איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

abeg האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
מ׳הערט נאר אז מעקאנעל װיל עכט נישט שיקן קײן געלט פאר מעסטערס
טאקע אינטרעסאנט וויבאלד זי איז אויף די עקסטרעמע זייט
מיט װאס?
די װארט עקסטרעם האבן די דעמיקראטן גענימען פאר האסטידשז (פינקט װי די װארט ראדיקאל אױף די ריפאבליקאנער זײט) אין אביוזען עס עד הסוף
זי איז א מאכטפולע קאנדידאט אבער מיט עקסטרעמע שיטות.
צום ביישפיל די בארדער פלאנט זי צי דערקלערן א אינוואזיע אדער עפעס ענדליך צי קענען אריינברענגען נעשענעל גארד , זי האט געזאגט אין א אינטערוויא אז זי איז שטאלץ צו האבן די מערסט עקסטרעמע בארדער פאליסיס.

זי באטראכט ביידען אלס די אומלעגעטימע פרעזידענט,
בעת וואס רוב נאמיניס האבן צוריק געצויגן פון אזאנע סטעיטמענטס נאכן געווינען.

זי רופט זיך עקסטרעם. עקסטרעם איז נישט אייביג שלעכט.
איך גלייב אויב זי געווינט וועט זי נאך זיין א גרויסע שטערן אין די ריפובליקאנע פארטיי
די יעצטיגע מצב בײם בארדער איז אױך עקסטערים הפקירות
זי איז א מאכטפולע קאנדידאט אבער מיט עקסטרעמע שיטות.
צום ביישפיל די בארדער פלאנט זי צי דערקלערן א אינוואזיע אדער עפעס ענדליך צי קענען אריינברענגען נעשענעל גארד , זי האט געזאגט אין א אינטערוויא אז זי איז שטאלץ צו האבן די מערסט עקסטרעמע בארדער פאליסיס.

זי באטראכט ביידען אלס די אומלעגעטימע פרעזידענט,
בעת וואס רוב נאמיניס האבן צוריק געצויגן פון אזאנע סטעיטמענטס נאכן געווינען.

זי רופט זיך עקסטרעם. עקסטרעם איז נישט אייביג שלעכט.
איך גלייב אויב זי געווינט וועט זי נאך זיין א גרויסע שטערן אין די ריפובליקאנע פארטיי[/quote]
די יעצטיגע מצב בײם בארדער איז אױך עקסטערים הפקירות[/quote]

טאקע וועגן דעם נעמט זי עס צום פארקערטן עקסטרעם
בלייבט נאך אלס אינטרעסאנט אז די עסטעבלישמענט שטיצט איר.
איך מיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:38 am

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין »

ווילאנג מען שטעלט נישט צי א רעפלעסמענט פאר טראמפ איז נישט דא קיין סיבה צי גיין צי א צווייטען, אפשר וועלן זיי בלייבן אינדערהיים אבער טוישען צי וועם
די ריפאבליקאנער פארטיי האט איין פערבלעם זייערע שטיצערס טראסטען נישט זייערע פירערס, קיינער האט נאך נישט דעם טראסט וואס טראמפ האט
הכסילים חומלים על סכלותם ואינם מניחים אותם (ר' סעדי'ה גאון)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאמפאט האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
זייער שיינע אנאליז.

סתם א קליינע הערה, בנוגע וואס דו זאגסט אז טאמער די רעפובליקאנער ליידן פארלוסטן גייט מען באשולדיגן טראמפ, ס'איז זיכער אז אזוי גייט זיין און ס'האט עפעס אמת אין זיך אויך ווייל אסאך פון זיינע קאנדידאטן זענען שוואכע קאנדידאטן, אבער ס'איז קלאר אז סאך א גרעסערע גורם פאר זיינע קאנדידאטן צו פארלירן זענען די רעפובליקאנער וואס שטעלן זיך אפן ארויס קעגן זיינע קאנדידאטן.

טראמפ וואלט בדרך הטבע זיכער געוואונען אין 2020 ווען נישט די מאוומענט ביי געוויסע רעפובליקאנער צו שטימען פאר דעמאקראטן, און דאס זעלבע זעט מען יעצט אויך, אז אנדערש ווי די אנגענומענע טראדיציע אין ביידע פארטייען אז נישט קיין חילוק ווער ס'געווינט די פריימערי שטעלט זיך די גאנצע פארטיי אונטער אים ווען ס'קומט צו די דזשענעראל עלעקשאנס, איז דא געוויסע רעפובליקאנער וואס אויב א טראמפיסט געוואונט אינדארסירן זיי דעם דעמאקראט, אנדערע גייען נישט אזוי ווייט נאר זיי אינדארסירן נישט דעם רעפובליקאנער און אויך רייסט מען אים אראפ דא דארט און אוודאי ווייזט מען נישט ארויס דאס מינדעסטע שטיצע פאר אים.

ס'נעמט נישט אוועק פון די פאקט אז טראמפ האט אריינגעברענגט געוויסע שוואכע קאנדידאטן וואס געט אוודאי אויך צו צו די שוואכערע שאנסן פון רעפובליקאנער, אבער ס'איז קלאר אז ווען נישט די אנטי טראמפ'ס קאנדידאטן באוועגונג וואלטן זיינע קאנדידאטן געהאט פיל שטערקערע שאנסן און די שריט זייערע איז די הויפט גורם צו א מעגליכע פארלוסט.
ביסט גערעכט אז טראמפ און זיינע קאנדידאטן פארלירן וועגן געוויסע רעפובליקאנער שטעלן זיך ארויס קעגן אים/זיי, און דאס טייטשט אז ער/זיינע קאנדידאטן זענען שוואך.

קענסט זאגן אז ער האט א באזע וואס געווענליכע רעפובליקאנער האבן נישט, אבער אויב די באזע וואס וויל ענדערש יענץ איז גענוג גרויס אז אן נעט זאלן רעפובליקאנער פארלירן מער צוליב דעם, איז דאס פשט אז ער און זיינע קאנדידאטן זענען גורם די פארלוסטן.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דעמאקראטן זענען שולדיג פאר רעפובליקאנער פארלוסטן ווייל זיי האבן נישט געשטימט פאר זיי, מאכט אויך נישט קיין סענס צו באשולדיגן רעפובליקאנער וואס שטעלן זיך דערקעגן - ווייל זיי ווילן דאס נישט פונקט אזוי!
וויאזוי פארגלייכט מען רעפובליקאנער וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער צו דעמאקראטן וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער?

מען רעדט דא נישט פון המון רעפובליקאנער וועלכע שטיצן נישט רעפובליקאנער, מען רעדט דא פון רעפובליקאנער אין דער פירערשאפט וועלכע שטיצן נישט געוויסע רעפובליקאנער, וואס דאס איז גורם אז מענטשן זאלן אפווייכן פון זיי צו שטיצן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך מיין האט געשריבן:
ווילאנג מען שטעלט נישט צי א רעפלעסמענט פאר טראמפ איז נישט דא קיין סיבה צי גיין צי א צווייטען, אפשר וועלן זיי בלייבן אינדערהיים אבער טוישען צי וועם
די ריפאבליקאנער פארטיי האט איין פערבלעם זייערע שטיצערס טראסטען נישט זייערע פירערס, קיינער האט נאך נישט דעם טראסט וואס טראמפ האט
עס איז נישט שייך צו זען אמאל אויב עס איז פארהאן א ריפלעיסמענט, אן דעם וואס עס זאל זיך יאווען א גוטער קאנדידאט וואס זאל טעסטן די טראסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
איך מיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:38 am

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין »

פעיק ניוז האט געשריבן:
איך מיין האט געשריבן:
ווילאנג מען שטעלט נישט צי א רעפלעסמענט פאר טראמפ איז נישט דא קיין סיבה צי גיין צי א צווייטען, אפשר וועלן זיי בלייבן אינדערהיים אבער טוישען צי וועם
די ריפאבליקאנער פארטיי האט איין פערבלעם זייערע שטיצערס טראסטען נישט זייערע פירערס, קיינער האט נאך נישט דעם טראסט וואס טראמפ האט
עס איז נישט שייך צו זען אמאל אויב עס איז פארהאן א ריפלעיסמענט, אן דעם וואס עס זאל זיך יאווען א גוטער קאנדידאט וואס זאל טעסטן די טראסט.
דאס איז די פרבלעם די המון עם פינעם ריפאבליקאנער פארטיי איז אזוי אפגבריט פין זייערע פירער (אין מיט רעכט), אז עס איז זייער א שווערער טעסט
הכסילים חומלים על סכלותם ואינם מניחים אותם (ר' סעדי'ה גאון)
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

סאיז זייער קלאר דא א טראמפ ריפלעסמענט דאס איז פלארידע גאווערנער דיסענטעס ווי אלע פאולס ווייזן איז ער א פעסטע ריפלעסמענט וואס וועט ווארשיינלעך זיין די ריפאבליקאנע נאמעני אויב טראמפ לויפט נישט.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך מיין האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
איך מיין האט געשריבן:
ווילאנג מען שטעלט נישט צי א רעפלעסמענט פאר טראמפ איז נישט דא קיין סיבה צי גיין צי א צווייטען, אפשר וועלן זיי בלייבן אינדערהיים אבער טוישען צי וועם
די ריפאבליקאנער פארטיי האט איין פערבלעם זייערע שטיצערס טראסטען נישט זייערע פירערס, קיינער האט נאך נישט דעם טראסט וואס טראמפ האט
עס איז נישט שייך צו זען אמאל אויב עס איז פארהאן א ריפלעיסמענט, אן דעם וואס עס זאל זיך יאווען א גוטער קאנדידאט וואס זאל טעסטן די טראסט.
דאס איז די פרבלעם די המון עם פינעם ריפאבליקאנער פארטיי איז אזוי אפגבריט פין זייערע פירער (אין מיט רעכט), אז עס איז זייער א שווערער טעסט
קען זיין, אבער פריער צו שפעטער וועט מען עס מוזן דורכגיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קאמפאט
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:16 am

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפאט »

איך מיין האט געשריבן:
קאמפאט האט געשריבן:
ביסט גערעכט אז טראמפ און זיינע קאנדידאטן פארלירן וועגן געוויסע רעפובליקאנער שטעלן זיך ארויס קעגן אים/זיי, און דאס טייטשט אז ער/זיינע קאנדידאטן זענען שוואך.

קענסט זאגן אז ער האט א באזע וואס געווענליכע רעפובליקאנער האבן נישט, אבער אויב די באזע וואס וויל ענדערש יענץ איז גענוג גרויס אז אן נעט זאלן רעפובליקאנער פארלירן מער צוליב דעם, איז דאס פשט אז ער און זיינע קאנדידאטן זענען גורם די פארלוסטן.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דעמאקראטן זענען שולדיג פאר רעפובליקאנער פארלוסטן ווייל זיי האבן נישט געשטימט פאר זיי, מאכט אויך נישט קיין סענס צו באשולדיגן רעפובליקאנער וואס שטעלן זיך דערקעגן - ווייל זיי ווילן דאס נישט פונקט אזוי!
די וואלסט גווען גרעכט אויב דע סיבה צי שטימען אנטקעגען טראמפ גשטיצטע קאנדידאטן איז באזירט אויף פאלעסיס
אין רוב פעלער איז דאס נישט די סיבה
וואס א חילוק וואס די סיבה איז? אויב די ענד רעזאלט פון אזעלכע קאנדידאטן איז אז געוויסע וואס וואלטן געשטיצט דעם רעפובליקען גייען זיי יעצט נישט שטיצן, מיינט דאס אז די קאנדידאטן און די וואס שטעלן זיי אריין זענען א מיינוס פאר די פארטיי.
פעיק ניוז האט געשריבן:
וויאזוי פארגלייכט מען רעפובליקאנער וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער צו דעמאקראטן וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער?

מען רעדט דא נישט פון המון רעפובליקאנער וועלכע שטיצן נישט רעפובליקאנער, מען רעדט דא פון רעפובליקאנער אין דער פירערשאפט וועלכע שטיצן נישט געוויסע רעפובליקאנער, וואס דאס איז גורם אז מענטשן זאלן אפווייכן פון זיי צו שטיצן.
ס'איז נאר געווען א משל.

די פוינט איז א ווען א פארטיי פארלירט צוליב'ן נאמינירן קאנדידאטן וועם אסאך וויילער האבן נישט ליב, קומט נישט אריין אז די פארטיי זאל זיך פארענטפערן אז "מיר האבן געטוהן זייער גוט פאליטיש מיט'ן נאמינירן די קאנדידאטן, ווייל ווען די וויילער וואלטן געשטימט פאר זיי טראצדעם וואס זיי האבן זיי נישט ליב וואלטן זיי דאך געוואונען".

און די זעלבע איז מיט די פירערשאפט, אויב שטעלסטו אריין קאנדידאטן וועם די פירערשאפט וויל נישט זען אינעווייניג און די צייט וואס דו דארפסט צוקומען צו זייער הילף אדער אז זיי זאלן כאטש נישט שטערן, דאן באגייסטו פאליטישע זעלבסטמארד.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאמפאט האט געשריבן:
איך מיין האט געשריבן:
קאמפאט האט געשריבן:
ביסט גערעכט אז טראמפ און זיינע קאנדידאטן פארלירן וועגן געוויסע רעפובליקאנער שטעלן זיך ארויס קעגן אים/זיי, און דאס טייטשט אז ער/זיינע קאנדידאטן זענען שוואך.

קענסט זאגן אז ער האט א באזע וואס געווענליכע רעפובליקאנער האבן נישט, אבער אויב די באזע וואס וויל ענדערש יענץ איז גענוג גרויס אז אן נעט זאלן רעפובליקאנער פארלירן מער צוליב דעם, איז דאס פשט אז ער און זיינע קאנדידאטן זענען גורם די פארלוסטן.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דעמאקראטן זענען שולדיג פאר רעפובליקאנער פארלוסטן ווייל זיי האבן נישט געשטימט פאר זיי, מאכט אויך נישט קיין סענס צו באשולדיגן רעפובליקאנער וואס שטעלן זיך דערקעגן - ווייל זיי ווילן דאס נישט פונקט אזוי!
די וואלסט גווען גרעכט אויב דע סיבה צי שטימען אנטקעגען טראמפ גשטיצטע קאנדידאטן איז באזירט אויף פאלעסיס
אין רוב פעלער איז דאס נישט די סיבה
וואס א חילוק וואס די סיבה איז? אויב די ענד רעזאלט פון אזעלכע קאנדידאטן איז אז געוויסע וואס וואלטן געשטיצט דעם רעפובליקען גייען זיי יעצט נישט שטיצן, מיינט דאס אז די קאנדידאטן און די וואס שטעלן זיי אריין זענען א מיינוס פאר די פארטיי.
פעיק ניוז האט געשריבן:
וויאזוי פארגלייכט מען רעפובליקאנער וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער צו דעמאקראטן וואס שטיצן נישט רעפובליקאנער?

מען רעדט דא נישט פון המון רעפובליקאנער וועלכע שטיצן נישט רעפובליקאנער, מען רעדט דא פון רעפובליקאנער אין דער פירערשאפט וועלכע שטיצן נישט געוויסע רעפובליקאנער, וואס דאס איז גורם אז מענטשן זאלן אפווייכן פון זיי צו שטיצן.
ס'איז נאר געווען א משל.

די פוינט איז א ווען א פארטיי פארלירט צוליב'ן נאמינירן קאנדידאטן וועם אסאך וויילער האבן נישט ליב, קומט נישט אריין אז די פארטיי זאל זיך פארענטפערן אז "מיר האבן געטוהן זייער גוט פאליטיש מיט'ן נאמינירן די קאנדידאטן, ווייל ווען די וויילער וואלטן געשטימט פאר זיי טראצדעם וואס זיי האבן זיי נישט ליב וואלטן זיי דאך געוואונען".

און די זעלבע איז מיט די פירערשאפט, אויב שטעלסטו אריין קאנדידאטן וועם די פירערשאפט וויל נישט זען אינעווייניג און די צייט וואס דו דארפסט צוקומען צו זייער הילף אדער אז זיי זאלן כאטש ניטש שטערן, דאן באגייסטו פאליטישע זעלבסטמארד.
ווער שטעלט אריין? די וויילער האבן אריינגעוועלט. די פירערשאפט דארף זיך צושטעלן צו די וויילער. אויב נישט, דאן איז דא א רעכטע טענה אויף זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בן זכריה
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בן זכריה האט געשריבן:
איך קוק אויף די מידטורים אלץ א שטיקל מעסטער איבער טראמפס כח איבערן לאנד און איך מיין אז די רעפאבליקאנער זעהן עס אויך אזוי.
איך וואלט געזאגט אז פאר טראמפ לוינט זיך אז די רעפובליקאנער זאלן פארלירן סענאט אין די מידטורמס, נאר אזוי וועט ער בלייבן מיט עפעס א כח. די פארטיי וועט געפירט ווערן דורך סענאט און נישט דורך אים. (איך זע אז משה ג. ערווענט שוין דעם נקודה אז טראמפ האט שטארק געהאפט אז די רעפובליקענס געווינען נישט די דזשארדזשיע סענאט אין 2020.)

והשנית, פאליטיק ארבעט אז יעדע דורכפאל ברענגט נענטער א געווינס אויף שפעטער. טראמפ'ס סענאט געווינסן אין די מידטורמס פון 2018 האט נענטער געברענגט זיין פארלוסט פון 2020. א דורכפאל פאר די רעפובליקענס אין 2022 מיינט א כמעט זיכערע געווינס אין 2024. וכן להיפוך.
שטארקע נקודה
גוטע שפעקולאציע
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

בן זכריה האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
בן זכריה האט געשריבן:
איך קוק אויף די מידטורים אלץ א שטיקל מעסטער איבער טראמפס כח איבערן לאנד און איך מיין אז די רעפאבליקאנער זעהן עס אויך אזוי.
איך וואלט געזאגט אז פאר טראמפ לוינט זיך אז די רעפובליקאנער זאלן פארלירן סענאט אין די מידטורמס, נאר אזוי וועט ער בלייבן מיט עפעס א כח. די פארטיי וועט געפירט ווערן דורך סענאט און נישט דורך אים. (איך זע אז משה ג. ערווענט שוין דעם נקודה אז טראמפ האט שטארק געהאפט אז די רעפובליקענס געווינען נישט די דזשארדזשיע סענאט אין 2020.)

והשנית, פאליטיק ארבעט אז יעדע דורכפאל ברענגט נענטער א געווינס אויף שפעטער. טראמפ'ס סענאט געווינסן אין די מידטורמס פון 2018 האט נענטער געברענגט זיין פארלוסט פון 2020. א דורכפאל פאר די רעפובליקענס אין 2022 מיינט א כמעט זיכערע געווינס אין 2024. וכן להיפוך.
שטארקע נקודה
גוטע שפעקולאציע
איך כאפ נישט פינקטליך וועלכע חלק איז א גוטע נקודה, אלע אבער "אלע" סענאט קאנדידאטן זענען טראמפ'ס מענטשן איז וויאזוי פינקטליך וועט טראמפ פארלירן קאנטראל אויב זיי געווינען? און סתם אזוי וואס הייסט די סענאט וועט פירן די רעפובליקאנער פארטיי? ווער? מיטש מעקאנעל וואס איז פארפיינטעט ביי רוב פארטיי? אדער טעד קרוז וואס ליגט סיי ווי ביי טראמפ אין טאש? און מהיכי תיתי אז טראמפ האט פארלוירן וועגן ער האט געווינען אין 2018? בוש האט געווינען אין 04 טראץ רעפובליקאנער מאסיווע געווינסן אין 02
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ווער שטעלט אריין? די וויילער האבן אריינגעוועלט. די פירערשאפט דארף זיך צושטעלן צו די וויילער. אויב נישט, דאן איז דא א רעכטע טענה אויף זיי.
דאקטער אז האט נישט געהאט די שטיצע פון די רעפאבליקאנער וויילער בשעת די פריימערי.

(אויף רוב אנדערע קאנדידאטן, האלט איך ווי דיר.)
רואיגקייט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 5:30 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיגקייט »

בן זכריה האט געשריבן:
אין בערך א חודש פון היינט גייט פארקומען די מידטורים וואלן.
נישט לאנג צוריק איז געווען אנגענומען ביי יעדעם אז די רעפאבליקאנער האבן גוטע שאנסן צו געווינען קאנגרעס מיט א ברייטע מערהייט, און אפילו אינעם סענאט ווי עס לויפן אינעם היי יעריגן סעזאן מער רעפאבליקאנער ווי דעמקראטן - וואס דאס געט א שטיקל אויבערהאנט פאר די דעמקראטן מיט וואס אנצוהייבן - איז אבער דאך געווען אנגענומען אז וויבאלד א מידטורים איז געווענליך נישט צו גוט פאר די אינקאמינג פארטיי, און נעמענדיג אין באטראכט אז פרעזידענט ביידען'ס עפראוועל רעיט איז נישט געווען צו גוט, האבן רעפאבליקאנער געזעהן א גוטע געלעגנהייט אויך פארן סענאט.
היינט שטייענדיג ארום א חודש פאר די עלעקשאן זענען די רעפאבליקאנער חלומות פאר א גאר גרויסע געווינס אביסל צובלאזן געווארן, אין די צייט וואס ביידענ'ס ציפערן פארבעסערן זיך, און די פאלק איז שוין נישט אזוי אנגעגעסן אויף די פראבלעמען וואס האבן מתחילה אראפגעברענגט זיינע פאול ציפערן.
וואס פונקטליך וועט למעשה זיין העמיר איבערלאזן פאר אנדערע, אבער איין מענטש וואס דארף לכאורה יא זיין שטארק באזארגט איז דאנאלד טראמפ.

טראמפ איז געווען גאר אקטיוו אין די פריימעריס אריינצוברענגן זיינע מענטשן און ארויסשטויסן די וואס האבן אים אימפיטשט אדער זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים, און יא. עס איז אים גאנץ שטארק געלונגען! איבערן גאנץ לאנד זענען נאמאנירט געווארן טראמפ פריינט, פון סענאט ביז לאקאלע וואלן, און כאטש נישט אלע רעפאבליקאנער זענען געווען זייער צופרידן פון זיינע שטיק האט טראמפ מיט זיין הייסע באזע שטיצער באוויזן איבער צו שווימען די כוואליעס און אפצייכנען א גרויסע זיג!

יאנוואר 6 איז געווען די טאג וואס די ערשטע ספיקות אין הארץ האבן אנגעהויבן בוזשווען ביי פילע רעפאבליקאנער אז אפשר איז צייט פאר א טויש, אבער מיט די צייט האבן רוב פון זיי זיך צוריקגעקערט צום אמאל, כאטש מען האט געקענט זעהן אז זיין שטיצע איז היבש אפגעקילט געווארן, אבער ער האט ווייטער גענאסן פון הייסע שטיצע, די עף בי איי אבלאווע אויף די מאראלאגא רעזארט איז אויך געווען א זאך וואס האט צוריקגעברענגט מאמענטום ביי אסאך איינגעשלאפנע רעפאבליקאנער, אוון טראמפ שטייט היינט אין א גוטע פאזיציע.

דא קומט א גרויסע אבער.

אנדערש ווי אמאל ווען טראמפ איז געווען די שפיץ פונעם פארטיי אן האבן ערנסטע קעגנער, זענען היינט דא גרויסע קאמפיטישנס צו אים, ''ראן דיסענטעס'' פון פלארידע און ''גלען יאנקען'' פון ווירדזשינע האבן באקומען שטארקע מאמענטום. טראמפ קעגנער האבן ענדליך געטראפן א פלאץ אויף ווי זיך אנצולאנען ''ער איז טראמפ אן די אלע פראבלעמן'' הערט מען כסדר פון אנטי טראמפערס, ווי אויך קען מען הערן אזעלכע ווערטער פון וואקלדיגע טראמפ שטיצער, אדער אפילו הייסע חסידים וואס וועלן עס נישט זאגן בפה מלא, אבער וואלטן זיך טיף אין הארצן געפריידט אויב טראמפ באשליסט נישט צו לויפן.

קען דיסענטעס איבערשטייגן טראמפ?

שווער צו פאראויס שאצן אבער בדרך אפשר קען מען זאגן אזוי:

אויב וועלן די רעפאבליקאנער אפהאלטן גאר שטארקע געווינסען און די נעקסטע וואלן וועט די טענה אז טראמפ ברענגט אונטער די פארטיי דורך אריינוועלן עקסטרעמיסטן אראפ גיין פון טיש, מען וועט זעהן אז טראמפ איז ''העיר טו סטעי'' און אויב ער האט גענוג שטיצע אין לאנד אריינצוברענגן זיינע מענטשן, איז דאך דאס זעלביגע אויך ווען ער אליין איז אויפן בעלאט.

אבער אויב די רעפאבליקאנער וועלן נישט באווייזן איבערצונעמען סענאט, קוים קוים געווינען קאנגרעס, און זיך מוטשנען אויך דאן די בעלאט קען מעגליך זיין אז די פינגערס וועלן ווערן געריכטעט אין טראמפס ריכטונג, און אסאך וועלן האלטן אז א נייער טראמפ וואס מאכט ווייניגער שאדן און ווייניגער נויז א שטייגער ווי ראן דיסענטעס איז בעסער פארן פארטיי, און וועט ברענגן א ערנסטע פריימערי אין 24'

א דריטע מהלך קען זיין, איז אויב די רעפאבליקאנער וועלן יא געווינען, אבער שוואך, וועט מען נישט זעהן קיין ערענסטע טויש, אנטי טראמפיסטן וועלן באשילדגען טראמפ, די חסידים וועלן באשילדגען די אנטיס, און אלעס איז צוריק צום אלטן.

בלייבט איבער צו זעהן וואס וועט זיין און וואס דער עולם האלט איבער די שפעקולאציע.
מען גייט דא מיט די הנחה אז אויב די רעפאליקענס זעצען אן די מידטערמס איז עס אווער פאר טראמפ. פיר פארגעסן אז ער קען (נישט אז ער גייט) פארדרייען די שמיעס אזוי שטארק אז די אשקול גייט אונקימען אויף בלאט 57 פון די מעין מענו
אה קעי?
יעדע מעשה האט צוויי זייטן!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

עס איז טראמפס לעצטע שאנס נאמבער 691.
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

מיט טראמפ איז נישטא קיין לעצטע טשענס!!!

ווי לאנג ער לעבט, לעבט ער אויף אלע באקן
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
בן זכריה
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

ארויף לאור וואס איך האב מיך סתם דערמאנט פון דעם יעצט.

זעהט אויס לויט די לופט אז עס איז טאקע געווען זיין לעצטע שאנס.

אבער ווער ווייסט...
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: איז די מידטורים וואלן טראמפ'ס לעצטע שאנס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אינטרעסאנט ווי די פותח האשכול האט אזוי גוט פארגעשאצט וואס עס קומט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”