סטאק מארקעט אנאליזן

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אט הויבן מיר דא אן א נייע סעריע פון לענגערע אנאליזן איבער די סטאק מארקעט אין אלגעמיין, און מיר וועלן לאזן די דערנעבנדיגע "סטאקס" אשכול פריי פאר קורצערע נאטיצן איבער סטאקס. איינער איז אינטרעסירט צו הערן?... 
און ביטע מיר פארעכטן אויב איך מאך א מיסטעיק.

ובזה החלי.
גיימיר דורכטון די סעקטארס פון די סטאק מארקעט, וואס דאס איז די קריטיש'סטע זאך ארויסצוהאבן פאר איינעם וואס וויל אינוועסטירן אין אינדעקסן.

יעדער ווייסט אז ס'איז דא מארקעט סעקטאר'ס 11 אדער 12 אין צאל, און ס'דרייט זיך א וועלט יעדע תקופה האט א אנדערע סעקטאר איר גוט מזל, בעת אנדערע קומען אריין שוואך. וואס דאס רופט מען אן מיטן טערמין "ראטעישאן". און די פראגע שטעלט זיך, וויאזוי ווייסט מען ווען איז די גוטע צייט פאר וועלכע סעקטאר? 

איז קודם כל, לדעתי איז דאס עפעס וואס איז נוגע בעיקר פאר שארט טוירם אדער אינסטיטושענעל אינוועסטערס. פאר אונז לאנג טוירם ריטעיל אינוועסטארס איז נישט אזוי ריכטיג נאכצולויפן ראטעישאן, ווייל דו ווייסט נישט אויסרעכענען די גענויע צייט ווען די גרויסע אינוועסטארס הויבן אן די ראטאציע געים און דו ווייסט נישט ווען זיי ענדיגן. דעריבער קענסטו נאך ביטער דערלייגן פון טוישן כסדר פאזיציעס, און אפילו ווען נישט איז דאס א גוטע קאפ ווייטאג און אפמוטעניש.

אבער דאך האלט איך אז ס'וויכטיג צו וויסן די סטאטוס פון יעדע סעקטאר, סיי וויבאלד ווען א סעקטאר פאלט קעגן די מארקעט זאל מען זיך האלטן רואיג און וויסן וואס די ציהל אויפן לאנגן טערמין, און סיי צו קענען ארויסהאבן וועלכע סעקטאר איז באמת שטערקער ווי די מארקעט אויפן גאר לאנגן טערמין.

די מארקעט באשטייט פון 3 סופער סעקטאר'ס: defensive - sensitive - cyclicals

cyclicals  - דאס פאלגט נאך די ביזנעס סייקל. ער גייט שטארק ארויף ווען די עקאנאמיע בליהט און טראסקעט גאר שטארק בעת א slowdown אדער רעסעסיע. זי נעמט אריין די פאלגענדע סעקטארס: פיינענשל, ריעל עסטעיט, קאנסומער סייקליקל'ס, און מאטריאל.

sensitive  - איז ענדליך צו cyclicals, מיטן אויסנאם אז זי איז אביסל שטארקער, און פאלט נישט אזוי שנעל קעגן איר שטארקייט אפילו ווען די עקענאמיע צייגט צייכענעס פון שוואכקייט.  זי באשטייט פון די פאלגענדע סעקטארס: טעק, ענערדזשי, אינדאסטריעל, קאמיוניקאציע.

defensive - איז ווען די עקענאמיע גייט אויף דיפענסיווע. בעת א slowdown אדער רעסעסיע, אדער ווען די איבריגע טיילן פון די מארקעט ווערן צו איבערגעהיצט, לויפן אינוועסטירער אהין. - קאנסומער סטעיפלס, העלט-קעיר, יוטיליטי'ס.

אין די קומענדיגע שמועס וועלמיר אי"ה צולייגן יעדע סעקטאר באזונדער, די מעלות און חסרונות.

דא קען מען מיטהאלטן די טעגליכע שטארקייט פון אלע סעקטארס באזונדער מינוט ביי מינוט:
https://eresearch.fidelity.com/eresearc ... ding.jhtml
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אינטערעסירט. יישר כח!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ש'כח ר' יום טוב,

כ'טוה נישט אזוי אין די זאכן, ואפ''ה האבעך בערך פארשטאנען וואס איר זאגט,

איז דא ערגעץ אויפן וועלטל ווי מ'קען זעהן די א' ב' פון סטאק'ס והמסתעף?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עומד מן הצד האט געשריבן:ש'כח ר' יום טוב,

כ'טוה נישט אזוי אין די זאכן, ואפ''ה האבעך בערך פארשטאנען וואס איר זאגט,

איז דא ערגעץ אויפן וועלטל ווי מ'קען זעהן די א' ב' פון סטאק'ס והמסתעף?

כ'מיין אז נישט געהעריג. אפיציעל איז אין מיין פלאן צו שרייבן א געהעריגע שיעור כללי. אפשר איין טאג.

די בעסטע עצה זיך צו אויסלערנען, איז צו קויפן א גוטע ביכל.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ר' יום טוב! כ'האב הנאה פון אייך אין די סטאקס אשכול און כ'קוק ארויס אויף דיינע לענגערע אנאליזן פול מיט ידיעות ווי אלעמאל.
פראגראמער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:11 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגראמער »

ר' יום טוב, וואונדערבאר! אונז ווארטן מיר מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם אויף די קומענדיגע אנאליזען.

יישר כח!!
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

;l;p-
ג"א מצטרף צו די ברכות, שכוח! גיט אין קלאר געשריבען
איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסען די בעסיק'ס פון די אנהייב, כ'האף אז איר וועט ממשיך זיין וועל איך כאפען וויאזוי עס ארבעט.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ממוצע האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ש'כח ר' יום טוב,

כ'טוה נישט אזוי אין די זאכן, ואפ''ה האבעך בערך פארשטאנען וואס איר זאגט,

איז דא ערגעץ אויפן וועלטל ווי מ'קען זעהן די א' ב' פון סטאק'ס והמסתעף?

כ'מיין אז נישט געהעריג. אפיציעל איז אין מיין פלאן צו שרייבן א געהעריגע שיעור כללי. אפשר איין טאג.

די בעסטע עצה זיך צו אויסלערנען, איז צו קויפן א גוטע ביכל.

וועלכע איז א גוטע ביכל? איך קוק אויף עמעזאן טענה'ט יעדער אז ער איז די בעסטע
ואני בתומי אלך.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ש'כח ר' יום טוב,

כ'טוה נישט אזוי אין די זאכן, ואפ''ה האבעך בערך פארשטאנען וואס איר זאגט,

איז דא ערגעץ אויפן וועלטל ווי מ'קען זעהן די א' ב' פון סטאק'ס והמסתעף?

כ'מיין אז נישט געהעריג. אפיציעל איז אין מיין פלאן צו שרייבן א געהעריגע שיעור כללי. אפשר איין טאג.

די בעסטע עצה זיך צו אויסלערנען, איז צו קויפן א גוטע ביכל.

וועלכע איז א גוטע ביכל? איך קוק אויף עמעזאן טענה'ט יעדער אז ער איז די בעסטע

די טשעלענדש מיט א ביכל איז אז יעדע ביכל פאוקעסט אויף א געוויסע מהלך, איינער אויף וועליו א צווייטער אויף גראוט א דריטער אויף שארט טערם טרעדינג און אזוי ווייטער, עס איז נישטא איין מהלך וואס "דאס" איז די זאך, סאו ווען איינער בעט א רעקאמענדאציע אויף א בוך דארף מען זיין מער ספעסיפיק צב"ש איך זיך א ביכל אויף וועליו אינוועסטינג וכדו'.
___________

ר' יום טוב, קיפ אפ דהע גוד ווארק!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

יישר כח פאר יעדן'ס פידבעק, די חיזוק איז וויכטיג צו קענען ווייטער אנגיין מיטן שרייבן.

.

וועלכע פון די 3 סופער סעקטאר'ס איז א גוטער אויסוואל? 

עס האט נישט א גראדן תירוץ. ווייל יעדער אינוועסטירער האט זיך זיינע גאולס, געפיל צו א אינדעסטרי, ריסק טאלארענץ, און עס ווענד זיך די צייט ווען מ'קויפט א.א.וו. אבער לויט די פשוטע היסטאריע איז defensive בדרך כלל אריינגעקומען פיל שטערקער ווי cyclicals.

די איינציגסטע cyclical סעקטאר וואס איך קוק אן אז ס'האט געוויסע פערפארמענס שטריכן איז געוויסע אינדעסטרי'ס אינערהאלב 'פיינענשאל'. ווי גרויסע בענק, קרעדיט קארד אדער אינוועסטמענט פירמע'ס. ווען מארקעט ראטעישאן גייט אריין אין קראפט א צייט ווי מ'זעט לעצטנס, בומט עס צו די לבנה אן קיין טראפ סענץ. אויך גיבט זי גאנץ שיינע דיווידענדס אפצאלן. ס'נישט שלעכט אויב איינער נעמט א סטראטעגיע אז מ'לייגט אריין אין פיינענשאלס בלויז ווען די עקענאמיע שטייט גוט און איז נישט אין קיין רעסעסיע. 

אבער למעשה זעט מען אז אפילו אין גוטע צייטן איז זי אריינגעקומען טיילווייז שוואכער פון די s&p.
(איך פריוואט בין יוצא די דייווערסיטי רול מיטן האבן spgp אין מיין פארטפאליא, עס האט אסאך פיינענשל)

אין די איבריגע סעקטאר'ס פון cyclical ווי ריעל עסטעיט, קאנסומער סייקליקלס, און מאטריאל, זע איך נישט אין קיין שום וועג און קיין שום לענגערע תקופה אז זיי האבן באוויזן צו גרייכן די s&p מארקעט שטארקייט. שוין אריינגערעכנט אין חשבון די העכערע דיווידענס. ספעציעל דארף מען אבאכט געבן מיט די 'מאטריאל' סעקטאר, וואס איר וועליו ווערט באשטימט לויט די פרייז פון קאמאדיטי, וואס דערפאר האלטן אסאך גוטע אינוועסטירער אז ס'איז נישט קיין אינוועטמענט.

ואדרבה, אויב איינער האלט אז ס'איז יא דא א געוויסע מהלך, סוב-אינדעסטרי אדער אינדעקס אין די דריי דאזיגע cyclical סעקטארס וואס האבן צו סיי וועלכע לענגערע צייט אפשניט געגרייכט די מארקעט שטארקייט, ביטע לאזן וויסן די דעטאלן. ווייל איך האב נישט געטראפן.

 ----------
נ.ב.פאר די וואס זענען אומבאקאנט מיט די מארקעט, איז וויכטיג אנצומערקן, אז גענוי ווי מ'קען קויפן א אינדעקס וואס נעמט אריין אלע סעקטארס פון די מארקעט, ווי די s&p - אזוי קען מען קויפן אינדעקסן פון יעדע אינדעסטרי און סעקטאר באזונדער דורך etfs.

מיין מיינונג איז, אז אויב א סעקטאר אדער אינדעסטרי האט נישט די היסטארי נאטור און/אדער קלארע פאטענשאל אריינצוקומען באדייטענד העכער ווי די s&p, דאן איז נישט ווערט די ריסק אהינצוגיין. ענדערש לייג דאס געלט אין די s&p

המשך יבוא אי"ה.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

יישר כח פאר אייער ארבעט איך האב זייער הנאה פון די ידיעות
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אצינד לאמיר גיין צו די sensitive סופער סעקטאר, וואס שטייט בעסער ווי cyclical, אבער דאך איז דאס סענסעטיוו צו די ביזנעס סייקל. לאמיר דעטאלירן אירע סעקטארס און אינדעסטריען.

טעק - technology:
דאס ווערט באצייכנט אלס קעניג פון אלע סעקטאר'ס. און נישט אומזינסט. זי איז אין די לעצטע 15 יאר אויסגעשטיגן פון זיין אזא מיטלגאטיגע סעקטאר, ביז צו א מעגא מולטי אינדעסטרי וואס דרייט די גאנצע עקאנאמיע ארום זיך. און זי איז נישט פערטיג, עס איז נאך דא דערין א געוואלד מיט פאטענשאל. אפילו נאכדעם וואס עס איז אזויפיל געשטיגן, איז איר וועליו מיטגעשטיגן צוזאמען. די טעק סעקטאר נעמט אריין די פאלגענדע אינדאסטרי'ס: דידשיטעל מידיא, סאפטוועיר, קלאוד, סעמיקאנדאקטאר, סייבער סעקיוריטי, און נאך.
עס איז גאנץ קלאר אז טעק קומט אריין שטערקער ווי די s&p. הגם די צוקונפט פון semiconductor איז נישט קלאר.

אינדאסטריעל:
בדרך כלל איז דאס א טראפ שוואכער ווי די s&p. דא קומט א גרויסער אבער. די defense & aerospace אינדאסטרי איז אינערהאלב די אינדאסטריעל סעקטאר, און ער קומט אריין מאסיוו שטארק.

ענערדזשי:
איז זייער שוואך, ווען מ'פרעגט מיך וואלט איך עס געלייגט אין די cyclicals. הגם עס איז דא זייער גוטע ענערדזשי קאמפאני'ס, אבער די פראבלעם איז אז די סטאק פרייזן לויפט לויט די פרייז פון אויל. דאס מיינט אז ענערדזשי איז בעיסיקלי א קאמאדיטי. אז מ'רעדט פון גרין ענערדזשי און היידראדזשין איז די בילד נאך ערגער, עס איז דערווייל זייער ספעקולאטיוו און וואלאטייל.
(אגב, א זייטיגע פראבלעם וואס איך האב מיט ענערדזשי איז, אז א טאג וואס אויל שטייגט אסאך שוואכט דאס אפ אנדערע גוטע סעקטארס אין די מארקעט, ווייל די אינסטיטוציעס נעמען ארויס געלט פון גוטע סטאקס צו קענען פאמפן די ענערדזשי סטאקס)

קאמיוניקאציע:
קומט אריין שוואך, חוץ אויב מ'לייגט צו טעק קאמיוניקאציע, ווי סאשעל מידיא.

----
המשך יבוא איבער די 3'טע סופער סעקטאר defensive.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א געזונטן זומער יעדער איינער.
אצינד וועלמיר פארזעצן די סעקטאר אנאליז מיטן באהאנדלען די defense סעקטאר. 

העלט קעיר -
דאס איז מיין ליבלינג, אין מיין מיינונג איז דאס די בעסטע סעקטאר.
- ער שטייגט שטארק איבער די s&p סיי אין די לעצטע 15 יאר און אויך אין די לעצטע 50 יאר צייט אפשניט. (און אויך אויפן 5 יאר אפשניט אויב מ'נעמט ארויס טעק)
- אין צייט פון א רעסעסיע פאלט ער נישט צופיל, די פארלוסט % ראטע איז בערך האלב ווי פיינענשל אדער טעק.
- איר וואוקס איז רואיג, סאליד און די מערסטע פרעדיקטעבל אויפן לאנגן טערמין. עס פליט נישט פלוצלינג מיט איינמאל שטארק ארויף.
- עס איז דא אין העלט קעיר די מערסטע פארשידענארטיגע גוטע אינדעסטרי'ס וואס איינס האט נישט צופיל שייכות מיטן צווייטן, ד.ה. מ'קען דייווערסיפייען אין העלט קעיר זעלבסט.
- איינע פון די סיבות פאר איר שטארקייט איז די שטייגענדע עלטערע באפעלקערונג. עפעס וואס איז נאר ערווארטעט ארויפצוגיין.
די שטארקע אינדעסטרי'ס אינערהאלב העלט קעיר זענען:
מעדיקעל סופלייס און עקוויפמענט - biotech - small cap healthcare 

קאנסומער סטעיפלס -
איז בערך אזוי שטארק ווי די s&p אויפן 15 יעריגן צייט אפשניט. ווען מ'קוקט משך 50 יאר קומט זי אריין אלס די שטערקסטע סעקטאר, דאפלט אזוי שטארק ווי טעק.
דאס איז ווייל זי פאלט גאר ווינציג בעת א רעסעסיע. אבער די לעצטע פאר יאר ווערט עס שוואכער. און ס'איז שווער איר צו זען אריינקומען שטערקער ווי די s&p אין די צוקונפט. דאך איז דאס גאנץ א סעיף פלאץ צו לייגן געלט.

יוטיליטי'ס -
קומט אריין עטוואס שוואכער ווי די מארקעט.
---

די נעקסטע זאך וויל איך אי"ה ארויסשטעלן א פארטפאליא סעמפל פון etfs וואס איז באזירט אויף די אויבנדערמאנטע, עפעס וואס קען בדרך הטבע אריינקומען שטערקער פון די s&p לאנג טוירם, און איך וויל הערן די מיינונג פונעם עולם דערויף.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

thanks a lot for your analysis


I don't wanna mess up this eshkol
?if I have comments or disagreements where should i post it
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עולם האמת האט געשריבן:thanks a lot for your analysis


I don't wanna mess up this eshkol
?if I have comments or disagreements where should i post it

דא,
אדרבא, אפילו איך האב געמאכט אסאך ריסוירטש קען זיין איך האב עפעס פארפעלט. איך ווארט צו הערן אויב איינער דיסאגריט מיט וואס איך שרייב.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

קומסט אריין הערליך קלאר פליז קיעפ איט אפ

ריגארדינג העלט קעיר:
סיניער העלט קעיר און עסיסטעד ליווינג סטאקס איז טאקע אויסגעשטעלט צו פארדינען פון די וואקסענדע עלטערע באפעלערונג
אבער העלט קעיר און אלגעמיין האט אסאך ריסק אויך. צוליב דעם וואס העלט קעיר אין אמעריקא איז אין געפאר פון סאשעלייזעד מעדעסין
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אמת, דאס איז די סיבה פארוואס אינוועסטירער אנטלויפן לעצטנס פון העלט קעיר און ס'האט דערפאר א נידריגע pe ratio
אבער דאס איז נישט א נייע זאך, די אלע סעטבעקס אין העלט קעיר פאר 5 און 10 יאר צוריק איז געקומען טאקע צוליב די fear, און ווער ס'האט דאן געקויפט, האט געכאפט א בארגעין.
נאך עפעס: די אלע אמעריקאנער העלט קעיר ריזן זענען גלאובעל קאמפאניס, לאו דוקא אנגעהאנגען אין די אמעריקאנער מארקעט.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

תודה רבה ר' יו"ט גיי אן ווייטער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שטעלט זיך א הארבע פראגע,
ס'איז דאך דא א באוויסטע כלל אין די סטאק מארקעט אז 'היסטאריק פערפארמענס' איז נישט קיין אנדייטער אויף וואס ס'גייט זיין אינעם צוקונפט, טא וויאזוי קען מען ברענגען א ראיה פון וואס ס'איז געווען?
און נאכמער איז שווער, אויב איין ספעציפישע סעקטאר קומט אריין שטערקער, דאן מיינט דאס אז יענע סעקטאר פארנעמט יעצט א גרעסערע טייל אין די מארקעט. נו וויפיל נאך פון מארקעט טייל קען דען א סעקטאר שטייגן אינערהאלב די מארקעט, נאכדעם וואס עס שטייט שוין לעת עתה אזוי הויעך?

כמה תשובות בדבר.

ערשטענס, מ'קען טאקע נישט וויסן וואס ס'גייט זיין. און דערפאר דארף מען דייווערסיפייען, צווישן 4-5 אינדעסטריען וואס קומען אריין שטארק.

צווייטנס, עס נעמט זייער לאנג אז א סעקטאר אדער אינדעסטרי זאל ווערן שוואכער. און אויב מ'זעט טאקע נאך 5-6-7 יאר אז איינע פון די סעקטארס זענען געווארן שוואכער, און ס'איז דא א שטארקע סיבה אנצוגעבן פארוואס זאכן האבן זיך פונדעמענטאל געטוישט, איז פילייכט צייט ארויסצוקעשן.

דריטנס, התינך אז מ'רעדט פון market weighted index, וואס דאס איז דאך פשוט אינוועסטירט אין "די סעקטאר", נעמט מען טאקע די ריסק פון די סעקטאר. אבער זייער אסאך outperformers זענען דוקא equal weighted index וואס קומען אריין פיל שטערקער, אפגעזען ווי שטארק די אינדעסטרי זעלבסט איז. ווייל עס captured growth פון קלענערע פירמעס ווען זיי שטייגן.

פערטנס, היסטאריש איז קיין איין סעקטאר פאר זיך נישט געווארן צופיל שוואכער ווי בעפאר, עס איז נאר געווארן שוואכער ווייל אנדערע סעקטארס זענען זיי איבערגעשטיגן.

און פיפטנס, די אויבנדערמאנטע כלל אז past performance איז נישט קיין אנדייטער, איז מער געזאגט אויף שארט טוירם. דהיינו, דו זעסט א יאר וואס א סטאק איז געשטיגן אין די לבנה, איז אבסורד יעצט צו גיין אינוועסטן דערין. אבער ווען דו זעסט א אינדעקס וואס איר פארמולא און נאטור לויפט שטארק משך עטליכע ביזנעס סייקלס, דאס צייגט עפעס.
פראגראמער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:11 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגראמער »

א גרויסן יישר כח ר' יום טוב.
עס איז קלאר, אינטערעסאנט און געשמאק צו ליינען דיינע ווערטער און פארברייטערן די ידיעות.
thanks again
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וועלמיר דא ווייטער פארזעצן אונזער שמועס איבער etfs,
יעדער ווער ס'האט עפעס צו שרייבן איבער etfs און סעקטארס איז דא ווילקאם,
איבער סטאקס איז שוין דא 10 אנדערע אשכולות.

------

אין איינע פון די אנדערע אשכולות האבן מיר ארויסגעלייגט אן עקזעמפל פון א large cap פיינענשל סעקטאר פארטפאליא, וואס איז פיל שטערקער ווי סיי וועלכע פיינענשל etf - דאס איז וויבאלד עס רעכנט נאר אריין די גאר שטארקע mega caps, די באקאנטע נעמען, אדער די ליעדער'ס אין בענק, אינוועסטמענט סערוויסעס, קרעדיט קארד'ס, און אינשורענס. און אויך וויבאלד מיר האבן דאס געמאכט equal weight אנשטאט market cap weighted

מיר האבן דאס זינט דאן אביסל אויסגעבעסערט, וזה הא:
https://m1.finance/ngERPkFiuMnu

מיר פלאנען נישט ארויסצוגעבן נאך אזוינס ביי אנדערע סעקטאר'ס, ווייל נאר ביי פיינענשאל האב איך געהאלטן אז ס'איז דא א חלל פון א etf וואס וואלט געקענט זיין פיל שטערקער. ווייל איך האב כסדר געזען די טרענד ווי כמעט אלע גרויסע פינאנציעלע אינסטיטוציעס קומען אריין באלד דאפלט שטארק ווי די טיפיקל פיינענשאל etfs
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בכלל דארף מען וויסן, אז ביי זייער אסאך פון די גוטע אינדאסטריע'ס, וואלט די בעסטע מהלך פון א אינדעקס געווען, א large cap און אויך פון די העכערע midcap
און equal weighted. די פראבלעם פון די געווענליכע equal weighted אינדעקסן איז, אז דאס אנהאלט ביליגע און צווייפלהאפטיגע small cap פירמעס אויפן זעלבן שטאפל ווי די גרויסע און גוטע.

איך האב א געוויסע אינדעקס, נאמען געהיטן אין רעדאקציע, וואס אויב וואלט מען גענומען די העכסטע 40 האלדינגס און דאס געמאכט equal weighted וואלט דאס געשטיגן מיט כמעט 400% די לעצטע 5 יאר!

און דאס אנהאלט נישט קיין טעק.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב א געוויסע אינדעקס, נאמען געהיטן אין רעדאקציע,

ר' יום טוב פארוואס איז דאס אזוי געהיטן.. אפשר טיילט איר עס מיט?
בכלל לאחר המעשה קען מען אלס צאמשטעלן געוויסע סטאקס וואס וואלטן אסאך געשטיגן.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לעכטל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב א געוויסע אינדעקס, נאמען געהיטן אין רעדאקציע,

ר' יום טוב פארוואס איז דאס אזוי געהיטן.. אפשר טיילט איר עס מיט?
בכלל לאחר המעשה קען מען אלס צאמשטעלן געוויסע סטאקס וואס וואלטן אסאך געשטיגן.

איך האב גארנישט צוזאמגעשטעלט, איך האב ס"ה גענומען אלע large און midcap סטאקס פון א געוויסע אינדעקס, און עס געמאכט equal weighted (נישט ממש equal, נאר די גרעסערע 3% און די קלענערע 2%)

איך האב עס געטון מיט יענע אינדעקס ווייל יענע פראוויידער איז באקאנט צו לייגן בלויז 3-4 גרויסע האלדינגס ביי 50% פון די פארטפאליא, און אזויווי איך האב געקענט די האלדינגס, האב איך האב געהאלטן אז ס'וועט זיין שטערקער ווען ס'איז equal. אבער אויף אזא שטארקע חילוק האב איך מיך נישט געראכטן. אפילו נאכן אראפנעמען 4 האלדינגס וואס זענען נאך געווען small cap מיט 5 יאר צוריק, איז דאס נאך אלץ געווען דאפלט שטארקער. (איך האב אויך זיכער געמאכט אז ס'איז נישטא א זייטיגע פאקטאר אין די שטארקייט, ווי איין קאמפאני, אדער אין איין געוויסע קורצע צייט אפשניט)

איך פיל נאכנישט באקוועם לעת עתה צו שרייבן פון וואסערע etf מ'רעדט, ווייל איך וויל קודם במציאות אריינלייגן געלט פאר א שטיק צייט אין מיין אייגן געמאכטע און דאס פארגלייכן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך פארשטיי באמת נישט די פערזאנען וואס טרעידן סטאקס באזירט אויף טעכנישע מאוומענט אינדיקעיטערס.
וואס מיינען זיי, אז ס'וועט קומען א טאג וואס אלעס גייט זיין דאון מיט 5% גייען זיי ווערן אפגעשוינט?
איך האב א חודש צוריק אריינגעלייגט אסאך אין א etf וואס לויט אלע אינדיקעיטערס איז דאס געווען א סעל. יעצט האלטן מיר 10% העכער.

----

"דאונט טריי טו טיים די מארקעט". קענסט נישט פאראויס וויסן ווען ס'וועט פאלן און ווען ס'וועט זיך הייבן. אפילו ווען די מארקעט איז סטרעטשד, און ס'זעט אויס ווי ס'קען שוין נישט גיין צופיל העכער, קען עס אבער נאך שטייגן אזא 20% ביז די נעקסטע טראסק. דעריבער אויב ווילסטו אינוועסטירן לאנג טוירם, טריי נישט צו כאפן א ביליגע פונקט, נאר אדער קויף צוביסלעך, אדער אפילו אויף איינמאל. ס'וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט אין ערגסטן פאל נאר מאכן 395% משך דיין לאנגן טערמין אנשטאט 400%.

די חברה ביים שפיץ, די גרויסע העדזש פאנד'ס, זיי האבן די מידיא מיט זיך, און זיי באשליסן וויאזוי די מארקעט גייט גיין. למשל די וואך האבן זיי סאדענלי באשלאסן אז מ'שטייט שוין גענוג הויעך, און ס'איז צייט פאר א בעיר טרעפ. ד.ה. זיי נעמען פלוצלינג ארויס א חלק פון זייער געלט, די מידיא שפעקולירט מיט זארג וואס ס'קומט נעקסט, ריטעיל אינוועסטארס דערשרעקן זיך און פארקויפן, אלעס טראסקעט, און דערנאך קויפן עס די אינסטיטושענס צוריק אפ פאר א דיסקאונט, און עס הייבט זיך צוריק, וחוזר חלילה.

טריי אפילו נישט צו "מאכן געלט". די איינציגע זאך וואס דו דארפסט צילן איז, צו ביעטן די מארקעט יעדע חודש. און אויב דו קענסט ביעטן די סעקטאר, דאס איז נאך די בעסטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”