וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואשינגטאן די סי ווס דאנעלד טראמפ, ווער איז מער באגלייבט?

וואשינגטאן די סי
76
26%
דאנעלד טראמפ
219
74%
 
סך הכל שטימען: 295

אוועטאר
איצעלע
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 11:30 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצעלע »

צל עובר האט געשריבן:
אבוויעסלי, איז נישט שייך צו זיין ווייניגער באגלייבט ווי דאנעלד טראמפ.

(איך רעד ספעציפיש בנוגע באגלייבט.)
ר' דן האט געשריבן:
אבוויעסלי, איז נישט שייך צו זיין ווייניגער באגלייבט ווי וואשינגטאן די סי.

(איך רעד ספעציפיש בנוגע באגלייבט.)
:lol: :lol: :lol:
מיין פייעס האלט זיך נישט, איינער האט אפשר אביסל פיש זאפט?
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ר' דן האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
די וואס טרעפן זיך שטימען מאל נאך מאל קעגן די רוב פינעם קהל מעגן אמאל אריינקלערן אין דעם, ''איז די עולם טאקע אזוי נעריש?''
ווען איך טרעף צו צום רוב, ליין איך איבער די שאלה נאכאמאל, זעהן צו איך האב גיט פארשטאנען...

מען שטימט דא מיט די פיס נישט מיטן קאפ.
הקיצור די נעמסט אן אז די עולם איז נעריש.
די ווארט טראמפ איז אזוי ווי א רויטע שמאטע צו אן אקס, די רעזולטאטן אין עני אנקעטע בנוגע טראמפ דא אויף אייוועלט גייט זיין צווישן 75 און 90 פראצענט פרא טראמפ, אפילו עס איז בולט אז די זעלבע פראגע זאל שטיין קלינטאן אנשטאט טראמפ טוישט זיך די רעזולטאטן אויף פארקערט מיט די זעלבע סכום, דו האלטסט אז דאס קומט פון טיפע הכרה און צוגעלייגט מחשבה יתירה, איך נישט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

כפרה האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
די וואס טרעפן זיך שטימען מאל נאך מאל קעגן די רוב פינעם קהל מעגן אמאל אריינקלערן אין דעם, ''איז די עולם טאקע אזוי נעריש?''
ווען איך טרעף צו צום רוב, ליין איך איבער די שאלה נאכאמאל, זעהן צו איך האב גיט פארשטאנען...

מען שטימט דא מיט די פיס נישט מיטן קאפ.
הקיצור די נעמסט אן אז די עולם איז נעריש.
די ווארט טראמפ איז אזוי ווי א רויטע שמאטע צו אן אקס, די רעזולטאטן אין עני אנקעטע בנוגע טראמפ דא אויף אייוועלט גייט זיין צווישן 75 און 90 פראצענט פרא טראמפ, אפילו עס איז בולט אז די זעלבע פראגע זאל שטיין קלינטאן אנשטאט טראמפ טוישט זיך די רעזולטאטן אויף פארקערט מיט די זעלבע סכום, דו האלטסט אז דאס קומט פון טיפע הכרה און צוגעלייגט מחשבה יתירה, איך נישט.
הקיצור, ווי פריער געשריבן.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ר' דן האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
איר קענט נישט דעמאלטס די נאמבערס (רעזיגנירן ווייל טראמפ איז נישט געווען צופרידן פון אים רוף איך פייערן לגבי דעם).
אבער עס איז נישט אויף איין נושא ווי דא ביי די אלע אנקעטעס און עס איז נישט געווען רוב
אוודאי איז עס געווען אנדערע סיבות, יעדער האט באקומען אנדערע באפעלן פונעם קעניג לויט די דעפארטמענט וואס ער האט געפירט (אויך געווען געוויסע וואס האבן זיך סתם אזוי פארעקלט), אלעס איז אבער געווען ארום איין שאלה, "צו קען טראמפ פירן א רעגירונג".
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קלינטאן איז געווארן העווי אינוועסטיגעיטעד.
לאמיך ארויס העלפן
ווען קלינטאן וואלט געווארן גערעידט אויפן נישט אויספאלגן א סופינע אדער אויף אובסטראקשן אוו דזשוסטעס
זי איז נישט געווארן גערעידעט, ווייל זי האט עס געגעבן ביים בעטן.

נאך פאר א סובפינע.
טראמפ האט אויך געגעבן פאר א סופינע

קלינטן האט ווייט נישט געגעבן אלעס אינקלודעט טויזנטער אימעילס שוין נאך א סופינע ועוד צובראכנע סערוורס
קלינטאן האט געגעבן וואס מען האט איר געבעטן.

טראמפ, נישט.
זי האט כאטש אויך מיטגעגעבן די בליטש צוזאמען מיט די צובראכענע סערווער?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

היכי תמצא האט געשריבן:
די קעפל, די אנקעטע, און די גאנצע טענה'ריי ווייסט אן אויף אן אינטערסאנטע אין אמעריקאנע פאליטיקס און מעגליך אפילו די שורש פון אמעריקאנער דעמאקראטיע.

דאס איז די 'מעגליכע' פאקט אז אין איין וועג אדער א צווייטע איז די אמעריקאנער רעגירונג סטרוקטור, די לאנד'ס פאליטישע ווינט, און די בירגער זעלבסט גענצליך צעפאלן און מעגליך די ענדע פון אמעריקאנער דעמאקראטיע.

פאר איר שרייט מיר אן, טראכט א מינוט.

ביידע זייטן אינעם וויכוח זענען מודה אז עס קומט פאר טיפע קארופציע, דיקטאטורישע אקטן, און באוועגונגען וואס ארבעט מיט'ן ציל אונטערצוברענגען דעמאקראטיע אין אמעריקע.

די איינציגסטע זאך איבער וואס די צוויי זייטן קריגן זיך איז 'ווער זענען די פאררערטער און ווער זענען אנטי דעמאקראטיע'.

דאס פירט צום מסקנא אז אלס אן אינדעפענדענט/מאדערעט/צענטריסט אדער סתם אויב מ'טרעט ארויס פונעם אייגענעם מיינונג פאר א מינוט, איז עס אביסעלע שרעקעדיג. נישט קיין חילוק וועלכע זייט איך גלייב, קיין חילוק וועלכע זייט איז שולדיג, ווערן יעצט געטאן אינערהאלב די אמעריקאנער פאליטיקאנטן און ביי פראקסי אויך אמעריקאנער בירגער אקטן וואס טאר נישט געטון ווערן. נישט סתם אקטן וואס טאר נישט געטון ווערן, אבער אקטן וואס ווען מ'טוט דאס איז עס אנטקעגן די שורש פון פרייהיייט.

אלזא, אנשטאט צו טראכטן וועם איך זאל גלייבן, ברויך איך אנהייבן טראכטן 'געוואלד מיר פאלן אין תהום אריין', און מיר קענען גארנישט טון! ווייל איינע פון די צוויי זייטן זענען שוין טיף פארמישט אין אונטערברענגען אמעריקאנער פרייהייט.

לאמיר אנהייבן מיט די דעמאקראטן.

די דעמאקראטן טענה'ן אז טראמפ האט מעגליך קאלאבארירט מיט רוסלאנד, געפירט אן אויפשטאנד, אומלעגאלע אפמאכן מיט אוקריינא (עפעס אזוי), באהאלטן קלאסיפיצירטע דאקומענטן וואס ווערט גערעכנט אלס א פארראט. ער איז א דיקטאטור וואס אויב פירט ער אויס וועט ער קאנטראלירן אמעריקע אומ-דעמאקראטיש. ער איז א דעמאגאג וואס האט די מעגליכקייט צו אויפהייטערן מאסן וואס וועלן גלייבן אין אלע סארט 'קאנספיראציעס' און גיין פאר פייער און פאר וואסער צו טון וואס ער זאגט, קיין חילוק ווי נישט נארמאל דאס איז.

לויט די דעמאקראטן איז ער מעגליך באגאנגען צענדליגע פארברעכנס, פון טעקס פראוד, עמבעזלמענט, אויסנארן אנדערע פינאנציעל, אטאקירן פרויען, באשמירן געוויסע פערזאנען (דעפעמיעשאן), אויסנארן אינוועסטארס, מיסבאנוץ פון אינאגורעשאן פאנדס, אקטן אנטקעגן די ציוויל רייטס וואטינג אקט, געלט פראוד אין סקאטלאנד, אינשורענס פראוד, עלעקשאן אינטערפערענס, אריינשליידערן פאליטישע שונאים און תפיסה (מייקל קאהען), און איך בין זיכער אז די אנטי טראמפ דא קענען צולייגן מער טענות.

אין צוגאב טענה'ן אסאך אז ער אליינס איז פשוט א געפאר פאר דעמאקראטיע, א מענטש וואס אונטער קיין שום פאל זאל האבן סיי וועלכע פאליטישע כוח.

אוודאי גלייבן נישט אלע דעמאקראטן/אנטי טראמפ (אפשר עקסטרעמע) אין יעדע איינציגע פון די אויבנדערמאנטע באשולדיגונגען, אבער אפילו אויב נאר א חלק דערפון איז אמת, איז שוידערליך און שרעקעדיג אז אזא איינער האט באקומען אזויפיל מאכט און געמאכט אזויפיל דעמעדזש צו אמעריקע.

רבותי, באשייגעצט מיר נישט אלס אן אנטי טראמפ, ביטע. איך פרוביר נאר ארויסצוברענגען א נקודה.

טענות פון טראמפ שטיצער, רעפובליקאנער, און קאנסערוואטיווע אדער אלט-רייט גרופעס.

דעמאקראטן אדער סיי וועלכע טראמפ קעגנער באגייען שרעקליך אומ-דעמאקראטישע אקטן אבי אריינצושליידערן טראמפ אינעם תהום, נישט נאר טראמפ, אבער זיי פירן דאס לאנד דיקטאטוריש און צוימען אמעריקאנער בירגער רעכטן.

זיי טוען סיי וואס וואס צו בלייבן אין מאכט, קיין חילוק ווי אומ-מענטשליך אדער אומ-קאנסטיטוציאנאל עס איז.

הילערי אימעילס, הילערי/עפשטיין, דיעפ סטעיט, פוטין סטייל פאליטישע רדיפות, האנטער ביידען, פעלשן וואלן, מידיא קאנטראל, צונעמען פרייהייט פון אויסדרוק, אבאמא קאנטראלירט נאכאלס וואשינגטאן, ביידען קאלעכט און איז א סכנה צו זיין פרעזידענט, סאשעליסטס, בל"מ טעראריסטן, מולער פאליטיקעל וויטשהאנט, ניצן קאראנע צו קאנטראלירן אמעריקאנער, צווינגען וואקסינס, צונעמען גאן רעכטן, קארפארעט אמעריקע, פרישע וואלן רעגולאציעס צו באקומען מער שטימען, אימיגראנטן צו באקומען מער שטימען, שעדליכע פראפאגאנדע.

די פרא טראמפ קענען פארלענגערן די ליסטע.

ווידעראמאל שרייט מיר נישט אן, דאס איז נאר צו מאכן א פוינט.

וואס מיינט דאס פאר מיר?

די בעסטע 'מציאות' וואלט געווען אז ביידע זייטן זענען בעצם גוט, נאר ביידע זייטן מאכן אויף שטותים צו באשמיצן די אנדערע. דאס איז נישט געוואלדיג, אבער עטליסט זענען זיי נישט גענצליך קארופטירט.

אבער די אפציע איז די שווערסטע צו גלייבן.

זענען ביידע זייטן קארופטירט? מעגליך. דאס איז די ערגסטע אפציע. די קשיא איז אויך אויף ווי ווייט. אויב זענען ביידע זייטן קארופטירט צו די פוינט אז זיי זענען ביידע א געפאר צו דעמאקראטיע, דאן זעמיר ממש הילפלאז. אפי' אויב מ'וויל עפעס טון דערוועגן, ווי אזוי איבערצייגט מען די חסידים פון ביידע זייטן זיך צו פאראייניגן אנטקעגן ברייטע קארופטירטע זייטן?

די יעצטיגע מצב אין וואס כמעט יעדער נעמט א זייט, און פרובירט צו טון דאס בעסטע צו באשיצן דאס לאנד פון די אנדערע זייט.

דאס איז אבער פונקט אזוי שלעכט.

אויב די צוקונפט פונעם לאנד, די פערזענליכע פרייהייט, בעיסיק דעמאקראטיע איז אן די ליין, דאן ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן גענוג שטארק אז איין זייט איז גערעכט? וואס איז אויב מ'מאכט א טעות און מ'געפינט אויס אז מ'האט גאר געהאלפן די קארופטירטע?

ווייס איך, דער פשוט'ער בירגער, גענוג צו קענען דערגיין וועלכע זייט איז די אמת'ע געפאר? אויב איין זייט איז גענוג קארופטירט צו קענען ארייננארן האלב פון די פאפולאציע, דאן ווי אזוי איז מעגליך פאר א פשוט'ע בירגער צו דערגיין דעם אמת אין אזא עולם השקר?

איך זע אפאר אפציעס. איינס, מ'נעמט אן אז ביידע זענען קארופטירט און מ'באקוקט ביידע סקעפטיש ביז מ'קען אביסעלע דערשנאפן מער וואס עס גייט פאר, אבער דער עיקר איז זיך נישט צו לאזן פארקויפן פאר קיין איין זייט.

די צווייטע אפציע איז צו אננעמען אז ביידע זייטן זענען טאקע קארופטירט אבער די יסודות פון אמעריקאנער דעמאקראטיע זענען שטערקער און מיר וועלן עס איבערלעבן. די אמת פון ביידע זייטן וועט ארויפשווימען, ביידע וועלן קראכן, און די אמעריקאנע בירגער וועלן זיין גענוג שטארק זיך צוזאמענקומען און צוריקשטעלן די רעגירונג על תילה.

די דריטע אפציע איז אנצונעמען אז ביידע זייטן זענען מילד קארופטירט און ביידע זייטן אינפלעיטן די אנדערע זייט'ס קארופציע. דאס איז טאקע נישט גוט , אבער למעשה וועלן ביידע אויסלויפן פון שטאף. עס וועט אנגיין הין און צוריק ביז די אמעריקאנער וועלן כאפן וואס עס קומט פאר און די פאליטיקאנטן וועלן זיך מוזן אנהייבן רעכענען מיט די בירגער, אדער וועלן זיי ביידע פארלירן דאס פאלק'ס קאנפידענץ.

לכאורה דא נאך אפציעס וואס מ'דארף דורכטראכטן.

פאר מיר פערזענליך, איז קלויבן איין זייט און נאר איין זייט, נישט קיין קיין אפציע. איך זע נישט, עט דאס פוינט, אז עס איז א קלוגע שריט זיך צו לייגן נאר אונטער איין זייט און נעמען די ריזיקע פון בטעות העלפן די שלעכטע זייט.
דאס איז זיכער אז מען איז אין דער ערד סיי ווי. דעמאקראטיע איז דאך די ערגסטע פארעם פון רעגירונג וכו'. אפגערעדט אז אמעריקע פירט זיך ערגער און מער קארופטירט ווי אנדערע מערב לענדער א דאנק די אוטסייזד איינפלוס פון דארק מאני.

אבער די דעמאקראטישע פארטיי איז נאכאלס אין די נארמעס און ראמען פון א נארמאלע דעמאקראטישע רעגירונג. לעומת זה די רעפובליקאנער בכלליות וועלכע ווערן ערגער מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג און אוודאי אזוי די טראמפ באוועגונג וואס באלאנגט שוין בכלל נישט אריין געשטעלט צו ווערן אין די זעלבע קאטעגאריע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

צל עובר האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קלינטאן איז געווארן העווי אינוועסטיגעיטעד.
לאמיך ארויס העלפן
ווען קלינטאן וואלט געווארן גערעידט אויפן נישט אויספאלגן א סופינע אדער אויף אובסטראקשן אוו דזשוסטעס
זי איז נישט געווארן גערעידעט, ווייל זי האט עס געגעבן ביים בעטן.

נאך פאר א סובפינע.
טראמפ האט אויך געגעבן פאר א סופינע

קלינטן האט ווייט נישט געגעבן אלעס אינקלודעט טויזנטער אימעילס שוין נאך א סופינע ועוד צובראכנע סערוורס
קלינטאן האט געגעבן וואס מען האט איר געבעטן.

טראמפ, נישט.
ליין דאס
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p3746093
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
האללאו האללאו.... מיסטער דערבארמדיגער...

פשוט׳ע זאכן ברויכן קיינע פארצויגענע דרשות.

אין איין ווארט וואס דו זאגסט: נישטא קיין סוואמפ; און טראמפ איז פראבלאמאטיש.

נו כהער
ניין, דאס קען מען נישט זאגן אין איין ווארט.

א יונגל איז געקומען צו די רבי אז מושי האט אים געשלאגן, מושי טענה'ט אבער אז יענקי האט אנגעהויבן, א שוואכע טענה, דער רבי גיט א פארציע פאר מושי.

מארגן האט יענקעלע צו טאן מיט געציל, און יענקי איז קאננווינסד אז ער איז אומשולדיג, און פילע יונגלעך פון חדר האלטן אויך אזוי, נו נו, דער רבי פארשטייט אז יענקי איז לכאורה אומשולדיג און געציל איז דער וואס האט געמאכט די פראבלעם, דער רבי האט זיך אנגענומען פאר יענקעלע און געגעבן געציל אנצוהערן אז ער וועט נישט טאלערירן די רדיפות.

גייט אריבער א וואך און דער רבי הערט אז חזקי האט געשלאגן געצי, חזקי טענה'ט גראדע אז יענקעלע האט אים צוגעכאפט זיין פענסיל קעיס מיט זיין ריסעס, אבער יענקעלע זאגט אז דאס איז שון געקומען נאכן פאטש פון חזקי, חזקי טענה'ט אז נישט, הקיצור ס'טוצעך א טענה ומענה פון אלע זייטן, ביז דער רבי גיט זיך א כאפ אז יענקעלע האט דא יעדן טאג צו טאן מיט א צווייטן, ער איז באמת מסופק ווער עס איז דא גערעכט, יענקעלע שרייט אז מען רודפ'ט אים, אבער יעדן טאג האט ער צוטאן מיט א צווייטן און ווי עס זעט אויס האט ער יעדע מאל צוריקדערלאנגט און מען זעט אז ער קען פיין שלאגן ווען ער וויל, מחמת זיין ספק באשלוסט דער רבי אויסצואווארטן און גארנישט זאגן איצטערט.

פארן אהיימגיין רופט דער רבי צו אונזער נרדף, דער צדיק וועם יעדעם רודפ'ט על לא עול בכפו און הייבט אים אן אביסל אויסצופרעגן, אונז וועלן ניטש אריינגיין איצט אין די חקירות ודרישות ווייל די בעל קלינגט שוין און מען דארף שוין גיין, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן אז צומארגענס איז די ניגון פון יענקעלע געווען אז דער רבי רודפט אים, ס'נישט קיין יושר, דער רבי האט זיך זיינע מיוחסים, חזקי איז פון זיינע ניוחסים און וועגן דע רודפט אים דער רבי.

--
טראמפ האט אין זיינע ערשטע וואכן אלץ פרעזידענט געזאגט אז מען רופט אים, וויטש האנט כלשונו, זינט דאן האט מען אים געהאלטן אין איין רודפ'ן, צוריק צום משל, עס זענען דא בוליס אין חדר, עס זענען דא רבי'ס וואס זענען נישט אזוי הונדרעט פראצענט יושר'דיג אלעמאל, אבער אויב יענקי איז דער וואס האט אלע יארן געהאט צו טאן מיט רודפים אין אלע כיתות, און ער פאר זיך איז גאנץ א פיינע בולי, וועל איך אננעמען אז "ער איז נישט אומשולדיג".

דאס מיינט נישט אז ס'איז מער נישטא קיין רודפים, דאס מיינט נישט אז יעדער וואס האט געשטעפעט יענקעלע איז גענצליך ריין, אבער דער יענקעלע איז נישט אומשולדיג.

אלזא, איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישטא קיין סוואמפ, אבער טראמפ האט געהאט צו טאן מיט די FBI "נאך פאר ער האט אויפגעדעקט אז די FBI איז א שטיק שקר" טראמפ איז דוקא געווען דער מענטש פון LAW AND ORDER, ער האט אויפגענומען סעשאנס און סעשאנס איז געווארן פסול, פארוואס? ווייל סעשאנס איז קאראפטירט? פארוואס איז קאומי געווארן פסול צוויי וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט אים געהאלזט און שטארק באדאנקט ? און פארוואס האט טראמפ געבעטן אז קאומי זאל זיין לויאל? און פארוואס איז קריסטאפער רעי אויפגעברויזט אויף טראמפ? ווייל טראמפ האט אויפגעדעקט אז די FBI איז קאראפטירט? נו פארוואס טאקע האט נישט טראמפ געזען דערצו אז מען זאל מאכן די FBI אויס קאראפטירט? איז נישט רעי געווען דער פערזאן?

אה, איין מינוט, פארוואס איז עפעס יעדער אין די FBI קאראפטירט ? איז די אימיגראציע אפיצירן אפטיילונג די איינציגסטע וואס זענען נישט געווען קאראפטירט? אלע FBI דירעקטארס פון די פריערדיגע צוואנציג יאר זענען פארדארבן? אוי וויי! דאס האט טראמפ אויפגעדעקט?

איין מינוט, פונקט טראמפ דער קרוק איז דער פערשוין וואס האט באוויזן דאס אויפצודעקן? וואס איז טראמפ'ס סקילס? פארוואס פונקט ער האט דאס באוויזן איינמאל פאר אלעמאל דורעכצוברעכן? וואס איז זיינע טאלאנטן?

דוכט זיך מיר אז טראמפ שרייבט גענוג און נאך מאל אין זיינע ביכער און אין זיינע אונטערוויוס וואס זיינע טאלאנטן זענען: צו פארטושן די מענטשהייט, ער שרייבט זייער אפן און קלאר אז צומאל פעלט זיך אויס מגזם צו זיין מיט קריטיק, ער זאגט זייער אפן און קלאר אז ער וועט צוריקענטפערן און צוריקדערלאנגן פאר יעדעם וואס רעדט אנטקעגן אים, ער פירט אן מיט נעגאטיווע פאבליק רילעישענס צו אלע זיינע קריטיקירער, ווען ער לויפט קעגן טעד קרוז פארציילט ער לעכערליכע לגיונות אז טעד קרוז'ס טאטע האט גע'הרג'ט מענטשן, ער האט באשאפן מעשיות קעגן אלע זיינע קעגנער און זיי אויפגעבלאזן איינהאלטענדיג די ארט אוו די דיעל, און ווען די FBI האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים האט ער נישט געהאנדלט אנדערש ווי ווען טעד קרוז האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים, און אזוי ארום האט ער אנטדעקט אז די FBI איז קאראפטירט.

און אז מען קוקט בלויז אויף איין שורה קען מען דאס פארזען, אבער אז מען קוקט אויף די גאנצע מעשה זעט מען גענוג צו ערלויבן זיך ספיקות האבן אז אפשר איז דער טראמפ סתם א מח וועשער, א ליגנער און אזא איינער וואס ווייסט גוט וויאזוי איינצורעדן די מענטשהייט אז ער איז דער נעבעך און די FBI זענען די שקצים.
איך דארף נישט טראמפ זאל מיר פארציילן ווער די פבא איז, רובאשקין ועוד יוכיח
פיטער סטראק יוכיח...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פארוואס האלט איך אז וואשינגטאן די סי איז קעראפטירט?

1. קאנגרעס זאגען צו יעדע צוויי יאר אז זיי גייען פאררעכטען פראבלעמען אבער זיי פארעכטען עס קיינמאל נישט, אימיגרעישאן, גאנס, דראגס, העלטקעיר, טעקסעס, טעריפס און די אינטערנאציאנאלע שטארקייט עקאנאמיש און מיליטעריש.

2. קאנגרעס איז געגאנגען פון מאכען געזעצען און פארפיגען אויף די בערזעל צו נידריגע פול טיים פאנדרעיזארס ווי מען לויפט נאך דעם דאלער און אינוועסטיגעיטאן זייערע אפאנענטען.

3. די איי אר עס איז אינטער אבאמא אריינגעשלעפט געווארען אין א פארשונג אויב זיי האבען געטארגעט קאנסערוואטיווען, קלינטאן איז געוועהן דער ערשטער פרעזידענט וואס האט באצייכענט טימאטי מעקוועי אלס א אנגעהעצטער פון די אנדערע פאליטישע זייט, אבאמא איז געוועהן דער צווייטער פרעזידענט וואס האט באצייכענט די קאנסערוואטיווע פליגעל אלס נישט לאגיש און מען זיי זאל זיי בכלל נישט געבן קיין לעגיטימטעט און ער האט קיינמאל נישט געגעבען די ווארט פאר די אנדערע זייט.

4. זשארדזש בוש האט אלעס - יא! אלעס! - נאכגעגעבען פאר די דעמאקראטישע פארטיי אבי מען זאל לאזען זיין וויצע טשעיני שיקען טרופען קיין איראק און קיין אפגאניסטאן ווי עס איז געווארען אויסגעהרגעט צוויי הינדערט טויזענט איראקע אין אויסטויש ווייל מען האט געהרגעט אביסעל ווייניגער ווי דריי טויזענט אמעריקאנע.

5. די אינטעליזשענס קאמיונעטי איז זיך נישט דורעך געקומען פאר סעפטעמבער עלעווען און האבען פאר די רייץ פון נקמה ליגענט געזאגט פאר זשארדזש בוש וואס דאס האט געברענגט צו די טויט פון טויזענטער אומשולדיגע סאלדאטען און ציווילע מענטשען וואס וואלטען נאך היינט געקענט לעבן.

6. די עף בי איי וואס האט בלויז געדארפט טוהן זייער זשאב מיט די סטארי פון קלינטאן האט איר געגעבן א דיפרענט ווי איי פי טריעטמענט, דער פערד קאומי וואס אין מיין אפיניען איז א גראדע מעכל וואס האט געדארפט בלויז טוהן זיין זשאב האט עס געמאכט קאמפליקעיטאד מיטען נעמען טויזענט פריקאושענס ער זאל געפעלען ביידע זייטען אין אמעריקע און צום סוף האט ער אויפגערעגט ביידע.

7. די עף בי איי וואס האט געדארפט דערשטיקען די ראושע קעלוזשען האוקס האט עס געלאזט אנגיין ביז קאומי האט זיכער געמאכט אז מען שטעלט א ספעשל קאונסעל בלויז פאר נקמה ווי ער האט אליינס געמאלדען, אנשטאט האבען זיי מיט געשפיעלט מיט די דענזשרעס געים און צוגעלאזט אז בעיסד אויף א גראבע אינטערגעשטעלטע ליגענט זאל מען רודפען א פרעזידענט על לא עול בחיקו - אלע אן טאפ וואלטען ווען געדארפט זיצען אין זשעיל פאר כאטש צען יאר פאר אזא פארברעך.

דאס איז זשאסט אין א נאטשעל די קעראפשען וואס די אינטעליזשענס און אזוי געריפענע עליטע האבען געטוהן און טוהן יעדע איינציגסטע טאג אלס זייער אפיציעלע זשאב אין וואשינגטאן די סי.

פארוואס איז טראמפ מער באגלייבט?

1. פאר סטארטערס ווייל ער איז נישט קיין פאליטישען, ער זאגט נישט צו אז ער גייט עפעס טוהן נאר טאמער ער פלאנט עס טאקע צו טוהן - עט ליעסט וועט מען אים זעהן פרובירען.
2. ער האט ער געוואלט דילען מיט די אפאזיציע און מיט זיי בעסער מאכען דאס לאנד, אבער די טאקסיק ענווייראמענט אין וואשינגטאן האט אים געפייט אפילו אויף זאכען וואס זיי האבען שוין אליינס מסכום געוועהן אין די פארגאנגענהייט.
3. אפילו אין זיינע שווערסטע צייטען האט ער נאכאלס באוויזען צו דעליווערן שטוינענדע סוקסעסן און אוי פיהרען צוגעזאגעכצער.

סאו ביי מיר איז קלאר בלי ספק אז די סי איז אווער דו פאר א העד טו טאו שעקאפ און זיי זענען די ערגסטע עקזעמפל אנצוווייזען פאר די אמעריקאנע בירגער ווער עס איז קעראפט, ווייל זייער אייגענע יארד שרוכעט עשר פעמים ככה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW, מטעמים. זעער קלאר.

אז דו רעדסט שוין פון גאווערמענט אומקאמפענטענס און קארופציע, האב איך זיך פונקט היינט דערמאנט אין די אפגאניסטאנער קריג. אויב טראכט מען גוט אריין, פארשטייט מען אז די אפגאנער קריג איז געווען פון די גרעסטע פאליטישע סקעמס אין לאנגע יארן, אויב נישט אין היסטאריע.

איך רעד שוין נישט פון דעם עצם ענדיגן די קריג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען. די אומקאמפעטענס און דאס נישט קעירן פאר די לעבנס פון די וואס האבן זיך מקריב געווען פאר אמעריקע, און דאס דארט איבערלאזן טייערע מיליטערישע עקוויפמענט און ביליאנען דאלארן.

אבער אויסערדעם, האט דאס גאנצע סומאטוכע ביים זיך ארויסציען פון דארט און די טאליבאנ'ס איבערנעמען קאנטראל אין א בליץ קריג, אויפגעדעקט די מאסיווע סקעם אונטער דער גאנצער קריג. נעמליך, אז דא איז קיינמאל קיין קריג נישט פארגעקומען. דא זענען נישט געווען קיין צוויי זייטן, אזא פענאמען ווי די אפגאנער רעגירונג אדער די אפגאנער מיליטער, האט נישט עקזיסטירט. די גאנצע זאך איז געועון א שטיק בלאף, מיט וועלכע מען האט געפיטערט דעם אמעריקאנעם פאלק פאר צוואנציג יאר.

אויף דעם ארויף האט מען פארטאכלעוועט ביליאנען אין שטייער צאלער געלטער, אז די טיפע טאשן און די סטעיט דעפ. און זייערע פארבינדעטע, זאלן ווערן מער אנגעפאקט, אזש ביז צום צולעכערט ווערן, און אז די הויכע גענעראלן זאלן זיך קענען אנפאקן זייער ברוסט מיט כל מיני מעדאלן.

אין דער צייט וואס אמעריקע האט געוואוסט אז אפגאניסטאן איז 'טאליבאן לענד', זענען זיי געזעסן דארט און איינגערעדט דעם ציבור, אז מען פירט דא א מלחמה קעגן טעראריזם

כמעט די גאנצע אפגאנער מיליטער איז באשטאנען פון 'גאוסט סאלדאטן', אומעקזיסטירנדע סאלדאטן, וועלכע זענען געווען טייל פון דער בודזשעט פאר דער הייליגער אפגאניסטאנער קריג. אלעס איין שטיק בלאף, א פשוט'ער סקעם. אלעס פארוואס? ווייל עס איז די קארופטירטע סטעיט דעפ.

פארשטייט זיך אז ווען מען האט געהאלטן ביים זיך ארויסציען פון דארט, האט מען אויסגעזען ווי מען האט אויסגעזען: די אפגאנער מיליטער און רעגירונג האט זיך צוזאמגעלייגט. וואס צוזאמגעלייגט? עס האט נישטאמאל עקזיסטירט. און דאס איז וואס האט געמאכט די עוולה פון די ביידען אדמיניסטראציע'ס אומקאמפאטענטע ארויסצי צוגאנג, אזוי הימלשרייענד. נעמליך, אז דו ווייסט יא וואס דער אמת'ער מצב דארט איז, האסטו נישט געקענט מאכן א געהעריגן פלאן ארויסצוזען זיך און וועם און וואס עס פעלט אויס, בעוד מועד ווי נארמאלע מענטש?

יעצט זאג דו מיר: וועלכע אויסגעהאלטענע גאווערמענט רעדסטו פון?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
צו וואשיגטאן די סי אדער מער קלארער די דזשאסטעס דעפארטמענט איז באגלייבט איז דבעיטבעל. ווענד זיך אויף וועלעכע זייט אין פאליטיק איר שטייט און וועלעכע ספעציפישע מעשה מ'רעדט.

אבער מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט איז נאכנישט געכאפט געווארן ביי ליגנט.

וואדעראום טראמפ לאגער איז געכאפט געווארן דאס מאל ביי א גרויסן ליגנט. נעמליך זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נישט באקומען דעם 'סירטש ווארענט' וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט וואר.

האלט מיר יעצט ביי 1 אקעגן ס ליגנטס פון מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט.
ערשטע ליגנט:

מעריק גארלענד האט געזאגט אין סענאט, אונטער שבועה אז זיי טוען נישט טארגעטן קיין עלטערן פון קינדער אין סקולס.

https://www.thecentersquare.com/nationa ... ccf0b.html
צווייטע ליגנט
Upholding the rule of law means applying the law evenly, without fear or favor. Under my watch, that is precisely what the Justice Department is doing.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

זייער שיין @מטעמים און @פעיק!

-----

און ווען מען זעט ווי ווייט די רעפובליקאנער ביז היינט האבן געגעבן פאר די דעמאקראטן פול ספעיס צו טון און אויספירן דאס זייעריגע, און ווי ווייט די דעמאקראטן האבן געקענט האבן א פרי פעסס אויף קליינליכע ביז מער ערענסטערע פארלעצונגען, פארשטייט מען פארוואס מענטשן ווילן דוקא אזא מענטש ווי טראמפ, און פארשטייען אויך פארוואס פונקט ער הערט מיר עפעס נישט אויף עובר צו זיין אויף כל מיני פארלעצונגען... און פונקט ביי אים דערמאנט מען זיך אויסצופירן יוסטיץ...
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וואלד האט געשריבן:

;l;p-
צום פינטל
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

פאקס ניוז האוסט 'לאורע אינגרעהם' פון די גרעסטע טראמפ שטיצער זאגט היינט אז ס'איז שוין מעגליך צייט איבערצומישן דאס בלעטל מיט דאנאלד טראמפ!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

כפרה האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
די וואס טרעפן זיך שטימען מאל נאך מאל קעגן די רוב פינעם קהל מעגן אמאל אריינקלערן אין דעם, ''איז די עולם טאקע אזוי נעריש?''
ווען איך טרעף צו צום רוב, ליין איך איבער די שאלה נאכאמאל, זעהן צו איך האב גיט פארשטאנען...

מען שטימט דא מיט די פיס נישט מיטן קאפ.
הקיצור די נעמסט אן אז די עולם איז נעריש.
די ווארט טראמפ איז אזוי ווי א רויטע שמאטע צו אן אקס, די רעזולטאטן אין עני אנקעטע בנוגע טראמפ דא אויף אייוועלט גייט זיין צווישן 75 און 90 פראצענט פרא טראמפ, אפילו עס איז בולט אז די זעלבע פראגע זאל שטיין קלינטאן אנשטאט טראמפ טוישט זיך די רעזולטאטן אויף פארקערט מיט די זעלבע סכום, דו האלטסט אז דאס קומט פון טיפע הכרה און צוגעלייגט מחשבה יתירה, איך נישט.
די טראמפ האט אנגערירט א שטיקל אין די מח פון זיינע מענטשן און ער כאפט זיי אן מיט דעם מיט אלע כוחות
די נקודה וואס ער האט אנגעכאפט איז אז ער איז אויף זייער זייט קעגן די אלע גרויסע חברה און ער שלאגט זיך פאר אמת און יושר קעגן די וועלט מאכטן וואס מיינען נאר זיך ודו"ק
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

[quote="האלצשטיין"]רוב וואס? רוב אמעריקע די פאפולער וואט האט צוויי מאל געשטימט קעגן טראמפ.

רוב דייטשן האבן אריינגעוועלט היטלער ,די גלייכסט צו דעהם עם חכם ונבון צום עם הדומה לחמור .
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ליין וואס ר' דן האט געשריבן איבער רוב שטימען, על זה אני כתב, שקיינאנונק וואו היטלער קומט דא אריין.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

האלצשטיין האט געשריבן:
ליין וואס ר' דן האט געשריבן איבער רוב שטימען, על זה אני כתב, שקיינאנונק וואו היטלער קומט דא אריין.
יא יא ער האט געשריבן וואס רוב יודן שטימען ,גוים דארף מען מנישט מורא האבן צוזיין קעגן די רוב פין זיי,
(רוב גוים דינען א רעליגיע, וואס מאכט בערך אזויפיל סענס ווי די מעשה פון גאלדי לאקס )
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
פאקס ניוז האוסט 'לאורע אינגרעהם' פון די גרעסטע טראמפ שטיצער זאגט היינט אז ס'איז שוין מעגליך צייט איבערצומישן דאס בלעטל מיט דאנאלד טראמפ!
און @רעגענדיג פון אייוועלט זאגט אז נישט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

צל עובר האט געשריבן:
אבוויעסלי, איז נישט שייך צו זיין ווייניגער באגלייבט ווי דאנעלד טראמפ.

(איך רעד ספעציפיש בנוגע באגלייבט.)
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

ר' דן האט געשריבן:
די וואס טרעפן זיך שטימען מאל נאך מאל קעגן די רוב פינעם קהל מעגן אמאל אריינקלערן אין דעם, ''איז די עולם טאקע אזוי נעריש?''
;l;p-
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

צל עובר האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
טראמפ איז געווארן פראסעקיוטעד?
צוויי מאל
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

שנעלער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
טראמפ איז געווארן פראסעקיוטעד?
צוויי מאל
צוויי מאל? פיר מאל 365 מאל… פלאס נאך אכצן חדשים…
רואיגקייט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 5:30 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיגקייט »

טראכט און חלוםט האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
רוב וואס? רוב אמעריקע די פאפולער וואט האט צוויי מאל געשטימט קעגן טראמפ.

רוב דייטשן האבן אריינגעוועלט היטלער ,די גלייכסט צו דעהם עם חכם ונבון צום עם הדומה לחמור .
To set the record straight,
רוב דייטשן האבען נישט אריינגעוועלט היטלער. ער איז געווארן פירער ווען זיין פארטיי האט געווינען 37% פון די וואלן פאר פארלימענט . (עס האט די זעלבע סיסטעם ווי מד״י)

https://en.m.wikipedia.org/wiki/July_19 ... l_election
יעדע מעשה האט צוויי זייטן!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שנעלער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
טראמפ איז געווארן פראסעקיוטעד?
צוויי מאל
טשעק איבער וואס פראסעקיוטעד טייטשט.

(חוץ אויב דו רעדסט פון אימפיעטשמענט, וואס דאס האט מען אויך געטאן צו קלינטאן..)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”