וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.

פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:

אלעמאל צו יעדע צייט
ווען ביסט נאנט אדער ווייט
אפילו נאך א לאנגע פלייט
איבער טויזנט מייל אפגעשיידט
א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט
שפיר איך דיין ווארעמקייט
אפשר גאר דורך די סאטעלייט...

דיין איבערגעגעבנקייט
אפילו פונדערווייטנס אונז באגלייט
עס האט נישט מיט געאגראפישע נאנטקייט,
מיט דיין נאטורליכע גוטסקייט
האסטו אויך יעצט פאר קינד און קייט
אלעס אויסגערישט און צוגעגרייט
אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט.

דיין קורצע אפוועזנהייט
געבט מיר א געלעגנהייט
אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט
שעצע צו דיין הארציגקייט
נאכמער דיין באשיידנהייט
און דיין שטענדיגע פרייליכקייט
וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...

כ'האב הנאה האסט צייטווייליגערהייט
געמאכט א בייט
צו פארברענגען דארט רואיגערהייט
נישטא קיין קעלט אדער ס'שנייעט
הערסט נישט א קינד וויינט און שרייעט
כאפ אריין אויפן לענג און ברייט
ווייל נאך אביסל אהיים מ'גייט
מיט פרישע כוחות גליקליכערהייט.

דיין מאן וואס ווארט דיר צוריקצוזען געזונטערהייט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לכבוד ....... זאל זיין געזונט

געציילטע שורות בעפאר מיר גייען צום לופטפעלד
עס איז טאקע דער בעסטע משל פאר א אידישע מאמע צוגעשטעלט

וואס זי איז די קאנטראל טורעם פון א אידישע שטוב
דו צינדסטו אן די מאטארן פון דו קינדער ווייל דו האסט זיי אזוי ליב

דו פארשטייסט ווען מען דארף לענדען פלאך
און ווען מען ברויך פארן גראד צו דער זאך

וואס עס שטערט פאר א יעדע קינד פון גרויס ביז קליין
זעהסטו גלייך און דערשמעקט אזוי פיין

מיט א געטריישאפט פון א אידישע מאמע
הארציגע געפילן און קאפ צוגעלייגט מסתמא

צו באשעפער די ערציהט זיי פאר קנעכט
די לייגסט אריין אין זיי דער חילוק פון גוטס ביז שלעכט

אבער מען ברויך זיך אויך אמאל ריסטארן געוויס
פונקט ווי דער קאנטראלער פון די ערעפלאנען מוז

זאל דער באשעפער העלפן און געבן כוחות פונדאסניי
זיך אויסרוען און שעפן קראפט א מחי'

דער באשעפער זאל העלפן אז אונז זאלען זעהן אסך נחת פון אלע קינדער
ביז משיח צדקינו וועט קומען געשווינדער



די געדאנק האב איך גענומען פון דא
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בשעת מען פארט צו שעפן פרישע כוחות
און זיך אויסקלארן די מוחות

טראכט מען איבער דעם באשעפער'ס חסדים
אמונה ובטחון כי זה כל האדם

ווי אזוי קומט מען צו צום גליקליך לעבן?
דאס איז דאך יעדנ'ס שטרעבן

מיטנעמען הקב"ה איבעראל
איבער בערג און טאל

ווען מען מוטשעט זיך אינדערהיים
מיט די קינדער און ווירטשאפט בעזר השם

געדענקען אז יש מנהיג לבירה
ערקלערט אין דעם ספר אין יעדע שורה

זאל דער באשעפער העלפן טאקע יעצט אויך דאס מאל
אים אינזינען האבן איבעראל

זיין שטענדיג פרייליך און צופרידן
אונז און אלע אידן!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

כי מלאכיו יצוה לך
איבערגעבן יעצט אפאר ווערטער דאך

לרגל נעמען א שטיקל וואקאציע
צו קענען אנגיין ביז די קומענדיגע סטאנציע

ברוך השם א אידישע שטוב מיט איר מאמע
קאסט אויסערגעווענליכע כוחות מסתמא

פון דער פרי ביז ביינאכט
סיי ווען טינקעל סיי ווען עס לייכט

נישט אייביג איז ווייס און נישט אייביג שווארץ
אבער אלץ ווערט געטהון מיט הארץ

צולייגן אבער קאפ צו דעם ענין
מיט דעם קונה געווען א קנין

ווי אזוי דרייט מען דעם מצב איבער
צו מאכן פון שלעכט צו גוט דעריבער

ווי אין דעם שפיל צו ווייס איבערדרייען שנעל
פון שווארץ אנטלויף און גיב א קוועל

מיט א זעלטענע איבערגעגעבנקייט
צו שפינען ווייטער דעם קייט

דארף מען נאר צולייגן א וואונטש אזוי
עס זאל מקויים ווערן גענוי

ברוחניות ובגשמיות גוטע זאכן פון הימל
א רוהיגע פרייליכע שטוב אן קיין טומל

אהיימקומען צוריק געזונטערהייט
פירן ווייטער די שטוב פול מיט פרייד
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

פיינע סחורה.

שכח בןמזל

שטעלסט צו א פול פעקעדזש.. וועקעישען - בריוו
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אלץ די מדה פון הכרת הטוב ביי אידן
"מוז" איך ארויסברענגען דא ווי שטארק איך בין צופרידן

ווען עס איז ווען נאר די העכסט רוהיגע פארלאפענע וועקעישאן
וואלט איך אפילו נישט געמאכט דעפון א קאנווערסעישאן

אבער ברוך ה' אלעס איז דא זייער זייער גוט
די לופט, אטמאספערע, און געשמאק אלעס וואס מען טהוט

איך קען סך בעסער זיך פארנעמען מיט מיין אחריות
ווען אינדערהיים איז דא א געלונגענע בעלת הבית

מיין קאפ איז שוין ברוך השם א גאנצן טאג אין ארבעט ביי מיר
און ווען די רופסט יא מאכסט עס שנעל אויב איך בעט דיר

מיט א בטחון און א פארשטאנד אז אלעס פירט דער רבון עולם
איז מען סך רוהיגער מען נעמט גארנישט אליינס חס ושלום

אז איך קען נאר העלפן צומאל נישט אייביג איז שוין זייער קלאר
ארבייט זיך מיט מער פארשטענדעניש דאס איז שאר

א דורכפאל איז א נארמאלע זאך פאר יעדן , הן"איך" און "די" צוזאמען געוויס
יעדע מענטש איז מעלות און חסרונות, אנדערש צו טראכטן איז א שטות

אנשטאט עס איבער צו רעדן נאך און נאך מיט א טרויער
שטעלט מען זיך אויף און מען גייט פרייליך נישט זויער

עס איז נישטא קיין בהלה ווען עס קומט נישט א גויטע
דאווענען און זאגן תהלים אליינס און מיט די קינדער פאר דעם איז קלוג – נישט קיין שוטה

זאגן הויעך ברכות א פריאריטעט
דער באשעפער אין הימל דאס אלעס ער זעהט

בעטן הילף רוהיג און אויב עס איז מיר מעגליך
מאכט מיר איך זאל זיין דערצו צוגענגליך

אז יעדער איז בארעכטיגט צו זיינע קאפריזן
אנטהון וואס מען גלייכט און עסן אין בעט זאכן וואס פריזען...

אזויפיל מענטשן האט דער באשעפער באשאפן דא
און יעדער האט א אונדערע מיינונג וואס טוישט זיך יעדע שעה

במילא אפילו עס איז דא א מחלוקת אין מיינונגען
מיינט עס נישט א מחלוקת בלב – נאר אין נייגונגען

דער עיקר אז אין די לופט עס שפירט
אז די מחשבות לויפן צוזאמען, איינער פארן צווייטן פרובירט

ווען איך בעט א טובה וועט עס ליגן אויף דיין קאפ
אפילו אויב עס איז יעצט אינמיטן מישן די עסן אין טאפ...

א שטארקע אינטערעס אין מיין ארבייט, צו פארשטיין און אינזין האבן די שוועריגקייטן
געפילן, מיינונגען, און אלע געלעגנהייטן

מיט רעסעפעקט און כבוד אן קיין תרעומות
צו די לאנגע מוצאי שבת טעלעפאן שמועס

און בכלל ווען עס קומט אויס צו קאלן עמיצן די פארשטייסט
און ווען איך ליין אז עס קען מיר יעצט שטערן די ווייסט

צוצושטעלן געלט די ווייסט איך טריי
און ווען עס איז נישטא אייביג זעה איך א מינע פון "איך פארשטיי"

אפילו זיך צוגעשטעלט צו ארבעטן נאך א שעה
טראץ וואס צו מיין אהיימקועמן די ווארטסט הנה זה בא

אויב איך האב ביי די ארבייט א שווער צייט טרעף איך א אויער
דיין גרייטקייט צו וואס איך בעט – דעמאלטס - איז מיר זייער מחזק ווי א פעסטע מויער

צו מיין שלאפן גיין זייער זייער אפט די קומסט שנעל
אז די לייגסט אלעס אין א זייט איך זעה און קוועהל

ווען איך בעט אויסצושטעלן די לוח לויט מיין באגער
מיין פראבלעם די גיבסט שנעל א דערהער

אפזאגן מענטשן – ווען נויטיג – מיט אזא שכל הישר און שכל
אזוי אז ווען יא א טובה קען מען עס געבן מיט א שמייכל

מיט די פאסיגע אנשטרענגונג און געדולד
צו מאכן קשר מיט די שכנים ביים באס אזוי מילד

ווייטער, די קינדער זענען זיך מחי' אזוי פיל
א באלאנס פון חינוך און מיטגעפיל

מיר ארויס העלפן מיט די חינוך דערצו צו זעהן
זיי זאלן זיך שטעלן אויף די פיס זאל געשעהן

הגם זאכן וואס וואלט געווען שענער אליינס געמאכט
גיבסטו זיי די געלעגנהייט זייערע ווערק צו געבן א באטראכט

א שטרענגע צוגאנג איבער זאכן וואס טויגן נישט
צוזאמען מיט מיטגעפיל, הארץ און פארשטענדעניש

א שיינע שפראך מיט רעספעקט צו זיי וואס די נאר האסט
אז זיי הערן נישט קיין סארקאזם און טשעפען קיינמאל ב"ה באקומען זיי א טראסט

וואקסן זיי און בליען מיט פראכט און צויבער
די עיקר זייערע מעשים צום באשעפער זאל זיין זויבער

בעט איך יעצט צום באשעפער דער אלץ קענער
אין די קומענדיגע טעג זאלסטו אויך הנאה האבן מער און שענער

אז עס קומט די הייליגע ימים נוראים וטובים פארכטיג און פרייליך
מען גייט אלעס אויסבעטן ווען בית ה' נילך

א גאר גוטע געשמאקע יאר זאל קומען אויף אונז און אויף יעדע איד
נאך טויזנט יאר זיין צוזאמען באהבה גמורה און נישט ווערן מיד!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

;l;p- ;l;p-
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פריילאך האט געשריבן:פיינע סחורה.

שכח בן מזל

שטעלסט צו א פול פעקעדזש.. וועקעישען - בריוו


עולם האמת האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

דאס אלעס האב געלייגט, אז מען זאל האבען א געדאנק, וואס ארויס צו נעמען פון די פאום'ס, יעדער לויט זיין מצב.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לכבוד מיין געטרייע ...................תחי'
צו די געלעגנהייט וואס עס קומט יעצט אויס אז מען קען זיך ברוך ה' אביסל אפרוהען פון די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר די גרויסע און וויכטיגע ארבייט וואס דו טהוסט א גאנצע יאר מיט זייער א סך כח און מיה און פלאג, צו צושטעלן פאר יעדן פון די משפחה עקסטער אלע זאכן וואס מען דארף, עסן און קליידער און דער עיקר א סך אהבה און ליבשאפט צו מיר און צו אונזער זיסע קינדער'לך , וואס דאס בויעט זיי אויף אייביג אי"ה, עס איז באקאנט וואס די הייליגע חכמים ז"ל זאגן כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, דאס מיינט ווער עס ראטעוועט א נפש מישראל איז כאילו ער בויעט אויף א גאנצער וועלט, דאס מיינט נישט דוקא א הצלה מעמבער וכדומה נאר יעדער איד האט די מעגליכקייט צו זיין אין דעם כלל און זוכה זיין צו די הבטחה פון כאילו קיים עולם מלא. איז זיכער אויף דיר וואס די ארבייט אזוי שווער מיט געטריישאפט פאר די שטוב.
איז יעצט אז מען קען זיך אפרוהען פאר א קורצע צייט איז דא די ביסל צייט צו אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אז די עבודה וואס מען טוט א גאנצע יאר איז זייער חשוב און טייער ביים באשעפער, ער נעמט עס אן פונקט ווי א געהעריגע מסירות נפש וואס אמאליגע צדיקים האבן געטהון לויט זייערע מדריגות און דער שכר וואס מען וועט אויף דעם באקומען איז ממש אומשאצבאר.
וואונטש איך דיר נאר אן פון טיפן הארץ מיר זאלן זוכה זיין צוזאמען געזונטערהייט ביז הונדערט און צואנציג יאר צוזאמען צו ערציען אונזערע דורות די טייערע און ליכטיגע קינדער אויף די תורה'דיגע און ערליכע וועגן ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון אנזערע עלטערן, און אונז זאלסן זיך גוט אויסרוען און צוריק קומען פריש און געזונטערהייט און הנאה האבן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, ה' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צאתכם ובואכם לשלום
וואונטשט מען יעצט אין די אידישע אוהלים

לרגל נעמען א שטיקל אפרוה
נאכן זיך איבער ארבייטן אבער נאך וואו

ברוך השם א אידישע שטוב מיט איר מאמע
קאסט אויסערגעווענליכע כוחות מסתמא

פון דער פרי ביז ביינאכט אלעס זאל קלאפען
וואשן ווישן קאכן באקן קלינען און שאפן

מיט קליינע קינדער אין דער זייט
פארנומען מיט זיי צו יעדע צייט

וואכן און שבת און די זעלבע יום טוב
אנפילן די שטוב מכל טיב וטב

מיט א זעלטענע געטריישאפט
ווי א קעניגן איבער איר הערשאפט

קומט יעצט א צייט צו נעמען אפשטעל
צוקוקן די נחת און געבן א קוועל

דארף מען נאר צולייגן א ברכה
עס זאל אריינקומען א הרווחה

ברוחניות ובגשמיות גוטע זאכן פון הימל
א רוהיגע פרייליכע שטוב אן קיין טומל

נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט
עד ביאת גואלינו פול מיט פרייד
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- בן מזל קומסט אריין שטארק
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

צו די יעצטיגע געלעגנהייט
זיך אויסצורוען איז געקומען די צייט

מיט א פליגער אוועק צו פארן פאר א וויילע
מען דארף קומען צו זיך נישט קיין שאלה

אנשעפן פרישע כוחות נייע אוצרות
צו אויפציען די קינדער די אלע דורות

פעלט זיך אויס פאר דעם פון הימל די הצלחה
אין די ביסל צייט זאל אריינקומען די ברכה

מיט אזא סידור אודאי די עת רצון צוטרעפן געוויס
די טויערן שפאלטן, אין די מקטריגים מאכן א ריס

דער באשעפער זאל צוהעלפן צו פועלן אלעס גוטס
א שמירה עליונה פון הימל א שוץ

און שטענדיג מיט תפלה אלעס משפיע צו זיין
שמחות ונחת ביז ביאת משיח צדקינו במהרה אמן
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

וואהה דער פאקט אויס אלע זיינע סחורה! ;l;p-
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לעכטל האט געשריבן:וואהה דער פאקט אויס אלע זיינע סחורה! ;l;p-

נישט אלע, כמעט אלע.
עס איז דאך דא אפאר פריוואטע וואס איך קען נישט ארויף לייגען.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9978
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זאג, וויפיל מאל ביסטו שוין געפארן וואקאציע? :grin:


זייער שיינע ווארע!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:לכבוד מיין געטרייע ...................תחי'
צו די געלעגנהייט וואס עס קומט יעצט אויס אז מען קען זיך ברוך ה' אביסל אפרוהען פון די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר די גרויסע און וויכטיגע ארבייט וואס דו טהוסט א גאנצע יאר מיט זייער א סך כח און מיה און פלאג, צו צושטעלן פאר יעדן פון די משפחה עקסטער אלע זאכן וואס מען דארף, עסן און קליידער און דער עיקר א סך אהבה און ליבשאפט צו מיר און צו אונזער זיסע קינדער'לך , וואס דאס בויעט זיי אויף אייביג אי"ה, עס איז באקאנט וואס די הייליגע חכמים ז"ל זאגן כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, דאס מיינט ווער עס ראטעוועט א נפש מישראל איז כאילו ער בויעט אויף א גאנצער וועלט, דאס מיינט נישט דוקא א הצלה מעמבער וכדומה נאר יעדער איד האט די מעגליכקייט צו זיין אין דעם כלל און זוכה זיין צו די הבטחה פון כאילו קיים עולם מלא. איז זיכער אויף דיר וואס די ארבייט אזוי שווער מיט געטריישאפט פאר די שטוב.
איז יעצט אז מען קען זיך אפרוהען פאר א קורצע צייט איז דא די ביסל צייט צו אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אז די עבודה וואס מען טוט א גאנצע יאר איז זייער חשוב און טייער ביים באשעפער, ער נעמט עס אן פונקט ווי א געהעריגע מסירות נפש וואס אמאליגע צדיקים האבן געטהון לויט זייערע מדריגות און דער שכר וואס מען וועט אויף דעם באקומען איז ממש אומשאצבאר.
וואונטש איך דיר נאר אן פון טיפן הארץ מיר זאלן זוכה זיין צוזאמען געזונטערהייט ביז הונדערט און צואנציג יאר צוזאמען צו ערציען אונזערע דורות די טייערע און ליכטיגע קינדער אויף די תורה'דיגע און ערליכע וועגן ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון אנזערע עלטערן, און אונז זאלסן זיך גוט אויסרוען און צוריק קומען פריש און געזונטערהייט און הנאה האבן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, ה' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם!

איך האב עס אביסעל געטוישט. און אריין געלייגט די ווארט וואס איך געזעהן דא
צו די געלעגנהייט וואס עס קומט יעצט אויס אז מען קען זיך ברוך ה' אביסל אפרוהען פון די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר די גרויסע און וויכטיגע ארבייט וואס דו טוסט א גאנצע יאר מיט זייער א סך כח און מיה און פלאג, עס איז באקאנט וואס די הייליגע חכמים ז"ל זאגן כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, דאס מיינט נישט דוקא א הצלה מעמבער וכדומה נאר יעדער איד האט די מעגליכקייט צו זיין אין דעם כלל און זוכה זיין צו די הבטחה פון כאילו קיים עולם מלא. איז זיכער אויף דיר וואס די ארבייטסט אזוי שווער מיט געטריישאפט פאר די שטוב.
איז יעצט אז מען קען זיך אפרוהען פאר א קורצע צייט איז דא די ביסל צייט צו אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אז די עבודה וואס מען טוט א גאנצע יאר איז זייער חשוב און טייער ביים באשעפער, עס איז דאך א פשוט'ע זאך אז ווען איינער מאכט יעדע רגע א דאלער וועט ער טאקע ארבייטען פלייסיג, אבער עס קומט נישט צי צו די פלייס וואס עס ארבעט איינער וואס מאכט יעדע רגע הונדערט דאלער, און אודאי נישט צו איינעם פון טויזענט, וקל וחומר נישט צו איינעם וואס מאכט הונדערט טויזענט א רגע, וואס ער אפי' א רגע וועט ער נישט מבטל זיין, ווייל סאיז דאך א געוואלדיגער שאדן. במילא א אידישע מאמע וואס פארשטייט אז יעדע קינד איז א אוצר פאר זיך און איז ווערד א מיליאן און נאך פיל פיל מער דערקענט זיך עס אויף יעדע ריר און יעדע רגע.
וואונטש איך דיר נאר אן פון טיפן הארץ מיר זאלן זוכה זיין צוזאמען געזונטערהייט ביז הונדערט און צואנציג יאר צוזאמען צו ערציען אונזערע דורות די טייערע און ליכטיגע קינדער אויף די תורה'דיגע און ערליכע וועגן ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון אנזערע עלטערן, און אונז זאלסן זיך גוט אויסרוען און צוריק קומען פריש און געזונטערהייט און הנאה האבן, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, ה' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אויף א ווייטע וועג,
מיר טוען יעצט פארן,
נישט נאר היינט, נאר א גאנצע יאר פיל שווערע טעג,
כוחות מיר טוען נישט שפארן...

עס איז א רייזע וואס איז נישט גרינג,
עס איז א רייזע וואס מיר האבן נישט אליין גענומען,
אבער אונזערע פאסאנזשירן זענען נאך גאר יונג,
א מתנה פון הימל באקומען...

מיר נעמען דאס מיט אונז מיט,
מיט שטארקייט און א הארץ פול מיט געפיל,
אז וואס איז פון באשעפער איז זיכער גוט,
כאטש מיר ווייסן נישט דעם ציל. . .

און יעצט קענטסטו זיכער פארשטיין,
פארוואס איך טוה דאס פאר דיר זאגן,
ווייל די פארגרינגערסט דעם וועג צו גיין,
אז אונז זאלען זיך נישט מוזן שפעטער אזוי פלאגן...

וויפיל עס קומט זיך דיר באמת דערפאר,
קען איך דיר נישט צוריקגעבן,
אבער השי"ת וועט דיר זיכער באצאלן א שכר,
מיט א פרייליך רואיג לעבן...

א לעבן פול מיט שמחה באגלייט,
לאנגע יארן און געזונט,
בני חיי ומזוני זעהן נחת גליקלעכערהייט
ביי אונזערע אלע קינדער געזונטערהייט...
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

בן מזל, ;l;p-
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

Ban Mazel האט געשריבן:


גוט איז גוט!

ווי האט נאר יענער געזאגט?
אז מען טויגט, טויג מען!! ;l;p-
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זייער זייער שיין!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואקאציע פאום'ס פאר די ב"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 6:15 pm
קאליר גרין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 5:43 pm
נישט פאר א חתן כלה מעג מען אויך בעטן א פאום?

איך דארף א פאום צו שרייבן פאר'ן ווייב, פארן ארויספארן אויף וועקעשן.
איינער האט?
בעטן קען מען אוודאי.

איך וועל אויך איבערזאגן וואס כ'האב שוין געשריבן דא אין דעם נושא, אז אנדערש ווי ביי חתן כלה וואו עס איז א פארמאלער זאך און עס איז נישט פערסאנעל, איז ביי א ווייב רוב מאל אסאך מער ווערד איינצעלע ווערטער נישט פאעטיש אבער געשריבן מיט די אייגענע געפילן און הארץ ווי עפעס וואס קלאפט צום טאקט אבער זי ווייסט אז עס קומט נישט פון דיר אדער סתם אז עס איז נישט פערזענליך.

סתם שרייבן אדער קומט מיט א געשאנקעלע לכבוד דאס וואקאציע?

-------

עטוואס:

כי בשמחה תצאון
ובשלום תבלון
ארויספארן מיר גייען
מיר פארן אהין.
אביסעלע אפרוען
אנשעפן כח און מוט
צו קענען ווייטער בליען
פרישקייט אין וואס מ'טוט.

אז מ'שטעלט זיך אפ
פונעם הו הא פון לעבן
קען מען טראכטן א טראפ
וואס דו טוסט אלץ צוגעבן.
קיין ארבעט נישט שפארן
יעדן זאל זיין גוט און פיין
אזוי אוועקגעבן טעג און יארן
מיט אלעמען זיך אומגיין.

העכסט צייט פאר א וועקעישאן
נעמען צייט זיך אפשטעלן
צו געבן שעץ און עפרישיעיטען
קענען נאכמער קוועלן.
און דאן מונטער און פריש
צוריק אהיימקומען
גרייט פאר ווייטער מלא וגדיש
ווייטער בויען א לעבן צוזאמען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”