וואקאציע אין מעקסיקא: Cancun - Playa del Carmen - Cozumel

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

וואקאציע אין מעקסיקא: Cancun - Playa del Carmen - Cozumel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

דיסקלעמער: איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף די אויסגעהאלטענקייט אדער כשרות פון די פלעצער, עס איז בלויז פאר informational purposes only,


איך וועל פרובירען צו באשרייבען אין די נעקסטע וואך די 3 מערסטע באזוכטע פלעצער אין מעקסיקא,

1) קענקאן Cancun 

2)  פליע דעל קארמען Playa del Carmen

3) קאזמעל Cozumel

ביטע האלטען די אשכול בלויז פאר נייעס/ אינפארמאציע ארום מעקסיקא


אפאר קליינע הקדמות איבער מעקסיקא בעפאר איך באשרייב מיין פארזענליכע וואקאציע,


געלט 

די מעקסיקא געלט הייסט פעססא, איין us דאלער פאר 18-21 פעססא,

מ'קען נוצען us dollars  פאר רויב זאכען אבער עס קומט אויס ביליגער צו נוצען פעססא, מ'קען ארויס נעמען פון יעדע ATM Machin, נישט יעדער נעמט אן קרעדיט קארטס.


טעקסי 

עס איז נישט דא Uber, אפשטעלען סתם א טעקסי איז זייער נישט פארזיכערט אין מ'קען אייך אויסליידיגען די טאשן.

די מערסטע פארזיכערט איז צו באשטעלן א טעקסי דורך די האטעל אדער חב"ד 
לעצט פארראכטן דורך אברהם אבינו אום פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:49 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יעי כקען קוים ווארטן צו עס ליינען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

א גרויסן דאנק, קענט וועיט.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך iyou »

ש'כח
מיר ווארטן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מען דארף וויסן ווען צו פארן, מען דארף וויסן ווען צו בלייבן אינדערהיים.
(בניגון קאנטרי יאסי - בערך שנת תשל"ד)
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך iyou »

Kosher Travel האט געשריבן:מען דארף וויסן ווען צו פארן, מען דארף וויסן ווען צו בלייבן אינדערהיים.
(בניגון קאנטרי יאסי - בערך שנת תשל"ד)


וואס מיינסטו צו זאגן ?
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

thanks a lot hope to get clear info
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

אברהם אבינו האט געשריבן:איך וועל פרובירען צו באשרייבען אין די נעקסטע וואך


עלמער אויסווארטן...
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

iקאנקאן - cancun



שוין צוערשט נעמט מען א פליגער פין ניו יארק צום Cancun international Airport

א רייזע פון 4 שעה, די וועג צוריג איז בערך 3 שעה מיט פופצן מינוט


די שטאט איז באוויסט מיט איר קריסטעל בלוי וואסער אין ווייסע זאמד ברעגעס ,עס איז א שטאט ביים סוף פון מעקסיקא ביי די גאלף אף מעקסיקא (די אנדערע עק פון פלארידע). די שטאט איז געווען נאכגעלאזט, און אין 1970 האט די רעגירונג געוואלט פארוואנדלן די שטאט פאר א ריזארט פלאץ מיט'ן חשבון אז ס'וועט בויען די ארטיגע עקאנעמי האט זי געהאלפן פיינענסן די ערשטע 9 האטעלס, און אין 1974 איז שוין געשטאנען די ערשטע פאר האטעלס, היינט געפינט זיך שוין דארט 143 האטעלס מיט איבער 30.000 האטעל צימערן, קאנקאן איז א פלאץ וואס איז אייביג הייס, סוף זומער קען זיין אזוי הייס ביז 120 דעגרי, אויך רעגנט דארט זייער ווייניג, עס באזוכן דארט ארום 5 מיליאן מענטשען א יאר, די הייסע סיזען איז פון דעצעמבער ביז אפריל.

די שטאט איז צוטיילט אין צוויי קודם איז דא די דאונטאון געגנט ווי דארט וואוינט מען און נאכדעם איז דא די ריזארט וואס דארטן געפינט זיך נאר האטעלס, שאפינג מאלל'ס, און אטרעקשינס.
די ריזארט פלאץ איז ארומגענומען מיט וואסער, און א לאנגע גאס פארט דורך דארט און עס איז דא אלעס אויף ביידע זייטן פון די גאס,


די זייגער איז די זעלבע ווי ניו יארק.
די רעגירונג האלט די פלאץ פארזיכערט ווייל דאס בויעט די דארטיגע עקאנעמי איז מורא האבן ווייל ס'הייסט "מעקסיקא" איז נישט דא פון וואס.

א ראונד טריפ טיקעט פון ניו יארק קיין קאנקאן קאסט ארום $350 דאלער.

ס'איז דא האטעלס וואס זענען אלל אינקלאסיוו וואס דאס מיינט אז זיי שטעלן צו שאוס, טרינקען און נאך בחינם (מ'באקומט א בענד אויפ'ן הענט ווען מ'קומט אריין אין האטעל, און מיט דעם קען מען הנאה האבן פון אלעס וואס די האטעל שטעלט צו).
די ערשטע זאך ווען מ'קומט אן דארט באפאלען דיך אלע טעקסי אין קאר רענטעל קאמפעניס, די קולות גייען ביזען הימעל,

ווי געשמועסט פריער מאכט זיכער צו באשטעלן פון פאראויס,

די וועטער איז יעצט בערך 85 דעגרי,

עס געפינט זיך דארט א חב"ד צענטער וואס שטעלט צו מנינים
http://www.JewishCancun.com
(+521) 998-219-5601

רוב יודישע עולם וועט גיין אין די האטעלס ארום חב"ד

די 5 מערסטע פאפעלערע האטעלס וואס זענען walking distance צו חב"ד איז ווי פאלגענד,

1) Hyaat Ziva – all inclusive
זייער א שיינע האטעל, היבש טייער $600-$700 א נאכט - 6 מינוט וואקען צו חב"ד

2) Altitude by Krystal - all inclusive - זייער א שיינע אין טייערע האטעל אקעגען איבער חב"ד $900 א נאכט


3) Grand Fiesta Americana – all inclusive

נאך א 5 שטערן האטעל אקעגען איבער חב"ד $500-$600 א נאכט


4) hotel RIU

א 3 סטאר האטעל ביים וואסער $250 א נאכט


5) Intercontinental president hotel

צען מינוט וואקען צו חב"ד, גאר שיין איבערגעבויט לעצטע יאר אויך ביים וואסער $300-$350 א נאכט

6) JW MARRIOTT בערך 8 מינוט מיט א קאר, זייער שייין נישט צו טייער, $300-$350 א נאכט

עסן:


ביי חב"ד קען מען באשטעלן עסן און ס'ווערט דעליווערט צום האטעל אבער עס דארף זיין 1 טעג פארדעם,
אזוי אויך געפינט זיך

2 פליישיגע אין צוויי מילכיגע רעסטאראנטס

1) ember steakhouse, א היי קלעס רעסטעראונט אונטער חב"ד

2) vico kosher grill, א נייע היי קלעס פליישיגע רעסטעראונט

3)Kosher Italian Gourmet א מילכיגע רעסטאראנטס
4) Dag dag, א ביליגע מילכיגע פלאץ פאר לאנטש מיט א קליינע מעניו



[i]בילדער פון Hyatt Ziva Cancun
אטעטשמענטס
Hyatt-Ziva-Cancun-hotel.jpg
Hyatt-Ziva-Cancun-hotel.jpg (285.44 KiB) געזען 5218 מאל
Hyatt-Ziva-Lighthouse..jpg
Hyatt-Ziva-Lighthouse..jpg (172.1 KiB) געזען 5219 מאל
Hyatt-Ziva-Cancun-.jpg
Hyatt-Ziva-Cancun-.jpg (187.99 KiB) געזען 5219 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם אבינו אום מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:08 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח פאר דיין קלארע באריכט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך iyou »

תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם
אברהם אבינו, יישר כח פארן באריכט!
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

אברהם אבינו האט געשריבן:קאנקאן - cancun

בילדער וועלען נאכפאלגען אי"ה


א ריזן דאנק!
ווארטן מיר צו הערן איבער די אנדערע 2 דערנעבנדיגע וואקאציע ערטער, ובעיקר playa

cozumel איז גאר וווייניג באקאנט, ספעציעל אז ס'נעמט מסתמא לענגער אנצוקומען צו דעם אינזל, דורכ'ן שיף אדער דורך קאנעקטינג פלייט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אברהם יישר כח פארן אשכול
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

פלאיא דעל קארמען -playa del carmen
איז א סיטי פערציג מינוט מיט א קאר פון די אינטערנאציאנאלע עירפארט אין קענקאון, מעקסיקא
די סיטי זיצט לענגאויס די קאריביען ים ברעג מיט הערליכע פאנאראמישע אויסקוק אויף די אקעאן, די ים ברעג איז וועלט בארימט מיט איר זעלטענע ווייסע זאמד און בלויע וואסערן
פלאיא באשטייט פון א סיטי סטייל געגענט און א מער אוירבן סטייל געגענט
אין די סיטי איז פארהאן א בית חב"ד אינטער די אנפירערשאפט פון ר' מענדל ג., זיי פארמאגן א מקוה טהרה, בית מדרש מיט מנינים און אזוי אויך קען מען באשטעלן פריש געקאכטע עסן פארפאקט און דעליווערט צו אייער דעסטינאציע
אזוי אויך געפינען זיך דארטן עטליכע רעסטעראונטען מילכיג און פליישיג צוגלייך

צוואנציג מינוט מיט א קאר פון די סיטי געגענט געפינט זיך א געיטעד פראפערטי מיטן נאמען מאיא-קאבע-mayakoba
, די פראפערטי איז גרויס 240 אקער לאנד און זיצט ביים בארטן פונעם אקעאן

מאיע קאבע איז צעטיילט צווישן פיר באזינדערע רעזארטס,
1) Roosewood
2) Fairmont - רוב פון רי רעזארט איז אונטער רענאוואציע ביז סוף זומער 2022
3) Andaz
4) Banyan Tree
די מערסט באקאנט איז די באניאן טרי האטעל וואס ווערט באנוצט אסאך דורך היימישע אידן



אנקומענדיג צו מאיא קאבע אנפלעקט זיך א הערליכע טויער ארומגענומען מיט פילע ערליי בלומען אוו געוויקסן געבענדיג א געפיל פון א אור אלטע שלאס פון א רייכען פריץ. ביים טויער שטייען עטליכע שומרים ווי ביי א גרעניץ קאנטראל און פירן דורך א גרינטליכע איבערזיכט בעפאר אריינלאזן איינעם אינעם רעזארט, און דו טו קאוויד נעמען זיי אויך די טעמפראטור פונעם דרייווער און טיילמאל אויך פון די פאסאנזשירן.

נאכפאלגענדיג די שולדן מיט דירעקציעס שלענגעלט מען זיך דורך שמאלע שטראזן פון הערליכע געגאסענע שטיינער ארומגענומען מיט הערליכע ביימער אזש מ'מיינט אז מ'פארט יעצט דורך א זשאנגעל אין די עמעזאנס
יעדע וויילע קומט מען א צו א פרשת דרכים מיט שולדן פון פארשידענע דעסטינאציעס

ענדליך זעהט מען שוין א טאוועל וועלכע מעלדט אז אט אט דערגרייכט מען די באניאן טרי האטעל


ביים הויפט אריינגאנג שטייען שוין גרייט עטליכע יוצא משרתים גרייט צו באדינען די פרישע געסט מיט סיי וואס, דער אויבער משרת פרעגט אינזער נאמען און בייגט זיך דעם קאפ צו באגריסן דיין מאיעסטעט….

די משרתים נעמען ארויס די געפעק פונעם קאר און דער הויפט משרת הייסט אים נאכגיין. ער פירט אונז ארויף א פלייט פון אפענע שטיגן צו א הערליכע גאניק, דארטן אויפן גאניק ליגן אויסגעלייגט שיינע באקוועמע קאוטשעס און בענק און דער משרת הייסט אונז זיך זעצן.

ווי נאר אונז זיץ מיר קומט נאך א משרת אונז אנבאטן מיט קאלטע וואסער און נאך עפעס א גרינע משקה אויסגעקוועטשט פאר פארשידענע טראפישע פרוכט.

דער הויפט משרת בייגט זיך אראפ צו זיינע קניען און הייבט אן נעמען אינזער אינפארמאציע, איי די קארטעלעך, קרעדיט קארטל וכו'

נאך א וויילע קומט ער צוריק מיט א קאנווערט וועלכע ענהאלט אלע דעטאלן פונעם רעזארט און ווייזט אונז צו צו א באג"י (גאלף קאר) וועלכע שטייט שוין גרייט מיט אינזערע פעקלעך און אונז אפצופירן צו אינזער ווילא

די א.ג. האטעל באשטייט בלויז פון פריוואטע ווילאס גרעסערע און קלענערע און מיט פארשידענע אפגרעידס
רוב ווילאס קומען מיט א פריוואטע שווים באסיין ארומגענומען מיט חומות בצורות וגבוהות, אזוי אויך באקומט יעדע ווילא בייקס לויט די קאפצאל וואס שטייען איין דארטן

צו יעדע צייט שטייען צענדליגע משרתים גרייט צו באדינען די געסט מיט סיי וואס ס'פעלט נאר אויס

די ווילאס זענען אויסגעשטעלט אויף געשלעגענטע שטעגלעך אויף א רייע פארנעם

ביים אריינגאנג צום רעזארט געפינט זיך א מענטשליך ערצייגטע טייך אין פארום פון א באקס וואס ציעט זיך ארויס צו א קאנאל וואס מיר וועלן שפעטער שרייבן דערוועגן
די טייך איז ארומגערינגעלט מיט א צוויי שטאקיגע בנין מיט פארשידענע איינריכטונגען, ווי למשל די טשעק אין, עטליכע רעסטעראונטען אריינגערעכענט די כשרע "עמבער" פליישיגע רעסטעראונט, א ספא, קאנפרענץ רום, א ביזנעס סענטער וועלכע ווערט באנוצט אלץ א בית מדרש, א גוועלבעל מיט פארשידענע פראדוקטען, א טוריזים אפיס און עטליכע דעזיגנירטע פלעצער ארומצוזיצן און קאלעצען
די גאנצע צוויי שטאק איז אפען אן פענסטערס און ווערט פארמאכט מיט פאטענטישע שלעקער אין פאל פון א רעגן (וואס איז גאר זעלטען)

דורכאויס די רעזארט פראפערטי געפינט זיך פארשידענע פלעצער ארום צו זיצן און זיך אפריען איינס מער אינטערסאנטער פונעם צווייטן
דאס איז איינס פון די מוראדיגע מעלות אז די פרייוועסי איז אויף א מוראדיגע פארנעם, היות עס איז דא אזויפיל צו גיין, זעהן, טוהן פאר אזא קליינע צאל מענטשען אזש מ'זעהט זיך כמעט נישט איינער דעם אנדערן

די רעזארט פראפערטי ציעט זיך אויס אויף לאנגע שטרעקעס פון וועלדער און פעלדער, קאנאלן און א אויגן פארכאפענדע גאלף קורס ביז עס דערגרייכט די ברעגעס פונעם גאלף אוו מעקסיקא

די רעזארט פארמאגט א אייגענע נעץ מיט ראודס, בריקן און שטעגלעך פאר די באנוץ פון די פיסגייערס, בייקס און באגי"ס

אנצוקמען פון די צענטער פונעם רעזארט ביז צום ים געדויערט 6 מינוט מיט א באג"י און 8 מינוט מיט א בייק

צווישן די פילע שטעגלעך איז דא א הערליכע נאטור טרעיל געאייגענט פאר נאטור ליבהאבער צו זיך באקענען מיט די פארשידענע חיות ועופות וואס דרייען זיך דארטן, טשארעפוכעס איז דא דארטן לרחצה.

ביים ים ברעג איז דא פארשידענע רעסטעראונטען ווי מקען כאפן א קאלטן טרינק אינטערן באקעדיגע זון, היות די ביעטש איז פארמאכט פארן פובליק און דינט בלויז פאר די געסט פונעם רעזארט און עס איז אויסגעשפרייט אויף א ריזיגן שטח איז עס אלגעמיין ליידיג פון מענטשען בפרט אין די צופרי שעהן אדער די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן

מ'קען דארטן דינגען שיפלעך צו ארומשיפלען אין די גאלף אוו מעקסיקא

ווי שוין געשריבן פריער איז די טייכל אין צענטער פונעם סקווער באהאפטן צו א קאנאל, אלזא לאמיר זיך אריבערכאפן אהין
מ'קען רעזעווירן א רייזע מיט א שיפל פריי פון אפצאל ועלכע אנקערט ביים סקווער און לאזט זיך ארויס אויף א רייזע וועלכע געדויערט א דריי פערטעל שעה, דורכאויס די רייזע פארט מען אויפן קאנאל וועלכע שלעגענט זיך דורכאויס די רעזארט פראפערטי, ביז ארויף צום ים ברעג. ( עס זענען דא טייערע ווילאס ביים ים ברעג צו וועלכע מ'קען צוקומען נאר דורך דעם שיפל)

די קאנאל ווערט שמאלער און ברייטער דורכאויס די רייזע, מ'פארט ארינטער עטליכע טונעלן, די דערנעבענדיגע רעזארטן, פארשידענע אינטערסאנטע פייגל וועלכע האדווען זיך ביי די וואסער, טוירטעלס און טיילמאל קען מען אויך זעהן קראקאדילן.

צוריק צום ווילא
די אויסשטעל פון אלע ווילאס זענען בערך די זעלבע
די אריינגאנג צום ווילא איז דורכן הויף ווי עס געפינט זיך די סווימיג פול, צו רעכטס איז דא צוויי באזינדערע לאנזשעס ווי מ'קען זיך אראפלייגן כאפן א דרימל אינטער א דעכל, אפבאקן אדער סתם פארברענגען. אינדערמיט שטייט די קריסטאל קלארע סווימינג פול וועלכע קען געווארימט ווערן לויט אייער גיסטע, הייס, לוילעך, קאלט, א חלק פון די ווילאס האבען אויכעט א הייסע jacuzzi
ווייטער אראפ אויף די רעכטע זייט איז דא עטליכע טרעפ אראפ וועלכע אראפ צום וואסער אויבנדערמאנטע וואסער קאנאל אבער עס איז גענצליך פארשטעלט מיט געדיכטע ביימער און געוויקסן און דארט איז דא א טישל מיט בענקלעך (זייער געאייגענט פאר געשמאקע בלאט גמרא)
דארט ביים עק אויף לינקס איז דא א העמאק זיך צו לופטערן און סווינגען

צו לינקס פונעם סווימינג פול איז די אריינגאנג צום ווילא. לאמיר כאפן א שפאציר אינעווייניג

די רעכטע זייט פונעם ווילא איז די שלאף צימער א ברייטע לופטיגע הויכע דאך, צוויי ווענט איז גלאז וועלכע קוקן ארויס צום סווימינג פון און די וואסער קאנאל
ביי איין עק שטוב איז דא א טישל מיט א בענקל פאר א אפיס'ל, און ביי די אנדערע עק איז דא א באעפט מיט לעדלעך, פריזשעדער, באטלעך וואסער און א קארב אנגעפילט מיט פרוכט, עפל, מאראנצען, באנאנאס וכו'

לינקס פונעם ווילא אריינגאנג איז די וועניטי וועלכע איז כמעט אזוי גרויס ווי א דורכשניטליכע האטעל רום, א וואלק-אין קלאזעט, א באדע צומער, א ברייטע שטוב מיט שאוערס, סינקס און קאונטערס
אויף די לינקע זייט איז דא א גלאזענע טיר וועלכע פירט צו א גיגאנטישע האט טאוב תחת כיפת השמים

אקעגען איבער די סווימינג פול איז דא נאך א גרויסע שטוב, די ליווינג ראום. עס קומט מיט טיש אין בענקלעך צו עסן, סאפעס צו זיצען/ליגען, א קליינע קיטשען מיט טעלערס, גלעזלעך מייקראווע (נישט קאשער)
עס איז דא טעגליך מנינים אין די ווינטער סעזאן

עסן
די רעסטעראונט געפינען זיך אין playa del carmen, אלע דעליווערען פאר א ביליגע אפצאל

1) mosha cube- פליישיג - שניטצעל. שווארמה ...

2) platinum grill - Kosher Magen David Beth Yossef - פליישיג - שניטצעל, שווארמה,

3) pas man - מילכיג, פרישטאג, לאנטש, און סאפער

4) two smokers - פליישיג. אזויווי bbq 306 monsey

5)Ember grill in the banyan tree -Kosher Magen David Beth Yossef- כשרע רעסטעראונט אין די רעזארט אונטער די השגחה פון חב"ד

6)Chik Chak - Kosher Market - כשרע גראסערי


7) chabad at playa del carmen -10th avenida N, between Calle 6N and 8N- מ'קען באשטעלן שבת סעודת, סאפער, דבש מילך, אין קאקוש קעיק,
מ'דארף באשטעלן איין טאג פאראויס


לגבי די פרייזען,
געווענטליך איז דאס $1000-$1300 א נאכט,
אבער אויב מען באשטעלט גענוג פרי קען מען האבען פאר $600-$800 א נאכט געוויסע סעזאנען,
צווישען October אין December וועט געווענטליך זיין ביליגער,

איך רעקאמענדיר צו טשעקען אונליין(expidia) דיי פרייזען- יעדע נאכט איז אנדערש,
דערנאך ווען מ'זעהט א טעג וואס איז עפארדאבעל, רופט מען די היימישע טרעוועל אגענט יעקב אין וועט אייך געבען מיט נאך בערך $100 off פער נאכט,
1347-578-2431
ביטע זאגען אברהם אבינו האט געשיקט- אלץ הכרת הטוב, זה וזה נהנה,

איך האב געצאלט $650 א נאכט, די יודען אין די מנין האבען געצאלט צווישען $600און $1200 א נאכט, א גרויסע חילוק ווען מען באשטעלט.
Chase points, דארף מען טשעקען אויב ס'איז פאר 1.25,
רויב האטעלס אין מעסיקא איז Chase points 1.1

לגבי די כשרע רעסטעראונט אין מנין קען מען נוצען אויב משטייט איין אין איינע פון די 4 האטעלן/רעזארטס
לעצט פארראכטן דורך אברהם אבינו אום זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:08 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

picturs
אטעטשמענטס
rainforest-vitality-pool.jpg
rainforest-vitality-pool.jpg (244.83 KiB) געזען 5903 מאל
chapel-el-pueblito-2.jpg
chapel-el-pueblito-2.jpg (171.79 KiB) געזען 5903 מאל
btmxmy-sands-beach-club.jpg
btmxmy-sands-beach-club.jpg (293.84 KiB) געזען 5903 מאל
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

pictures 2#
אטעטשמענטס
btmxmy-banyan-tree-evening.jpg
btmxmy-banyan-tree-evening.jpg (244.23 KiB) געזען 5902 מאל
btmxmy-haab-dining-experience.jpg
btmxmy-haab-dining-experience.jpg (401.81 KiB) געזען 5902 מאל
btmxmy-lagoon-beachside.jpg
btmxmy-lagoon-beachside.jpg (342.53 KiB) געזען 5902 מאל
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

3#
אטעטשמענטס
banyan_tree_mayakoba_bu.jpg
banyan_tree_mayakoba_bu.jpg (75.72 KiB) געזען 5901 מאל
banyan-tree-mayakoba.jpg
banyan-tree-mayakoba.jpg (257.1 KiB) געזען 5901 מאל
bliss-pool-villa.jpg
bliss-pool-villa.jpg (287.12 KiB) געזען 5901 מאל
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

.
אטעטשמענטס
-sandsbeach-club-pool-920-518.jpg
-sandsbeach-club-pool-920-518.jpg (161.41 KiB) געזען 5217 מאל
serenity-2-bedroom-pool-villa-bedroom-920-518.jpg
serenity-2-bedroom-pool-villa-bedroom-920-518.jpg (121.02 KiB) געזען 5217 מאל
aerial-view-of-resort.jpg
aerial-view-of-resort.jpg (274.25 KiB) געזען 5901 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם אבינו אום מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער אינטערסאנט! ישר כח! נעקסט גיימער דארט אי"ה!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואקאציע אין מעקסיקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואוף! שכח אברמ'ל גיימיר שוין באשטעלן בילעטן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואקאציע אין מעקסיקא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואסערע דרגא איז די הכשר דארטן?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: וואקאציע אין מעקסיקא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

קרייסלער האט געשריבן:וואסערע דרגא איז די הכשר דארטן?

די רעסטעראונט אין banyan tree איז אונטער חב"ד,
אלע אנדערע רעסטעראונט זאל מען בעטען די הכשר סערטיפיקעיט פארן באשטעלן עסן,
עס איז דא 3 הכשרים אין מעסיקא


KMD: Kosher Magen David , from Mexico City Beit Din, Orthodox
Alef Alef: Kashrut of the Kehila Ashkenazi, Mexico City, Orthodox
American Kosher: lower class Kashurut,
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואקאציע אין מעקסיקא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שכח פאר די אינפארמאציע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואקאציע אין מעקסיקא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח אברהם אבינו גאר גוט באשריבן גיי ווייטער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: וואקאציע אין מעקסיקא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

וואוו! איך האב אלטץ געוויסט אז אברהם אבינו האט אריינגענומען געסט, דא שיקט ער ווייטער אבער עס איז אזוי שיין געשריבן דעט ווי פיל עט האם...
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”