מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17) - די לאולער-מעלאוני פארמעסט
אחראי: יאנאש
- ר' דן
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10084
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
- לאקאציע: אימבאקאנט
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
דאס איז רעכטע שטיצע.
- אטעטשמענטס
-
- Monsey Swing Right.jpg (132.38 KiB) געזען 2137 מאל
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
עד פון לאולער:
Sean Maloney votes on Joe Biden's failed agenda 100% of the time
Sean Maloney votes on Joe Biden's failed agenda 100% of the time
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4276
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
דארף מען טאקע וואוטען פאר אים. ער האט געהאט די קוראזש זיך ארויסשטעלן פאר אונז, ווען נישט פון די רעכטע, און אוודאי נישט פון די לינקע האט מען זיך אנגענומען פאר אונז. פונקט פארקערט, זיי האבן אונז אלער אטאקירט, אריינגערעכנט דער אלטער נאדלער וואס האט נישט די ריכטיגע סייז הויזען טרעגער. שעמען זאל ער זיך, איינער וואס האט אליינס געלערנט אין ישיבה.ר' דן האט געשריבן:דאס איז רעכטע שטיצע.
ב.ד.וו., איך בין שטארק שאקירט (בלע"ז shocked) ווי ווייט אונזערע אינגעלייט און בעלי בתים כאפן נישט די גרויסע סכנה פונעם חינוך גזירה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
ווער ס'רעדט טוט נישט און ווער ס'טוט רעדט נישט.Kosher Travel האט געשריבן:דארף מען טאקע וואוטען פאר אים. ער האט געהאט די קוראזש זיך ארויסשטעלן פאר אונז, ווען נישט פון די רעכטע, און אוודאי נישט פון די לינקע האט מען זיך אנגענומען פאר אונז. פונקט פארקערט, זיי האבן אונז אלער אטאקירט, אריינגערעכנט דער אלטער נאדלער וואס האט נישט די ריכטיגע סייז הויזען טרעגער. שעמען זאל ער זיך, איינער וואס האט אליינס געלערנט אין ישיבה.ר' דן האט געשריבן:דאס איז רעכטע שטיצע.
ב.ד.וו., איך בין שטארק שאקירט (בלע"ז shocked) ווי ווייט אונזערע אינגעלייט און בעלי בתים כאפן נישט די גרויסע סכנה פונעם חינוך גזירה.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
מיינסט צו זאגן אז לאולער וואס איז באקאנט מיט זיין כסדר'דיגע הילף פאר תושבי מאנסי טוט נישט און נאדלער וואס האט זיך מיאוס ארויסגעשטעלט קעגן אונז טוט יא?כאפצעם האט געשריבן:ווער ס'רעדט טוט נישט און ווער ס'טוט רעדט נישט.Kosher Travel האט געשריבן:דארף מען טאקע וואוטען פאר אים. ער האט געהאט די קוראזש זיך ארויסשטעלן פאר אונז, ווען נישט פון די רעכטע, און אוודאי נישט פון די לינקע האט מען זיך אנגענומען פאר אונז. פונקט פארקערט, זיי האבן אונז אלער אטאקירט, אריינגערעכנט דער אלטער נאדלער וואס האט נישט די ריכטיגע סייז הויזען טרעגער. שעמען זאל ער זיך, איינער וואס האט אליינס געלערנט אין ישיבה.ר' דן האט געשריבן:דאס איז רעכטע שטיצע.
ב.ד.וו., איך בין שטארק שאקירט (בלע"ז shocked) ווי ווייט אונזערע אינגעלייט און בעלי בתים כאפן נישט די גרויסע סכנה פונעם חינוך גזירה.
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
איך האב דורך געליינט צוויי בלעטער פון דעם אשכול וועגן דעם העלדישן אסעמבלימאן וואס פארטרעט מאנסי, ממש צו שטוינען זיין מסירות נפש....איך וויש מיר די גלעזער צו זעהן אויב איך זעה גוט, אפשר געוויסע חברים דא ליידן אויף דיימענטשיע...
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
אויב איך געדענק גוט איז קארט געוועהן די וואס האט עס איינגעפירט נישט די אסעמבלי לייטפומפדותא האט געשריבן:איך האב דורך געליינט צוויי בלעטער פון דעם אשכול וועגן דעם העלדישן אסעמבלימאן וואס פארטרעט מאנסי, ממש צו שטוינען זיין מסירות נפש....איך וויש מיר די גלעזער צו זעהן אויב איך זעה גוט, אפשר געוויסע חברים דא ליידן אויף דיימענטשיע...
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
די קאורט איז געוועהן וועגן איינפירן א ווארד סיסטעם, די סטעיט סענאט און אסעמבלי האט געוואוט צו שטעלן א מאניטארשנעלער האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט איז קארט געוועהן די וואס האט עס איינגעפירט נישט די אסעמבלי לייטפומפדותא האט געשריבן:איך האב דורך געליינט צוויי בלעטער פון דעם אשכול וועגן דעם העלדישן אסעמבלימאן וואס פארטרעט מאנסי, ממש צו שטוינען זיין מסירות נפש....איך וויש מיר די גלעזער צו זעהן אויב איך זעה גוט, אפשר געוויסע חברים דא ליידן אויף דיימענטשיע...
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
הרב משה רעקאמענדירט, און אויב די קהילות און מוסדות זענען אויף איין פעידזש מיט אים קומט ער ארויס מיט זיין אינדארסירונג און אויב נישט קומט ער נישט ארויס. פארשטייט זיך אז די עסקנים נעמען אין באטראכט די קאנדידאטן וועמען ר' משה וויל אינדארסירן ווייל פדיון שבויים איז א הויפט פריאריטעט, אבער ס'דארף שטימען מיט אנדערע פריאריטעטן אויךעפעס אנדערש האט געשריבן:ער מאכט נישט אפ, ער בעט זיי, און געווענליך ווען אזא פראמינענטע עסקן בעט זיי אזוינס, גיבן זיי נאך.א פיפטער האט געשריבן:הרב משה מארגארעטטן איז דער וואס וואס מאכט אפ וועם די מוסדות זאלן אינדארסירן?עפעס אנדערש האט געשריבן:דו דארפסט עכט נישט ווארטן צו זען וואס די מוסדות וועלן טון. דו קענסט שוין שיקן אן אימעיל פאר הרב משה מארגארעטטן אים מסביר צו זיין דעם סיטואציע, און בעטן אז ער זאל נישט דרוקן די מוסדות'ער און עסקנים צו אינדארסירן מעלאני אנטקעגן לאולער.רעגענדיג האט געשריבן:אויב די מוסדות ווילן נישט אינדארסירן לאולער וואס האט געטון אסאך טובות פאר תושבי מאנסי און האט אנגעקניפט גאר גוטע באציאונגען מיטן דארטיגן היימישן ציבור און ענדערש אינדארסירן מעלאוני וואס האט טאקע געטון טובות פאר אידן אבער נישט פאר די איינוואוינער פון דעם דיסטריקט, דעמאלטס איז טאקע בושות, און דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מ'דארף ווארטן און זען צו הכרת הטוב גייט אויך אן ביי רעפובליקאנער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
בני, שאלה גדולה שאלת.פומפדותא האט געשריבן:איך האב דורך געליינט צוויי בלעטער פון דעם אשכול וועגן דעם העלדישן אסעמבלימאן וואס פארטרעט מאנסי, ממש צו שטוינען זיין מסירות נפש....איך וויש מיר די גלעזער צו זעהן אויב איך זעה גוט, אפשר געוויסע חברים דא ליידן אויף דיימענטשיע...
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
דער ענטפער דערויף איז ווי פאלגענד (ווי איבערגעגעבן דורך זיין געהילף):
ווי באקאנט איז דער אסעמבלי א מיאריטעט דעמאקראטן. זיין וואויט וואלט סייווי נישט אויסגעמאכט לכאן או לכאן. און עכ"ז האט ער אראפגעשטעלט א פיס דערויף, און זיך געטענה'ט מיט זיינע קאלעגן דערוועגן, ארויסברענגנדיג די לעכערליכקייט פון דעם מאניטאר, וואס איז פשוט געווארפן זאמד אין די אויגן, און גייט נישט טוישן גארנישט. דער פראבלעם פון איסט ראמאפא איז דריי זאכן: געלט, געלט און געלט. עס פעלט פשוט די פאנדינג, איז וואס דרייעט עטץ מיר א קאפ מיט מאניטאר שמאניטאר?
אבער זיי זענען דאך דעמאקראטן, וואס קאממאן סענס געפונט זיך נישט אין זייער לעקסיקאן, זענען זיי פאראויס געגאנגען מיט זייער פלאן. האט ער זיי געזאגט: איך זע אז עטץ ווילטס סייווי פאראויסגיין מיט דעם פלאן, און אויב איך וועל עס אפשטעלן וועט עטץ מיך באשולדיגן אז איך זארג מיך נישט פאר די ערציאונג פון די איסט ראמאפא קינדער. פיין, איך שטים מיט ענק, און לאמיר זען אין א יאר צוויי ווי דער הייליגע מאניטאר מיט וויטא מאכט האט געסאלווד אלע אישוס אין איסט ראמאפא. און דא זעמיר.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
איך האב זייער הנאה פון דיין ענטפער, ווייל דו לייגסט אראפ א יסוד אז אפע"כ מען זעהט א קאנדידאט טוהן עפעס קעגן דעם ציבור'ס אינטערעס דארף מען דאך וויסן אז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה און באמת מיינט ער נישט דאס, און ער האט נישט קיין ברירה נאר געטוהן לפּנים וכו' וכו'עפעס אנדערש האט געשריבן:בני, שאלה גדולה שאלת.פומפדותא האט געשריבן:איך האב דורך געליינט צוויי בלעטער פון דעם אשכול וועגן דעם העלדישן אסעמבלימאן וואס פארטרעט מאנסי, ממש צו שטוינען זיין מסירות נפש....איך וויש מיר די גלעזער צו זעהן אויב איך זעה גוט, אפשר געוויסע חברים דא ליידן אויף דיימענטשיע...
א יאר צוריק האבן תושבי מאנסי געכאפט א הילכיגן פראסק ווען עס איז דארך אן אומדערהערטע געזעץ צו שטעלן א מאניטאר מיט וועטאו מאכט אויף איסט רעמעפאו, אפשר ווייסט איינער פון די חברים דא וואו מייק לאולער איז דאן געוועהן? האט ער געשטימט קעגן דאס שטעלן א מאניטאר???
דער ענטפער דערויף איז ווי פאלגענד (ווי איבערגעגעבן דורך זיין געהילף):
ווי באקאנט איז דער אסעמבלי א מיאריטעט דעמאקראטן. זיין וואויט וואלט סייווי נישט אויסגעמאכט לכאן או לכאן. און עכ"ז האט ער אראפגעשטעלט א פיס דערויף, און זיך געטענה'ט מיט זיינע קאלעגן דערוועגן, ארויסברענגנדיג די לעכערליכקייט פון דעם מאניטאר, וואס איז פשוט געווארפן זאמד אין די אויגן, און גייט נישט טוישן גארנישט. דער פראבלעם פון איסט ראמאפא איז דריי זאכן: געלט, געלט און געלט. עס פעלט פשוט די פאנדינג, איז וואס דרייעט עטץ מיר א קאפ מיט מאניטאר שמאניטאר?
אבער זיי זענען דאך דעמאקראטן, וואס קאממאן סענס געפונט זיך נישט אין זייער לעקסיקאן, זענען זיי פאראויס געגאנגען מיט זייער פלאן. האט ער זיי געזאגט: איך זע אז עטץ ווילטס סייווי פאראויסגיין מיט דעם פלאן, און אויב איך וועל עס אפשטעלן וועט עטץ מיך באשולדיגן אז איך זארג מיך נישט פאר די ערציאונג פון די איסט ראמאפא קינדער. פיין, איך שטים מיט ענק, און לאמיר זען אין א יאר צוויי ווי דער הייליגע מאניטאר מיט וויטא מאכט האט געסאלווד אלע אישוס אין איסט ראמאפא. און דא זעמיר.
איך האב נאר אפאר פראגעס, מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה גילט אויך אויב דער קאנדידאט איז א דעמעקראט?
אינעם טיימס ארטיקל האבן זיי אראפגעריסן געוויסע ערוועלטע באאמטע אז זיי האבן געהאלפן אונזער ציבור מיטן חינוך, פארשטייט זיך אז די ערוועלטע באאמטע שטייען יעצט אויס גאר שטארקע דרוק, און זיי זוכן נישט צו זיין יעצט אין די ספאטלייט, און זיי האבן איינגענומען א שווייגעניש, פארוואס פארשטייט נישט די ציבור אז טראץ זייער שווייגעניש קומט זיך זיי אן הכרת הטוב?
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
איך פארשטיי נישט דיין פראגע.
מען האט דאך דאס געטון ביז היינט מיט די דעמאקראטן. מען האלט דאך אין איין וואויטן פאר די דעמאקראטן.
עס איז אבער א גרויסע חילוק פון וואס די רעדע איז.
ווען דו זעסט דיין קינד ארויפגיין אויפן קאוטש אדער אריינוואקן אין די קלינע פלאר מיט בלאטיגע שיך, וועסטו רעאגירן אנדערש ווי ווען ער נעמט א שארפע מעסער פונ'ם לעדל. ריכטיג?
חינוך פון אונזערע קינדער און אטאקעס אויף די גאנצע חסידישע באפעלקערונג דורך א צייטונג, איז ווי א מעסער.
ווען אזא ארטיקל וואלט געווען קעגן סיי וועלכע אנדערע גרופע, שווארצע צו מוסלומענער וכדומה, וואלטן די דעמאקראטן נישט געמאכט קיין חשבונות און גלייך פארדאמט מיט די העכסטע טענער.

פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.

- תורה ליבהאבער
- שר מאה
- תגובות: 241
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:21 am
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
ווען ער וואוט ווען קעגן וואס פונקטליך וואלסטו געהאט דערפון? אדער וואס וואלט דעמאלטס דיין תירוץ געווען?פומפדותא האט געשריבן:פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
שתי תשובות בדבר:פומפדותא האט געשריבן:פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.
קודם כל, ווי דערמאנט פריער, עס ווענדט זיך פון וואס מען רעדט. מען קען נישט צוגלייכן איינס צום צווייטן. עס איז דא זאכן וואס מען קען מאכן א שפיל שהשתיקה יפה להן. אבער עס איז דא זאכן וואס מען קען נישט פארשווייגן.
צווייטנס, די עסקנים וואויטן נישט, די מענטשן וואויטן. און די מענטשן וועלן נישט גיין שטימען פאר איינעם וואס קען נישט אפענערהייט זיך אננעמען פאר זיי, בעת ווען סיי וועלכע אנדערע גרופע זאלן ווערן אטאקירט אויפן זעלבן פארנעם, וואלטן זיי זיך יא אנגענומען אפענערהייט פאר זיי, ממילא דארף מען זען צו שטיצען אזעלכע וואס וועלן מאכן די מענטשן ארויסקומען שטימען.
- כאלעט'ל
- שר האלפיים
- תגובות: 2218
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
- לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
א רגע, איז לאמיר טאקע גיין מיט דיין חשבון לאולער איז א געפערליכער אינג ווייל ער האט נישט געשטימט אנטקעגן א געזעץ וואס קארל העיסטי האט דורכגעפירט מיט ביידע הענט, פיין איז פארוועם זאל מען שטימען? קאנגרעסמאן מעלאוני! איינער וואס איז אזוי מאכטפול אז איין סטעיטמענט זיינער קעגן די טיימס וואלט אלעס אפגעשטעלט, איינער וואס פירט דורך די מערסט גרויליגע געזעצן אין די אמעריקאנע היסטאריע, פאר אזא איינעם זאלן היימישע אידן שטימען זענט איר אינגאנצן משוגע צו וואס?! איינער וואס איז שטיל געווען יארן לאנג בשעת מען האט אונז גע'רודפ'ט אפגעזעהן די קאוויד תקופה איז דאס א פארגלייך בכלל?!?!פומפדותא האט געשריבן:פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
האמיר יעצט א נייע מהלך, אז באמת האמיר נישט קיין פראבלעם צו שטימען פאר א קאנדידאט וואס גייט קעגן אונזערע אינטערעסן, סכה"כ וואס מיר ווילן איז א קאנדידאט וואס שטעלט זיך ארויס פאר אונז (ליין: זאגט סטעיטמענטס פאר די פרעסע פאר אונז...)עפעס אנדערש האט געשריבן:שתי תשובות בדבר:פומפדותא האט געשריבן:פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.
קודם כל, ווי דערמאנט פריער, עס ווענדט זיך פון וואס מען רעדט. מען קען נישט צוגלייכן איינס צום צווייטן. עס איז דא זאכן וואס מען קען מאכן א שפיל שהשתיקה יפה להן. אבער עס איז דא זאכן וואס מען קען נישט פארשווייגן.
צווייטנס, די עסקנים וואויטן נישט, די מענטשן וואויטן. און די מענטשן וועלן נישט גיין שטימען פאר איינעם וואס קען נישט אפענערהייט זיך אננעמען פאר זיי, בעת ווען סיי וועלכע אנדערע גרופע זאלן ווערן אטאקירט אויפן זעלבן פארנעם, וואלטן זיי זיך יא אנגענומען אפענערהייט פאר זיי, ממילא דארף מען זען צו שטיצען אזעלכע וואס וועלן מאכן די מענטשן ארויסקומען שטימען.
האב איך א פראגע צו מייק לאולער: ווען די רעפאבליקאנער פארטיי פון מאנסי האט ארויסגעשטעלט אן אנטיסעמיטישע ווידיאו קעגן אונזער קאמיוניטי וואו ביסטו דאן געוועהן? פארוואס האט מען נישט געהערט קיין פּיפּס פון דיר? (געוויסע באשולדיגן אז דו האסט געהאט א יד דערין)
פארוואס נאר ווען די לינקע ניו יארק טיימס רעדט אויף אידן הערט מען די וויי געשריי, די רעכטע גענויגטע ניו יארק פּאוסט בארעדט יעדן שני וחמישי אונזער קאמיונעטי און אלעס איז שאַ שטיל, פארוואס הערט מען נישט פון דיר דאן?
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
אה, זייער גוט אז דו האסט דערמאנט יענע ווידיאו.
לאמיר געבן א קוק אויב די דעמאקראטן ווייסן טאקע נישט וויאזוי מען קאנדעמט אנטיסעמיטיזם.
דאס איז פון לעטישע דזשעימס:
לאמיר געבן א קוק אויב די דעמאקראטן ווייסן טאקע נישט וויאזוי מען קאנדעמט אנטיסעמיטיזם.
דאס איז פון לעטישע דזשעימס:
In a statement released late Wednesday, Attorney General Letitia James condemned the "deeply disturbing" video, calling on the Rockland County GOP to immediately remove it.
"To clearly state that members of the Jewish community are a threat to families and our safety and that they must be stopped is despicable and completely unacceptable," she added. "Attacking those who are different than we are only breeds hate and makes us weaker. We must all stand together to denounce this hateful video.”
און דאס איז פון ענדרו קאומא:Governor Andrew Cuomo released his own statement about the "disgusting" content. "While this video has since been removed, its impact will still be felt by the members of the Jewish community targeted by their own neighbors," the governor said.
"There is no excuse for anti-Semitism masquerading as concerns over zoning or development," he added
."There is no excuse for anti-Semitism masquerading as concerns over zoning or development," he added
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
ווען ער שטימט קעגן, וואלט געווען אן די רעקארד אז דער פארטרעטער פון דעם דיסטריקט האט געשטימט קעגן. ער האט דאס נישט געטון, ווייל עס וואלט אים געשאדט צווישן די שכינים, לויט זיינע חשבונות.תורה ליבהאבער האט געשריבן:ווען ער וואוט ווען קעגן וואס פונקטליך וואלסטו געהאט דערפון? אדער וואס וואלט דעמאלטס דיין תירוץ געווען?פומפדותא האט געשריבן:פון דעם אשכול און אנדער אשכולות אויף דעם וועלטל האב איך פארשטאנען אז ס'איז נייע צייטן, איה"נ אז אמאל האבן עסקנים געמאכט דיעלס אונטערן טיש (שהתשתיקה יפה להן), און פאליטישאן'ס האבן שוקל געוועהן ווען עס איז ווערט א קאמף און ווען מען זאגט איין זאך און מען טוהט עפעס אנדערש; משא"כ היינט לאזט מען זיך מער נישט, און מיר ווילן שפילן אפענע קאָרטן, מיר גייען נאר וועלן פאר קאנדידאטן וואס מאכן פּרעסע קאנפרענצען און זענען אום בויגזאם ווען עס קומט צו אונזערע אינטערעסן.
פלוצלינג הייבסטו צוריק אן זינגען דעם אלטן ניגון, אז איך דארף פארשטיין אז די געזעץ וואלט ממילא דורך געגאנגען..., און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.... ווייל מען גייט זאגן בלא.... בלא...., אין קורצן מפטירין כדאתמול. פאר אזוינע תירוצים זענען מיר די דעמאקראטן אויך גוט.
דאס מאכט עניטיים אויס ווי אויב האוקעל מעלאוני מיט רייען לייגן ארויס סטעיטמענטס - וואס שאדט זיי פאליטיש, לויט זייערע חשבונות - קעגן טיימס.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
דו האסט נישט געענטפערט מיין קשיא, פארוואס האט מייק לאולער נישט פארדאמט די אנטסעמיטישע ווידיאו וואס זיין פארטיי האט געמאכט?עפעס אנדערש האט געשריבן:אה, זייער גוט אז דו האסט דערמאנט יענע ווידיאו.
לאמיר געבן א קוק אויב די דעמאקראטן ווייסן טאקע נישט וויאזוי מען קאנדעמט אנטיסעמיטיזם.
דאס איז פון לעטישע דזשעימס:In a statement released late Wednesday, Attorney General Letitia James condemned the "deeply disturbing" video, calling on the Rockland County GOP to immediately remove it."To clearly state that members of the Jewish community are a threat to families and our safety and that they must be stopped is despicable and completely unacceptable," she added. "Attacking those who are different than we are only breeds hate and makes us weaker. We must all stand together to denounce this hateful video.”און דאס איז פון ענדרו קאומא:Governor Andrew Cuomo released his own statement about the "disgusting" content. "While this video has since been removed, its impact will still be felt by the members of the Jewish community targeted by their own neighbors," the governor said..
"There is no excuse for anti-Semitism masquerading as concerns over zoning or development," he added
פון דיין תירוץ איז משמע אז דו ביסט מודה אז ער איז די זעלבע פארפוילטע פאליטישען וואו אלע אנדערע, און וואו אלע פאליטישענס ווען עס איז נישט זייער פארטיי פארדאמט מען אנטיסעמיטיזם.
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
מיינסט מסתם צו פרעגן פארוואס די דעמאלטסדיגע פארטרעטער "אונזער דעמאקראטישע פריינדין" עלען דזשעפי האט עס נישט פארדאמט.פומפדותא האט געשריבן:דו האסט נישט געענטפערט מיין קשיא, פארוואס האט מייק לאולער נישט פארדאמט די אנטסעמיטישע ווידיאו וואס זיין פארטיי האט געמאכט?עפעס אנדערש האט געשריבן:אה, זייער גוט אז דו האסט דערמאנט יענע ווידיאו.
לאמיר געבן א קוק אויב די דעמאקראטן ווייסן טאקע נישט וויאזוי מען קאנדעמט אנטיסעמיטיזם.
דאס איז פון לעטישע דזשעימס:In a statement released late Wednesday, Attorney General Letitia James condemned the "deeply disturbing" video, calling on the Rockland County GOP to immediately remove it."To clearly state that members of the Jewish community are a threat to families and our safety and that they must be stopped is despicable and completely unacceptable," she added. "Attacking those who are different than we are only breeds hate and makes us weaker. We must all stand together to denounce this hateful video.”און דאס איז פון ענדרו קאומא:Governor Andrew Cuomo released his own statement about the "disgusting" content. "While this video has since been removed, its impact will still be felt by the members of the Jewish community targeted by their own neighbors," the governor said..
"There is no excuse for anti-Semitism masquerading as concerns over zoning or development," he added
פון דיין תירוץ איז משמע אז דו ביסט מודה אז ער איז די זעלבע פארפוילטע פאליטישען וואו אלע אנדערע, און וואו אלע פאליטישענס ווען עס איז נישט זייער פארטיי פארדאמט מען אנטיסעמיטיזם.
מייק לאולער איז נאך דאן נישט געווען אונזער פארטרעטער.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
ער איז דעמאלטס שוין געוועהן א פאליטישע פיגור אין ארענזשטאון, און לויט מאנכע האט ער געהאט א יד אין די אנטיסעמיטישע ווידאו (טראץ דעם וואס מען האט איהם באשולדיגט אין האבן א יד אין יענע ווידיאו האט ער עס קיינמאל געלייקנט, מוז מען זאגן אז יש דברים בגו)
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
ס'איז אבער לכאורה טאקע זייער א שווערע דיסיזשן פאר די עסקנים, וועמען צו אינדארסירן.צל עובר האט געשריבן:עס איז גאר שטארק מסתבר אז לאולער גייט אווערפערפארמען אין זיין אסעמבלי דיסטריקט, וואס איז ארום 17% פון דעם גאנצן דיסטריקט. און נעמט אריין בערך האלב מאנסי. (דאס איז אין פאל ער באקומט די אינדארסמענט פון די עסקנים, בעיקר די סקווירא אינדארסמענט, וואס איז לכאורה די וויכטיגסטע. סקווירא האט לעצטע מאל געשטימט דזשאונס (ד) פאר קאנגרעס, און לאולער (ר) פאר אסעמבלי.)
מ'האט אויבן דיסקאסירט ר' משה מארגערעטן - ער אליין האט זיכער אויך א גרויסע ספק דערין. מעלאוני איז א נאמען וואס די וויילער אין ראמאפא קענען נישט פערזענליך, אבער די עסקנים קענען גוט זיין נאמען, און לעומת זה לאולער האט זיך ארויסגעשטעלט די פארגאנגענע תקופות אלס די קאנדידאט פאר היימישע אידן אין ראקלענד...
לעצט פארראכטן דורך קאריץ אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: מאנסי: די נייע סווינג סטעיט (NY-17)
איך האב נישט קיין מיינונג וועם מען דארף אינדארסירן.
(פארן ליינען דא אז לאולער האט געשטימט פאר דעם מאניטער, האב איך געהאלטן אז מען דארף שטימען פאר אים, יעצט האב איך נישט קיין מיינונג.)