האליוואוד פלארידא

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

האליוואוד פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קען איינער אריינקומען מיט דעטאלן איבער א מנין, כשרע רעסטעראונטען אין די האליוואוד געגענט? אדער ווי ווייט איז עס פון אנדערע אידישע געגענטער וואס פארמאגן כשרס?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איז האליוואד נישט אין קאליפארניע?
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

איז וויליאמסבורג נישט און ווערדזשניע?...
יש ויש, עס איז דא א האליוואד און פלארידע און אין קאליפארניע
צעקה בקול דממה דקה
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט דעטאלן איבער א מנין, כשרע רעסטעראונטען אין די האליוואוד געגענט? אדער ווי ווייט איז עס פון אנדערע אידישע געגענטער וואס פארמאגן כשרס?

איך האב נישט יעצט קיין צייט אריינצוקומען מיט דיטעילס
אבער סידא כשר'ע רעסטוראנטן , און מנינים אין די געגנט
אויך איז עס נישט צו ווייט(מיט א קאר) פון די אנדערע געגנטער
אוועטאר
מלמד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלמד »

נישט ווייט פון אנדערע געגענטער קוק אויף גוגעל מעפס (איך ווייס נישט וואס די רופסט ווייט)

https://www.godaven.com/search?mode=loc ... 9009999998

https://www.totallyjewishtravel.com/kos ... eries.html
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

בעיביסיטער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט דעטאלן איבער א מנין, כשרע רעסטעראונטען אין די האליוואוד געגענט? אדער ווי ווייט איז עס פון אנדערע אידישע געגענטער וואס פארמאגן כשרס?

איך האב נישט יעצט קיין צייט אריינצוקומען מיט דיטעילס
אבער סידא כשר'ע רעסטוראנטן , און מנינים אין די געגנט
אויך איז עס נישט צו ווייט(מיט א קאר) פון די אנדערע געגנטער

אפשר דאך? כאטש בקיצור נמרץ...
ס׳מיר אויך נוגע צו וויסן איצטער
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Hollywood

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

בעיביסיטער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט דעטאלן איבער א מנין, כשרע רעסטעראונטען אין די האליוואוד געגענט? אדער ווי ווייט איז עס פון אנדערע אידישע געגענטער וואס פארמאגן כשרס?

איך האב נישט יעצט קיין צייט אריינצוקומען מיט דיטעילס
אבער סידא כשר'ע רעסטוראנטן , און מנינים אין די געגנט
אויך איז עס נישט צו ווייט(מיט א קאר) פון די אנדערע געגנטער

ביזט שוין דארט געווען?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איז נישט האליוואד נעבן Fort Lauderdale?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט דעטאלן איבער א מנין, כשרע רעסטעראונטען אין די האליוואוד געגענט? אדער ווי ווייט איז עס פון אנדערע אידישע געגענטער וואס פארמאגן כשרס?

Young Israel

3291 Stirling Rd, Fort Lauderdale, FL 33312
(954) 966-7877 https://g.co/kgs/bUKCyt

זיי האבן אפאר מנינים טעגליך

סאיז דא דארט אסאך כשרע רעסטעראונטס

Kosher Chinese Restaurant - L'Chaim Asian Cuisine & Steak House kosher

4000 N 46th Ave, Hollywood, FL 33021
(954) 362-0777 https://g.co/kgs/RE8rnj

Levy's Kosher of Hollywood

3369 Sheridan St, Hollywood, FL 33021
(954) 983-2825 https://g.co/kgs/132x3M

אין נאך אסאך....
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

פער בריסטאו האט געשריבן:איז נישט האליוואד נעבן Fort Lauderdale?

יא איינס לעבן צווייטען
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דא האט איהר מנין (חב"ד), שולן, כשר עסן אין מקוואות, אלעס אין און גלייך ארום (בערך פיהר מייל) האליוואוד, פלארדידע.

Kosher food, Synagogues and Mikvahs in Hollywood, Florida, USA
Includes Jewish listings in Holywood, FL:
Hollywood, Florida Jewish and Kosher Directory
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

א שיינעם דאנק הרב קאושער טרעוול, נאה לשמך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

קרייסלער האט געשריבן:א שיינעם דאנק הרב קאושער טרעוול, נאה לשמך

מיט א קרייסלער איז זייער שווער אנצוקומען אהין.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

אין די געגענט מיין איך Hollywood , sunny isles , avantura
איך בין געווען אין avantura , געדאווענט אין יאנג איזראעל אוו סאני איילס , (דארט אריינגעפאלן די ערשטע מנחה און געגליכן) בערך 5 מינוט דרייוו
רעסטוראנטס איז דא
Mozart grill & Mozart cafe מילכיג און פליישיג איינס נעבן די צווייטע
Fuago by Mana איז אויך געווען ווייניגער ווי 10 מינוט דרייוו
Prime grill
גראסערי
Kosher kingdom אויך ממש מינוטן אוועק

איך פרעזענליך האבן נישט געהאט קיין אישאָ אראפצופארן קיין בעל הארבער אדער מיאמי סא כ'האב נישט אזוי מקפיד געווען אויף די געגנט , אבער די קענסט דאווענען און עסן לרחצה אין די 5 mile radius
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

ק/פ

אין האליוואוד פלארידא האט זיך לעצטענס געעפענט א הערליכע כשרע סופערמארקעט ׳דע גראוו׳ מיט א פולע ליין פון כשרע פראדוקטען, וויינען, היימישע בעקערי אויפן פלאץ, און א היימישע טעיק אוט, אזוי אויך א פולע שבת מעניו
מקען אויך באשטעלן פון זיי אונליין פאר דיליווערי

אגב קען מען אויך באשטעלן כמעט פון אלע כשרע רעסטעראונטען דורך אובער איעטס
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:ק/פ

וואס טוט זיך מיט מביא דבר בשם אומרו?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

Kosher Travel האט געשריבן:דא האט איהר מנין (חב"ד), שולן, כשר עסן אין מקוואות, אלעס אין און גלייך ארום (בערך פיהר מייל) האליוואוד, פלארדידע.

Kosher food, Synagogues and Mikvahs in Hollywood, Florida, USA
Includes Jewish listings in Holywood, FL:
Hollywood, Florida Jewish and Kosher Directory

ליהוי ידוע: די אינפארמאציע איז זייער אוט-דעיטעד און נישט אקוראט

קרייסלער האט געשריבן:

גרעכט, כהאב געשריבן ק/פ (אז איך האב עס זיכער נישט געשריבן)

פון פארט לארעדעיל ביז מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פון פארט לארעדעיל ביז מיאמי דארט צו פארן בערך א האלבע שטונדע און אינדערצווישן איז דא עטליכע אידישע געגענטער אנגעהויבן ביי פארט לארעדעיל, האליוואוד, עווענטארע, סאוני איילס, נארט מיאמי ביעטש, בעל הארבאר און מיאמי ביעטש

סא ווי אימער משטייט איין ביסטו נישט מער ווי צען מינוט פון א מנין, גראסערי און כשרע רעסטעראונטען.

די קאושער טרעוועל אינפא איז אוט דעיטעד און פון מיין עקספיריענס איז ׳וועיז׳ די מערסטע אקוראט און אפ טו דעיט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:ק/פ

אין האליוואוד פלארידא האט זיך לעצטענס געעפענט א הערליכע כשרע סופערמארקעט ׳דע גראוו׳ מיט א פולע ליין פון כשרע פראדוקטען, וויינען, היימישע בעקערי אויפן פלאץ, און א היימישע טעיק אוט, אזוי אויך א פולע שבת מעניו
מקען אויך באשטעלן פון זיי אונליין פאר דיליווערי

אגב קען מען אויך באשטעלן כמעט פון אלע כשרע רעסטעראונטען דורך אובער איעטס

וואס טוט זיך מיט מביא דבר בשם אומרו?

גרעכט, כהאב געשריבן ק/פ (אז איך האב עס זיכער נישט געשריבן)

כהאב עס געשריבן אין א אנדערע אשכול
אגב די מענעזשער פון די נייע סופערמארקעט דרייט זיך אין געשעפט מיט א רעוואלווער אויפן פאסיק, וואונדער איך מיר טאקע פארוואס ביינונז איז עס נישט איינגעפירט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ביי בני ספרדים איז דא א שיינע נייע מקוה - (קאסט $5 א טבילה (אריינגערעכנט א האנטוך). די מקוה איז אין בעק פון די בנין וואס געפינט זיך אויף סטירלינג רד. - די צענטער פון אידישע געגענט.
אויך איז דא א כולל ווי מ'קען זיצן אין לערנען א גאנצן טאג. די כולל איז אין די מאלל אויף 46 עוועניו און ס'דא דארט א מנין מנחה 2:00 און מעריב 9:30.
אין די זעלבע מאלל איז דא א כשר'ע מיליכיגע און פליישיגע רעסטוראנט געפירט דורך די זעלבע בעה"ב. די פליישיגע רעסטוראנט האט היימישע פלייש - מיעל מארט אדער סולאמאנ'ס וואס מ'קען פארלאנגן. א היימישע פרוי פירט די געשעפט און זי שטעלט זיך זייער שיין צו. אויך איז דא א ווין דיקסי און די זעלבע מאלל מיט א פולע ליין פון כשר'ע פראדוקטן, (פארשטייט זיך ס'ענדערש צו שטיצן די אנדערע 4 אידישע סופערמארקעטס אין די געגענט). אויך איז דא דארט א ביהמ"ד פון "אש" (aish).
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דריידל האט געשריבן:ביי בני ספרדים איז דא א שיינע נייע מקוה - (קאסט $5 א טבילה (אריינגערעכנט א האנטוך). די מקוה איז אין בעק פון די בנין וואס געפינט זיך אויף סטירלינג רד. - די צענטער פון אידישע געגענט.
אויך איז דא א כולל ווי מ'קען זיצן אין לערנען א גאנצן טאג. די כולל איז אמן גי מאלל אויף 46 עוועניו און ס'דא דארט א מנין מנחה 2:00 און מעריב 9:30.
אין די זעלבע מאלל איז דא א כשר'ע מיליכיגע און פליישיגע רעסטוראנט געפירט דורך די זעלבע בעה"ב. די פליישיגע רעסטוראנט האט היימישע פלייש - מיעל מארט אדער סולאמאנ'ס וואס מ'קען פארלאנגן. א היימישע פרוי פירט די געשעפט און זי שטעלט זיך זייער שיין צו. אויך איז דא א ווין דיקסי און די זעלבע מאלל מיט א פולע ליין פון כשר'ע פראדוקטן, (פארשטייט זיך ס'ענדערש צו שטיצן די אנדערע 4 אידישע סופערמארקעטס אין די געגענט). אויך איז דא דארט א ביהמ"ד פון "אש" (aish).

פון וועלכע געגענט רעדסטו?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קרייסלער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ביי בני ספרדים איז דא א שיינע נייע מקוה - (קאסט $5 א טבילה (אריינגערעכנט א האנטוך). די מקוה איז אין בעק פון די בנין וואס געפינט זיך אויף סטירלינג רד. - די צענטער פון אידישע געגענט.
אויך איז דא א כולל ווי מ'קען זיצן אין לערנען א גאנצן טאג. די כולל איז אמן גי מאלל אויף 46 עוועניו און ס'דא דארט א מנין מנחה 2:00 און מעריב 9:30.
אין די זעלבע מאלל איז דא א כשר'ע מיליכיגע און פליישיגע רעסטוראנט געפירט דורך די זעלבע בעה"ב. די פליישיגע רעסטוראנט האט היימישע פלייש - מיעל מארט אדער סולאמאנ'ס וואס מ'קען פארלאנגן. א היימישע פרוי פירט די געשעפט און זי שטעלט זיך זייער שיין צו. אויך איז דא א ווין דיקסי און די זעלבע מאלל מיט א פולע ליין פון כשר'ע פראדוקטן, (פארשטייט זיך ס'ענדערש צו שטיצן די אנדערע 4 אידישע סופערמארקעטס אין די געגענט). אויך איז דא דארט א ביהמ"ד פון "אש" (aish).

פון וועלכע געגענט רעדסטו?

וואס הייסט וועלכע? איז נישט די אשכול געווידמעט פאר האליוואד?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קרייסלער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:דא האט איהר מנין (חב"ד), שולן, כשר עסן אין מקוואות, אלעס אין און גלייך ארום (בערך פיהר מייל) האליוואוד, פלארדידע.

Kosher food, Synagogues and Mikvahs in Hollywood, Florida, USA
Includes Jewish listings in Holywood, FL:
Hollywood, Florida Jewish and Kosher Directory

ליהוי ידוע: די אינפארמאציע איז זייער אוט-דעיטעד און נישט אקוראט

ליהוי ידוע: איך בין דורכגעגאנגען אלע ליסטינגס און עס איז יא אוראט און אופ טו דעיט.
איך האב אראפגענומען אפאר וואס האבן צוגעמאכט, און צוגעלייגט נייע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:ק/פ

אין האליוואוד פלארידא האט זיך לעצטענס געעפענט א הערליכע כשרע סופערמארקעט ׳דע גראוו׳ מיט א פולע ליין פון כשרע פראדוקטען, וויינען, היימישע בעקערי אויפן פלאץ, און א היימישע טעיק אוט, אזוי אויך א פולע שבת מעניו
מקען אויך באשטעלן פון זיי אונליין פאר דיליווערי

אגב קען מען אויך באשטעלן כמעט פון אלע כשרע רעסטעראונטען דורך אובער איעטס

Grove האט נאך געשעפטן אין באקע און אין מיאמי. אגב, וואס מיינט "היימישע" טעיק אוט? רוב כשר'ע סופערמארקעטס אין זיד פלארידע האבן טעיק אוטס.

אויך איז גוט צו וויסן אז דארט פונקציאנירט א אידישע סייט kosher24.net וואס ארבעט אזוי ווי אובער איטס, אבער מער כשר'ע געשעפטן זענען אנגעשלאסן דערין ווי אובער איטס. די סייט קען מען אויך ניצן אין לאס אנזשעלעס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”