מיט וועלכע עירליין לוינט זיך צו פליען ?

פליגער רייזעס און לופטפעלדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

מיט וועלכע עירליין לוינט זיך צו פליען ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א גוט יאר טייערע חברים,

די לעצטע שטיק צייט קומט פאר א רעוועלוציע אין די עירליין אונדוסטריע, נייע גזירות יעדן טאג,
ס׳קוקט אויס ווי א קאנטעסט צווישן די עירליין׳ס ווער ס׳קען אויפקומען מיט מער קוריאזע רעגולאציעס.

ס׳קען איינער מסביר פשט פון פארקויפן א טיקעט, בתנאי אז אויב ווילט איר מיטנעמען א פרישע פאר אונטערוועש מיז מען באצאלן 120 דאללער פאר א ראונד טריפ?

זייענדיג אביסל באקאנט אין די נושא, וועלן מיר פרובירן אביסל אויסשמועסן אפאר נקידות ווי,
וועלכע עירליין זאל איך נעמען?
קען מען איינטשעקן א רענצל?
א הענד לאגעדזש?
קען מען נעמען זיצן?
אא״וו.

כ׳על פרובירן אדורך צוגיין צוביסלעך עירליין ביי עירליין און זעהן די מעלות און חסרונות פון יעדע עירליין,
לויט די אינפארמאציע וואס איך ווייס, ווער ס׳האט עפעס צו צולייגן אדער פארעכטן איז וועלקאם.

(אויב די אשכול באלאנגט נישט דא, ביטע אריבערפירן)
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

אינטערדאקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

קודם א שטיקל אינטערדאקשן צו די עירליין אונדוסטריע,

1) קאוד שעיר/פארטנערשיפ.
דהיינו אז אפאר עירליינס נעמען זיך צאם אלס פארטנערס, אז מ׳קען פארקויפן טיקעטס צווישן זיך איינער פונעם צווייטן,
למשל,יונייטעד קען פארקויפן א טיקעט פון ניו יארק קיין ארץ ישראל, איין וועג סוויס און צוריק מיט לופטהאנזא, הגם זיי זענען דריי אנדערע עירליין׳ס.

סאיז דא דא דריי בעיקר גרויסע גרופ'ס
די גרעסטע איז סטאר אלייענס וואס נעמט אריין אין זיך,
יונייטעד, טורקיש, לאט פויליש, אויסטריען ,בראסלס, לאפטהאנזא, סוויס, עיר קאנאדא, סינגאפאר, עיר פארטיגאל און נאך אסאך.

נאכדעם איז סקיי טיעם מיט,
דעלטא, קעי.על.עם, עיר פרענס, אל איטאליע, עראפלאט, און נאך.

דערנאך איז וואן ווארלד מיט
אמעריקען ,בריטיש, אייבעריע, פינעיר, און נאך.

2) דאמעסטיק עירליין,
דהיינו עירליינס וואס פליען נישט אינטערנאציאנאל נאר צווישן איין שטאט צום צווייטן אדער נאנטע לענדער,
אין אמעריקע איז עס, בעיקר דזשעטבלו, סאוטוועסט, ספיריט, פראנטיער, אלעסקע, אין יוראפ, איז עס איזי דזשעט, וויז, אא״וו .

3) לאו קאסט.
א לאו קאסט עירליין מיינט אז זיי פארקויפן דיר א טיקעט פאר א ביליגע פרייז מיט מינימום אדער גארנישט קיין סערוויס,
יעדע קליינע זאך קאסט געלט אסאך מאל אפילו א גלעזל וואסער, און נאך פארשידענע זאכן, נישטא אזא מין זאך ווי ביזנעס קלעס, אא״וו,
בעיקר דאמעסטיק עירליין׳ס, צווישן זיי איז ספיריט, פראנטיער, סאוטוועסט.

4) לאיעלעטי פראגראם
רוב עירליינס האבן א פראגראם כדי מ׳זאל פליען מיט זיי וואס מער, אז פאר יעדע מייל וואס מפליט מ׳פליעט באקומט ריווארדס וואס מ׳קען ניצן צו פליען,
ווי אויך קען מען באקומען מיילעדזש דורך ניצן די קרעדיט קארד פון די עירליין אדער טרענספערן פוינטס פון א קרעדיט קארד צו די עירליין פראגראם.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

סאוטוועסט עירליין .
Sw.PNG
Sw.PNG (6.42 KiB) געזען 3536 מאל


פאקטן,
געגרינדעט: 1967
הויפטקוואטירט: דאלאס טעקסעס
סערווירט: דאמעסטיק
לאיעלעטי פראגראם: Rapid Rewards
לאו קאסט קעריער.

איך גלייב אז א גרויסע עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געפלויגן מיט סאוטוועסט.
הגם זיי האבן אסאך פלייטס, למשל פון ניו יארק קיין פארט לאדערדעיל אדער וועסט פאלם ביעטש,
די סיבה איז ווייל מ׳קען נישט בוקן נאר מיט זיי דירעקט אויף זייער זייטל, אפילו גוגל פלייטס וועט נישט ווייזן קיין פרייז מיט זיי.

יעצט אפאר פונקטן וואס איז נוגע,

ניו יארק עירפארט: לאגווארדיע און אייליפ לאנג איילענד.(זייער געשמאקע פיצעלע שטילע עירפארט)
רענצליך: יעדע פאסענדשיר קען איינטשעקן צווי רענצלעך בחנם יא איר האט גוט געליינט.
זיצן: נישטא אזא זאך ווי רעזערווירטע זיצן, אנשטאט באקומט יעדער א באורדינג גרופ, און ווען זיין גרופּ באורדט קען מען כאפן וועלכע סיעט סאיז אוועיליבל.
רעיטינג: סאוטוועסט קומט אריין אלס די דריט בעסטע אמעריקאנע עירליין אין 2019 לויט פארבס, אונטער דעלטא און דזשעטבלו.
פארטנערשיפ: קיינער.

ביטע לאזטס וויסן אויב מזאל גיין ווייטער...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו, מיר האבן זייער הנאה.

יישר כוח פאר זיך נעמען די מיה, און ביטע גיי אן ווייטער.
---
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

ביטע גיי ווייטער.
דו שרייבסט אסאך דעטאלען אין געציילטע ווערטער.

יישר כח
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער אינטערעסאנט, קיפ איט אפ.

מה הפשט אז מ'קען בוקן סאוטוועסט נאר אויף זייער סייט? ס'לוינט זיי צו האבן מער ביזנעס?

צוויי רענצלעך בחינם קען זיין א גוטע זאך אויב מ'פארט אויף פלארידע און מ'שלעפט מיט עסן..
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו, מיר האבן זייער הנאה.

יישר כוח פאר זיך נעמען די מיה, און ביטע גיי אן ווייטער.


----------
כ'פארשטיי נישט פארוואס סאוטוועסט איז קלאסיפיצירט אלס לאו-קאסט קעריער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

הר גריזים האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, קיפ איט אפ.

מה הפשט אז מ'קען בוקן סאוטוועסט נאר אויף זייער סייט? ס'לוינט זיי צו האבן מער ביזנעס?

צוויי רענצלעך בחינם קען זיין א גוטע זאך אויב מ'פארט אויף פלארידע און מ'שלעפט מיט עסן..

זיי האבן נישט קיין סטרעיט פלייטס פון לאָ גװארדיע קיין פלארידא (נאר אייסליפּ).
דא האסטו זייער נאָן-סטאפּ פלייטס פון נ"י:
אטעטשמענטס
SW.png
SW.png (25.61 KiB) געזען 3427 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הר גריזים האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, קיפ איט אפ.

מה הפשט אז מ'קען בוקן סאוטוועסט נאר אויף זייער סייט? ס'לוינט זיי צו האבן מער ביזנעס?

צוויי רענצלעך בחינם קען זיין א גוטע זאך אויב מ'פארט אויף פלארידע און מ'שלעפט מיט עסן..

כנפי חיים האט מיר אמאל געבוקט מיט סואטוועסט דורך פוינטס (נישט קיין מעדיקל נאר א ביזנעס זאך) געהאט זייער א גוטע עקספיריענס
זיי פלעגן האבן אסאך פלייטס פון נוי יארק קיין פלארידא
די זאך איז א זיי האבן די מערסטע 737ס און יעצט מיטן פראבלעם מיטן מעקס ליידן זיי די מערסטע

רט. זייער אינטערעסאנט, קיפ איט אפ.
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

זייער אינפארמאטיוו ,ביטע גיין ווייטער.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיר האבן זייער הנאה. זיי ממשיך

אגב, סאוטוועסט האט פלייטס פין לאגווארדיע קיין זיד פלארידע נאר מיט א סטאפ
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

קיפ איט אופ!

קיפ קאמינג!

מאארר!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ווישוואש האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו, מיר האבן זייער הנאה.

יישר כוח פאר זיך נעמען די מיה, און ביטע גיי אן ווייטער.


----------
כ'פארשטיי נישט פארוואס סאוטוועסט איז קלאסיפיצירט אלס לאו-קאסט קעריער.

זיי זענען נישט באמת קיין לאו קאסט עירליינס, ד.ה. מיט זייער פרייז סטרוקטאר, ווייל זיי טשארדזשן נישט פאר יעדע קליינע זאך ווי די אנדערע עירליינס למשל ספיריט און פראנטיער, נאר אדרבה זיי לאזן מיטנעמען צוויי רענצלעך בחנם, און אויך לאזן זיי מאכן פרייע טשענדזשעס ווען און וויאזוי מ'וויל. וואס דאס איז ממש א חידוש פאר אן עירליין.

זיי זענען אבער יא אין א געוויסע זין ווי לאו קאסט עירליינס, אז זיי פליען נאר ענד טו ענד דעסטינעישאנס, און זיי האבן ניש קיין פארטנער עירליינס מיט וואס מ'קען זיך קאנעקטן צו, ד.ה. אז זייערע דעסטינאציעס זענען היבש לימיטעד און מ'קען מיט זיי נאר אנקומען פון ווי און צו ווי זיי אליינס פארן.

אויך פרובירן זיי צו פארן אלעמאל פון די קלענערע נישט אזעלכע ביזי עירפארטס אין יעדן געגנט.
למשל פון נ.י. וועלן זיי פארן פון אייסליפ, פון טשיקאגא נוצן זיי מידוואד עירפארט, קליוולאנד נוצן זיי אקראן/קאנטאן עירפארט, וכהנה ביי פילע גרעסערע שטעט.

און אזוי זענען דא נאך חילוקים צווישן סאוטוועסט און די אנדערע גרויסע עירליינס, אבער נאך אלעם זענען זיי א גוטע עירליין וואס ס'איז א געשמאק זיי צו נוצן, ווייל זיי זוכן נישט צו נאר אויסקוועטשן דעם קאסטומערס בערזל ביי יעדע געלעגנהייט.
---
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

כ'הער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איך ווארט אויך צו הערן נאך, זייער אינפארמאטיוו
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א גרויסע דאנק פאר אלע דאנקערס,

@שנלר- שכח, כ׳נעם עס אן אלס א קאמפלימענט,
@הר גריזים- כ׳ווייס נישט פונקטליך פארוואס מ׳קען נאר קויפן ביי זיי, אבער ס׳דא אזא דערהער אז עירליינס זאלן ווילן האבן קאנטראל אויף זייער אינווענטארי.(כ׳האב געהערט אמאל, כ׳ווייס נישט אויב ס׳אמת, אז דעלטא געט נישט קיין קאמישן פאר טירד פארטי וועבסייטס וואס פארקויפן זייער טיקעטס ווייל זיי ווילן נישט מ׳זאל זייער שטופן טיקעטס צו סאך אז זיי זאלן נישט פארלירן קאנטראל.)
@ווישוואש- בישבילי האט מיר אויסגעכאפט.
@פאטאקי- טענק יו, וואט עי האנאר, זיי פלעגן האבן אסאך פלייטס פון ניוארק ביי די מעשה מיט די מעקס8 האבן זיי אויפגעהערט.
@בשבילי- זייער שטארק,
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

United Airline

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

יונייטעד עירליין
UA.PNG
UA.PNG (23.01 KiB) געזען 3078 מאל

קורצע פאקטן
געגרינדעט:1926
הויפט קוואטירט:טשיקאגא אילינאוי
סערווירט: דאמעסטיק און אינרטענעשענאל
לאיעלעטי פראגראם:Mileage Plus
פארטנערשיפ:Star Alliance

בנוגע יונייטעד, א גוט באקאנטע און ברייט באנוצטע עירליין ביים עולם, דארף מען עס באמת צוטיילן אין צוויי חלקים,
בעת וואס דאמעסטיק האבן זיי פיל מיט רעסטריקשנ׳ס און לאזן ממש גארנישט מיטנעמען מיט זיך, זענען זיי גאנץ כמעשה ווען ס׳קומט צו אינטערנעשענאל.

זיי זענען נישט דוקא אויסגערופן גוט קאסטומער סערוויס, פון די אנדערע זייט האבן זיי זייער א פיינע היפש נייע פליט, א שיינע פאר דריעמליינערס, אריינגערעכענט קיין ארץ ישראל, בעלגיע,און לאס אנדזשעלעס.
ווי אויך האבן זיי א נייע קלאס וואס הייסט, United Premium Plus,ערגעץ אינצווישן ביזנעס און עקאנאמי און גאר באקוועם, זיי האלטן עס נאך אינמיטן אינסטאלירן אויף זייערע פליגערס.

יעצט אפאר פונקטן וואס איז נוגע,
ניו יארק עירפארט:נויארק און אויך אביסל לאגווארדיע
רענצליך: פאר א פי, ארום דרייסיג דאלער א וועג דאמעסטיק ,און זעכציג דאלער א וועג אינטערנעשענאל (מ׳רעדט דא פון בעיסיק עקאנאמי פעיר).
קערי אן:דאמעסטיק נישט ערלויבט (אויב ברענגט איר יא קענען זיי טשארדזשן פיפציג דאלער), א קליינע פערסאנעל אייטעם איז יא ערלויבט,
אינטערנעשינעל בחנם.
זיצן:פאר א פי.
אינפענט/בעסינעט: זייער א שטארקע מעלה, ווען מריקוועסט א בעסינעט גיבן זיי גלייך די זיץ אויב ס׳איז אוועילבל.
(נישט ווי אנדערע עירליין׳ס וואס געבן נאר און עירפארט,פוירסט קאם פוירסט סערוו).
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

יונייטעד האט עכט שלעכטע סערוויס, זיי טוען מיר א גאנצע טובה אז זיי לאזן מיר פארן מיט זיי...
משא''כ דעלטא איז א ברכה צו מאכן, סיי ביליגער ווי יונייטעד, און סיי מענטשליך העפליך, כאב זיי שוין גענוצט צו אפאר לענדער, יעדעס מאל זייער הנאה געהאט, און שוין אנגעטראגן פאר אנדערע און מ'איז עכט צופרידן געווען.

(סארי פארן זיך אריין מישן...)
יישר כח קיפ אן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

רעדנדיג פון United
אויב ביסטע א מיילעדש פלאס מעמבער, דאס מיינט האסט א יונייטעד קרעדיט קארטל, קענסטו פליען basic economy און די ערשטע רענצל איז בחינם, קענסט ארויף נעמען א קערי אן און באקומסט פריאריטי בארדינג

מ'דארף נישט קויפן די טיקעטס דורך יונייטעד, פשוט נאכן קופן דארף מען לינקן די מעמבער נאמבער צו די רעזערוושאן און אלס איז מסודר

איך פלי פון נויארק וואס יונייטעד האט דארט די מלוכה
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

עגרי, פון די אמעריקאנער אינטערנאציאנאלע עירליינס, איז דעלטא די בעסטע לענ"ד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

פאקטען האט געשריבן:מ'דארף נישט קויפן די טיקעטס דורך יונייטעד, פשוט נאכן קופן דארף מען לינקן די מעמבער נאמבער צו די רעזערוושאן און אלס איז מסודר

פערזענליכע עקספיריענס? מיר ליגט אין קאפ אנדערש, און אין די טערמס שטייט זיכער אנדערש.

ביי אמעריקען און דאכצעך ביי דעלטא אויך, איז דאס אמת.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ווישוואש האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:מ'דארף נישט קויפן די טיקעטס דורך יונייטעד, פשוט נאכן קופן דארף מען לינקן די מעמבער נאמבער צו די רעזערוושאן און אלס איז מסודר

פערזענליכע עקספיריענס? מיר ליגט אין קאפ אנדערש, און אין די טערמס שטייט זיכער אנדערש.

ביי אמעריקען און דאכצעך ביי דעלטא אויך, איז דאס אמת.


איך מיין אז די ביסט גערעכט די לעצטע צוויי מאל האב איך געהאט געקויפט ביי יונייטעד
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דארפסט נוצן די יונייטעד קארטל פאר'ן טיקעט, קענסט עס קויפן ביי א צווייטן, אבער דאן וועט עס די סיסטעם מעגליך נישט אויפכאפן און וועסט דארפן אריינקאלן און בעטן א מעניועל קרעדיט.

געמיינט בעיקר די צווייטע חלק פון דיין תגובה אז מ'דארף נאר צולייגן די מעמבער נאמבער, וואס דאס איז ווי ווייס איך ווייס נישט אמת ביי יונייטעד, נאר מ'דארף אויך צאלן פאר'ן טיקעט מיט זייער קארטל.

די זעלבע ביי פוינטס טיקעטס, דארף מען צאלן די טעקס מיט זייער קארטל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

האסט מיר אביסל צומישט לאמיר אויסשמועסן די לעצטע דריי מאל איך בין געפלויגן יונייטעד

1 איך האב געקויפט ביי איינע פון די טרעוועל סייטס מיטן יונייטעד קארד, כאב נישט באקומען גארנישט נאך נישט געוויסט אז מ'דארף לינקן די מעמבער נאמבער

2 די ביזנעס האט געקויפט ביי יונייטעד, גיי פרעגן מארגן וועלכע קארטל מיינס זיכער נישט, איך בין אריין און די עפפ און געלינקט מיין נומער

3 גייט זיין נעקסטע וואך די טיקעט איז געקויפט געווארן מיט פוינטס, נישט מיין אקוינט, די זעלבע זאך איך האב געלינקט אין די עפפ און באקומען אלע בענעפיטס

סוי איך קען נישט זאגן זיכער ווייל איך ווייס נישט
לעצט פארראכטן דורך פאקטען אום פרייטאג יאנואר 24, 2020 12:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער אינפארמאטיווע אשכול

שרייב ווייטער ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “פלי רייזעס”