ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

"פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג קאמפיינען אין פלארידע מיט'ן דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט טשארלי קריסט, וואו דער פרעזידענט איז ערווארטעט שארף אראפצורייסן דעסענטיס אלס אן עקסטרעמיסט צוליב זיינע אקטן מיט'ן שיקן אימיגראנטן קיין מארטא'ס וויניארד" האט געלויטעט די אריגינעלע סקעדזשול פון פרעזידענט ביידען אויף דעם דינסטאג ב' דראש השנה העבר, ביז... עס איז געמאלדן אז האריקען איען ועט ווארשיינליך אנפאלן פלארידע מיט מאכטפולע ווינטן און אנברענגען שווערע שאדענס. ביידען האט דאן אפגערופן די געפלאנטע רעדע אין פלארידע.

די אמעריקאנער פאליטיק איז באקאנט צו זיין איינע וואס ווערט גאר היציג מיט יעדע פארבייגייענדע וואל פארמעסט, די איינציגע זאך ווען פירער קומען זיך נאענט צוזאם איז אין פאל פון א טראגעדיגע אדער טרויער.

ס'איז אינטערעסאנט אז ס'איז שוין דאס צווייטע מאל וואס דזשאו ביידען איז פרעזידענט וואס א גרויסע טראגעדיע טרעפט אן פלארידע, און דאן לייגן די ארכי פאליטישע פיינט - און מעגליכע פרעזידענטליכע קאנדידאטן קעגנער - דזשאו ביידען און דער פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס אין א זייט זייערע דיפערענצן, און ביידע רומען אויס דעם צווייטן, פאר די ארבעט וואס זיי טוען.

נישט לאנג צוריק האט פאסירט די סורפסייד טראגעדיע ווען די ריזיגע האטעל איז איינגעפאלן מיט צענדליגער קרבנות, ליידער גאר אסאך אידישע צווישן זיי, ביידען האט דאן זיכער געמאכט אז פלארידע באקומט וואס עס פעלט זיך אויס, דער פרעזידענט האט באזוכט פלארידא און זיך געטראפן מיט דעסענטיס, דער לעצטער האט שטארק אויסגערומט ביידען פאר זיין הילף.

קוים א יאר שפעטער דא שטייימיר ווידער. א שווערע טראגעדיע - וואס די גרויס דערפון וועט נאך נעמען טעג און וואכן צו אפשאצן - האט באטראפן פלארידע. דעסענטיס וואס לויפט פאר ווידערוויילונג און מעגליך פאר פרעזידענט קעגן ביידען אין 2024 איז יעצט פארנומען מיט די האריקען, ביידען וואס רייסט כסדר אראפ דעסענטיס האט איינגענומען א שטילקייט ווען עס קומט צו פאליטיק מיט דעסענטיס.

"וויאזוי וואלסטו באצייכנט דיינע באציאונגען מיט ראן דעסענטיס, וויאזוי גייען ענקערע שמועסן?" האט א רעפארטער היינט געפרעגט ביידען ביי זיין באזוך ביי די FEMA הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן. "איך האלט נישט אז עס איז פאסיג, אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן, איך האב שוין גערעדט מיט דעסענטיס 4-5 מאל זינט דער שטורעם איז אנגעקומען, ער האט מיך אויסגעלויבט פאר מיין פירערשאפט און באדאנקט פאר מיין הילף, אין אזא צייט קוקט מען נישט אויף פאליטיק, יעדער איז דא צו טון וואס מעגלילך צו העלפן" האט ביידען רעאגירט.

אין א אויפטריט אויף פאקס ניוז האט דעסענטיס געזאגט "דער פרעזידענט האט זיך צוגעהערט צו אונזער רוף און דערקלערט אן עמורדזשענסי דעקלעראציע, אונז זעמיר זייער דאקנבאר פאר די הילף וואס מיר האבן באקומען, יעצט איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט פאליטיק, מיר דארפן ארבעטן אינאיינעם צו ברענגען הילף פאר די פלארידע איינוואוינער".

דאס פירט צו א אינטערעסאנטע פענאמענאן פון דאס אז "ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער, פיינט אין פרידן".

עס איז כדאי דאס אוועקצולייגן אין פאל זיי לויפן איינער קעגן דעם אנדערן אין 2024...
לעצט פארראכטן דורך האלצשטיין אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זייער שיין.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

געדענק מיר נאך קריסטי מיט אבאמא אין ניו דשורסי.
פעטער ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:00 am

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ברוך »

;l;p-
איך קען נישט ספעלן די בעסטע. אבער קענסט מיך פאררעכטן.. שיק מיך א פריוואטע מעסעדזש!! שכח
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אינטערסאנטע באשרייבונג.
חינוך האט געזיגט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיינע קעפל.

אבער אין מציאות ווייסט מען נאך נישט אויב דעסאנטיס וועט אפילו אויפנעמען דעם פרעזידענט ווען ער גייט קומען באטראכטן די חורבנות.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:

ווי מאכט דעיס אויס?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין ערגעץ נישט, נאר לגבי דעם קעפל.

(שטייצעך אז ווען דער פרעזידענט וואלט געהאט א מעין דמעין פון די סעלפישקייט און עגאאיזם פון זיין פארגייער, צו גאר דעם פלארידע גאווערנאר, אדער אפילו סתם אזוי א אדם בינוני, וואלט יא אדער נישט א קבלת פנים אויסגעמאכט שווערע ביליאנען אין הילף פאר פלארידע.)
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

צל עובר האט געשריבן:

(שטייצעך אז ווען דער פרעזידענט וואלט געהאט א מעין דמעין פון די סעלפישקייט און עגאאיזם פון זיין פארגייער, צו גאר דעם פלארידע גאווערנאר, אדער אפילו סתם אזוי א אדם בינוני, וואלט יא אדער נישט א קבלת פנים אויסגעמאכט שווערע ביליאנען אין הילף פאר פלארידע.)
;l;p-
חינוך האט געזיגט!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

האלצשטיין האט געשריבן:
"איך האלט נישט אז עס איז פאסיג, אבער אז דו פרעגגסט וועל איך דיר זאגן, איך האב שוין גערעדט מיט דעסענטיס 4-5 מאל זינט דער שטורעם איז אנגעקומען, ער האט מיך אויסגעלויבט פאר מיין פירערשאפט און באקאנט פאר מיין הילף
אריין אין ביידן פאררעדט זיך אשכול. באקאנט פאר מיין הילף?
געשריבן דורך: נעכטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נעכטן האט געשריבן:

עס איז אבוויעסלי א טעות הדפוס..

דא האסטו די עקטשועל שמועס.
Q Mr. President, how would you describe your relationship and your conversation with Governor DeSantis?

THE PRESIDENT: It’s totally irrelevant, but I’ll answer it. Okay? In fact, very fine. He complimented me. He thanked me for the immediate response we had. He told me how much he appreciated it. He said he was extremely happy with what’s going on.

This is not about whether or — anything having to do with our disagreements politically. This is about saving people’s lives, homes, and businesses. That’s what this is about.

And so, I’ve been — I’ve talked to him four, five times already. And it’s not a matter of my disagreements with him on other items.
לינק צו א קליפ, דער טראנסקריפט געברענגט דא איז ווארט פאר ווארט, אות פאר אות.

----------

איבער זיין באזוכן פלארידע.
And when the conditions allow it, I’m going to going to Florida to thank them personally so we don’t get in the way. I’ll do our best — we’re going to do our best to build Florida back as quickly as possible. But we’re not going to be leaving.

We’re going to build it back with the state and local government. However long it takes, we’re going to be there. That’s my commitment to you.

Q Mr. President, do you plan to meet with Governor DeSantis when you’re down there?

THE PRESIDENT: I’ll meet with anybody who’s around.

The answer is: Yes, if he wants to meet.

Q Do you plan to go to Puerto Rico as well?

THE PRESIDENT: That’s my intention.
תמצית: דער פרעזידענט ירום הודו איז פון די אויסגעארבעטסטע מענטשן אויף דער וועלט אין נקמה - מסתמא געבוירן אזוי בטבע, א גוי ארבעט זיך נישט אזוי אויס, און זיינע שלעכטע מידות האט ער נאך בכלל נישט אויסגעארבעט - און ראן דעסאנטיס? אה, ער איז גרייט צו נעמען ווען דער פרעזידענט געבט אים.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

תגובה דורך בניהו »

או מיי גאש
אני הוא הנער, נער המדבר

בניהו האט געשריבן:
או מיי גאש
דזשאסט ריעליטי.

ביידן איז צווישן אנדערן, א נח לכעוס, ער רעדט שמוציג, א היפשער בעל גאוה, אבער ער האט נישט קיין שום השגה אין נקימה אדער נטירה, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי די זאכן ארבעטן.
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

הערליכער ארטיקל
איך הער.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צל עובר האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
או מיי גאש
דזשאסט ריעליטי.

ביידן איז צווישן אנדערן, א נח לכעוס, ער רעדט שמוציג, א היפשער בעל גאוה, אבער ער האט נישט קיין שום השגה אין נקימה אדער נטירה, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי די זאכן ארבעטן.
פיין ווייסט ער. ווען ער פארלירט זיך איז א גרויל צו קוקן אויף אים. ער איז נאר א גוט-טרענירטער פאליטיקאנט. דעטס אלל.
אני הוא הנער, נער המדבר
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

צל עובר האט געשריבן:
תמצית: דער פרעזידענט ירום הודו איז פון די אויסגעארבעטסטע מענטשן אויף דער וועלט אין נקמה - מסתמא געבוירן אזוי בטבע, א גוי ארבעט זיך נישט אזוי אויס, און זיינע שלעכטע מידות האט ער נאך בכלל נישט אויסגעארבעט - און ראן דעסאנטיס? אה, ער איז גרייט צו נעמען ווען דער פרעזידענט געבט אים.
גאר א אויסגעארבטע מענטש אז ער וועט נישט לאזן מענטשן שטארבן צילוב פאליטאק, און ראן דיסענטעס? אה, ער איז גרייט צו נעמען וויכטיגע הילף און אויך באדאנקען די געבער כאטש עס איז יענעמס ערשטע פליכט צו העלפן.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

צל עובר האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
אריין אין ביידן פאררעדט זיך אשכול. באקאנט פאר מיין הילף?
עס איז אבוויעסלי א טעות הדפוס..

דא האסטו די עקטשועל שמועס.
Q Mr. President, how would you describe your relationship and your conversation with Governor DeSantis?

THE PRESIDENT: It’s totally irrelevant, but I’ll answer it. Okay? In fact, very fine. He complimented me. He thanked me for the immediate response we had. He told me how much he appreciated it. He said he was extremely happy with what’s going on.

This is not about whether or — anything having to do with our disagreements politically. This is about saving people’s lives, homes, and businesses. That’s what this is about.

And so, I’ve been — I’ve talked to him four, five times already. And it’s not a matter of my disagreements with him on other items.
לינק צו א קליפ, דער טראנסקריפט געברענגט דא איז ווארט פאר ווארט, אות פאר אות.

----------

איבער זיין באזוכן פלארידע.
And when the conditions allow it, I’m going to going to Florida to thank them personally so we don’t get in the way. I’ll do our best — we’re going to do our best to build Florida back as quickly as possible. But we’re not going to be leaving.

We’re going to build it back with the state and local government. However long it takes, we’re going to be there. That’s my commitment to you.

Q Mr. President, do you plan to meet with Governor DeSantis when you’re down there?

THE PRESIDENT: I’ll meet with anybody who’s around.

The answer is: Yes, if he wants to meet.

Q Do you plan to go to Puerto Rico as well?

THE PRESIDENT: That’s my intention.
תמצית: דער פרעזידענט ירום הודו איז פון די אויסגעארבעטסטע מענטשן אויף דער וועלט אין נקמה - מסתמא געבוירן אזוי בטבע, א גוי ארבעט זיך נישט אזוי אויס, און זיינע שלעכטע מידות האט ער נאך בכלל נישט אויסגעארבעט - און ראן דעסאנטיס? אה, ער איז גרייט צו נעמען ווען דער פרעזידענט געבט אים.
Was sarcastic...
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:
תמצית: דער פרעזידענט ירום הודו איז פון די אויסגעארבעטסטע מענטשן אויף דער וועלט אין נקמה - מסתמא געבוירן אזוי בטבע, א גוי ארבעט זיך נישט אזוי אויס, און זיינע שלעכטע מידות האט ער נאך בכלל נישט אויסגעארבעט - און ראן דעסאנטיס? אה, ער איז גרייט צו נעמען ווען דער פרעזידענט געבט אים.
און די צווייט מערסט אויסגעארבעטע מענטש איז טראמפ.

ער האט אויך געגעבן מיט א ברייטקייט ווען די בלויע שטאטן האבן עס געדארפט, (נאר די אויסגעארבעטע דעמקראטן האבן געשיקט אפעקטירן די אלטע אנשטאטס חלילה צו ניצן די שיף וואס טראמפ האט געשיקט.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בניהו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
או מיי גאש
דזשאסט ריעליטי.

ביידן איז צווישן אנדערן, א נח לכעוס, ער רעדט שמוציג, א היפשער בעל גאוה, אבער ער האט נישט קיין שום השגה אין נקימה אדער נטירה, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי די זאכן ארבעטן.
פיין ווייסט ער. ווען ער פארלירט זיך איז א גרויל צו קוקן אויף אים. ער איז נאר א גוט-טרענירטער פאליטיקאנט. דעטס אלל.
איך שרייב אז ער איז א נח לכעוס.

מה שאין כן נקימה אדער נטירה.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ווען ער קען נישט נקמה נעמען נעמט ער טאקע נישט, און ווען ער קען יא, וויל ער נישט ווייל ס׳העט אים טייער קאסטן. און ער ווייסט עס.
אני הוא הנער, נער המדבר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מיליטאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
תמצית: דער פרעזידענט ירום הודו איז פון די אויסגעארבעטסטע מענטשן אויף דער וועלט אין נקמה - מסתמא געבוירן אזוי בטבע, א גוי ארבעט זיך נישט אזוי אויס, און זיינע שלעכטע מידות האט ער נאך בכלל נישט אויסגעארבעט - און ראן דעסאנטיס? אה, ער איז גרייט צו נעמען ווען דער פרעזידענט געבט אים.
גאר א אויסגעארבטע מענטש אז ער וועט נישט לאזן מענטשן שטארבן צילוב פאליטאק, און ראן דיסענטעס? אה, ער איז גרייט צו נעמען וויכטיגע הילף און אויך באדאנקען די געבער כאטש עס איז יענעמס ערשטע פליכט צו העלפן.
ער דארף אפשר געבן, אבער עס פעלט בכלל נישט אויס צו זאגן באריכות ווי שיין דעסאנטיס באדאנקט זיך..

און עס איז נישט לעבנס, רוב פון די זאכן וואס דעסאנטיס דארף באמת ביידן פאר, איז אז די פעדעראלע רעגירונג זאל צאלן די בילס.

ווען...

פלארידע האט א סורפלוס. (זוי האב איך פריער געהערט פון דעסאנטיס אליינס.)
פלארידע האט איבעריגע געלט צו שלעפן מענטשן פון טעקסאס אויף מאסאטשוסעטס.
דעסאנטיס, צווישן רוב פלארידע רעפאבליקאנער אין קאנגרעס, האט געשטימט ניין אויף סענדי הילף אין קאנגרעס.

ועל כולם, דעסאנטיס איז עקטשועלי געפארן אויף ברענדאן, פלארידע, אין די צייטן פון לעטס גאו ברענדאן, בלויז כדאי צו זאגן אויף די העכסטע וואליום שייך "*** יו ביידן". א אומדערהערטע זאך וואס קיין איין גאווערנאר האט נאך נישט געטאן ענליכס עז פאר עז איי קנאו, דער פרעזידענט האט אלע רעכטן אים צו זאגן, איך רעד נישט מיט דיר,קענסט רעדן מיט מיין גבאי'ן, הרב קליין.

-----------
בניהו האט געשריבן:
ווען ער קען נישט נקמה נעמען נעמט ער טאקע נישט, און ווען ער קען יא, וויל ער נישט ווייל ס׳העט אים טייער קאסטן. און ער ווייסט עס.
נישט דא קיין שום עכטע סווינג פארמעסט אין פלארידע דאס יאר.
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

אוטש.
הלוואי וואלט דעסענטיס יא געשפילט פאליטיק..
א מין דערהער דאס, ביידען איז גאר די נייס גיי דא
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

ווי קומט אריין דא אז ער האט אביסל געלט פאר צוויי עראפלאנען קיין מארטעס ?

ווי קומט דא אריין ברענדאן ?..
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

תירוצים האט געשריבן:
ווי קומט אריין דא אז ער האט אביסל געלט פאר צוויי עראפלאנען קיין מארטעס ?

ווי קומט דא אריין ברענדאן ?..
פינקט גוט אויף צו פאדרייען די שמועס.

טראמפ האט פינקט אזוי געשיקט הילף פאר לינקע שטאטן (נישט סווינג אזוי ווי פלארידע נאר ממש דארק בלוי ווי ניו יארק וואס האט אין קיין פאל נישט געקענט העלפן טראמפ פאליטעקלי).
און זיי האבן עס צוריקגעוויזן און געשיקט די אלטע ליפטערן.

און ביידן איז די מערסט אויסגעארבעטע מענטש, און די היימישע עולם זענען גאר טראמפ חסידים!
לעצט פארראכטן דורך ר' דן אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 12:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: ביידען און דעסענטיס - פריינט אין טרויער פיינט אין פרידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

זייער א פיינער קעפל
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”