פליישמאנס ניו יארק

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס

פשיהא געב א שטיקל באריכט
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י

ביסט א בן מזל...

כ'האב אסאך יאהרן פארברענגט אין פליישמאנס, אלס בחור און אלעס יונגערמאן.

נאך ווען כ''ק אדמור בית יצחק איז נאך געווען תחלת ממלכתו דארטן (ער'ז שוין געווען פון פארדעם אבער ער'ט זיך אויס געברייטערט) און ווען ר' זלמן לייב פילאפ פלעגט פיהרן באטעס אין זיין באנגעלוי אויף די ישיבה בארג.

אוי איז דאס געווען גוטע צייטן.

אמאל פלעגן זיין פילע גויאישע מאטעלן פון די געגענט פון די ישיבה ביז נאך ספינקא אויף דיפאוט סט. וואו פילע עלטערע יודן פלעגן פארבריינגען דעם זומער, איינער ווייסט אויב זיי שטייען נאך? און אויך אויב דער עולם שטייט נאך איין דארטן (חוץ פון דעלעווער מאטעל וואס כ'ווייס אז עס ווערט נאך באנוצט)
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

אחת ואחת האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:איינער געהערט עפעס וועגן א פייער היינט און די ב"פ ישיבה גדולה קעמפ?

היינט אינדערפרי האט אפגעברענט צוויי באונגעלאוס פון איינגעשטעלטע און קעמפ, ב"ה אן קיין געשעידיגטע.

בילדער?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י

פשיהא געב א שטיקל באריכט

איך האב א גאנצע וואך געוואלט אראפשרייבן א שטיקל באריכט
נאר איך בין געווען שטארק פארנומען
נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען זעה ווי מיין זיהן האט אפגעשריבען א גאנצע באשרייבונג פון עטליכע בלעטער
אי"ה נעקסטע וואך וועל איך עס איבערטייפען פאר די חושבע ליינער
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

וועלעכע סעלפאון סערוויס ארבעט גוט אין פליישמאן געגנט?
וועט א ווערייזאן מייפיי אינטערנעט שטיקל גוט ארבעטן דארט?
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

Ban Mazel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י

פשיהא געב א שטיקל באריכט

איך האב א גאנצע וואך געוואלט אראפשרייבן א שטיקל באריכט
נאר איך בין געווען שטארק פארנומען
נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען זעה ווי מיין זיהן האט אפגעשריבען א גאנצע באשרייבונג פון עטליכע בלעטער
אי"ה נעקסטע וואך וועל איך עס איבערטייפען פאר די חושבע ליינער

Wow
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הר גריזים האט געשריבן:וועלעכע סעלפאון סערוויס ארבעט גוט אין פליישמאן געגנט?
וועט א ווערייזאן מייפיי אינטערנעט שטיקל גוט ארבעטן דארט?

איך האב ווערייזאן סערוויס און עס האט געארבעט גוט
איינער האט דארט געהאט ספרינט און עס האט גארנישט געארבעט
עס זענען געווען דארט וואס האבען געזאגט אז ספרינט דארף יא צו ארבעטן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מנהלים, ביטע אריבערפירן צו די נייע טרעוול אשכול
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הר גריזים האט געשריבן:מנהלים, ביטע אריבערפירן צו די נייע טרעוול אשכול

גא"מ
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די וואך אין דער איד איז דא א שיינע ארטיקעל איבער היסטאריע פון פליישמאנ'ס
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגען פיקטשערס פון תולדות אהרן אין פליישמאן

פון א בליק
אטעטשמענטס
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (149.63 KiB) געזען 1743 מאל
unnamed (29).jpg
unnamed (29).jpg (147.27 KiB) געזען 1743 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (99.7 KiB) געזען 1743 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שפע רב האט געשריבן:בערן איז דארט דא לרחצה אני הקטן האט איין נאכט אריינגעפארקט אין א דרייוועי אין נישט מער אין נישט ווייניגער א 8 פוסיגע בער קומט מיר אנקעגן,מיט זיינע שארפע אויגן, ס'האט מיר געכאפט די קדחת איך האב געגעבען א בעק ארויס אין געגעבן א פארק ערגעץ ווי אויפן ראוד,אין געכאפט הענט אין פוס אין געמאכט פליטה.

דעם נעסטען אינדערפרי בין איך געוואר געווארן אז פארקענדיג אזוי מתוך בהלה האב איך געבלאקט א ראוד, דע חברה דארט האבן שוין געוואלט טאון מיין קאר, צו מזל בין איך פונקט אנגעקומען דארט איך האב מיך אנטשולדיג פארציילנדיג וואס עס איז געווען האבן זיי עס קוים געוואלט אפקויפן זיי האבן מיך געגבען א גאנצע מוסר שמועס אז מען טאר נישט אוועקלויפן פון א בער.

איך האב זיך באמת גערישט צו זעהן אפאר בערן דארט, נאכען ליינען אויף אונזער "אידישע וועלט" אז עס פיל מיט בערן, אבער לדאבוני, איך האב נישט געהאט די זכי' זיי צו זעהן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

Ban Mazel האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגען פיקטשערס פון תולדות אהרן אין פליישמאן

פון א בליק

דער רבי גייט אייביג צום ביהמ"ד מלובש בטו" ת?
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגען פיקטשערס פון תולדות אהרן אין פליישמאן

פון א בליק

דער רבי גייט אייביג צום ביהמ"ד מלובש בטו" ת?

אין ירושלים קומט נישט אויס ווייל די רבי איז אין זעלבע בילדינוג
אבער אין חו״ל גייט די רבי מלובש בטו״ת
אפילו אין מאנסי וכדו׳ קומט די רבי מיט די קאר שוין מלובש בטו״ת
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אין "דער איד" פון פאריגע וואך
אטעטשמענטס
New Picture (3).png
New Picture (3).png (584.79 KiB) געזען 2278 מאל
אוועטאר
זעמל רינדערצווייג
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:35 pm
לאקאציע: אויפן בוים

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל רינדערצווייג »

Ban Mazel האט געשריבן:אין "דער איד" פון פאריגע וואך

דעיס איז מענדאלוויטש.
האסט שוין אריין געווארפען עפעס פאר וויכי? טראסקע שוין אריין!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זעמל רינדערצווייג האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:אין "דער איד" פון פאריגע וואך

דעיס איז מענדאלוויטש.

עס איז די זעלבע נאמבער
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קלוג ייד האט געשריבן:עני פאון נאמבער פון מענדלאוויטש?

Fleischmanns Suites LLC
Motel in Fleischmanns, New York
Address: 1169 Main St, Fleischmanns, NY 12430
Phone: (845) 254-4444
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכיה מיט צו האלטען א שבת אין פליישמאנ'ס
מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א
און מיט כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א
און מיט הגה"צ אב"ד צצשנוב שליט"א
און מיט הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א חבר בד"ץ וומ"ס
און מיט הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאטמאר ק"י

פשיהא געב א שטיקל באריכט

איך האב א גאנצע וואך געוואלט אראפשרייבן א שטיקל באריכט
נאר איך בין געווען שטארק פארנומען
נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען זעה ווי מיין זיהן האט אפגעשריבען א גאנצע באשרייבונג פון עטליכע בלעטער
אי"ה נעקסטע וואך וועל איך עס איבערטייפען פאר די חושבע ליינער

Wow

חלק א' וואס מיין זיהן האט זיך פארשריבען פון שבת אין פליישמאנס
אונז זענען ארויס געפארען ערב שבת ראש חודש אב פר' מטו"מ בערך 3 אזייגער נאכמיטאג אויפן לאנגען וועג.
אינמיטן וועג רופט אונז אריין אונזער פעטער חזקי אז ער האט נישט קיין GPS און ער בלאנזשעט, מיין טאטע האט פרובירט אים צו געבן אנווייזונגען, אבער ער האט נאך מער געבלאנזשעט... האט ער זיך אפגעשטעלט ביי א זייט ווארטן אויף אונז, און אינמיטן וועג האבען אונז אים געטראפען נעבען א גאר קליינע טייכעל. אונז האבען גענימען אפאר פון זיינע קינדער, און ער איז אונז נאך געפארן אין בעק פון אונז.
ענדליך, פרייטאג שפעט נאכמיטאג בערך 5:30 זענען אונז אנגעקומען צו גאנץ א אלטע האטעל עס הייסט "אפענהיימער'ס", גלייך ווען מען איז אנגעקומען בין איך גלייך געלאפן קוקען די סווימינג פול, עס איז גאנץ א גרויסע פול.
איך בין אריין אין די האטעל עס איז געווען גאנץ שיין, אבער אויך גאנץ אלט. איך בין זיך געגאנגען אויספאקן צוזאמען מיט מיין ברודער און מיין טאטע, און דערנאך האט מען געגעסן טועמי' לכבוד שבת.
דערנאך איז מען געגאנגען צו די "סווימינג פול" און מען האט אריין געכאפט א גוטע שווים לכבוד ערב שבת קודש, און נאך פאר די 9 טעג... מען האט נישט געקענט צו לאנג שווימען, ווייל עס האט אנגעהויבען צו רעגינען...
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט באזוכען די געגענט, צו זען און געוואר ווערן וואס עס איז אלץ פארהאנען אין די געגנט, און ווי מען קען גיין שבת הבעל"ט.
קודם זענען מיר געגאנגען צו די בית המדרש פון משפ' מענדלאוויטש, אונז האבען דארט געטראפען הגה"צ ר' זלמן לייב פיללאפ שליט"א, און דערנאך איז מען געגאנגען אין די מקוה ביי ספינקא. עס איז זייער א שיינע מקוה, און פאר נאך א דאלער קען מען האבען א פרישע האנטוך, (וואס אין אנדערע פלעצער דארט קען מען דאס נישט האבן, נאר מען דארף זיך אליינס מיטברענגען), און דערנאך זענען מיר געגאנגען קוקען דאס מקום ווי תולדות אהרן'ער רבי גייט פירן די עבודה דעם שבת קודש, און דאן איז מען צוריק צום האטעל זיך גרייטען פאר שב"ק. און זיך אביסעל צולייגן פאר שבת.
די זמן איז געווען 8:17, און מען האט זיך געשטעלט דאווענען 8:20, דער עולם איז געווען א געמיש פון ליטוויש און חסיד'יש, אבער עס איז געווען אביסעל מער ליטווישע ווי חסידישע.
דערנאך האט מען זיך געגרייט צום סעודת ליל שב"ק. זיי האבען צוגעשטעלט א עקסטערע פלאץ ווי אונז זאלן עסן, און בתוך כך איז אריינגעקומען די משגיח הרב גאלדמאן שליט"א, ער וואוינט אין וומ"ס, פון די חשובי חסידי תו"א, א געהויבענער איד. ער איז געקומען זיכער מאכן אז מען לייגט א פרישע טישטוך דארט ווי מען גייט אראפלייגען די עסן צו פארטיילען, ווייל דאס פלאץ ווי אונז האבען געגעסן איז געווען מילכיג.
עס איז געווען גאר א דערהויבענע שיינע סעודה, איך געדענק נישט אזא געשמאקע סעודה אין דער פרעמד, מען קען עס ממש נישט באשרייבען.
מיין טאטע האט נאכגעזאגט א שיינע ווארט פון סקולענער רבי שליט"א, וואס ער האט עס געזאגט ביים ראש חודש אב טיש תשע"ט לפ"ק: ער האט דאן נאכגעזאגט פון דעם ערוגת הבושם, אז פאר וואס די חודש ווערט אנגערופען חודש "אב", א לשון פון א טאטע.
אויך איז שווער, אז עס שטייט אין מס' פסחים גזירה "על המת" שישתכח מן הלב. לכאורה וואלט געדארפט שטיין פארקערט, אז די גזירה איז "אויף די לעבעדיגע" ווייל זיי דארפן פארגעסען פון די נישט לעעבדיגע.
איז די ערוגת הבשם מסביר, אז פארוואס פארגעסט מען פון א נפטר, ווייל כמים פנים אל פנים, און דער נפטר טראכט שוין נישט פון די לעבעדיגע, וועגען דעם פארגעסן די לעבעדיגע פונם נפטר, אזוי ווי מען זעהט ביי יעקב אבינו, אז ער האט זיך נישט געוואלט טרייסטן נאך יוסף הצדיק, ווייל יוסף האט נאך באמת געלעבט, און ער האט א גאנצען צייט געטראכט פון יעקב, און כמים פנים אל פנים האט יעקב אגאנצן צייט געטראכט פון יוסף.
און טאקע וועגן דעם פארגעסן אונז נישט פון די צדיקים וואס זענען בעלמא דקשוט, ווייל "צדיקים קרויים חיים", און וויבאלד זיי ווערן אנגערופן חיים און זיי פארגעסן נישט פון אונז, וועגן דעם פארגעסן אונז נישט פון די צדיקים.
האט דער סקולענע רבי שליט"א געזאגט, אז וועגן דעם הייסט עס חודש אב, ווייל אין די חודש קלאגט אונזער טאטע אין הימעל מער אויפן בית המקדש. און כמים פנים אל פנים, פילן אונז וואס אונזער טאטע פילט, וועגן דעם ווערט אנגערופן די חודש אב א לשון פון א טאטע.

אונז האבען גענדיגט די סעודה בערך 12:15, האט מען זיך ארויס געלאזט צום טיש פון תו"א רבי. די וועג איז געווען גאר שיין, מען האט א גאנצען וועג געהערט ווי די וואסער פליסט, מיין טאטע האט זיך אנגערופן אז עס דערמאנט אים פון סוכות, ווען מען הערט די קולות פון די "ושאבתם מים בששון" עלעקטריק סיין וואס אונז פלעגן האבען אין אונזער סוכה...
אונז האבען זיך באמת גערישט צו זעהן אפאר בערן דארט, נאכן הערן אז די געגענט איז פיל מיט בערן, אבער, אונז האבן נישט געהאט די זכי' זיי צו זעהן.
אינמוטען האט מען אריבער געגאנגען א רעפארמער שול, וואס פרייטאג נאכמיטאג ווען מען איז אריבער געפארן דארט, האט מען געזעהן אז עס איז פיל מיט קארס, מען האט נישט געוויסט צו עס איז טאקע א רעפארמער שיל. אבער יעצט האט מען נישט געזעהן קיין זכר פון די אלע קארס, האט מען שוין זיכער געוויסט אז דאס איז נישט א היימישע שול.
מען איז אנגעקומען צו די טיש בערך 12:50, מען האט געהאלטן אינמיטן די תורה, עס זענען דארט געווען בערך 50 שטריימלעך און נאך בערך צוואנציג בחורים. עס איז געווען זייער א שיינע און א דערהויבענע טיש. אונז האבען נאך נישט געהאט געגעסן קיין פערפיל. מיין טאטע האט מיר געגעבן אביסעל פערפעל שיריים פון די רבי. מען האט געענדיגט בערך 2:30, איך בין געגאנגען זאגען גוט שבת פארן רבין זז"ג, און אפנעמען די ברכת הקודש.
די וועג צוריק איז געווען שווערער, סיי ווייל עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט און סיי וויייל יעצט איז עס געווען א בארג ארויף. אונז זענען אנגעקומען צום אכסניא בערך 3:00 אזייגער.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430
מי כעמך ישראל!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

יא עס נעמט בערך 25 מיניט די וועג צום טיש פון תו"א רבי.
און צוריק אביסעל לענגער.
איך האב נישט געוויסט פון די שארטקאט.
איך בין ערשט געוואר געווארען פון דעם מצוש"ק.
אבער איך ווייס נישט צו איך וואלט געגאנגען אויף די שארטקאט ווייל עס האט אויסגעזעהן זייער טינקעל
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

Ban Mazel האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

יא עס נעמט בערך 25 מיניט די וועג צום טיש פון תו"א רבי.
און צוריק אביסעל לענגער.
איך האב נישט געוויסט פון די שארטקאט.
איך בין ערשט געוואר געווארען פון דעם מצוש"ק.
אבער איך ווייס נישט צו איך וואלט געגאנגען אויף די שארטקאט ווייל עס האט אויסגעזעהן זייער טינקעל
ערשטע האלבע טיש - ביז נאך די פיש - פרייטאג צו נאכטס פירט ער גלייך נאכ'ן דאווענען, דאן בלייבן רובא דרובא עולם, און איר וועט האבן פיל באגלייטער אהיימצוגיין
א ברעיק פון אנדערטהאלבן שעה
צווייטע האלבע הויבט ער אן 12 אזייגער ביז 2'ע
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: פליישמאנס ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

FREEDOM האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:שיינע שילדערונג, לאמיר הערן ווייטער

ווי פירט תו"א רבי טיש? כ'פארשטיי ערגעץ אויף וועגנער, פון אפענהיימער'ס אהין איז א היבשע שפאציר... כ'האף ענק האבן כאטש געמאכט ר שטיקל שארטקאט דורכ'ן בריקל אקעגן די האטעל
ביי די שוהל נעבן "פאלעס" האטעל
Address: 191 Wagner Ave, Fleischmanns, NY 12430

נישט געוואוסט ס'איז פארהאן א ביהמ"ד דארט
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”