סטאק מארקעט אנאליזן

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די Motley fool רעקאמענדירטע סטאקס האבן די מערסטע געליטן פון די יעצטיגע קארעקשאן, פאלנדיג א גוטע 10% אין די לעצטע פאר טעג. דאך זעט מיר אויס אז דאס זענען גוטע סטאקס צו האלטן לאנג טוירם, עטליסט די סמאל קעפ טעק סטאקס.

די מאסיווע selloff אין די fintech אינדעסטריע ווי קרעדיט קארד פירמעס זעט אויס ווי ס'קומט שוין צו א ענדע.

xbi זעט נאך אויס זייער וואלאטייל, וויבאלד עס איז דא א קארעקשאן סיי אין IBB און אויך אינעם ראסעל אין די זעלבע צייט.
אבער ס'איז פאר א מציאה פרייז. מיין געוויסן זאגט מיר אז ווער עס כאפט יעצט און האלט עס אפאר יאר גייט נישט חרטה האבן.

יעצט זעט אויס אז סיי די סייקליקל סעקטאר'ס ווי ענערדזשי און פיינענשאל זענען שוואך, און אזוי אויך ריטעיל וואקלט היבש. די גרויסע ווי וואלמארט טארגעט זעען אויס בחסד, אבער ביי די קלענערע איז דא א סופליי טשעין דיזעסטער און א מאנגל אין ארבייטער.

בכלליות קען מען באצייכענען די יאר 2021 אלס א פלאכע יאר ביי כמעט אלע סעקטאר'ס. געוויסע זענען געווען אביסל שטארק אנהויב יאר בלויז ווייל זיי האבן זיך שפעט צוריקגעכאפט פון די 2020 קאוויד קארעקשאן.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח ר' יום טוב, קלאר ווי אלעמאל!

דאכט זיך האסט שוין אפאר מאל געשריבן - און ס'קוקט טאקע אויס אזוי - אז העלט קעיר איז אלס אנדערש ווי די אוועראלל מארקעט. איז פארוואס ביסטו אזוי פארגלייבט אין xbi? אוודאי וואס קען זיין שלעכט מיט א אינדעקס אויף לאנג טורם, אבער אז ס'גייט אנדערש קען מען נישט אזוי פארשאצן..
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בנוגע מאאטלי פאאל. זייערע 10 סטאקס א וואך איז אייגעטיילט צווישן 5 רעקאמענדעישאנס, און 5 בעסט בייס. זייערע בעסט בייס זענען לענ"ד בכלל אףף טרעק, ס'הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס בנוגע וועליועישאן. זיי קענען געבן א בעסט ביי פאר א סטאק וואס האלט ביים פיעק, אפילו עס איז קלאר אז דער סטאק גייט פאלן.

נאכמער, כמדומני, אז זייער גאנצע 'פערפארמענס' ווערט נאר גערעכנט לגבי די 'רעקאמענדעישאנס', און נישט לגבי די 'בעסט בייס'. איך וואלט געזאגט צו שטיין ווייט פון די בעסט בייס, נאר אויב ס'האלט נאך א שטארקע קארעקשאן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לדוגמא.

בעסט ביי UPST נאוועמבער 11. יעצט שוין אראפ נאך 18 פראצענט. מ'האב דאס געקענט פאראויס זאגן פון די הויכע וועליועשאן וואס עס איז אפילו דאן געווען, און מסתמא אויך פון א טעקניקעל אנאלעסיס.

נאוועמבער 11 בעסט ביי FVRR, איז יעצט אראפ 20 פראצענט. די וועליועשאן האט נישט געמאכט קיין סענס.

די אנדערע פון דעמאלטס זענען אויך לייכט אראפ, חוץ TTD, אבער דאס איז אויך זייער היי וועליועשאן.

און אזוי ווייטער און ווייטער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ממה נפשך האט געשריבן:שכח ר' יום טוב, קלאר ווי אלעמאל!

דאכט זיך האסט שוין אפאר מאל געשריבן - און ס'קוקט טאקע אויס אזוי - אז העלט קעיר איז אלס אנדערש ווי די אוועראלל מארקעט. איז פארוואס ביסטו אזוי פארגלייבט אין xbi? אוודאי וואס קען זיין שלעכט מיט א אינדעקס אויף לאנג טורם, אבער אז ס'גייט אנדערש קען מען נישט אזוי פארשאצן..

אקעי, לאמיר געבן אן אנאליז אויף xbi

די אינדעקס איז נישט פאר שוואכע הערצער. זי איז די מערסט וואלאטייל 'נישט לעווערידזשד' אינדעקס וואס איך ווייס. און נאכמער, עס איז פיל מיט פלוצלינגדיגע סורפרייזעס. מען קען קיינמאל נישט פארשאצן וועלכע ריכטונג זי וועט נעמען. די אינדיקעיטער וואס איך קוק, איז די ראסעל און די IBB, אבער דאס איז אויך נישט אזוי אקוראט. עס קען סווינגען אינעם זעלבן טאג זעקס-זיבן פראצענט, און עס קען שטייגן/פאלן 15% אין 2-3 טעג.

די xbi האט זייער א לאנגע היסטאריע, עס איז פון די עלטסטע אינדעקס, און דורכאויס די אלע יארן איז זי לכבוד איר וואליטייליטי אריינגעקומען אין עווערידזש שטערקער מן הסתם פון 99% אינדעקסן, אריינגערעכנט די qqq און די vgt, אבער עס האט אויך געהאט אירע שוואכע צייטן קעגן די מארקעט, איינס נאך די 08' קארעקשאן, וואס וויבאלד זי איז כמעט נישט געפאלן ביי יענע קארעקשאן איז זי אין די נאכפאלגנדע יארן ווינציג געשטיגן, די צווייטע איז געווען אין 2016, וואס זי איז צוריקגעפאלן מיט כמעט 50% פון איר הויכפונקט נאכן מאסיוו שטייגן מיט 100% אין די צוויי יאר בעפאר. און די דריטע איז יעצט ווען ס'איז נידריגער מיט 15% אויפן יאר און 30% פונעם הויכפונקט. אויב מאכט מען א עווערידזש ליניע אויפן טשארט איז ער יעצט ביי זייער א גוטע פרייז, נאכדערצו פאר אזא שטארקע בול מארקעט. אויב היסטאריע חזר'ט זיך איבער אזוי ווי די פאריגע צוויי מאל, גייט זי שטייגן אין די קומענדיגע יאר מיט מינימום 40%-30%, אפגעזען ווי די מארקעט פארט. אבער ווי געזאגט, דאס איז נאר השערות, עס איז זייער שווער צו רעכענען אויף דעם אינדעקס, און עס קען פונקט אזוי זיין אז ס'גייט נישט קיין ערגעץ.

וואס איך האב געקלערט איז, אז ער איז יעצט אזוי נידריג וויפיל האב איך שוין צו דערלייגן. האב איך מיך אנגעקויפט ביי $121. אבער איך פארשטיי אויך אז ס'איז דא אסאך וואס האבן געקויפט לאנג צוריק, און ליגן סטאק אין א 20% מיינוס.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער קלאר. קוקט אויס ווי א גוטע זאך פאר דייווערסיפיקעישאן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז דא א מהלך אין אינוועסטן אז מען אינוועסטירט אין די סטאקס וואס שטייגט הויעך און מען כאפט זיך מיט מיטן מאמענטום. עס איז טאקע גאנץ ריזיקאליש, און מען דארף האבן א סטראטעגיע ווען צו פארקויפן א.א.וו.

איך בין נייגעריג אויב עמיצער דא טוט דאס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם און האט א מהלך דערצו, איך האב למשל געטראכט אז מען קויפט די 10 סטאקס פון די QQQ זענען די שטערקסטע אויפן חודש, און מען האלט דאס ביז ס'קומט ארויף אנדערע וואס שטייגן איבער. איך האב צום ביישפיל גענומען די 10 וועלכע זענען געווען די שטערקסטע אויפן חודש מיט א וואך צוריק, און זיי זענען אריינגעקומען שטערקער פון די QQQ מיט כמעט דריי פראצענט אין די וואך.

די שאלה איז, צו ס'איז פשוט געווען א צופאל, אדער די סארט פארמולע ארבייט, און וואס זענען די ריזיקעס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

PALL
וועלכע פאלגט נאך די פרייז פון פאלאדיום איז ביי א גאר נידריגע פונקט. אין מיין מיינונג קען דאס עניטיים פארן ארויף 50%, אבער עס קען מעגליך נאך פאלן בעפאר מיט 20%

IWM
ISRG
אינדוסטריעלס, און די גרויסע בענק
זענען היינט פאר סעיל.

ענערדזשי איז אין מיסט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אסאך וועליו סטאקס זענען פולי אין א בעיר מארקעט, און אפילו נאך שוואכער ווי דאס.

איינס אין מיין אינדעסטריע:
MDT

איך האלט גראדע נישט די סטאק, אבער דעיס מאכט שוין נישט קיין טראפ סענץ. סארי.

גענוי באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין די לעצטע פאר טעג זעט זיך אן גאנץ דייטליך דאס וואס איך זאג שוין די לעצטע שטיק צייט, אז מיר זענען מער נישט אין א בול מארקעט. אוודאי וועט מען טרעפן כסדר תירוצים ווי א נייע וויירוס וואריענט אדער די tapering, אבער די פאקט בלייבט אז חוץ געציילטע געבלאזענע מעגא קעפס איז די מארקעט בעיסיקלי פלאך אויפן יאר.

פאר ווער ס'איז נישט איבערצייגט דערין, וועל איך געבן א צאל דיגמאות פון גוטע קוואליטי סטאקס פון גרויסע באקאנטע פירמע'ס וואס זענען שטארק געפאלן די לעצטע תקופה מיט ערנסטע פראצענטן,
פיינענשל: SQ - PYPL - MA - V - USB - CI - COF - TRV - DFS - AXP - GPN
אז מ'קוקט גוט זעט מען אז ס'איז דא אזוינע וואס זענען געפאלן מיט אזויפיל ווי 50 פראצענט! און דאס איז אן קיין שום ספעציעלע סיבה לגבי די קאמפאני זעלבסט.

העלט קעיר: MDT - JNJ - BMY - AMGN - MMM - SYK - ILMN - BSX - BAX - ZBH
ביי העלט קעיר איז אינטערעסאנט, אז דוקא די בעסטע רעיטעד וועליו פירמעס זענען שטארק געפאלן, און טייל מיט אזא שטארקע אימפעקט ווי די מארטש 2020 טראסק! און די גראוט פירמע'ס האלטן זיך דערווייל בחסד.
אז מען זאל ארויסנעמען די קאוויד אפיליאירטע סטאקס פון די חשבון פון העלט קעיר - VHT, דאן איז העלט קעיר אין א ערנסטע מיינוס פארן יאר, און אפילו מיט די קאוויד סטאקס איז זי די שוואכסטע פון אלע גרויסע סעקטארס. דאס מיינט אז היסטאריש גערעדט איז זי אין א גוטע פאזיציע צו ביעטן די s&p אין קומענדיגן יאר.

מן הסתם קען זיך די מארקעט נאך עטוואס צוריקכאפן, און געוויסע חלקים וועלן זיכער האבן רווחים, אבער עס קוקט מער אויס אז די געציילטע יעצטיגע שטארקע סטאקס גייען אויך נאכפאלגן די טרענד, און מען קען זיך רישן אויף א וואלאטייל ראטעישן סייקל.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

ר' יום טוב האט געשריבן:אין די לעצטע פאר טעג זעט זיך אן גאנץ דייטליך דאס וואס איך זאג שוין די לעצטע שטיק צייט, אז מיר זענען מער נישט אין א בול מארקעט. אוודאי וועט מען טרעפן כסדר תירוצים ווי א נייע וויירוס וואריענט אדער די tapering, אבער די פאקט בלייבט אז חוץ געציילטע געבלאזענע מעגא קעפס איז די מארקעט בעיסיקלי פלאך אויפן יאר.

פאר ווער ס'איז נישט איבערצייגט דערין, וועל איך געבן א צאל דיגמאות פון גוטע קוואליטי סטאקס פון גרויסע באקאנטע פירמע'ס וואס זענען שטארק געפאלן די לעצטע תקופה מיט ערנסטע פראצענטן,
פיינענשל: SQ - PYPL - MA - V - USB - CI - COF - TRV - DFS - AXP - GPN
אז מ'קוקט גוט זעט מען אז ס'איז דא אזוינע וואס זענען געפאלן מיט אזויפיל ווי 50 פראצענט! און דאס איז אן קיין שום ספעציעלע סיבה לגבי די קאמפאני זעלבסט.

העלט קעיר: MDT - JNJ - BMY - AMGN - MMM - SYK - ILMN - BSX - BAX - ZBH
ביי העלט קעיר איז אינטערעסאנט, אז דוקא די בעסטע רעיטעד וועליו פירמעס זענען שטארק געפאלן, און טייל מיט אזא שטארקע אימפעקט ווי די מארטש 2020 טראסק! און די גראוט פירמע'ס האלטן זיך דערווייל בחסד.
אז מען זאל ארויסנעמען די קאוויד אפיליאירטע סטאקס פון די חשבון פון העלט קעיר - VHT, דאן איז העלט קעיר אין א ערנסטע מיינוס פארן יאר, און אפילו מיט די קאוויד סטאקס איז זי די שוואכסטע פון אלע גרויסע סעקטארס. דאס מיינט אז היסטאריש גערעדט איז זי אין א גוטע פאזיציע צו ביעטן די s&p אין קומענדיגן יאר.

מן הסתם קען זיך די מארקעט נאך עטוואס צוריקכאפן, און געוויסע חלקים וועלן זיכער האבן רווחים, אבער עס קוקט מער אויס אז די געציילטע יעצטיגע שטארקע סטאקס גייען אויך נאכפאלגן די טרענד, און מען קען זיך רישן אויף א וואלאטייל ראטעישן סייקל.


זייער גוט געשריבען ר' יום טוב
פון אייער קוק ווינקעל וויאזוי זאל מען באהאנדלען די מארקעט
קויפען נאר ETF אדער סיי וועלכע איינצעלנע סטאקס אין געוויסע מארקעט,
אדער גארנישט און בלויז ווארטען
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אברהם אבינו האט געשריבן:פון אייער קוק ווינקעל וויאזוי זאל מען באהאנדלען די מארקעט
קויפען נאר ETF אדער סיי וועלכע איינצעלנע סטאקס אין געוויסע מארקעט,
אדער גארנישט און בלויז ווארטען

וואס איך זאג אזא צייט?
אויב האסטו גענוג געלט, האסט איבריגע עטליכע הונדערט אלפים, און דארפסט עס נישט נוצן פאר די נעקסטע 5 יאר, דאן קענסטו רואיג קויפן, אבער נישט קיין סטאקס, נאר etfs. (אדער א pie אויב דו קענסט אויסשטעלן א אייגענע etf)
הגם מ'וואלט געקענט אנצייגן געוויסע סארט סטאקס וואס וואלט געקענט גוט זיין, ספעציעל אין העלט קעיר large cap וועלכע האלט זיך דערווייל גוט, אבער אין א צייט וואס אלעס איז וואקלדיג איז שווער צו פרעדיקטן.
גרויסע בענק ווי JPM האלטן זיך דערווייל גוט, און זיי זענען זייער ביליג, מיט א נידריגע pe
מעגא טעק האלט זיך דערווייל גוט, אבער אויב מ'קען פרעדיקטן זענען זיי נעקסט אין די ליניע צו פאלן, און אויב עס געשעט איז א קאטאסטראפע..

אבער אויך etfs דארף מען וויסן וועלכע, ח"ו צו רירן אקטיוולי מענעדזשד ווי ARKK. קוק וויפיל ס'איז היינט געפאלן. אפילו דו לייגסט דארט אריין ווען עס איז געפאלן 50% קען עס פאלן נאך 50%. וואו יא? ווארען באפעט זאגט אז מען קען רואיג קויפן אין א בעיר מארקעט ווילאנג עס איז א גוטע פרייז. איך קוק אלץ אויפן טשארט צו עס פאלט אונטער די לאנג טוירם טרענד, און איך באשלוס לויט דעם צו די פרייז איז גענוג פעיר, אפגעזען וויפיל עס פאלט נאך נאכדעם. ווי אויבן געשריבן, XBI האב איך געקויפט ביי $121
אויך די ראסעל קוקט יעצט אויס צו זיין א גוטע פרייז. אין די לעצטע 30 יאר איז עס געוואקסן מיט ארום 9% פער יאר אין עווערידזש. די לעצטע 5 יאר איז עס געוואקסן מיט ארום 9.5% פער יאר.

דו דארפסט אויך קענען וויסן ביי דיר, אז אין ערגסטן פאל האסטו די שטארקייט אז דיין פארטפאליא זאל זיצן פאר א שטיק צייט אין א מיינוס פון צענדליגער פראצענטן. איך קוק עס אן ווי למשל א ריעל עסטעיט אינוועסטאר, א דעוועלאפער וכדו', ער דערלייגט צוערשט אסאך געלט פאר ער זעט די ערשטע דאלער פראפיט.

---
די מאטלי פאל רעקאמאנדירטע סטאקס זענען שוין געפאלן מיט איבער 15%! די לעצטע צוויי וואכן. עס איז די סארט שפעקולאטיווע סטאקס. נייע IPO טעכנעלאגיע פירמע'ס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

נאך באקאנטע גרויסע סטאקס וואס זענען צוריקגעפאלן צו די אנהויב 2020 לעוועל (אדער נאך נידריגער אויב מ'נעמט אין חשבון זייער וואוקס):
TMUS - DIS - SNAP - TWTR - UBER - GE - ATVI - ROKU - BBY - SWKS - PINS - ZEN - WIX

א באזונדערע אנאליז קומט זיך פאר BABA, איינער פארשטייט פארוואס דאס איז ווייניגער ווערט ווי nvda?

בעפאר איך פארגעס HOOD איז טאוסט.

און אז מ'קוקט אויף די קלענערע טעק פירמע'ס, בעיקר ביי קלאוד, הערשט א טאטאלע בלוט-באד. דאס דארף דינען אלס ווארענונג וואס קען נאכקומען פאר די גרויסע.

און די לינק איז די סעקטאר פערפארמענס פון א טיפיקעל בער מארקעט, די היינטיגע טאג:
https://eresearch.fidelity.com/eresearc ... ding.jhtml

----
מיר האבן רעקאמאנדירט א צייט צוריק VRTX, עס קוקט אויס ווי עס קומט די צייט. די ריכטיגע וועט אבער נאכקומען אין נאך א האלבע יאר.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיט ארום צעהן יאר צוריק, האב איך געקויפט מיין דירה אין א נייע דעוועלאפמענט אין קרית יואל. יענע תקופה איז געווען גלייך נאך די פינאנציעלע קריזיס און האוזינג באבל, און עס איז געשטאנען שווערע הונדערטער דירות אין קר"י ליידיג, דאכצעך אפילו טויזנט, און געווארט אויף קונים (שווער צו גלייבן, הא.?..) אבער די בענק האבן נישט געגעבן מארגעדזשעס.

איך בין דאן געקומען גרייט צום קלאזען, און די פרייז טעג פאר א דירה איז געווען לאמיר זאגן ארום $350K. איך האב פראבירט צו האנדלען אויפן פרייז, אבער אן קיין סוקסעס. למעשה האב איך שטארק געוואלט די ספעציפישע דירה, און עס גענומען פארן פולן פרייז, אנערקענענדיג אז איך צאל איבער לויטן דעמאלסדיגן מצב. און גערעכט בין איך געווען. ווייל אין יענע צייט אפשניט פון די חדשים דערנאך, האבן זיך פארקויפט עטליכע ענליכע דירות פאר ארום $320K, און שארט סעילס פאר נאך ביליגער, דאס מיינט אז איך בין געשטאנען א לאנגע צייט 10 פראצענט אינטערן וואסער.

היינט אז איך קוק צוריק, אינטערעסירט מיר נישט צופיל צו ס'איז געווען 350K אדער 320K. די דרייסיג טויזנט דאלער איז א שיבוש קעגן די וואן פוינט וויפיל די הויז איז היינט ווערט.
וואס איז די פאקטאר אונטער דעם? "צייט"! עס איז אריבער גענוג צייט, אסאך וואסערן זענען שוין איבער די ימ'ן געפלאסן, אז די פראפערטי וועליו זאל דראסטיש יערן.
איך טו נישט אין ריעל עסטעיט, טא פארוואס זאג איך עס? איך וויל ארויסברענגען אז אפגעזען צו דיין סטאק פארטפאליא איז היינט נידריגער אדער העכער מיט צען פראצענט, קענסטו זיך אבער נישט פארשטעלן וואס "צייט" גייט דיר ברענגען אין 10 יאר ארום. און אזוי אויך, ווי מער צייט דו האלסט דיך צו איין און די זעלבע פאזישאן, אלס מער ריווח קענסטו האבן. דאס כסדר ארומשפרינגען פון איין סארט סעקטאר אדער מהלך צום צווייטן, באדייט אז דו געבסט נישט די שאנס אז "צייט" זאל בענעפיטירן דיין פארטפאליא.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט וועלן מיר ברענגען צוויי קליינע etfs וואס ערפילן א חלל אין די סטאק מארקעט.

INDS איז א ריעל עסטעיט etf, דאס איז געאייגט פאר די וואס ווילן דייווערסיפייען און צולייגן ריעל עסטעיט צו זייער פארטפאליא, און זיי האבן א פראבלעם ווייל די געווענליכע REIT אינדעקסן זענען זייער שוואך קעגן די מארקעט. די דאזיגע etf האט פירמע'ס וואס טוען אין אינדוסטריעל ריעל עסטעיט, וואס דאס איז פיל שטערקער.

BUL איז א גראוט אינדעקס, וואס וועלט אויס large cap סטאקס פון פירמע'ס מיט שטארקע פונדאמענטאל'ס וואס האבן א שטארקע קעש באזע. ד.ה. אין אנדערע ווערטער גראוט פירמעס מיט א נידריגע pe ratio, דאס איז אייגענליך מיין מהלך. די אינדעקס איז caped ביי 5% א האלדינג דאס מיינט אז ס'איז בעיסיקלי equal weighted. די אינדעקס איז פון די געציילטע אינדעקסן וואס זענען די יאר געווען שטערקער פון די QQQ און VGT ווייל ער פאלט גאר ווינציג ביי א קארעקשאן.

בכלליות בין איך זייער אנציקט פון די קענטעניסן פון די פירמע וואס מאכט די BUL אינדעקס, עס קוקט אויס ווי א פירמע וואס מאכט גוטע ריסוירטש און קומען אויף מיט פארשידענע מהלכים צו ביעטן די מארקעט, אויף זייער וועבסייט איז דא נאך אינטערעסאנטע אינדעקסן, עס איז ווערט אויסצוטשעקן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין די וואל סטריט דזשורנאל איז די וואך געווען א ארטיקל איבער די שוואכקייט פון די ביאטעק אינדעסטריע היי יאר. די gap פון XBI צו SPY האלט יעצט ביי א היסטארישע 40 פראצענט! XBI איז שוואכער אויפן יאר מיט ארום 15% און SPY איז שטארקער מיט ארום 25%, און דאס איז בו בזמן וואס XBI איז היסטאריש פיל שטערקער פון SPY

ברענגען זיי דארטן אינעם וואל סטריט דזשורנאל א רייע פון העדזש פאנד'ס וואס האבן היי יאר דערלייגט אין בייאטעק, און ספעציפיש ברענגען זיי א פירמע וועלכע האט געהעדשט זייער לאנג פאזיציע אין זייער בייאטעק אינוועסטמענט מיטן נעמען א שארט פאזיציע אויפן s&p מיטן חשבון אז אויב די מארקעט גייט פאלן גייט דאס גאנץ זיכער אראפשלעפן בייאטעק, און די פירמע האט אזוי דערלייגט 50 פראצענט!

טייערע שארטער, גוטע לעקציע?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א גוטן, היינט וועלמיר רעדן איבער מיין בליק איבער וואס טוצעך יעצט אין די מיד און סמאל קעפ מארקעט, וואס מען זעט אז עס איז דא א געהעריגע 20 פראצענט קארעקשאן אין עווערידזש, אבער עס דערקענט זיך נישט אויפן s&p און די נעסדעק, ווייל זיי באשטייען 60 פראצענט פון די "מעגא קעפס" וואס האלטן זיך שטארק און זענען ממש נישט געפאלן. און מען דארף פארשטיין די פשט דערפון.

דאס ווערט אנגערופן א "דעפענסיוו באבל". דאס געשעט ווען די אינסטיטושענס און אינוועסטירער ווערן דערשראקן פאר סיי וועלכע סיבה, און לויפן זיך באהאלטן אין די מעגא קעפס, וואס זיי האלטן אז דאס איז מער "סעיף" אין צייט פון א קארעקשאן. די פראבלעם זייערע וואס זיי כאפן נישט איז אבער אז זיי גייען זיך באהאלטן אין א לייבן גרוב, און זיי לאזן איבער גוטע מציאות זיך וואלגערן אין די גאסן. ווייל די פאקט איז, אז די מעגא קאמפאני'ס זענען יעצט היבש אויפגעבלאזן, און קליינע קאמפאני'ס זענען גוט ביליג.

אין די יעצטיגע מצב וועט קיינער נישט האלטן אז די ראסעל איז אין א באבל. עס איז קלאר א גוטע בייאינג אפערטוניטי פאר ווער ס'האלט פון סמאל קעפס און קען פארנעמען די וואלייטיליטי.

איך קען טראכטן פון ציען א פאראלעל פון וואס ס'קומט יעצט פאר ביז צו די דאט קאם באבל.
וויאזוי איז די ראסעל געווען צוריק ביים דאט קאם באבעל אין יאר 2000?

אין די יארן פון 1995 ביז 1999, ווען די באבל איז פארמירט געווארן איז די ראסעל נישט עכט געווען חלק פונעם באבעל. עס איז געשטיגן אין די 5 יאר אן עווערידזש פון 15% א יאר. דאקעגן איז די s&p געשטיגן 28% פער יאר, און די נעסדעק 58% פער יאר! די חילוק אין פערפארמענס איז בערך ווי היינט צוטאגס אין די לעצטע 5 יאר.

וואס האט פאסירט אין די 5 יאר דערנאך? אין די שווערע עקענאמישע לאגע אין די יארן פון 2000 ביז 2004 איז די ראסעל גאר געשטיגן 8% א יאר, די s&p איז געפאלן מיט 1% א יאר, און די נעסדעק האט פארלוירן איבער 10% יערליך.

אז מען קוקט גוט זעט מען אז די בעסטע יארן פארן ראסעל איז בדוקא געווען אין נישט אזוינע גוטע יארן פאר די עקענאמיע אדער אין יארן וואס די פעדעראלן האבן געהעכערט די אינטרעסט צינזן. דערפאר האלטן רוב אנאליסטן אז די קומענדיגע יאר גייט זיין א סמאל קעפ יאר.
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

זייער אינטרעסאנט.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט איז פארגעקומען די 63'טע יערליכע קאנפרענץ פון די American Society of Hematology ווי עס האבן אנטיילגענומען א צאל פון איבער 200 ביאטעק און לייף סייענס פירמע'ס וואס יעדער פון זיי האט פארגעשטעלט חידושים אין איר פעלד.

עס קען גאנץ מעגליך זיין אז די דאזיגע קאנפרענץ זאל זיין די ווענפונקט וואס זאל רעזאלטירן אין א רעווערסעל אויף ארויף אין די היסטאריש נידריגע בייאטעק אינדעקסן. ימים ידברו.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ר' יום טוב האט געשריבן:

גאר אינטערסאנט!

כה לחי!

חזק ואמץ!
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח ר' יום טוב פאר אלעם.

געכאפט היינט א בליק אויף BUL פון וואס דו האסט גערעדט. איך זעה בלויז אז זיי לייגן א שטארקע פאוקוס אויף 'פרי קעש פלאו' סטאקס. דאס הייסט, קאמפאניס וואס בלייבן איבער מיט 'קעש' נאך אלע הוצאות. איך כאפ נישט די גרויסע מעלה דערפון. ווייל עס ווענדט זיך אלעמאל פארוואס די קאמפאני נוצט די קעש. אויב לאמיר זאגן אז די קאמפאני נוצט די קעש צו אפצאלן חובות, אדער צו אפקויפן נייע קאמפאניס וכו', איז דאס נישט קיין פראבלעם. פארקערט, אויב די קאמפאני פיילט סתם קעש, וועט עס זיכער אריינרעדן אין די גראוט. דאס הייסט, די גראוט גייט נישט זיין אזוי שטארק.

בכלל קען אמאל זיין א קאמפאני וואס האט א FCF, אבער האט אנשטאט אנגעזאמעלט חובות. וואס איז די מעלה דערפון? אז ער קען ווייזן פאר יעדעם אז ער פרי קעש פלאוט?

סך הכל כאפ איך נישט די פוינט פון זיך ארויפכאפן בלויז אויף FCF אן קוקן אויפן גאנצן בילד.

(איך האב אויך נישט געזעהן אז זיי צילן דוקא אויף נידעריגע PE. מסתם האב איך עס פארזעהן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

MDT - די פירמע איז א ריזיגע מעדיקעל פירמע וואס איך האב מיך דא א בלאט צוריק געוואונדערט פארוואס ס'איז לעצטנס געפאלן מיט ערנסטע פראצענטן, נאכדעם וואס פריער אין יאר איז זי זייער שטארק געפאמפט געווארן דורך די גרויסע העדזש פאנדס וועלכע האבן איר ארויפגעפירט גאר הויעך און אוועקגעווארפן ABT, בו בזמן ווען איך בין געבליבן זיצן מיט ABT אין ליידן אין פריידן.

היינט האט די FDA צוגעשיקט א ווארענונג פאר MDT איבער איר דייעבעטיק אינסולין פאמפ'ס, און איר סטאק האט נאכמער געטראסקעט, און איר קאמפעטישן סטאקס ווי TNDM און PODD זענען שטארק געשטיגן.

וואס מען נעמט ארויס דערפון, אז געווענליך האבן די העדזש פאנדס אינסייד אינפארמעישאן ווען עפעס טויגט נישט, און אז א גוטע סטאק פאלט, איז געווענליך דא א סיבה דארונטער און מען שטייט ווייט.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

א גרויסע שכח פאר ר’ יו"ט פאר דיינע רייכע תגובות.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

ר' יום טוב האט געשריבן:MDT - די פירמע איז א ריזיגע מעדיקעל פירמע וואס איך האב מיך דא א בלאט צוריק געוואונדערט פארוואס ס'איז לעצטנס געפאלן מיט ערנסטע פראצענטן, נאכדעם וואס פריער אין יאר איז זי זייער שטארק געפאמפט געווארן דורך די גרויסע העדזש פאנדס וועלכע האבן איר ארויפגעפירט גאר הויעך און אוועקגעווארפן ABT, בו בזמן ווען איך בין געבליבן זיצן מיט ABT אין ליידן אין פריידן.

היינט האט די FDA צוגעשיקט א ווארענונג פאר MDT איבער איר דייעבעטיק אינסולין פאמפ'ס, און איר סטאק האט נאכמער געטראסקעט, און איר קאמפעטישן סטאקס ווי TNDM און PODD זענען שטארק געשטיגן.

וואס מען נעמט ארויס דערפון, אז געווענליך האבן די העדזש פאנדס אינסייד אינפארמעישאן ווען עפעס טויגט נישט, און אז א גוטע סטאק פאלט, איז געווענליך דא א סיבה דארונטער און מען שטייט ווייט.


זייער אינטרעסאנט, עס קוקט טאקע אזוי אויס, אבער וויאזוי קען דאס זיין? (עס איז דאך נישט לעגאל.)
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

נישט אייביג טוען זיי לעגאלע זאכן! אין טאקע ווייל זיי זענען גרויס טוען זיי האבן אסאך קאנעקשאנס, טיילמאל פאר'ן ריכטיגן פרייז.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”