NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועם גייט ער וועלן פאר?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:55 pm

שאן פעטריק מעלאוני
11
34%
אלעסאנדרא ביאדזשי
4
13%
איך בין רעגיסטריט רעפובליקען\נישט נוגע פאר מיר
17
53%
 
סך הכל שטימען: 32

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נעקסטע וואך דינסטאג קומט פאר דעמעקראטישע פריימעריס פאר קאנגרעס אין ניו יארק סטעיט.

די נייע 17'טע דיסטריקט נעמט אריין גאנץ ראקלענד, גאנץ פוטנעם און א חלק פון וועסטטשעסטער און דוטשעס קאונטיס.

די צוויי קאנדידאטען זענען קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאוני, און סטעיט סענעטער אלעסאנדרא ביאדזשי.

שאן פעטריק מעלאוני פלעגט פארטרעט די 18'טע קאנגרעסינאלע דיסטריקיט, וואס נעמט אריין קרית יואל.
ביאדזשי פלעגט פארטרעט די 34'סטע סטעיט סענעט דיסטריקט, וואס איז בעיקר געווען בראנקס, און א קליין חלק פון וועסטטשעסטער קאונטיס.

די ביז יעצטיגע קאנגרעסמאן מאונדיער דזשאונס פארמעסט זיך צו פארטרעטען די 10'טע דיסטריקט.

ביידן האט געווינען די אלטע 17'טע דיסטריקט מיט איבער 20%, אבער די נייע דיסטריקט האט ער געווינען מיט בלויז 10.2%. אויב נעמט מען אין באטראכט אז ביידן האט געווינען די נאצינאלע וואלן מיט 5%, מיינט דאס אז די נייע דיסטריקט איז בלויז 5% מער דעמעקראטיש ווי די לאנד אין אלגעמיין. הגם מען קען נישט אלעמאל אזוי רעכענען, איז דאס א נקודה למחשבה.

לויט אלע ערווארטונגען גייט מעלאוני גרינג געווינען די פארמעסט, אבער לבי אומר לי, אז דאס איז נישט אזוי פשוט, אין די צייט וואס מעלאוני שלאפט, איז ביאדזשי פארנומען ארומלויפן און אריינארבייטן. נאך דערצו, זענען ביידע קאנדידאטען אין א געוויסע זין "פרעמדע" אין די נייע דיסטריקט, זינט ביידע פארטרערטען בלויז א קליין חלק פון די נייע 17'טע דיסטריקט, דאס נעמט אוועק א גרויס חלק פון מעלואני'ס "אינקאמבינסי עדווענדטידזש". ימים ידברו.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

וויאזוי זענען די צווי צו יודן און בכלל ווי לינק זענען די צוויי?
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ר' דן האט געשריבן:
וויאזוי זענען די צווי צו יודן און בכלל ווי לינק זענען די צוויי?
Alessandra Biaggi איז עקסטרעם לינק
בילד
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

המממ...

די ניו יארק סיטי PBA האט ארויסגעלייגט אן עד קעגן ביאדזשי אז זי איז זיך געגאנגען "דיסטריקט שאפינג" און אז זי איז "נישט פאר אונז" צוליב דעם וואס זי פארטרעט בראנקס. נישט אז איך בין מחולק מיט זיי, נאר ס'איז מיר מאדנע אז א *סיטי* ארגענאזאציע לייגט עס ארויס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

בבקשה האט געשריבן:
לויט אלע ערווארטונגען גייט מעלאוני גרינג געווינען די פארמעסט, אבער לבי אומר לי, אז דאס איז נישט אזוי פשוט, אין די צייט וואס מעלאוני שלאפט, איז ביאדזשי פארנומען ארומלויפן און אריינארבייטן. נאך דערצו, זענען ביידע קאנדידאטען אין א געוויסע זין "פרעמדע" אין די נייע דיסטריקט, זינט ביידע פארטרערטען בלויז א קליין חלק פון די נייע 17'טע דיסטריקט, דאס נעמט אוועק א גרויס חלק פון מעלואני'ס "אינקאמבינסי עדווענדטידזש". ימים ידברו.
זייענדיג אין וועסטטשעסטער האב איך געזעהן מער מעלאני סיינס ווי ביגאדזשי סיינס.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבער אין ראקלענד זעהט מען נאר ביאדזשי.

-------

לויט די אינטערנעל אנקעטעס געווינט מעלאוני, לויט זיינע מיט א לענדסלייד, לויט אירע נישט קיין לענדסלייד, אבער באקוועם.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די מוסדות האבן אפיציעל עינדארסעד מעלאוני.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

וואס מיינט די שטערנדל ביי א נאמען?
א פשוטע איד.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יהודי האט געשריבן:
וואס מיינט די שטערנדל ביי א נאמען?
אז ער איז א ביז יעצטיגע קאנגרעסמאן.
אוועטאר
USED CARS 4 SALE
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:21 pm
לאקאציע: [email protected]
פארבינד זיך:

Re: NY-17 דעמעקראטישע פריימעריס (ראקלענד קאונטי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך USED CARS 4 SALE »

.
ווילסט פארדינען אפאר טאלער??

https://www.cardbenefit.com/?ref=cgynqicq&sid=ivelts

אומזינסטע פערזענליכע גיידענס וועלכע קרעדיט קארדס צו עפענען און וויאזוי צו ווערן עפראווד.
קרעדיט ריפעיר. אינקווערי רימאוועלס.

אימעילט [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”