טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
און אנדערע ווערטער זאגסטו אז טאמער איך רעד נישט ארויס אקעגן א געוויסע קהילה ווער איך אויטאמאטיש א חסיד פון די קהילה.

יא יא..... ווארט מיר ביים פאמפ!!!
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Mezofzef האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
דער רמבם רעדט פון דעם נביא שקר מיטן משיח שקר, די אמעריקאנער עוואנגעליסטישע באוועגונג, האט קנאפ שייכות מיט וואס פאנדראק האט פארקויפט, ביידן גייט פיל מער בדרכיו.
די אמעריקאנער עוואנגעליסטישע באוועגונג גלייבט נישט אינעם ני טעסטימענט.
דעס איז א מעלה, נישט קיין חסרון.

איך טריי פשוט צו פארשטיין וואס די זאגסט.
פון וואו נעמט איר די שטות??
אוודאי גלייבן זיי אין דעם ברית החדשה!

זײ זאגן אז זיי גלייבן..

בפשטות גלייבן זיי נישט עכט, זיי זענען קעגן דאס וואס פאנדראק האט געפרעדיגט, עס איז מער א פאליטישע עטנישע באוועגונג ווי א רעליגיע היינטיגע צייטן.

שטייצעך אז אויב גלייבן זיי נישט אין דעם משיח שקר, גלייבן זיי נאך ווייניגער להבדיל אינעם אלטן טעסטימענט..

(טייל אין דעם אשכול, ווילן ליידער טאן די זעלבע זאך מיט אידישקייט להבדיל.)

-------

די טאליבאן נקודה פון פוענטאס איז אויך אז ער אליינס זאגט אז איינצופירן דאס וואס ער האלט, מוז זיין א טאליבאן סטיל טעאקראטיע.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
אין שנת תשמ"ב האט התאחדות הרבנים ברשות די רבי די ברך משה זצ"ל ארויסגעגעבן א שארפע איסור צו אינדארסירן אדער שטימען אדער געבן כבוד ברבים פאר משחיתים, משום חילול השם.
און נישט ווייל אויב מיר אינדארסירן/שטימען/טוויטן* פאר זיי קען זיי נאך חלילה געווינען.

פאקטיש זענען די רבנים פון יענע איסור און פון אלע אנדערע קול קורא'ס אין דעם ענין געווען זייער קלאר: מ'טאר נישט שטימען פאר די בעסערע קאנדידאט פון צוויי שלעכטע.

אויב זיי וואלטן געהאלטן אז אונזער פליכט איז צו האלטן סאסייעטי ריינער אדער ערליכער, וואלטן זיי ווי פארשטענדליך יא געהאלטן אז מ'מעג - אדער גאר אז מ'דארף - שטימען פאר'ן בעסערן כדי זיכער צו מאכן אז דער ערגערער פארלירט (איבערהויפט אז אין א פארמעסט צווישן צוויי שלעכטע קומט נישט אריין חילול ה' ווען מ'שטימט פאר איינעם פון זיי - אויסער אפשר אז מ'שטימט פאר'ן ערגערן**).

סאו הלכה למעשה לשיטתם (ס'זענען דא חולקים), מ'טאר נישט שטימען היינטיגע צייטן פאר קיין שום קאנדידאט א חוץ פאר שמחה אייכענשטיין/פעלדער אדער אנדערע היימישע קאנדידאטן (אפשר פאר פואנטעס וועט מען מעגן...), און לגבי מתפלל זיין/האפן/וועלן מעג מען אפילו אז דער שמוציגסטער זאל געווינען (ווייל ביי יענץ קומט נישט אריין חילול ה'***).
-

*טוויטן אין שטיצע פון א קאנדידאט גייט אריין אין זעלבן כלל ווי אינדארסירן/שטימען לגבי דעם ענין פון חילול ה' כמובן.

**איי פארוואס טאקע האבן זיי אויך נישט געלאזט אין אזא פאל אויב ס'איז נישט שייך חילול ה' דערביי? די תירוץ איז אז חילול ה' איז נאר געווען איין פראבלעם, זיי האבן אויך געהאלטן אז ס'איז בעצם אסור צו שטימען פאר משחיתים ווייל ס'איז כאילו ווי דער וואס שטימט פאר זיי מאכט בפועל די געזעץ און און ס'איז קעגן די הלכה צו מאכן אזא געזעץ (נישט פאר בני נח, אבער פאר אידן).

***און וויבאלד בעצם שטימט מען נישט פאר זיי ווען מ'איז מתפלל/מ'האפט/מ'וויל אז זיי זאלן געווינען, גייט עס אויך נישט אריין אינעם אויבנדערמאנטן פראבלעם.
דעמאלטס איז דאס געווען "די אישו"
פונקט ווי ביי די יעצטיגע גאווענער פארמעסט איז סעיפטי און פארברעכענס געווען די אישו, ממילא איז פשוט אז יודן טארן זיך נישט ארויסשטעלן אז זיי שטיצן חוקים נגד התורה. און דע היינטיגע פארדארבענע וועלט און די סיטי ווי און די פריימעריס ביידע קאנדידאטן זענען פרא שלעכט און סאיז בכלל נישט די נושא, איז נישט דומה לפרשת קאטש תשמב)
דאס איז א עקסטערע זאך אז מ'קען דן זיין צו פונעם פאקט אז זייער פראבלעם איז חילול ה' קען מען ארויסנעמען אן אטאמאטישער היתר אויף ווען ס'איז נישט קיין חילול ה' (למשל ווען ס'איז קלאר פאר די גאס אז אונזער שטיצע פאר זיי איז נישט ווייל מיר ווילן שמוץ נאר ווייל ווייל מיר האלטן אז זיי זענען בעסער צוליב אנדערע זאכן).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ירקרקות האט געשריבן:
די ליובאוויטשע צדיקים אליין האבן זיך שפעטער זיך צוזאם געליטן באופן מבהיל פון די רוסישע רעגירונג. טראץ דעם וואס נאך די נאפאליאן קריג האבן זיי באקומען אפיציעלע עהרן בירגערשאפט (סאמטינג לייק איט. כ'געדענק נישט פונקטליך דעם טערמין) פונ'ם צאר צוליב דעם תניא'ס געטריישאפט. (דאס איז אריבער בירושה דור דור). ערגעץ וואו האב איך געזען א בריוו און זייערע אגרות דערוועגן אז אלכסנדר בפרטיות איז געווען א מלך רחום אבער די אומה פאר זיך איז ביטער און פארדארבן. אויב איינער ווייסט זאל ביטע צוצייכענען.
דער אדמו"ר האמצעי ז"ל אינעם זעלבן בריוו צום סוף.

און ער שרייבט אז דאס איז די סיבה פארוואס נאפאליען האט געמוזט געווינען איבער רוסלאנד ביזן אנקומען צו די טויערן פון מאסקעווע.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מי חכם האט געשריבן:
Lol הפה שאסר הוא הפה שהתיר

די זעלבע רבנים החתומים האבן דערנאך אויפגענומען מעיאר קאטש בכבוד מלכים און אים אינדארסירט.

ווי באקאנט איז אין די תש"מ יארן די 'עסקנים' נשאו ראש און האבן אנגעהויבן מיט די היינטיגע קול קורא אינדוסטריע (עס איז שוין געווען פאר דעם ביי אנדערע קרייזן - צב"ש דער איסור חמור אויף טעיפ רעקארדערס אין די קלאסן - אבער אין סאטמאר גופא איז נאר ארויסגעקומען צעטלעך בחתימתו און / אדער בהסכמתו פונעם רבי'ן זי"ע וועלכער האט דייקא זיך מתנגד געווען צו די "לאפרושי מאיסורא - א פרישע מסירה" קולטור כידוע), און דערפאר איז זיי געלונגען ארויסצוגעבן דעם צעטל, ביז עס איז געקומען למעשה און מען האט געטון וואס מען האט געהאלטן פאר ריכטיג.
דער אריגינעלער ווארט איז לאיפרושי מאיסורא - א פרישער איסור.

ביי די וועי, עס איז נישט דווקא געווען עסקנים, עס זענען געווען גרויסע רבנים וואס זענען געשטאנען אונטער דעם, נאר אנדערע רבנים האבן געהאלטן אנדערש, און די ערשטע האבן זיך געטראפן דאס פלאץ אינדרויסן פון התאחדות.

פארשטייט זיך אז עס איז בכלל נישט פאר אונז דן צו זיין ווער עס איז גערעכט געווען, און רוב אידן דא זענען מסתמא תלמידים פון די מתירים, איך זאג עס פשוט טו סעט די רעקארד סטרעיט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
דאס איז נישט פון היינט

דעסאנטיס פארדאמט נישט, במכוון, די כסדרדיגע אפענע אנטיסעמיטיזם און נאציזם אין פלארידע. אמאל מאכט זיך עס איז כלו כל הקיצין און ער איז אין די ספאטלייט זאגט ער א ווארט יוצא צו זיין, אבער ער פרובירט שטארק נישט צו פארלירן די אנטיסעמיטישע שטיצע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אגב, די קעפל זאגט "האלאקאוסט לייקענער" ווי כאילו ער איז נישט ערגער פון דעם.

למעשה איז האלאקאוסט געלייקענאכץ א שטאפל פאר'ן אייגנטליך שטיצן אן האלאקאוסט (האלאקאוסט געלייקענאכץ טוט מינימיזירן די רשעות פון די רשעים, און אויך קען עס זיין א גורם צו א פרישע ווייל ס'איז בדרך הטבע שווערער צו פארמיידן עפעס וואס מ'באגייט זיך דערמיט ווי מיט עפעס וואס איז נאכנישט געשען און מ'האט נישט קיין עקספיריענס דערמיט), דער רשע קוקט אייגנטליך אויס גאנץ ענטוזיאסטיש איבער די געדאנק פון א פרישע היל"ת, אט האט איר וואס איינער האט מיך אריינגעשיקט אין אישי, איינע פון זיינע פערל ווערטער איבערגעזעצט אין אידיש אז מ'זאל פארשטיין פון וואס דא האנדלט זיך:
ווען ס'קומט צו די אידן, דא איז א גוטע זאך: געווענליך דערקייקלט זיך עס זייער שנעל – זיי זענען נישט אומגערעכט ווען זיי זאגן דאס, אבער ס'איז דא א סיבה דערצו, און די סיבה איז זיי (כא כא כא...), אקעי?

ווען ס'קומט צו די אידן, יעדע סאסייעטי וואו מיאוס'ע זאכן זענען פאגעגאנגען מיט די חברה, טוט זיך אייביג דערקייקלען זייער שנעל. ס'הייבט זיך קיינמאל נישט אן מיט'ן פארברענען אלע גמרות אין פאריז, אקעי? ס'הייבט זיך קיינמאל נישט אן אזוי (כא כא כא...).

אבער, אפט, זעט זיך אויס עס צו ענדיגן די וועג, און ס'קומט אן אהין זייער שנעל – ס'הייבט זיך נישט אן דארט, אבער ס'טוט זיך אפט ענדיגן דארט.

אבער איך וואלט געזאגט אז די אידן זאלן בעסער אנהייבן זיך צו אויפפירן שיין צו מענטשן אזויווי אונז, ווייל וואס קומט ארויס פון דעם [וואס זיי פירן זיך נישט אויף שיין צו אונז] גייט זיין אסאך מיאוס'ער און אסאך ערגער פאר זיי ווי סיי וואס ווערט געזאגט אויף דעם שאו אדער וואס איז געזאגט געווארן אויף דעם שאו אינעם עבר.

און טראץ די פאקט אז איך בין געווארן געבוליט דורך די אידן, און איך בין געווארן אונטערדרוקט, און בארעדט, און ליגנט געזאגט וועגן, און אטאקירט געווארן דורך די אידן, בין איך געווען אינגאנצן פונקטליך – מער ווייניגער, און יושר'דיג, און קלאר וועגן מיין בליק אויף די מצב. און איך בין אויך א קריסט – וואס גייט אויסמאכן, ווייל ס'קען זיין אסאך ערגער ווי די שאו.

און וואס ס'גייט ארויסקומען פון דעם קען זיין – ווי כ'האב געזאגט – עס קען זיין אסאך מיאוס'ער ווי מיר זאגן אויפ'ן שאו, איך ווייס אז ס'זענען דא מענטשן וואס גייען שטופן ווייטער ווי דאס איינמאל די שמועס הייבט זיך אמת'דיג אן, און די אידן וועלן קוקן צו מענטשן ווי מיר און אמעריקע פוירסט און זיי וועלן זאגן "משוגע, איך בענק מיך צו די צייטן ווען ס'איז נאר געווען דער אינטערסאנטער מענטש, און מיר האבן געשטופט אזוי שווער, און דאס און יענץ", ווייל היסטאריע האט געוויזן אז איינמאל די באן הייבט אן פארן..."
דער אויבערשטער זאל אונז אפהיטן מהם ומהמונם.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ירקרקות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ביטע ביטע.. איך געדענק זיך ניטאמאל ליינען מחנים ביכלעך איבער דעם נושא. די דעקונג דערויף איז מאסיוו. פון די בריוון פון דעם מיטעלן רבי'ן איז דאס זייער קלאר מבואר, אז זיין פראבלעם מיט נאפאליאן איז געווען אז ער איז א כופר, ער האלט אז די מענטשהייט מיט זייער שטארקייט און חכמה קענען מסדר זיין אלע פראבלעמען פון דער וועלט, און אז דאס פירט אים צו דעקלערן פרייהייט פון 'דת און אמונה בה'', און דאס וועט פירן צו הפקרות און כפירה און וועט משפיע זיין אויף די אידן אויך.
מיר גייען שוין אין צירקלען...
כ'האב פון אנפאנג אן געשריבן אז אין ליובאוויטש איז דאס ווארשיינליך געווען דער גאנג.
די פוילישע צדיקים האבן עס בכלל נישט אזוי אנגעקוקט.
כ'וועל זייער הנאה האבן פון סיי וועלכע קראנטע מקורות איבער די נושא. אדרבה.
אפילו אויף די ליובאוויטשע צדיקים האסטו געזאגט אז עס בכלל נישט מוכרח..

פון וועלכע פוילישע צדיקים רעדסטו? אין פאל דו רעדסט פון דעם חוזה, דער קאזניצער מגיד, ראפשיצער רב וכו'. זיי זענען געווען אויף איין בלאט מיט'ן בעל התניא.

אין די תולדות פון ספר 'אילה שלוחה' פון ראפשיצער רב, שטייט אזוי: "למרות ההערצה הגדולה שהעריץ רבי נפתלי צבי את רבותיו, את 'שלשת הרועים', היתה לו עמדה עצמאית בלתי תלויה ולפעמים אף מתנגדת לדעתם. הדבר בא לידי ביטוי בשנת תקע"ג, במלחמת נפוליאון ורוסיה. הצדיקים נחלקו לצד מי ראוי שיהיה הנצחון, המגיד מקוזניץ והחוזה מלובלין חששו שאם נאפוליאון ינצח תתפשט האפיקורסות ששרה בצרפת גם בקרב היהודים במדינות אלו, ולכן התפללו לנצחונה של רוסיה".

אודאי זענען זיי געווען אויף איין בלאט מיט'ן בעל התניא אבל לא מטעמיה. דאס איז וואס איך זאג איבער שוין ווייסעכוויפיל מאל...
דער ספר וואס דו ברענגסט איז בלויז נאך א מעשה ביכל.

גראדע איז נישט קלאר וואס דער חוזה האט געהאלטן. עס איז דא פארשידענע גירסאות אין דעם. דער עשר אורות איז זיך סותר עטליכע מאל. מונקאטשער רב ברענגט גראדע אז ער איז געווען לטובת נאפאליאן און ער האט צוגעצויגן צו זיך נאך תלמידי הר"ר אלימלך.

אויפ'ן מגיד איז דא קראנטע מקורות אז ער איז געווען קעגן נאפאליאן לכה"פ ביים סוף.
נאר וואס דען איז געווען טעמיה לדעתך?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
וואס עפעס?

גראדע ווייס איך נישט ווי א גרויסער טראמפ שטיצער ער איז, זינט ער איז שרעקליך אנטי איזראעל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

למעשה וואס קומט ארויס, אין איראן דארפן אונז אידן שטיצן די איאטאלע רעזשים ווייל זיי זענען רעליגעזע?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
אגב ערנסט גערעדט האט איר א טעות, איר נעמט עס פון מענדי אונגאר לכאורה

פואנטעס ימ"ש שטיצט נישט דיסענטעס, ער שטיצט קאניע וועסט פאר פרעזידענט

און אז דו רעדסט שוין פון אנדערע פאליטיקאנטן, ביידען און עדעמס מיט די גאנצע דעמאקראטישע מאשין האבן קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט דעם רוצח און בלוט פארשמירטן על שארפטאן ימ"ש אפילו פאר זיין תשובה טאן

און יא, איך האלט אז די טראמפ זיצונג איז א שרעקליכע עוולה
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:
שר החסד האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פראגע: איך מעג פארשטיין וואס די גערעגטע אויסברוכן דא אויף טראמפ שטיצער באדייט?
הלמאי מען וואגט זיך צו טראכטן אנדערש ווי די מידיע.
דער מידיע -וואס בשעתו פון אבאמא, ווען עס איז אפירגעקומען בילדער פון אבאמא מיט אנטיסעמיטן, וואס ער האט גוט געוואוסט זייער היסטאריע, האבן זיי עס פארווישט און זיכער געמאכט אז עס קומט נישט ארויס צו די עפנטליכקייט- האט אפגעמאכט אז טראמפ וואס האט זיך געטראפן מיט אן אומבאקאנטער אנטיסעמיט, דארף ווערן פארשריגן, און עס איז דא אזעלכע וואס האלטן אנדערש.


אפשר ביזטו מזכה די עולם מיט בילדער פון אבאמא מיט אנטיסעמיטן, :smile:
https://www.ajc.com/news/local/could-th ... jRYY9o0EM/
16260152332786.jpg
16260152332786.jpg (167.91 KiB) געזען 2927 מאל
obama-and-sharpton-nan-2011_custom-4ecf73a85156da3ff3734bdc9853407842485c12 (1).jpg
obama-and-sharpton-nan-2011_custom-4ecf73a85156da3ff3734bdc9853407842485c12 (1).jpg (302.52 KiB) געזען 2927 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

IMG_20221130_135152.jpg
IMG_20221130_135152.jpg (101.26 KiB) געזען 2557 מאל
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
נגיד ומצווה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:35 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד ומצווה »

און קורצן נאכאמאל ארויסברענגען,
רבי ר' מענדעל מרימנוב וכל הצדיקים ההולכים כמותו האבן געהאלטן אז נאפאליאן איז שרעקליך און זייער נישט גוט, אבער מ'גייט בהכרח מוזן אדורכגיין די בירור קודת ביאת משיח צדקינו במילא זאל עס זיין היצטערט און שוין,
משא"כ הבעל התניא וכל קדושיו עמו האבן געזאגט אז מיט דעם אלעם, ווארפן מיר זיך ארויף אויף השי"ת און ער וועט ברענגען משיח צדקינו ווי אזוי ער וויל, אבער שטיצן די קליפה פון ליבעראליזם קען מען נאך אלץ נישט,
וחס מלומר אז ר''ר מענדעלע סבר שאכן נאפאליאן היה מחסידי אומות העולם,
נגיד ומצווה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:35 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד ומצווה »

ועוד הפעם ועוד הפעם די ליבעראלע לינקע גויים האבן גארנישט! מער ליעב א יוד ווי די רעכטע גוי (אויב עפעס האבן זיי מער פיינט א יעדע אייגענע געשטעלטע מענטש) בסך הכל קענען זיי בעסער שפילן אויסערליך, אבער די עשיו שונא ליעקב ליגט טיעף ביי דיבלאזיא(ביים X עפענען חדרים שוהלן אחרי קאוויד) און ביי קאומא און אויך ביי אבאמא (ווי אזוי זאגט אורח הכבוד?) כידוע...
נגיד ומצווה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:35 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד ומצווה »

מעשה רב וויאזוי האט מ'האט געוועלט און אינדארסירט קאנדיטאטען בימי ובהדרכת רביה''ק מ'סאטמאר זי''ע ושאר מנהיגי ישראל בכל מקומות מושבותיהם אחוץ די 1-2 באקאנטע נעמען וואס האבן שוין בימיו פארפירט וליכא דאשגח ביה און זייערע תלמידים זאלן טאקע חלילה נישט וואויטען אנדערש ווי זייער השקפה, אבער נישט משוגא מאכען רוב מנין ובנין כלל ישראל וואס זייערע רבי'ס האבען געהאלטען אז די גאנצע איז נאריש און נישטא דארף אונז זיין נוגע און אויך נישט מכריע זיין ביים אינדארסירען[/color]

מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?
די ווילסט ברענגען ראיות פון וויאזוי די יעב"ץ אדער חכם צבי האט זיך געשלאגען קעגן כת ש"ץ, אדער פון וויאזוי די תלמידי החת"ס האבן זיך געשלאגען מיט די נעלאגען ?

די היינטיגע ביטיערע ליבעראלע מאוומענט האט זיך ערשט געגרינדערד דא אין אמעריקע בשנת תשכ"ה און ס'איז ממש נישט געווען אקטועל צי אידארסירן א לינקע ליבראל בחייו פונעם רבי'ן ז"ל (עכ"פ ביז די לעצטע צוויי יאר פון זיין לעבן) א פלעינע שמוציגע גוי? וואס האט ליעב און געט נאך אלע זיינע תאוות? דאס יא, און מ'פלעגט זיי טאקע אינדארסירן, אבער ס'איז בכלל נישט קיין ראיה אויף די היינטיגע געדאנקען מענאווירטע לינקע דעמאקראטן,
אדרבה די האסט טאקע א הווה אמינא אז די רבי וואלט דאס ציגעלאזט? פארוואס ? פאר די פאר דאללער מער וואס זיי טיילן? אדער טובות וואס זיי טוען ? פארדעם שטיצט מען א שיטה וואס זאגט קלאר שאין כאן בורא קדמון, און מ'דארף די מיינוג ארויף צווינגען אויף אלע מענטשן?? אתמהה, איז דאס (אז מ'צווינגט עס ארויף אויף יעדעם איינעם במישרין או בעקיפין) נישט אזא עוולה ווי ציונזים? (כ'רעד נישט בענין ערבות וואס איז אוודאי נישט שייך (נישט דא און נישט ביי כופרים מחללי שבתות בפרהסיא) כ'רעד פון איינמאל נאר שטיפען די סארט וואגען??
די רבי האט זי אפגעזאגט פון אסאך אסאך ריינערע זאכען ווי (למשל פעדערעישאן געלטער)

און ס'איז בלתי שום ספק אז די קול קורא משנת תשמ"א איז אויף צי שטיצן די אידילאגיע פון די מחוקקי נארישע געזעצן, נישט פון מעשי יחידם
ונכון הדברים לכל מבין ובר דעת
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

נקדימון?
ביטע א סך הכל פון ביידע צדדים׳ס מיינונגען ווייל איך בין דיזי.

———-

סאיז א גרויסע חילוק צו מען טרעפט זיך מיט אן אנטעסמיט וואס האט נארוואס געליפטערט זיינע שעדליכע מיינונגען צו מען טרעפט זיך מיט איינעם וואס האט דאס געזאגט דרייסיג יאר צירוק
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

בערגשטיין האט געשריבן:

סאיז א גרויסע חילוק צו מען טרעפט זיך מיט אן אנטעסמיט וואס האט נארוואס געליפטערט זיינע שעדליכע מיינונגען צו מען טרעפט זיך מיט איינעם וואס האט דאס געזאגט דרייסיג יאר צירוק
זייער קלאר, בפרט ווען יע איז יעצט אין די פראנט קאווער איבעראל מיט זיינע מאוסע סטעיטמענטס אקעגן אידן.
#בשיטה נישט
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

רעגענדיג האט געשריבן:
IMG_20221130_135152.jpg
איך מיין אז די אלע, על שארפטאן , פאראקאן און קאניע וועסט קומען לכאורה פונעם זעלבן מקור, פון פערסאנעל עקספיריענס זענען די געדאנקען אז אידן קאנטראלירן די וועלט זייער שטארק ביי די שווארצע, עס זענען דא נאך אסאך שווארצע סעלעבריטיס וואס האלטן אזוי, קאניע האט פשוט אויפגעהערט נעמען די פילן זאגט ער עס ארויס הויך.

נאר דא איז דא א גרויסע סכנה אז קאניע האט זיך צאמגעשטעלט מיט פואנטעס, די שידוך פון ווייסע אנטיסעמיטן מיט שווארצע אנטיסעמיטן איז א גרויסע סכנה.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

נו שוין האט געשריבן:
בערגשטיין האט געשריבן:

סאיז א גרויסע חילוק צו מען טרעפט זיך מיט אן אנטעסמיט וואס האט נארוואס געליפטערט זיינע שעדליכע מיינונגען צו מען טרעפט זיך מיט איינעם וואס האט דאס געזאגט דרייסיג יאר צירוק
זייער קלאר, בפרט ווען יע איז יעצט אין די פראנט קאווער איבעראל מיט זיינע מאוסע סטעיטמענטס אקעגן אידן.
טראמפ קען זיך גרינג פארענטפערן פארן זיך טרעפן מיט וועסט, סוכ''ס רעדט מען פון א מענטש וואס איז געווען פאפולער יארן לאנג, און ער האט נאר לעצטנס זיך גענומען רעדן אזוי, עס איז אויך גאנץ קלאר אז ער האט ערנסטע מאנטל פראבלעמען, עס מאכט סענס צו זאגן אז ער פרובירט אים נאר אפצושטעלן.

איך גלייב שווער אז טראמפ האט דאס פרובירט צו טון, אבער עס איז זיכער אז עס לוינט זיך אים אז וועסט זאל אויפהערן, ער איז די איינציגסטע גרויסע סעלעבריטי וואס האט געשטיצט טראמפ, און עס לוינט זיך פאר טראמפ אז ער זאל זיך אויפפירן כאטש האלב נארמאל.


ס,זעהט אויס אז די אלגעמיינע גאס קוקט עס אויך אזוי אן, דער עיקר שטורעם איז איבער פואנטעס.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יואל שרייבער האט געשריבן:
ס'זעהט אויס אז די אלגעמיינע גאס קוקט עס אויך אזוי אן, דער עיקר שטורעם איז איבער פואנטעס.
דער סיבה פארוואס מען מאכט מער א שטורעם איבער פואנטעס איז פשוט ווייל ער איז א ווייסער, און דאס איז דאך דער עיקר ציל פון די מידיע צו פארבן טראמפ אלס א ווייסער סופרעמעסיסט.
און ווי אויך ווען זיי רייסן ווען אראפ א שווארצן, שטעלן זיי איין זייער רעפוטאציע ביי די שווארצע געמיינדע, וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טשעפענען, פאר זייער פאליטישע חשבונות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אזוי אויך האט וועסט האלב וועגס זיך אנטשולדיגט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וואס?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אזוי אויך האט וועסט האלב וועגס זיך אנטשולדיגט.
יא יא...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מי חכם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
ס'זעהט אויס אז די אלגעמיינע גאס קוקט עס אויך אזוי אן, דער עיקר שטורעם איז איבער פואנטעס.
דער סיבה פארוואס מען מאכט מער א שטורעם איבער פואנטעס איז פשוט ווייל ער איז א ווייסער, און דאס איז דאך דער עיקר ציל פון די מידיע צו פארבן טראמפ אלס א ווייסער סופרעמעסיסט.
און ווי אויך ווען זיי רייסן ווען אראפ א שווארצן, שטעלן זיי איין זייער רעפוטאציע ביי די שווארצע געמיינדע, וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טשעפענען, פאר זייער פאליטישע חשבונות.
אזוי אויך האט וועסט האלב וועגס זיך אנטשולדיגט.
וואס?
איך רעד פון דעם.
פעיק ניוז האט געשריבן:
קאניע וועסט אנטשולדיגט זיך פאר די וועלכע זענען געווארן וויי געטון דורך זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארן אבער האבן נישט געהאט קיין שייכות צו די וועלכע האבן אים געטשעפעט.
viewtopic.php?p=3872311#p3872311

אבוויעסלי, נאך זיינע ווערטער היינט, זעט מען אז דער האלט ביי גארנישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”