סטאקס

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

clov
א פרישע short squeeze

(איך טו נישט די סארט זאכן, אבער איך האלט אז ס'איז מער לעגיטים און עטיש ווי דאס שארטן א סטאק)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ר' יום טוב האט געשריבן:(איך טו נישט די סארט זאכן, אבער איך האלט אז ס'איז מער לעגיטים און עטיש ווי דאס שארטן א סטאק)

קענסט מסביר וואס זאל זיין אומעטיש צו שארטן א סטאק? אויב א סטאק איז יעצט לשיטתי אווערוועליוד און גייט זיכער זינקען אין דער אדמה פארוואס זאל יענער נישט פארדינען און אין דער זעלבער צייט געבן פארקויפן א פראדוקט פאר איינעם וואס האלט אז עס גייט שטייגן?

(איך רעד א פלעינע שארט, נישט ווען עס איז טאקע דא אישוס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קנאפער ידען האט געשריבן:קענסט מסביר וואס זאל זיין אומעטיש צו שארטן א סטאק? אויב א סטאק איז יעצט לשיטתי אווערוועליוד און גייט זיכער זינקען אין דער אדמה פארוואס זאל יענער נישט פארדינען און אין דער זעלבער צייט געבן פארקויפן א פראדוקט פאר איינעם וואס האלט אז עס גייט שטייגן?

(איך רעד א פלעינע שארט, נישט ווען עס איז טאקע דא אישוס.)

שארטן א סטאק מאכט אז די פרייז זאל אראפגיין, פשוט צוליב סופליי און דימענד, ווען א סטאק גייט אראפ, טוהט עס אפעקטירן וויפיל געלט די קאמפיני קען באקומען פון אינוועסטערס, דאס אליין קען אוטנערברענגען א קאמפיני, מילא פארשטיי איך אז מען זאל זאגן אז דאס איז אומעטיש.

האלטסט א סטאק גייט אראפגיין? קויף א פוט אפשען, אדער פארקויף א קאלל. דאס טוהט נישט אזוי שטארק אפעקטען די סטאק
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בבקשה האט געשריבן:

אבער דאס שארטן א סטאק איז א זייער סימפעל טרענזעקשאן (די בעיסיק דערפון.) און אויב דאס איז סופליי ענד דימענד דאן דאן דאס איז דער סופליי ענד דימענד.

דער מציאות אז מענטשן גייען דאן צאלן ווייניגער פאר דער סטאק מאכט נישט דער ארגיענעלער טרענזעקשאן אומעטיש, עס מאכט עס בס"ה זיין נישט גוט פאר דער קאמפאני (און אפשר זענען זיי זיך ווערד די נישט-גוט-קייט ווייל זיי זענען אן אפגעריסן קאמפאני וואס איז דער סיבה דער שארטער וועט עס שארטן.)

נישט אזוי?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
שארטן א סטאק מאכט אז די פרייז זאל אראפגיין, פשוט צוליב סופליי און דימענד, ווען א סטאק גייט אראפ, טוהט עס אפעקטירן וויפיל געלט די קאמפיני קען באקומען פון אינוועסטערס, דאס אליין קען אוטנערברענגען א קאמפיני, מילא פארשטיי איך אז מען זאל זאגן אז דאס איז אומעטיש.

האלטסט א סטאק גייט אראפגיין? קויף א פוט אפשען, אדער פארקויף א קאלל. דאס טוהט נישט אזוי שטארק אפעקטען די סטאק

אבער דאס שארטן א סטאק איז א זייער סימפעל טרענזעקשאן (די בעיסיק דערפון.) און אויב דאס איז סופליי ענד דימענד דאן דאן דאס איז דער סופליי ענד דימענד.

דער מציאות אז מענטשן גייען דאן צאלן ווייניגער פאר דער סטאק מאכט נישט דער ארגיענעלער טרענזעקשאן אומעטיש, עס מאכט עס בס"ה זיין נישט גוט פאר דער קאמפאני (און אפשר זענען זיי זיך ווערד די נישט-גוט-קייט ווייל זיי זענען אן אפגעריסן קאמפאני וואס איז דער סיבה דער שארטער וועט עס שארטן.)

נישט אזוי?

א שארטער מאכט אז עס די סופליי זאל ארויפגיין, דאס מאכט אז די פרייז זאל אראפגיין.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בבקשה האט געשריבן:א שארטער מאכט אז עס די סופליי זאל ארויפגיין, דאס מאכט אז די פרייז זאל אראפגיין.

ווייל די סופליי איז טאקע ארויף (בעיסיקלי איינער וואס האט אזאנע שערס אויפן מאמענט, אייגן צו געבארגט מאכט נישט עכט אויס, האלט אז פאר דער פרייז וואס דער סטאק איז יעצט איז ער גרייט עס צו פארקויפן.)

דער שארטער טעקניקלי אונט דער סטאק און ער פארקויפט עס. דאס אז ער פלאנירט עס שפעטער צו צוריקקויפן און צוריקגעבן זע איך נישט וואס עס מאכט עס ווייניגער ארגאניש.

אנדערש ווי דער שארט סקוויזער וואס טוט עפעס וואס ער האלט נישט עכט (ער קויפט דער סטאק פאר אסאך געלט מער ווי דער סטאק איז אפשר ווערד אפילו לויט אים) נוצט דער שארטער פשוט די לענדינג מארקעט צו קענען פארקויפן סטאק וואס ער האט. דער לאנג בייער וואס קויפט אויף מארדזשין בארגט אויך געלט און אינפלעיט די פרייז (צוליב מער דימענד) מיט געלט וואס ער האט נישט אליינס נאר עס איז געבארגט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

האלט מיט ווען עפעס קאכט זיך...
https://www.tradingview.com/markets/sto ... rs-active/
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מ'האט אויפגעוועקט א שלאפעדיגע בער.
pharma - וואס איז די לעצטע פאר יאר כמעט נישט געשטיגן איז אין די לעצטע טאג up מיט 4%
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

VRTX
כאטש וואס איך גלייך נישט צו רעקאמאנדירן סטאקס, און איך אינוועסטיר כמעט נאר אין etfs, גיי איך נישט ארויסלאזן אזא זעלטענע ווערטפולע מציאה.
מארגן וועלמיר אי"ה קויפן.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובה דורך להודות »

ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX

עס איז געפאלן 12% נאך 4 אזייגער. וועלכע פרייז איז די מציאה, פארוואס, און איז עס פאר שארט טערם ביז עס גייט צו...? אדער לאנג?

להודות האט געשריבן:

איך בעט קיינעם זאל מיך נישט פאלגן, איך זאג בלויז וואס איך טו.
איך פאלג שוין לאנג נאך די פירמע, איך האב עס שוין עטליכע מאל געטרעידעט. ס'איז ווארשיינליך נישטא נאך אזא וועליו large cap biotech מיט אזא שטארקע רעיטינג.
די פרייז איז ביז יעצט אויך געווען זייער undervalued - און מיט די יעצטיגע טראסק צו 190 זעט עס אויס צו זיין א מציאה. די עכטע וועליו פון די סטאק איז לויט אלעמען כאטש 260-300 עס קען אבער ווארשיינליך נעמען א יאר עס זאל אנקומען דארט. אויפן etf פעלד איז דאס א גרויסע האלדינג ביי BBH
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ר' יום טוב האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX
כאטש וואס איך גלייך נישט צו רעקאמאנדירן סטאקס, און איך אינוועסטיר כמעט נאר אין etfs, גיי איך נישט ארויסלאזן אזא זעלטענע ווערטפולע מציאה.
מארגן וועלמיר אי"ה קויפן.

עס איז געפאלן 12% נאך 4 אזייגער. וועלכע פרייז איז די מציאה, פארוואס, און איז עס פאר שארט טערם ביז עס גייט צו...? אדער לאנג?

איך בעט קיינעם זאל מיך נישט פאלגן, איך זאג בלויז וואס איך טו.
איך פאלג שוין לאנג נאך די פירמע, איך האב עס שוין עטליכע מאל געטרעידעט. ס'איז ווארשיינליך נישטא נאך אזא וועליו large cap biotech מיט אזא שטארקע רעיטינג.
די פרייז איז ביז יעצט אויך געווען זייער undervalued - און מיט די יעצטיגע טראסק צו 190 זעט עס אויס צו זיין א מציאה. די עכטע וועליו פון די סטאק איז לויט אלעמען כאטש 260-300 עס קען אבער ווארשיינליך נעמען א יאר עס זאל אנקומען דארט. אויפן etf פעלד איז דאס א גרויסע האלדינג ביי BBH

הערנדיג אזא ווארימע רעקאמעדאציע פון ר' יום טוב האב איך אריינגעקוקט דערין, עס זעהט מיר אויס אינטערעסאנט פאר א קאווערד קאל טייפ אוו פאזישן, אויב וועל איך מאכן די טרעיד וועל איך בל"נ פאוסטן אין די אפשענס אשכול.

די מעלה פון פארקויפן א קאל איז אז אויב די סטאק בלייבט אין א רעינדש פאר א וויילע קען מען מאכן שיין, די חסרון איז אז אויב פליט עס ארויף 'אסאך' 'גראד' נאכן עפענען די טרעיד מאכט מען ווייניגער, אזוי ווי איך האלט נישט אז איך קען טיימען די טרעיד מאוסט אוו די טיים בעפארצוג איך א קאווערד קאל איבער פלעין סטאק.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX
כאטש וואס איך גלייך נישט צו רעקאמאנדירן סטאקס, און איך אינוועסטיר כמעט נאר אין etfs, גיי איך נישט ארויסלאזן אזא זעלטענע ווערטפולע מציאה.
מארגן וועלמיר אי"ה קויפן.

טענקס! געקויפט פאר $189 פרי מארקעט (שוין אפ באלד 5%...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX

ר' יום טוב:
וועלעכע קוקט דיר אויס בעסער די QQQ אדער די TQQQ ?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לעכטל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX

ר' יום טוב:
וועלעכע קוקט דיר אויס בעסער די QQQ אדער די TQQQ ?!

QQQ

TQQQ is leveraged
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

האט איינער דא אן אקאנט ביי North east community bank? זיי האבן לעצטענס געשיקט א אפער צי קויפן זייער שעיר פאר 10 א שטיקל.
וויסט איינער צי דאס איז ווערט עפעס?
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ראש המערכה האט געשריבן:האט איינער דא אן אקאנט ביי North east community bank? זיי האבן לעצטענס געשיקט א אפער צי קויפן זייער שעיר פאר 10 א שטיקל.
וויסט איינער צי דאס איז ווערט עפעס?

א גוטע סטאק איז עס נישט (עס איז נישט ליסטעד אויף א מעידזשער עקסטעינדזש אויפן מינוט) און איז געלאפן די יאר אליינס צווישן $8 און $17. ווי אויך איז דער יעצטיגער אפפערינג (פון $10 א שער, ווי באריכטעט דא https://www.spglobal.com/marketintellig ... n-63069706) איז איז נישט זייער סימפעל און איז בין נישט זיכער ווי גרינג עס וועט דיר זיין צו פארקויפן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:האט איינער דא אן אקאנט ביי North east community bank? זיי האבן לעצטענס געשיקט א אפער צי קויפן זייער שעיר פאר 10 א שטיקל.
וויסט איינער צי דאס איז ווערט עפעס?

א גוטע סטאק איז עס נישט (עס איז נישט ליסטעד אויף א מעידזשער עקסטעינדזש אויפן מינוט) און איז געלאפן די יאר אליינס צווישן $8 און $17. ווי אויך איז דער יעצטיגער אפפערינג (פון $10 א שער, ווי באריכטעט דא https://www.spglobal.com/marketintellig ... n-63069706) איז איז נישט זייער סימפעל און איז בין נישט זיכער ווי גרינג עס וועט דיר זיין צו פארקויפן.

ווי איך פארשטיי זענען זיי בכלל נאכנישט פאבליק, זיי גייען יעצט ארויס צום ערשטן מאהל. קודם שיקן זיי פאר זייערע קאסטאמערס, נאכדעם גייען זיי לייגען די איבריגע פאבליק.
די האסט ערגעץ שוין געזעהן ווי מ'קען קויפן זייער סטאק?
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ראש המערכה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:האט איינער דא אן אקאנט ביי North east community bank? זיי האבן לעצטענס געשיקט א אפער צי קויפן זייער שעיר פאר 10 א שטיקל.
וויסט איינער צי דאס איז ווערט עפעס?

א גוטע סטאק איז עס נישט (עס איז נישט ליסטעד אויף א מעידזשער עקסטעינדזש אויפן מינוט) און איז געלאפן די יאר אליינס צווישן $8 און $17. ווי אויך איז דער יעצטיגער אפפערינג (פון $10 א שער, ווי באריכטעט דא https://www.spglobal.com/marketintellig ... n-63069706) איז איז נישט זייער סימפעל און איז בין נישט זיכער ווי גרינג עס וועט דיר זיין צו פארקויפן.

ווי איך פארשטיי זענען זיי בכלל נאכנישט פאבליק, זיי גייען יעצט ארויס צום ערשטן מאהל. קודם שיקן זיי פאר זייערע קאסטאמערס, נאכדעם גייען זיי לייגען די איבריגע פאבליק.
די האסט ערגעץ שוין געזעהן ווי מ'קען קויפן זייער סטאק?

זייער סטאק איז שוין עוועליבעל (סימבאל איז NECB) אלץ OTC סטאק (נישט ליסטעד אויף א נארמאלע עקסטשעינדזש (זע למשל דא https://www.marketwatch.com/investing/stock/necb.)

יעצט ריארגאנאזירן זיי זיך אונטער א צווייטע האלדינג קאמפאני נאמען און גייען פארקויפן די איבריגע חלק פון די שערס וואס גייען נישט געהערן צו די ביז איצטיגע שער האלדערס. און אלע צוזאמען וועלן אונען 100% פון דער נייער קאמפאני (וואס זעט אויס גייט יא זיין נארמאל ליסטעד.)

עכ"פ עס איז נישט ווי דו קויפסט א נארמאלע עסטעבלישט סטאק. און עס זעט נישט אויס ווי א מורא'דיגע דיסקאונט פון דער פרייז וואס די NECB שערס גייען בערך ביי (עס איז טאקע אויפן מינוט ביליגער). איך וואלט געזאגט שטיי אוועק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

שפיצער האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:צוויי א.ג. "מעמא-סטאקס" וואס האבן היינט געהאט גאר א שטארקן טאג זענען amc און gme .
Amc האט געזעהן א 23% געין און gme אריבער 13%, ברענגענדיג צו שפעוקלאציעס איבער א פרישע שארט סקוויז ענליך צו די יאנואר סקוויז וואס האט ארויפגעשאסן געים סטאפ שעירס צו א היסטארישע 500 הייעך .
געים סטאפ וואס די לעצטע וואכן האט עס געטראסקעט פון אריבער 200 צו אונטער 140 האט היינט געענדיגט ביי 164 .דערגרייכנדיג אינמיטן טאג צו אזוי הויעך ווי 170!
קיט גיל פון די גרעסטע שעירהאלדערס אין די פירמע האט צוריק אין אפריל געטוויט אז מאי דער דרייצענטער וועט זיין א שטארקער טאג פאר די סטאק ,סדא פארשידענע טעאריעס וויאזוי דער בחור האט דאס פאראויסגעזעהן .

די צוויי דערמאנטע סטאק'ס האבן דערווייל גאנץ א שטארקער טאג.

עמיצער האט געטוויט א אנאליז אויף די נאכאנאנדיגע שטייגן פון די צוויי א.ד. סטאקס:

IMG-20210615-WA0006.jpg
IMG-20210615-WA0006.jpg (161.18 KiB) געזען 1165 מאל

---
פאר קאנטעקסט:
איינער וואס האט אריינגעלייגט א צענער אין amc א חודש צוריק וואלט אצינד געזיצן מיט 1k שעירס .
לויט די "איצטיגע" פרייז איז דאס ווערט 62k!!!

#notfinancialadvise
לעצט פארראכטן דורך שפיצער אום דינסטאג יוני 15, 2021 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יואלי פערל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

QDEL

קוקט אויס זייער oversold - עס קען נאכמער פאלן.
ס'איז א שטארק פראפיטבארע פירמע וואס האט די פאטענציאל צו ווערן א מעגא פירמע ווי ABBOTT
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:VRTX
כאטש וואס איך גלייך נישט צו רעקאמאנדירן סטאקס, און איך אינוועסטיר כמעט נאר אין etfs, גיי איך נישט ארויסלאזן אזא זעלטענע ווערטפולע מציאה.
מארגן וועלמיר אי"ה קויפן.

טענקס! געקויפט פאר $189 פרי מארקעט (שוין אפ באלד 5%...)

VRTX זעהט אויס ווי ער גייט באזוכן קרח :(
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

XBI
און אלע biotech איז היינט גוט צוריקגעפאלן, גוטע געלעגנהייט צו קויפן.

מ'דארף וויסן אז XBI איז א equal weighted index און דעריבער איז עס זייער volatile אויפן קורצן טערמין. עס קען סווינגען אין איין טאג 3-4 פראצענט.
וואס איך טוה דעריבער, איך גלייך עס אויס 75/25 מיט א market weighted index ווי IBB אדער BBH, זיי זענען טאקע אביסל שוואכער אויפן לאנגן טערמין, אבער עס גיבט מער דייווערסיטי.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

https://www.fool.com/amp/investing/2021 ... als-stock/
זאגט פאר א שוואכע צוקונפט פאר VRTX און עצה'ט אוועק צו שטיין פון biotech
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

להודות האט געשריבן:https://www.fool.com/amp/investing/2021/06/15/is-it-too-late-to-buy-vertex-pharmaceuticals-stock/
זאגט פאר א שוואכע צוקונפט פאר VRTX און עצה'ט אוועק צו שטיין פון biotech

דער שרייבער איז פון די מעינסטרים אינוועסטירער.
עס איז דא צוויי סארט אינוועסטירער. עס איז דא די וואס לויפן נאך די מארקעט דירעקשאן און זוכן צו כאפן א שנעלן דאלער. זייער פארטפאליא וועט באשטיין בערך אזוי:
אויל סטאקס. קריפטא. די ARK. סייקליקעל סטאקס. סעמיקאנדאקטאר. קענאביס. סאלער. פיינענשאל'ס. פעני סטאקס. און אנדערע שפעקולירנדע אינוועטמענטס.
און זיי האלטן אין איין טוישן פאזישאנס.

איך בין פון די אנדערע סארט. איך האלט גראדע פון growth ענדערש פון וועליו. אבער איך קוק נישט אויף היינט נעכטן און מארגן. איך קוק אויף וואס ס'קען איבערשטייגן די s&p אויפן לאנגן טערמין. יעצט ווען די מעינסטרים אנטלויפט פון biotech איז די צייט צו קויפן, יעצט איז דאס ביליג. און איך האב נישט ליב צו רעקאמאנדירן א סטאק, ענדערש א etf וואס די ריסק איז פיל קלענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”