שיקן קינדער אין קעמפ - וויפיל מעג עס קאסטן??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שיקן קינדער אין קעמפ - וויפיל מעג עס קאסטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך עפן דעם אשכול איך האב אסאך געקלערט דערוועגן אבער, ההכרח לא יגונה כמיז מיך אויסרעדן
אמאל בשנים קדמוניות איז קעמפ געווען אזא ביליגער מיטל זיך אפציריען, די שטאט האט געשטינקען און די קעמפ האט געקאסט א שיבוש, האט מען באשאפן א זא זאך וואס הייסט 'קעמפ' און ויסעו, משיקט די קינדער ארויף אויף די געלע באסעס, אין קעמפ אריין, דארט איז געווען א סיסטעם וואס גארנישט האט נישט געקאסט, כ'דארף נישט מאריך זיין יעדער ווייסט וואס איך מיין

כהיום, איז די מעשה אזוי, שיקן קינדער אין קעמפ איז געווארן אזא זאך וואס עס איז נישטא דערויף קיין בחירה, מען מוז ווייל קיין איין מוסד אין שטאט האלט נישט אפן די מוסד דורכן זומער, נו שוין כ'בין מסכים, אבער...
אלס איינער וואס האט עטליכע קינדער צו שיקן אין דעם דמתקריא 'קעמפ' גייט מיר נישט אין קאפ אריין צי וואס פעלט דאס אויס???, האב איך טאקע נישט וואס צי טון מיט א שיינע פאר טויזנט דאלער נאר צי שיקן קינדער אין קעמפ אריין????, איך מצידי קען איך און מיינע קינדער זיך באגיין אן דעם, איך דארף עס נישט, מיינע קינדער דארפן עס אויך נישט (וויפיל קוועטשן זיי אין קעמפ ווי גוט ס'איז....), קען מיר איינער מסביר צי וואס פארא גוט יאר דארף מען די בריאה וואס הייסט 'קעמפ'
דארף איך טאקע זיין א לווה רשע ולא ישלם צי שיקן מיינע קינדער אין 'קעמפ', צי איז נישט בארעכטיגט מיין שכר לימוד דא אין שטאט אז דער מוסד זאל מיר צישטעלן א גאנץ יאר דאהי אין שטאט???
אויסער דעם תירוץ פון שמירת עינים [וואס איז נישט רעלעוונט ווייל ווער ס'האט א פראבלעם דערמיט זאל מוחל זיין אוועק מופן פון די שטאט, וואס טוט ער פאר און נאך די ניין וואכן...??] איז דא עפעס א נארמאלע הסבר אויף דעם משיגענעם מכת מדינה????
מורי ורבותי
דאס איז א 'מיליאן דאלערדיגע פראגע' וויפיל מיליאנען מען קען שפארן פון כלל ישראל, און וויפיל קינדער כ'קען חתונה מאכן מיט דעם געלט וואס מצווינגט ארויף אויפן עולם פאר די משוגעת וואס הייסט 'קעמפ'...
(איך רעדט נישט פון קאנטרי, וואס דאס איז א מחלה וואס מען ליידט אליינס דערויף קיינער צווינגט נישט אויסער די עזרת נשים..... כ'האב אויף דעם נישט קיין עקספיריענס ב"ה...)
און נניח אז מען האט שוין געטראפן א 'קריטיש' וויכטיג סיבה פאר דעם גזירת גירוש צי וואס פעלט דאס פאר גאנצע ניין וואכן????, קען מען טאקע נישט דאס רעדוצירן??? איז דער דריי וואכן נישט גענוג און נאך???
און דאס איז נאר פאר קינדער, ווער רעדט נאך פאר איינער מיט גרעסערע בחורים אין שטוב, בעט מען היינט צוויי אלפים פער קאפ ביליגערהייט... איז דאס נארמאל????
לענ"ד איז דער גאנצער רעיון פון 'קעמפ' ווערט דעם טיטול פון 'מכלה ממונם של ישראל'......
היות ס'איז היינט א וועלט פון 'אפארדעבל' און 'תקנות', שוין צייט זיך נעמען צו דעם אויך
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג יוני 20, 2011 11:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איין קליינע הארה,עס איז א ביליאן דאלער'דיגע פראגע
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב געהערט פון א גאר גרויסן עסקן, איינע די גרעסטע געלט שאפער'ס אין שטאט (זיין נאמען איז היבש באקאנט) ער האט געזאגט דעם נומער 'ביליאן', אבער כ'האב מיך נישט געוואגט עס צי שרייבן, אבער כמדומה אז ס'איז היבש אמת
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

די מכת מדינה איז שוין היינט אויסגעשפרייט אזש ביז קרית יואל והגלילות, וואס כאטשיג ס'איז היפש אויסער די שטאט, איז געווארן לעצטענס איינגעפירט אז מען איז משלח די קינדער אין קעמפ אויפן חשבון פון די אפגעהארעוועטע געלטער פון די טאטע'ס.

און אז מ'רעד שוין וואס איז די משוגעת פון צאלן "דעי קעמפ געלט" פאר די נקיבות, אויסער די חודש'ליכע שכר לימוד? נאכדערצו אז 4 וואכן איז נישטא קיין סקול, 2 וואכן מלפנינו און 2 וואכן מלאחרינו, און מען בעט נאך געלט פאר דעם...
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

הרב יהיה, אלס איינער וואס טוט און די זאכן, האב איך גארנישט אינטערגעשאצט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה, איך פיל מיט דיין צער, און ס'איז נאך א סיבה וואס איך קען דאנקן דעם אייבערשטן אז איך וואוין נישט אין וומסב"ג אדער ב"פ

למעשה דארף מען אבער פארשטיין אז כדי צו קענען אויסהאלטן דעם קעמפ לוינט זיך נישט פאר דריי וואכן צו האבן א אייגענע קעמפ, און איינער וואס האט א אייגענע קעמפ דארף האבם כאטש 9 וואכן פאר די אלע איינגעשטעלטע וואס מען האלט אויס וכו'

אין קרית יואל האט מען אויך אנגעהויבן אין די לעצטע 10 יאר קעמפ, ס'איז אבער מיט א לימיט, ס'איז בערך 2-3 וואכן פאר א יאר גאנג, ס'איז געזונט, ס'איז א טשעינדזש אויף סינערי, און כ'מיין אז נאך אלעם איז דא א זומער חדר אין קרית יואל אז נישט יעדער מוז גיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע
האסט נאך פילפאכיג שווערער געמאכט מיין קשיא
פארוואס פעלט אויס צי האלטן אפן אזויפיל קעמפס? צי וואס קען מען נישט מאכן אזוי ווי אין קרית יואל איין קעמפ און מ׳גייט אין משמורות יעדע דריי וואכן א אנדערע עידזש?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האסט מיר אויסגעכאפט
איך האב דאס געהאט בכוונה צו שרייבן ביים סוף פסוק, איינער האט מיר אבער אריינגעקאלט האב איך פארגעסן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

מי יודע האט געשריבן:אין קרית יואל האט מען אויך אנגעהויבן אין די לעצטע 10 יאר קעמפ, ס'איז אבער מיט א לימיט, ס'איז בערך 2-3 וואכן פאר א יאר גאנג, ס'איז געזונט, ס'איז א טשעינדזש אויף סינערי, און כ'מיין אז נאך אלעם איז דא א זומער חדר אין קרית יואל אז נישט יעדער מוז גיין

טראץ די לימיט קאסט עס אבער א שיינע פאר עקסטערע גרינע וואס איז נישט נכלל אינעם שכר לימוד.

ווי אויך טראץ דעם וואס ס'איז צוגעשטעלט א זומער חדר און נישט יעדער מוז גיין, איז אבער א פאקט אז אסאך שיקן געצוואונגענערהייט ווייל דאס קינד מוטשעט געפערליך אז אלע חברים גייען וכו' וכו'.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

כ'הער אז נאך אן אויספרעג ביי די עלטערן אין ק"י איז געווארן באשלאסן אז יונגלעך גייען נישט היי יאר אין קעמפ.
וויאזוי איך הער איז דאס אנטשטאנען ווען די ביי די לעצטע רעגיסטראציע איז געווען א כאאס אין די אריינגעקומענדע געלטער, די מצב הכספי איז שרעקליך ערגער פון די מצה הפרנסה (!), די הנהלה האט מיטן צוזזאמענארבעט פון די עלטערן איינגעזען אז די קעמפ איז אונטער גרויס פראגע צייכן פון קענען ווערן באצאלט דערובער האבן זיי געלאזט אין גאנג דעם סורוועי, און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט, רוב עלטערן האבן געזאגט אז מ'קען עס נישט עפארדן.
יהיה כן, דיינע ארגומענטן זענען שוין מיט א בעסיס
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

פאקטיש האט געשריבן:כ'הער אז נאך אן אויספרעג ביי די עלטערן אין ק"י איז געווארן באשלאסן אז יונגלעך גייען נישט אין היי יאר קעמפ.
וויאזוי איך הער איז דאס אנטשטאנען ווען די ביי די לעצטע רעגיסטראציע איז געווען א כאאס אין די אריינגעקומענדע געלטער, די מצב הכספי איז שרעקליך ערגער פון די מצה הפרנסה (!), די הנהלה האט מיטן צוזזאמענארבעט פון די עלטערן איינגעזען אז די קעמפ איז אונטער גרויס פראגע צייכן פון קענען ווערן באצאלט דערובער האבן זיי געלאזט אין גאנג דעם סורוועי, און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט, רוב עלטערן האבן געזאגט אז מ'קען עס נישט עפארדן.
יהיה כן, דיינע ארגומענטן זענען שוין מיט א בעסיס

ענדליך איז מען געקומען צום שכל...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בשמים האט געשריבן:

איך האב נאך נישט געהערט דערפון, אבער אויב איז עס אמת איז א געוואלדיגע זאך
ווייל ס'איז אמת אז ס'איז דא אסאך וואס מוזן שיקן ווייל די קינדער מוטשען

הלואי מען זאל דאס טוישן ביי די מיידלעך אויך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יהיה כן;

איך שפיר שטארק מיט דיין צער (טוב שכן קרוב..), און איך האלט אז דו האסט גאר שטארקע טענות

איך קלער אבער אז דו דארפסט זיך צוזאמנעמען מיט אחים בצרה, אנשים כערכך וואס זענען אין זעלבן מצב, און טוהן עפעס למעשה

פון שרייבן אויף אייוועלט זעה איך נישט וואס מען קען אויפטוהן אין דעם נושא
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קרעמער שאץ נישט אונטער איי-וועלט....
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קרעמער האט געשריבן:יהיה כן;

איך שפיר שטארק מיט דיין צער (טוב שכן קרוב..), און איך האלט אז דו האסט גאר שטארקע טענות

איך קלער אבער אז דו דארפסט זיך צוזאמנעמען מיט אחים בצרה, אנשים כערכך וואס זענען אין זעלבן מצב, און טוהן עפעס למעשה

פון שרייבן אויף אייוועלט זעה איך נישט וואס מען קען אויפטוהן אין דעם נושא

האסט שוין פארגעסן
א רעווועלאציע האט זיך לעצטנס אנגעהויבן פון.....
וכדברי למעלה שאץ נישט אינטער אייוועלט, אויב וועט זיך עפעס א ריר טון והיה זה שכרי, וועלן טאקע די שטאטישע אידן קומען צום שכל?
איך האב די טענות נישט ערפונדן, איך האב עס געהערט לעצטע וואך פון א אינגערמאן ביינונז אין ביהמ״ד וועלכער טענה׳ט די זעלבע פה אחד, און היינט געהערט דאס זעלבע פון נאך איינעם, אויב איז אייוועלט די מקום צו לופטערן אלע דשלב״ל׳ס איבער נייע שטעטלעך וישובים אשר לא היו ולא נבראו צי וואדזשע נישט דעבאטירן אן אקטועלע נושא?
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

לכאורה איז דא איין סיבה פארוואס יא אפען צו האלטן דעם קעמפ, ווייל די קינדער לערנען פלייסיגער ווי אגאנץ יאר............
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

מחזור האט געשריבן:לכאורה איז דא איין סיבה פארוואס יא אפען צו האלטן דעם קעמפ, ווייל די קינדער לערנען פלייסיגער ווי אגאנץ יאר............

:roll: :roll: :roll:
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ארט און מוזיק האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:לכאורה איז דא איין סיבה פארוואס יא אפען צו האלטן דעם קעמפ, ווייל די קינדער לערנען פלייסיגער ווי אגאנץ יאר............

:roll: :roll: :roll:

אין קרית יואל קעמפ איז עס קלאר אזוי, קען זיין אז די סיבה איז ווייל ס'איז נאר 2 3 וואכן איז די התחדשות נאך פריש ביזן סוף, אבער דאס איז דער מציאות, מען איז מייחד יענע וואכן פאר חזרה מיט שעות רצופות וכו' וכו'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

למעלה משבעים האט געשריבן:קרעמער שאץ נישט אונטער איי-וועלט....

איך האלט מיט אינגאנצן מיט דעם, אויסער דעם פארשטיי איך נישט פארוואס די דעי קעמפ'ס אין שטאט בעטן נאך עקסטרע געלט פאר די זומער, מיינע $225 א חודש איז נישט גענוג צו באצאלן פאר דעי קעמפ אויך, מען דארף מיר אויסרייסן נאך אפאר הונדערט דאללער פארן האבן דעם זכות פון האלטן מיין קינד אין דעי קעמפ דורכן זומער?
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

כיהודא ועוד, עס איז שרעקליך די מצב. איך ווייס נישט וויאזוי דער עולם באצאלט די קעמפ. ממילא קאנטרי קען מען פארמיידען אבער אז אלע גייען אין קעמפ וויל דאך קיינער נישט זיין א אויסנאם.
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

נאך א מעלה פון וואינען אויסער די שטאט, אבער יהי' איך הער דיין וויי געשריי, און איך טענה שוין לאנג אולי מען זאל אויפהערן די וואנדערן זומער אויף די בערג וואלטן אסאך טיי אווענטס פארמיטן געווארן,
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז קלאר אז קעמפ האט מעלות לגבי חינוך פון די קינדער, ס'איז א גוטע געלעגנהייט זיך צו שטעלן אויף די פיס און זיך אויסלערנען א עיצה צו געבן, אבער ווי געזאגט קען דאס אויך זיין ווען מ'פארט בלויז צוויי וואכן אין קעמפ, מי יתן והי' אז ס'איז דא איין קעמפ און יעדע צוויי וואכן פארן אהין אנדערע קינדער (כנוסח ק"י לשעבר) און ס'וועט זיין א מחי', די וועלט און יענע וועלט,

איר ווייסט אבער די סבה פארוואס ס'גייט נישט געשעהן, ווייל אט די מענטשן וואס זענען אחראי אויף דעם דיסיזשען צו מ'דארף א קעמפ צו נישט זענען געווענדליך די מנהלים אליין וואס האבן די געלעגנהייט פון האבן פרייע וויקאציע פאר די משפחה אין די 9 זומער וואכן ווען מ'לעבט אויף ביידע באקן פון קהל'ס קאך און מ'דארף נישט קאכן אליין, דערפאר וועט יעדער מנהל אונטער זיין נגיעה מסביר זיין אז דער תכלית פון קעמפ איז אזוי גרויס אז מ'האט פשוט נישט קיין השגה אין די וויכטיגקייט פון דעם, אוודאי איז עס וויכטיג, דיין פרוי האט וויקאציע 9 וואכן, און דערפאר מוז מיין יונגל גיין אין קעמפ און צאלן צווישן 1200 ביז 1800 טאללער א קינד,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

שאץ מאץ האט געשריבן:זיין פרוי האט וויקאציע 9 וואכן, און דערפאר מוז מיין יונגל גיין אין קעמפ און צאלן צווישן 1200 ביז 1800 טאללער א קינד,

אנטשולדיגט, אבער אמאל האט מען געצאלט צוועלף, דער נומבער איז היינט נאר פארהאן, אויב מען צאלט פאר פינף-זעקס קינדער ביינאזאם און מען צאלט קעש, און מען בעט זיך ווי צו א גזלן צו קריגן א הנחה.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז קלאר אז קעמפ האט מעלות לגבי חינוך פון די קינדער, ס'איז א גוטע געלעגנהייט זיך צו שטעלן אויף די פיס און זיך אויסלערנען א עיצה צו געבן, אבער ווי געזאגט קען דאס אויך זיין ווען מ'פארט בלויז צוויי וואכן אין קעמפ, מי יתן והי' אז ס'איז דא איין קעמפ און יעדע צוויי וואכן פארן אהין אנדערע קינדער (כנוסח ק"י לשעבר) און ס'וועט זיין א מחי', די וועלט און יענע וועלט,

איר ווייסט אבער די סבה פארוואס ס'גייט נישט געשעהן, ווייל אט די מענטשן וואס זענען אחראי אויף דעם דיסיזשען צו מ'דארף א קעמפ צו נישט זענען געווענדליך די מנהלים אליין וואס האבן די געלעגנהייט פון האבן פרייע וויקאציע פאר די משפחה אין די 9 זומער וואכן ווען מ'לעבט אויף ביידע באקן פון קהל'ס קאך און מ'דארף נישט קאכן אליין, דערפאר וועט יעדער מנהל אונטער זיין נגיעה מסביר זיין אז דער תכלית פון קעמפ איז אזוי גרויס אז מ'האט פשוט נישט קיין השגה אין די וויכטיגקייט פון דעם, אוודאי איז עס וויכטיג, דיין פרוי האט וויקאציע 9 וואכן, און דערפאר מוז מיין יונגל גיין אין קעמפ און צאלן צווישן 1200 ביז 1800 טאללער א קינד,

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך פייגער פאר דיינע ווערטער. איך ווייס נישט אקוראט צו דא איז דאס די אישו ביי אלע קעמפס, אבער דאס ווייס איך, ס'ליגט אסאך ערענסטע החלטות אין די מיילער פון מענטשן וואס מישן עס מיט אייגענע אינטערעסן. בעיני ראיתי אסאך אזעלכע מצבים. און ...די באצאלערס שטייען אינדערויסן קיינער פרעגט נישט זייער מיינונג, און מ'שרייט נאר ארויס די פסק דין, און מ'ווארפט ארויס א געפרינטע ביל גיי באצאל!. ווייטאגליך.

שוין די העכסטע צייט אז די אלגעמיינע עולם זאל פארמירן א כח איבער אלע ענינים וועס עפעקטן אונז, א שטייגער ווי די יוניאנס, או! מי יתן...
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

אין מאנסי איז אויך געווארן לעצטענס די מנהג איז מען גייט אין קעמפ. זאגט מיר איינע פון די מדרכים אויף די קינדער, אז עס איז קיין פראגע אז פון די הויפט סיבות וואס שטיפט די פאראנטווארטליכע איז ווייל יענער זעלבסט וויל זיין אין קעמפ, אין צייט וואס טאטעס וויינען אז זיי קענען קוים באצאלן שכר מלומדות.

____

אסאך זאכן האבן מעלות און זענען גוט אבער פארט טוט מען עס נישט, ווייל עס קאסט געלט.

מען קען באצאלן טייערע געהאלטן פאר מלמדים און נעמען בלויז גרויסע עקספערטן מיט ערענסטע טרענירונג וכדו'. קלאסן קענען זיין קלענער זיך צו קענען מער אפגעבן מיט קינדער אא"וו. אבער מען טוט עס נישט ווייל עס קאסט געלט.

איז קעמפ פאר קינדער פון ק"י און מאנסי פון די זאכן וואס וועגט איבער דעם כסף מנלן פראגע לויט די זעלבע ליניע וואס מען האט געשטעלט ביי די אנדערע זאכן? גיי ווייס.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”