פריערדיגע נומבער איז געווען די דאללער פער שעיר. דאס הייסט אז איך צאל 248 פאר א שעיר. איז מיין חלק פון די נכסים אין די קאמפאני בלויז 5 דאללער מיט 15 צענט. 48 מאל אזוי סאך קומט אויס 248.

נאך א באראמעטער צו מעסטן איז די פרייס פער סעיל רעשיאו. PSR. דאס הייסט טאטעל סעילס צוטיילט לויט די שעירס, אין פארגלייך די פרייז. און דער נומער איז 35 בערך. דאס הייסט פאר 35 מאל די סכום פון סעילס וואס איז צוגעטיילט צו מיין שעיר, צאל איך פאר מיין שעיר. אויך זייער זייער הויעך.

--

איך טראכט לכאורה אז די צוויי מעסטערס זענען מער ריכטיג צו מעסטן ביי גראוט סטאקס, מער ווי די PE רעשיאו. ווייל לכאורה איינמאל א קאמפאני איז מער עסטעבלישט פאלן אויטאמאטיש אוועק אסאך עקספענסעס וואס מאכט די עירנינגס אסאך בעסער. סעילס און בוק פרייז שאצט מער אפ די אמת'ע ווערד פון א גראוט קאמפאני. מאכט סענס?

---

בבקשה איז גערעכט. מ'דארף קודם דורכטוען די קאמפאני זעלבסט, פאר מ'קוקט אדורך צו די פרייז פאר די קאמפאני לוינט זיך. איך בין געלאפן צו שנעל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס׳איז דא נאך א נקודה, כמעט די גאנצע רעווניו זייערע קומט פון סובסקריפשינס, דאס מיינט, אז אפילו אויב זיי באקומען נישט קיין שום נייע קאסטומערס, וועלען די יעצטיגע קאסטומערס באצאלן ווייטער יערליך. נאך א נקודה, זייער פרייז איז יוזער בעיסעד, קומט אויס, אז אפילו אן צובאקומען נייע קאסטומערס, אויב זייער ביז יעצטיגע וואקסן און טוהן צובאקומען נייע ארבייטער, דאן באקומט אקטע מער געלט.

פארגאנגע יאר איז זייער סובסקריפשען רעוועניו געווען 797 ביליאן דאללער, צושטעלען די סערוויס האט זיי געקאסט 142 מיליאן דאללער, קומט אויס אז זיי האבן אויף דעם פארדינט 550% (פאר מארקעטינג ריסערטש און אדמיניסטרעיטיוו קאסטן).
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

א וויכיטיגע נאמבער צו קוקן עספעשעלטי ביי SaaS קאמפעניס איז די % gross margin,

OKTA האט גאר א גוטע gross margin פון 73.66% (recent quarter) דאס ווייזט אז די קאמפעני קען זיין גאר פראפיטיבעל אין די future.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דער סטאק איז א רעקעמענדעד קויף (אדער האלד) פון כמעט אלע עקספערטען, און איך זעה אז 85% פון די סטאק איז געאונעד דורך ריזיגע אינוועסטערס, ווענגאורד האט 8.62% פון די סטאק, מארגען סטענלי האט 7.86%, ראו פרייס האט 6.53%, פיעדליטי האט 5.86%, און בלעק ראק האט 4.29%.

איך קלער אז די אלע ריזיגע אינוועסטערס, וועלעכע פארלאזן זיך אויף די עקספערטען, זענען די וואס טרייבן די פרייז פון די סטאק אזוי הויעך, אויב זאלן די עקספערטען טוישן זייער מיינונג, קענען נאך די 5 קאמפיניס מאכן א סעללאףף, וואס דאס קען מאכן אז די פרייז זאל מיאוס טראסקענען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח בבקשה און ממוצע פאר ענקער דעטאלירטע אינפארמאציע! די אינפארמאציע (הערן די טערמינען און פארשטיין אביסל - פון די קאנטעקסט - וואס זיי מיינען) איז אנוועליובעל!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קנאפער ידען האט געשריבן:ש'כח בבקשה און ממוצע פאר ענקער דעטאלירטע אינפארמאציע! די אינפארמאציע (הערן די טערמינען און פארשטיין אביסל - פון די קאנטעקסט - וואס זיי מיינען) איז אנוועליובעל!

האסט פארגעסן צוצולייגן קנאפער ידען... אין די אנדערע סטאק אשכולות.

(אויך האב איך הנאה צו זעהן אז איינער ליינט דא... אן קיין תגובות איז דא א רפיון ידים...)
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

מיר ליינען מיט דארשט
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך ליין מיט אינטערעסע
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

בבקשה האט געשריבן:
פשטות האט געשריבן:(באמת ווייס איך טאקע נישט צו אזעלכע קאמפעניס באלאנגען אין די אשכול ,ווייל עס איז נישט אזוי ווייט דורכטון די סטאק ווי דורכטון די קאמפעני)


איז דאס דען נישט די זעלבע זאך? אויב וויל איך וויסן די עכטע וועליו פון א סטאק, דארף איך וויסן די וועליו פון די קאמפיני. נישט אזוי?



בערך דאס וואס הרב דערבארימדיגער האט געשריבן אינעם אנדרען אשכול, האב איך געמיינט צו שרייבן
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

זייער retention rate שטייט ביי א גאנץ א שטארקע 121%



איינער קען דא עס סאמירייזן? וואס האלטן די מבינים דא, צו אינוועסטן אין די קאמפעני איז א בלויזע שפעקולאציע אדער א אינוועסטמענט (וואס יעדע אינוועסטמענט קומט מיט ריסק'ס)?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פשטות האט געשריבן:זייער retention rate שטייט ביי א גאנץ א שטארקע 121%



איינער קען דא עס סאמירייזן? וואס האלטן די מבינים דא, צו אינוועסטן אין די קאמפעני איז א בלויזע שפעקולאציע אדער א אינוועסטמענט (וואס יעדע אינוועסטמענט קומט מיט ריסק'ס)?


דיין תגובה האט מיר אביסל צומישט, וויבאלד די retentsion rate, קען נישט זיין העכער 100%, (די ריטענטשיען רעיט, מעסט וויפיל קאסטאמערס בלייבן ביי די קאמפיני, מילא קען עס נישט זיין מער פון 100%), למעשה זעה איך אז זיי עדווערטייזען א דאללער בעיסעד רעטענטשין רעיט. דאס הייסט, טאמער וואלטן זיי נישט געהאט קיין שום נייע קאסטומערס, בלויז פון זייער אלטע קאסטומערס (אפילו נאך דעם וואס מען רעכענט אריין די וואס גייען אוועק), פארדינען זיין בערך 120%, א קאמפיני וואס האט א דאללער ריטענשיען רעיט פון 110%, הייסט א קאמפיני וואס איז די בעסטע פון די בעסטע, און דער גאר האלט ביי 120%
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אינטרעסאנטע נייעס פון OKTA, דער CEO האט געבעטן אלע ארבייטער זאלן עם שיקן זייער וואקציע פלענער, זאגנ׳דיג אז ס׳איז גאר וויכטיג פאר עם אז אלע זיינע ארבייטער זאלן נעמען וואקציע.

https://www.businessinsider.com/okta-ce ... out-2021-7
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: דורכטוהן סטאקס: סטאק #1 - OKTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

בבקשה האט געשריבן:
פשטות האט געשריבן:זייער retention rate שטייט ביי א גאנץ א שטארקע 121%



איינער קען דא עס סאמירייזן? וואס האלטן די מבינים דא, צו אינוועסטן אין די קאמפעני איז א בלויזע שפעקולאציע אדער א אינוועסטמענט (וואס יעדע אינוועסטמענט קומט מיט ריסק'ס)?


דיין תגובה האט מיר אביסל צומישט, וויבאלד די retentsion rate, קען נישט זיין העכער 100%, (די ריטענטשיען רעיט, מעסט וויפיל קאסטאמערס בלייבן ביי די קאמפיני, מילא קען עס נישט זיין מער פון 100%), למעשה זעה איך אז זיי עדווערטייזען א דאללער בעיסעד רעטענטשין רעיט. דאס הייסט, טאמער וואלטן זיי נישט געהאט קיין שום נייע קאסטומערס, בלויז פון זייער אלטע קאסטומערס (אפילו נאך דעם וואס מען רעכענט אריין די וואס גייען אוועק), פארדינען זיין בערך 120%, א קאמפיני וואס האט א דאללער ריטענשיען רעיט פון 110%, הייסט א קאמפיני וואס איז די בעסטע פון די בעסטע, און דער גאר האלט ביי 120%



גערעכט, איך האב געמיינט טאקע צו שרייבן די דאללער בעיסד נעט ריטענשען (DNBR)


דאס הייסט אז קאסטומערס זענען צופרידן און זיי ספענדן מער געלט.



(זייער ריטענשאן נאמבערס האב איךנישט געקענט טרעפן אבער אויב זייער DNBR איז שטארק ווייזט עס לכאורה אויך אז קאסטומערס גייען נישט אזוי אוועק, נישט אזוי?)
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”