בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

no ri joel sorry sorry, i am not diminishing what u wen trough, please stay my freind
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

רבותי וואס איז די גרינגסטע וועג צו בוקן דעם טשענדעלער האטעל, כ'וויל דארטן גיין אויף קומענדיגע וואך שבת. איך טריי אנליין אבער עס קומט ארויף נאר גויאישע סטיל צימערן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די צימערן (גוי'שע) זיינען אין די מערהייט צוויי בעטן צוזאמעגעריקט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

חייםדערבעקער האט געשריבן:no ri joel sorry sorry, i am not diminishing what u wen trough, please stay my freind

איך בין אדורך א שווערע טראמא און כ׳שפיר עס נאך אלץ.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בשבילי נברא האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:בכלל איך עפרישיעיט שטארק די ריוויו
פון ווי זאל איינער וואס וויל זיך שלעפן ביז ניו העמפשיער וויסן וואס גייט פאר דארט?

רעד'ס נישט אזוי אויף מיין ניו העמפשיר

איך גיי ממש יעדעס יאר צוריק דארט, עפעס טיעף ליגט דארט אין ניו העמפשיר וואס איז אומבאשרייבליך, די נאטור, די רואיגע ווייבס, די משונה'דיגע הערליכע נאטור, די מעשי בראשית ארגינעלקייט

איך פארשטיי אז דאס איז א רייזע, איך פארשטיי אז נישט יעדער פארשטייט צו נאטור אבער עס אוועקצימאכן בשתי ידים... נאופ, נישט מסכים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

חייםדערבעקער האט געשריבן:רבותי וואס איז די גרינגסטע וועג צו בוקן דעם טשענדעלער האטעל, כ'וויל דארטן גיין אויף קומענדיגע וואך שבת. איך טריי אנליין אבער עס קומט ארויף נאר גויאישע סטיל צימערן


לכוראה איז עס שוין booked
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
חייםדערבעקער האט געשריבן:ס'איז מיר באמת ווי מען זאגט אינטערטעינינג, צו זען דעם ריוויו פון דעם אינגערמאן, גוט, איך פיל מיט מיט זיין צער, אבער איך ווייס באמת נישט פארוואס ער האט גע'חלומ'ט פון עפעס אנדערש. זעט אויס ס'איז זיין ערשטע וואקאציע אויף דעם וועלטל, ווען מען גייט אין דער פרעמד דארף מען זיך אלעס מיטנעמען, סיידן ביזט אין ניו יארק סטעיט נעבן א אידישן ישוב, פארוואס האט ער געקלערט אז ווייט פארשטויסן אין ניו העמפשיער, 5 שעה פון ניו יארק, זאל זיין אלעס צוגעשטעלט ווי אינדערהיים.

איך לאך אזוי, ווען ער רעדט פון א פרידזשירעיטאר, איך בין שוין העכער די 40, אסאך געפארן, אמאליגע צייטן פלעגט בכלל נישט זיין קיין פרידזשירעיטארס אין האטעלן, נישט געווען אזא זאך, ווייסט וואס מען פלעגט טאן, מען פלעגט מיטשלעפן א גרויסן אייז באקס, און אנפילן מיט אייז, אוי איז דאס געווען אן עדווענטשור, די אייז איז געשווימען מיט די טוב טעם דילאקס טונע, מ'האט כסדר געדארפט ווישן און וואשן.

כ'מיין דער מענטש האט געזען אז מען גייט דארטן צו א האלץ סטייל קאבינע, וואס האט ער געמיינט אז עס איז א האטעל רום. שוין, זאל זיין אזוי.


אט אזוי! דער וואס טענה'ט אז מיין שרייבן ברענגט אונטער ביזנעס, קען דאך יעצט זעהן בפירוש וואס איך האלט אין איין איבערקייען, וואס איז פאר איינעם א חסרון איז פאר א צווייטן א מעלה.
נאר איין טעות. ס'איז נישט 5 שעה. ס'האט געדוירט גאנצע 7 דער וועג אהין 360 מייל. און גאנצע 6 אהאלב 340 מייל דער וועג צוריק. נעם אראפ 20 מינוט בערך ברעיק פאר ביידע.
דער וועג אהין איז געווען מעדשאר הייוועיס מיט מאסיווע טראפיק, און דער וועג צוריק דורך שטעטעלעך אויף 30- 40 מייל א שעה פאר האלב וועג. ביז די לעצטע 100 מייל אויפן טרו וועי. זייער א אפמוטשענדע וועג. שוין גרינגער צו פארן אויף קענעדע און זיצן אויף 74 קרוז.

ס'געפעלט מיר ווי איך בין גאר שולדיג פארן חלום'ען...

איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איך פאר שוין א שיינע 4 יאר קיין ניו המפשיר עס נעמט מיר נישט מער ווי 5 שעה.
נ”ב. פון ק”י
אין עוד מלבדו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:PMR cherry שטיבעלעך איז ממש קעמפ סטייל. צוויי שמאלע 33 אינטש בעטן מיט א טוילעט שאוער דינע האנטעכער און גארנישט מער.
די גראסעריי האט מילך אבער נאר די בלויע נאר דאס און נאר יענס ווייל ס׳איז אויסגעגאנגען. בעיסיקלי אויב איז מען צופריעדן מיט אזא זיסע פיצי רומ׳עלע וואס שמעקט פון האלץ 33 אינטש קינדערישע הארטע מאטראצן און א פיצי קעמפ פרידשדער, דאן גאו פאר איט.

דשאסט חלום נישט אז דו גייסט וועקעישאן פריוואט און עפעס א שיינע באקוועמע ״פרעזידענדשל רעזארט״ ווער עס בוקט דארט ווערט זיין אינפאו פאבליק פאר יעדן וואס וויל עפעס מיטשיקן אדער אהיים שיקן. אידישע באנגעלאוס סטייל מיט א שוהל פון מיט ספרים.


ארויסגענומען די שלעכטע חלק פון יעדע גוטע זאך, שמעקט פון א אומצופרידענע מענטש סינדראם


כהאב נאר געשריבן די פאקטן פאר ווער עס וויל וויסן. אויב איז די פאקטן שלעכט, דאן איזעס שלעכט. אויב דו האלסט ס׳איז גוט, גאו פאר איט.

PMR איז א קעמפינג סטייל בחינה, סאיז דערפיש אמאליג הערליך פריש געבויט

שיינע גרויסע האטעלס און רעזארטס האט מען אין די מיאוסע פלארידע, ניו העמפשיר איז נאטור און אלעס איז אויסגעשטעלט זייער סימפל און אמאליג מיטן ציל צו לעבן מיט די נאטור
ווען מגייט צו ניו העמפשיר זוכט מען די קילע מאונטעין לופט.. אהה.. די הויעכע ווייסע בערג, די ציכטיג קלארע וואסער, ווער רעדט דא פון האטעלס און עסעראציעס.. מנעמט זיך אליינס מיט יעדעס סעודה, האלב געפרוירן און האלב וועקיום-פעקט און ויסעו..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

מסתמא האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:PMR cherry שטיבעלעך איז ממש קעמפ סטייל. צוויי שמאלע 33 אינטש בעטן מיט א טוילעט שאוער דינע האנטעכער און גארנישט מער.
די גראסעריי האט מילך אבער נאר די בלויע נאר דאס און נאר יענס ווייל ס׳איז אויסגעגאנגען. בעיסיקלי אויב איז מען צופריעדן מיט אזא זיסע פיצי רומ׳עלע וואס שמעקט פון האלץ 33 אינטש קינדערישע הארטע מאטראצן און א פיצי קעמפ פרידשדער, דאן גאו פאר איט.

דשאסט חלום נישט אז דו גייסט וועקעישאן פריוואט און עפעס א שיינע באקוועמע ״פרעזידענדשל רעזארט״ ווער עס בוקט דארט ווערט זיין אינפאו פאבליק פאר יעדן וואס וויל עפעס מיטשיקן אדער אהיים שיקן. אידישע באנגעלאוס סטייל מיט א שוהל פון מיט ספרים.


ארויסגענומען די שלעכטע חלק פון יעדע גוטע זאך, שמעקט פון א אומצופרידענע מענטש סינדראם


כהאב נאר געשריבן די פאקטן פאר ווער עס וויל וויסן. אויב איז די פאקטן שלעכט, דאן איזעס שלעכט. אויב דו האלסט ס׳איז גוט, גאו פאר איט.

PMR איז א קעמפינג סטייל בחינה, סאיז דערפיש אמאליג הערליך פריש געבויט

שיינע גרויסע האטעלס און רעזארטס האט מען אין די מיאוסע פלארידע, ניו העמפשיר איז נאטור און אלעס איז אויסגעשטעלט זייער סימפל און אמאליג מיטן ציל צו לעבן מיט די נאטור
ווען מגייט צו ניו העמפשיר זוכט מען די קילע מאונטעין לופט.. אהה.. די הויעכע ווייסע בערג, די ציכטיג קלארע וואסער, ווער רעדט דא פון האטעלס און עסעראציעס.. מנעמט זיך אליינס מיט יעדעס סעודה, האלב געפרוירן און האלב וועקיום-פעקט און ויסעו..

אוי איז דאס גוט, עס האט אלע טעמים.....
עכט אלד פעשנד וועקעשן.....
אין עוד מלבדו
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

ביז ווען איז כ"ק מהר"א אין בעטלעהעם?
לעצט פארראכטן דורך חאצקיל בעל עגלה אום מוצ"ש יולי 24, 2021 10:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

גראדע די טאפלטע י'דעלעך וואס דו נוצט, איז ליבערשט צו איינבייטן מיט אויבער שטרעכעלעך
כייק מהרייא, איז עפעס א סארט שאנד נאמען אויף אידען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

האדמו”ר מסאטמאר ק”י איז דארט ביז קימעדיגע זינטאג עקב.
אין עוד מלבדו
קוקוריקו
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:09 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוקוריקו »

איך האב חשק צי פארן נעצטע וואך אבער רוב באקאנטע פלעצער זענען נישט אוועליבעל, Best Western Hotel האט נאך. ווייסט איינער מער אינפערמאציא?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מסתמא האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:בכלל איך עפרישיעיט שטארק די ריוויו
פון ווי זאל איינער וואס וויל זיך שלעפן ביז ניו העמפשיער וויסן וואס גייט פאר דארט?

רעד'ס נישט אזוי אויף מיין ניו העמפשיר

איך גיי ממש יעדעס יאר צוריק דארט, עפעס טיעף ליגט דארט אין ניו העמפשיר וואס איז אומבאשרייבליך, די נאטור, די רואיגע ווייבס, די משונה'דיגע הערליכע נאטור, די מעשי בראשית ארגינעלקייט

איך פארשטיי אז דאס איז א רייזע, איך פארשטיי אז נישט יעדער פארשטייט צו נאטור אבער עס אוועקצימאכן בשתי ידים... נאופ, נישט מסכים

@מסתמא
דו רעדסט פון אינדעראויסן
און די רעוויאו איז פון אינעווייניג
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קוקוריקו האט געשריבן:איך האב חשק צי פארן נעצטע וואך אבער רוב באקאנטע פלעצער זענען נישט אוועליבעל, Best Western Hotel האט נאך. ווייסט איינער מער אינפערמאציא?


טשעק די האטעלס אין לינקולן וואס איז גלייך נעבן די חבד לינקולן מנין
אפשר העסטו טרעפן availability
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הרב יואל קליין האט געשריבן:
חייםדערבעקער האט געשריבן:ס'איז מיר באמת ווי מען זאגט אינטערטעינינג, צו זען דעם ריוויו פון דעם אינגערמאן, גוט, איך פיל מיט מיט זיין צער, אבער איך ווייס באמת נישט פארוואס ער האט גע'חלומ'ט פון עפעס אנדערש. זעט אויס ס'איז זיין ערשטע וואקאציע אויף דעם וועלטל, ווען מען גייט אין דער פרעמד דארף מען זיך אלעס מיטנעמען, סיידן ביזט אין ניו יארק סטעיט נעבן א אידישן ישוב, פארוואס האט ער געקלערט אז ווייט פארשטויסן אין ניו העמפשיער, 5 שעה פון ניו יארק, זאל זיין אלעס צוגעשטעלט ווי אינדערהיים.

איך לאך אזוי, ווען ער רעדט פון א פרידזשירעיטאר, איך בין שוין העכער די 40, אסאך געפארן, אמאליגע צייטן פלעגט בכלל נישט זיין קיין פרידזשירעיטארס אין האטעלן, נישט געווען אזא זאך, ווייסט וואס מען פלעגט טאן, מען פלעגט מיטשלעפן א גרויסן אייז באקס, און אנפילן מיט אייז, אוי איז דאס געווען אן עדווענטשור, די אייז איז געשווימען מיט די טוב טעם דילאקס טונע, מ'האט כסדר געדארפט ווישן און וואשן.

כ'מיין דער מענטש האט געזען אז מען גייט דארטן צו א האלץ סטייל קאבינע, וואס האט ער געמיינט אז עס איז א האטעל רום. שוין, זאל זיין אזוי.


אט אזוי! דער וואס טענה'ט אז מיין שרייבן ברענגט אונטער ביזנעס, קען דאך יעצט זעהן בפירוש וואס איך האלט אין איין איבערקייען, וואס איז פאר איינעם א חסרון איז פאר א צווייטן א מעלה.
נאר איין טעות. ס'איז נישט 5 שעה. ס'האט געדוירט גאנצע 7 דער וועג אהין 360 מייל. און גאנצע 6 אהאלב 340 מייל דער וועג צוריק. נעם אראפ 20 מינוט בערך ברעיק פאר ביידע.
דער וועג אהין איז געווען מעדשאר הייוועיס מיט מאסיווע טראפיק, און דער וועג צוריק דורך שטעטעלעך אויף 30- 40 מייל א שעה פאר האלב וועג. ביז די לעצטע 100 מייל אויפן טרו וועי. זייער א אפמוטשענדע וועג. שוין גרינגער צו פארן אויף קענעדע און זיצן אויף 74 קרוז.

ס'געפעלט מיר ווי איך בין גאר שולדיג פארן חלום'ען...


אוי וויי דו האסט גענומען די וועג דורך אלבאני און דערנאך ווערמאנט? נעוודאע ביזטו טראמאטאזירט
און פון ק"י דארף עס נישט נעמען קיין זיבען שעה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך האה גענומען די וועג וואס גוגל, וועיז, און עפל מעפס געבן.
היינט הער איך אז מען דארף נעמע די לענגסטע וועג פון אלע אפשאנס, ווייל ס'איז נאך אלץ שנעלער ווי אדורך פארן גרויסע שטעט.
ווי אויך נעמט עס 5 שעה אויב:
1) מען פארט אן קיין אפשטעל
2) מען פארט אויף 80+
3) נישטא קיין טראפיק
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

בין יעך שוין געוואן אין בעטהלעהעם א שיינע פאר מאהל. מיט די קינדער אין די קאר איז עס זעקס שטונדען.
345 מייל צעטיילט ביי 70-75 מ.פ.ש. איז א קנאפע 4 מיט א דרייפעטל שטונדע דרייווינג טיים.
לייג צו טרעפיק, אנטרינקען דעם אויטא מיט נאפט, אפרוה ברעיקס, לייגט עס צו נישט מער ווי נאך א שטונדע, שוין ברייט גערעדט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

די סינערי איז געוואלדיג. געכאפט פינעם רעכטן זיץ אדורך די פענסטער צעווישן איין וויש פינעם ווייפער אינעם צווייטן.
דא נישט ווייט אינעם קעטצקיל געעגנט איז אויך דא הערליכע סינעריס... דשאסט סעיאינג. אוודאי וויל איך נאך פארן מאונט וואשינגטאן, אבער קודם דארף איך א באקוועמע שטוב מיט א בעט ווי צו קענען זיך געהעריג אויסשלאפן.
אטעטשמענטס
קעצטקילס צעווישן די גרויסע בערג
קעצטקילס צעווישן די גרויסע בערג
LR_test 16-9_DSC3249 copy.JPG (161.9 KiB) געזען 1007 מאל
אויפן וועג צוריק פון נו העמפשאר
אויפן וועג צוריק פון נו העמפשאר
LR__DSC0737.JPG (168.66 KiB) געזען 1007 מאל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער בענקל פון אוג מלך הבשן, ערגעץ אינמיטן וועג
אטעטשמענטס
LR__DSC0806.JPG
LR__DSC0806.JPG (172.39 KiB) געזען 1003 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

חייםדערבעקער האט געשריבן:איך לאך אזוי, ווען ער רעדט פון א פרידזשירעיטאר, איך בין שוין העכער די 40, אסאך געפארן, אמאליגע צייטן פלעגט בכלל נישט זיין קיין פרידזשירעיטארס אין האטעלן, נישט געווען אזא זאך, ווייסט וואס מען פלעגט טאן, מען פלעגט מיטשלעפן א גרויסן אייז באקס, און אנפילן מיט אייז, אוי איז דאס געווען אן עדווענטשור, די אייז איז געשווימען מיט די טוב טעם דילאקס טונע, מ'האט כסדר געדארפט ווישן און וואשן.


ריכטיג, וואס פארשטייען די אינגע, בית הכסא איז מען געגאנגען אין פעלד, און וואסער האט מען געשעפט ביי די ברינעם, וועש האט מען געוואשן ביים טייך...
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

הרב יואל קליין האט געשריבן:דער בענקל פון אוג מלך הבשן, ערגעץ אינמיטן וועג

האסטעך יא גענומען די ריכטיגע וועג...
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

.
ווייסטעך
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 4:10 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסטעך »

ווייסט איינער די זמני שחרית מנחה מעריב פון מחזיקי הדת און בעטלעהעם?
ווייסטעך
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 4:10 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסטעך »

קען מיך איינער - וואס ווייסט פון היי יאר - אראפגעבען וואספארא עסן מקען אלס באקומען בא PMR? כוויל וויסן אויב כקען זיך פארלאזן מיט נארמאלע פרישטיק לאנטש און סאפפער. עמעציר פליס?
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”