ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

רוסלאנד
96
38%
אמעריקע
51
20%
אוקריינע
17
7%
איינער אדער טייל פון די באלטישע לענדער
1
0%
א צווייטע לאנד/לענדער
3
1%
א פריוואטע אינטערנעמונג
12
5%
כווייס נישט
73
29%
 
סך הכל שטימען: 253

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צום קעפל

מיין געפיל זאגט מיר אז אמעריקע שטייט אינטער דעם. אבער סאיז א השחתה פאר סיי וועלכע גרויסע צייטונג אדער ריפארטער וועמען דעמאקראטיע אינטערעסירט עס צו זאגן הויעך

לאז עס א מיסטעריע פאר דערווייל, זיי נישט יעצט א זיסע פעקט טשעקער
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

Annonamys....
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ר' זעקל האט געשריבן:
פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
זיי ווילן נישט אז יוראפ זאל זיך סוכ”ס ברעכן פאר רוסלאנד
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

ר' זעקל האט געשריבן:
פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
ביידען און אנדערע הויכראנגקיגע אדמיניסטרעישאן באאמטע האבן געהאט געזאגט אז מען וועט עס אפשטעלן איין וועג אדער אן אנדערער
זיי זענען די איינציגסטע וואס מ׳קען אפשר טראכטן אז זיי האבן א סיבה דערצו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

תירוצים האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
ביידען און אנדערע הויכראנגקיגע אדמיניסטרעישאן באאמטע האבן געהאט געזאגט אז מען וועט עס אפשטעלן איין וועג אדער אן אנדערער
זיי זענען די איינציגסטע וואס מ׳קען אפשר טראכטן אז זיי האבן א סיבה דערצו
אוקריינע האט אויכעט גענוג סיבה. זיי ווייסן אז די ווינטער איז נאנט און אז אייראפע איז בכלל נישט פארזיכערט לטובתם. דארף מען נאר וויסן אוקריינעס מעגליכקייטן.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

לקדש שם שמים האט געשריבן:
פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
דערווייל נישטא קיין סיבה
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

גרינטליכע (קאנספיראציע) אנאליז
◄ ווייז ספוילער

https://www.thegatewaypundit.com/2022/0 ... -benefits/
us.jpg
us.jpg (110.85 KiB) געזען 1794 מאל
לעצט פארראכטן דורך הײמישער זײגער אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

געשטימט ”כווייס נישט”
אבער ליבי אומר לי אז עס איז אדער רוסלאנד, אדער א פריוואטע אונטערנעמונג.
מיין שכל זאגט אבער אז אוקריינא האט דו מערסטע צו פארדינען דערפון.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צום ערשטן מאל געענטפערט אויף אן אנקעטע ’איך ווייס נישט’....

דערווייל איז עס אן עכטער מיסטעריע, פשוט ווייל קיינער האט נישט קיין געהעריגע סיבה (וואס איך קען טראכטן פון) צו טון אזא סאבאטאזש אקציע אויפן מינוט. אפשר גאר די קלימאט באזארגער, אדער אנדערע גאז פארקויפער...

אפס, דער היימישער זייגער האקט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ר' זעקל האט געשריבן:
פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
טאקער וויל זייער שטארק אז עס זאל זיין אמעריקע. נאך אין די קייט פון אראפרייסן ביידען/אמעריקע צו באשיצן פוטין.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אקעי, דער מיך פארלוירן ביי האנטער....
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
געשטימט ”כווייס נישט”
אבער ליבי אומר לי אז עס איז אדער רוסלאנד, אדער א פריוואטע אונטערנעמונג.
מיין שכל זאגט אבער אז אוקריינא האט דו מערסטע צו פארדינען דערפון.
גא"מ
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
גרינטליכע (קאנספיראציע) אנאליז
גענוג אז TASS שפרינגט מיר קעגן די אויגן, צו פארשטיין ווי "גרינטליך" דער איז..

לאמיר לאזן א מינוט אין די זייט ווער האט עס געטון. ביי דעם זענען דא צופיל מעגליכקייט פאר קאנספיראציעס און נגיעות. לאמיר אנהייבן ביי "ווען" יענער האט עס געטון.
איינער קען מסביר זיין פארוואס אמעריקע/אוקריינע/סיי ווער זאל עס "יעצט" טון? יעצט איז די נארישסטע צייט פאר דעם, ווען אייראפע שטייט סייווי פעסט קעגן רוסלאנד. ווארט כאטש מ'זאל ענדיגן צו שטימען אריינצונעמען די נייע מיטגלידער אין נאטא פאר דו הייבסט אן מיט ווילדע זאכן. נאך בעסער, ווארט טיף אינמיטן ווינטער אויב דייטשלאנד גייט אנהייבן צו טראכטן קויפן רוסישע גאז.
און אויב דער וואס טוט עס איז יא אזוי געוואגט און געאיילט, פארוואס נישט זעקס חדשים צוריק?

אויב רוסלאנד אדער בעסער געזאגט פוטין האט עס געטון, שטימט עס יעצט בעסער ווי סיי ווען. ווען די פראנט פאלט צוזאם, מאביליזאציע איז א געלעכטער, און די שטריק פארשטייפט זיך ארום זיין האלז. לאמיר זיך ציטירן.
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
רוסלאנד פארלאנגט א יונייטעד נעישאנס זיכערהייטס קאונסיל זיצונג איבער די נארדסטריעם פייפליינס אטאקע.
קען איינער ביטע מאכ'ן א סה''כ ווער ס'וואלט ווען געוואלט אפטוהן די שטיקעל און אויפרייסען די פייפליין, און פארוואס?

אמעריקא? רוסלאנד? אוקריינא?
אמעריקע קען באשטיין די פייפליין זאל גיין פייפן, אבער אויב ווערט מען געוואויר שטעלן זיי איין די הערליכע נאנטשאפט מיט אייראפע און נאטא וואס רוסלאנד האט זיי דא צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ. די ריזיקע איז מיליאן מאל גרעסער ווי די ריווח, ווען אייראפע האט סייווי נישט געהאלטן ביים קויפן ווייטער פון רוסלאנד. פלאס ס'איז ממש א מלחמה דעקלעראציע קעגן רוסלאנד. לויט ווי צוריקגעהאלטן (אפילו פחדנות'דיג וואלטן אסאך געזאגט) די ביידען אדמיניסטראציע איז געגאנגען ביז יעצט, דארף מען זיין שיכור צו זאגן אז אמעריקע האט עס געטון.

רוסלאנד שיסט זיך געפערליך אין די פיס. זיי ווארפן אריין די לעצטע קארטל וואס זיי האבן נאך געהאפט צו קענען נוצן אין ים אריין. זיי קענען שוין נישט נוצן זייערע אידיאטן אין אייראפע צו פארפירן אז מ'דארף אראפנעמען סאנקציעס, ווייל סייווי האבן זיי נישט וואס צו פארקויפן.

אוקריינע קען עס מסתם נישט באווייזן אינמיטן א מלחמה, יעדער ארום וואלט געוויסט און מיטגעהאלטן יעדע ריר. פלאס די ריזיגע סכנה אז זיי גייען פארלירן שטיצע. און פארוואס זאלן זיי עס טון? אייראפע קויפט שוין סייווי נישט אזוי שנעל פון רוסלאנד.

סאו ווער יא?
קען זיין פריוואטע (פרא אוקריינע) פארטיזאנער וואס האבן זיך באנארישט. קען זיין די באלטישע לענדער וואס זענען להשמיד קעגן רוסלאנד. אבער לויט ווי ווילד און משוגע דאס איז איז עס מסתם רוסלאנד. דאס איז דאך די גאנצע צייט זייער מעכטיגע סטראטעגיע, זיך צו באגראבן אסאך אבי זיי קענען אויך יענעם אביסל באגראבן.

נאך פונקטליכער, איז עס מסתם נישט אזוי ווייט רוסלאנד ווי פוטינס מענטשן. פוטין וויל זיכער מאכן אז אייראפע זאל סייווי נישט קענען נעמען גאז פון רוסלאנד, מ'זאל נישט פארהאנדלען אים צו באזייטיגן. ער ציטערט אז זיין גאנצע מלוכה איז דורכגעפוילט און וואקלדיג, מ'דארף עס נאר געבן איין געזונטע שטויס און די גאנצע זאך פאלט איין. עס גייט אים אין לעבן רוסלאנד זאל נישט האבן קיין עתיד אן אים.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אדער אמעריקע אדער אוקריינע, לכאורה. @קרית חנה'ס שפעקולאציע איבער פוטינ'ס אינערליכער רינג, איז אויך א מעגליכקייט, אבער שוין מער בגדר דוחק, עטליעסט לויט מיין פארשטאנד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יאנאש האט געשריבן:
אפשר גאר די קלימאט באזארגער
איך האב זיך געשעמט עס צו שרייבן, אבער אז דער מנהל שרייבט שוין...

איך ווייס נישט פארוואס פונקטליך, אבער איך האב א חשד אויף גרינפיעס וכדו'.

--------
ר' זעקל האט געשריבן:
פארוואס זאל אמעריקע עס וועלן טוהן?
עס איז זיכער א גוטע זאך פאר אמעריקע אז עס איז געשען...

פון אלע זייטן..

די שיילע איז נאר אויב אמעריקע/ביידן/אדמיניסטראציע איז עלול אויף אזא זאך.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אמעריקע לויפט נישט ארום אויפרייסן פייפליינס און האט נישט קיין שום מאטיוו ארומצוגיין אויפרייסן פייפליינס.
פוטין און רוסלאנד האבן קלארע מאטיוון, און אויפרייסן פייפליינס איז די 37סטע ערגסטע זאך וואס זיי האבן געטון זייט פערטל נאך איינס.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

radek.jpg
radek.jpg (69.13 KiB) געזען 1587 מאל
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

צל עובר האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
אפשר גאר די קלימאט באזארגער
איך האב זיך געשעמט עס צו שרייבן, אבער אז דער מנהל שרייבט שוין...

איך ווייס נישט פארוואס פונקטליך, אבער איך האב א חשד אויף גרינפיעס וכדו'.
פונקט די אומבאנוצטע פייפליין און פונקט יעצט?!

אגב קערי זאגט אז די ליעק איז געפארפול פאר די ענווייראמענט.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיי - גרינפיעס וכדו' - זענען פשוט אזאלכע סארט מענטשן וואס טראכטן טיילמאל פארקערט ווי גראד, ממילא קען זיין אז זייערע פלאס/מינוס חשבונות קומען אויס אנדערש ווי געווענליך...


ביי פוטין, אמעריקע, אוקראינע, איז ווי ווייט איך ווייס פלאס/מינוס די געהעריגע וועג, ממילא איז א דוחק אז איינער פון זיי האט עס געטון, כמבואר על ידי קרית חנה.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

פונקט די פייפליין? נעע...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

דער MEP איז נישט אין קיין שפיאנאזש גרופע. ער ווייסט נישט מער ווי איך און דו.

גרינפיעס האט שוין געטון אזעלכע נארישע זאכן "קעגן" די ענווייראנמענט. קען זיין זיי האבן אפילו נישט געכאפט אז ס'האט נאך גאז אינעווייניג. כ'ווייס נאר נישט צו זיי האבן די מעגליכקייט פאר אזא זאך און קיינער זאל נישט כאפן.

אגב, איינער געדענקט נאך ווען רוסלאנד האט איבערגעריסן די נארוועגישע קעיבלס אונטער די וואסער, גלייך פאר די מלחמה? כ'האב מיך סתם יעצט דערמאנט..
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

World Champion האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
אפשר גאר די קלימאט באזארגער
איך האב זיך געשעמט עס צו שרייבן, אבער אז דער מנהל שרייבט שוין...

איך ווייס נישט פארוואס פונקטליך, אבער איך האב א חשד אויף גרינפיעס וכדו'.
פונקט די אומבאנוצטע פייפליין און פונקט יעצט?!

אגב קערי זאגט אז די ליעק איז געפארפול פאר די ענווייראמענט.
אפאר הויכגעשולטע לוזערס אויף א רודער שיפל האבן אויספלאנירט און אויסגעפירט דריי באזונדערע אויפרייסן אויף קריטישע אינטערנאציאנאלע אינפראסטרוקטור הונדערטער פיס אונטערוואסער...
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ווער איז בעל הבית פון די פייפליין?
פארוואס איז עס נישט באנוצט געווארן?
ווען האט מען עס געדארפט אנהיין נוצן?
ווי לאנג דארף נעמען צו פאררעכטן?

אגב פארוואס שטייט ליעקס ביים קעפל? איז דא א ספק אז עס איז נישט סאבאטאדזש? איז עס בכלל במציאות צו געשעהן אליינס?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”