דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
נועם המידות האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
נועם המידות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:נאך די ווייץ דיעל צווישן רוסלאנד און אוקראינע, איז ווייץ - וואס ביידן איז שטייצעך שולדיג אין די געהעכערטע פרייזן טראץ וואס אמעריקע איז גרעין אינדעפענדענט מעולם - געפאלן ביז די פאר מלחמה לעוועלס.

צווישן תבואה מיט גאזאלין קען מען ערווארטן אן ערנסטע טראסקע אין אינפלאציע אין דעם אגוסט באריכט וואס גייט ארויסקומען אין סעפטעמבער.

נישט געזארגט די חברה האבן שוין געסעיווט אין דרעפט "וואס האט עס מיט ביידען?"...

איך בין עכט נישט אינטערסירט צו צופאטשקענען דיין אשכול, אבער איך גלייב אז מיט די "חברה" מיינסטו זיכער די ביידען אדמיניסטראציע וואס האט באשילדיגט פוטין מיט אלע אמעריקאנע עקאנאמיע פראבלעמען...

איך האב שוין געזעהן די טענה אבער עס איז מיך א חידוש וויאזוי מענטשן זאגן דעס אפי' נאך.

ווען איך האב באשולדיגט איינעם אז ער האט געמאכט א פייער און מיין הויז קען איך נישט נעמען קרעדיט פאר'ן עס אויסלעשן?

דאס איז טאקע געזאגט געווארן אויב טאקע יענער האט געמאכט די פייער, אבער אויב יענער האט נאר אביסל צו געהאלפן צום פייער איז עס קנאפע ווערד.

דעס צו ביידען איז שולדיג איז אפ טו דיבעיט אבער נעמען קרעדיט איז זיכער נישט קיין סתירה מיט באשולדיגען פוטין.
לעצט פארראכטן דורך נועם המידות אום פרייטאג יולי 22, 2022 12:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ישר כח פארן עפענעם דעם אשכול
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

צו באשולדיגן פוטין און נאכדעם נעמען קרעדיט איז טאקע נישט קיין סתירה, ווייסט וואס עס איז יא א סתירה???

צו אויסלויבן טראמפ פאר'ן ווילן שיקן נאך $2000 טשעקלעך און נאך וואס ביידען שיקט עס טאקע אים באשולדיגן אויף אינפלאציע דעס איז א ריכטיגע היפיקראטיע און דעס האבן כמעט אלע רעפובליקאנער טאקע געטון!

דא האסטו עטליכע פון די היימישע ניקים,
אטעטשמענטס
Screenshot_20220706-052357_Chrome.jpg
Screenshot_20220706-052357_Chrome.jpg (135.94 KiB) געזען 1355 מאל
Screenshot_20220706-052713_Chrome.jpg
Screenshot_20220706-052713_Chrome.jpg (84.15 KiB) געזען 1355 מאל
Screenshot_20220706-054820_Chrome.jpg
Screenshot_20220706-054820_Chrome.jpg (120.25 KiB) געזען 1355 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

דעמאקראטישער אקטיוויסט דזשעראום סעגאל מעלדט אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 קעגן דזשאו ביידען‎‎: די דעקלעראַציע איז געקומען פונעם פּאָליטישן אַקטיוויסט דזשעראום סעגאל, וועלכער האָט געזאָגט אַז ער וועט לויפן פאַר פּרעזידענט אַלס דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט, אויף א פּלאַטפאָרמע פון צושטעלן מער דזשאַבס אין אַמעריקע און אויך פאַר שלום אינעם מיטל-מזרח. סעגאל'ס קאַנדידאַטור קומט ווייניגער ווי א וואָך נאָכדעם וואָס ער האָט אויפגעגעבן זיין קאַמפּיין פאַר גאָווערנאָר אין מערילענד, וואו ער איז געלאָפן אין אַן אָנגעפולטע דעמאָקראַטישע פּריימערי צווישן אַסאַך אַנדערע קאַנדידאַטן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66495


אויב איינער קען פליז אריינקומען ווער דאס איז. היבש שטארקע נייעס...
---
האפעך דאס איז די ריכטיגע אשכול....
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

הער חנן האט געשריבן:דעמאקראטישער אקטיוויסט דזשעראום סעגאל מעלדט אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 קעגן דזשאו ביידען‎‎: די דעקלעראַציע איז געקומען פונעם פּאָליטישן אַקטיוויסט דזשעראום סעגאל, וועלכער האָט געזאָגט אַז ער וועט לויפן פאַר פּרעזידענט אַלס דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט, אויף א פּלאַטפאָרמע פון צושטעלן מער דזשאַבס אין אַמעריקע און אויך פאַר שלום אינעם מיטל-מזרח. סעגאל'ס קאַנדידאַטור קומט ווייניגער ווי א וואָך נאָכדעם וואָס ער האָט אויפגעגעבן זיין קאַמפּיין פאַר גאָווערנאָר אין מערילענד, וואו ער איז געלאָפן אין אַן אָנגעפולטע דעמאָקראַטישע פּריימערי צווישן אַסאַך אַנדערע קאַנדידאַטן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66495


אויב איינער קען פליז אריינקומען ווער דאס איז. היבש שטארקע נייעס...
---
האפעך דאס איז די ריכטיגע אשכול....

:lol: :lol: :lol: :lol:

די ווייסט וויפיל אזעלכע מענטשן זענען געלאפן קעגן אבאמא אין 2012?

די ווייסט אז ער איז אויך געלאפן פאר פרעזידענט אין 2020?... אה און אויך פאר סענאט אין 2018... און אויך פאר גאווערנאר אין מערילענד ביז עטליכע טעג צירוק...
לעצט פארראכטן דורך נועם המידות אום דינסטאג יולי 26, 2022 12:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

נועם המידות האט געשריבן:
הער חנן האט געשריבן:דעמאקראטישער אקטיוויסט דזשעראום סעגאל מעלדט אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 קעגן דזשאו ביידען‎‎: די דעקלעראַציע איז געקומען פונעם פּאָליטישן אַקטיוויסט דזשעראום סעגאל, וועלכער האָט געזאָגט אַז ער וועט לויפן פאַר פּרעזידענט אַלס דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט, אויף א פּלאַטפאָרמע פון צושטעלן מער דזשאַבס אין אַמעריקע און אויך פאַר שלום אינעם מיטל-מזרח. סעגאל'ס קאַנדידאַטור קומט ווייניגער ווי א וואָך נאָכדעם וואָס ער האָט אויפגעגעבן זיין קאַמפּיין פאַר גאָווערנאָר אין מערילענד, וואו ער איז געלאָפן אין אַן אָנגעפולטע דעמאָקראַטישע פּריימערי צווישן אַסאַך אַנדערע קאַנדידאַטן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66495


אויב איינער קען פליז אריינקומען ווער דאס איז. היבש שטארקע נייעס...
---
האפעך דאס איז די ריכטיגע אשכול....

:lol: :lol: :lol: :lol:

די ווייסט וויפיל אזעלכע מענטשן זענען געלאפן קעגן אבאמא אין 2012?

אבאמא איז נישט געווען אזוי שטארק ארויפגעקוקט ביי די לאנד, איך רעדט לגבי די אנקעטעס
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

נועם המידות האט געשריבן:
די ווייסט אז ער איז אויך געלאפן פאר פרעזידענט אין 2020?... אה און אויך פאר סענאט אין 2018... און אויך פאר גאווערנאר אין מערילענד ביז עטליכע טעג צירוק...

:lol: :lol:
אה דאס האב איך נישט געוויסט
זעה איך אז ער איז ממש פאר סעיל......
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

הכל הבל האט געשריבן:ביישטייערונגען צו די רעפובליקאנע שירעם פלאטפארמע ווינרעד האט געטראסקעט מיט 12% אינעם צוויייטן למספרם קווארטאל אין די צייט וואס ביישטייערונגען צו די דעמאקראטן איז געשטיגן מיט 21%


די רעדע איז דא פון קליינע בישטייערער וואס ווייזט געווענטליך ווי מאטעווירט די פארטייען זענען ארויס צו גיין שטימען.

עס ווערט טאקע באריכטעט אז די רעפובליקאנער זענען באזארגט וויבאלד געווענטליך ווי נענטער מען קומט צו די וואלן אלס מער מענטשן ווערן אינוואלווד און ביישטייערן געלט אבער דא איז געשעהן פונקט דאס פארקערטע.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

יעפ!

@DecisionDeskHQ:
������TOPLINE RATING CHANGE������

Democrats are FAVORED to win the U.S. Senate.

Several new generic ballot polls, as well as race-specific polls in PA
and GA, have shifted our Senate model to give Democrats a 56.8% chance
of holding their majority.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאקראטן קריכן צושטייטלעך אין גוטן ריכטונג אויך אין די האוז, ווי זיי זענען שוין ארויף ביז א 17% שאנס.

עס איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער דאך בעסער ווי די 13% ווי עס האט זיך אנגעהויבן.

אויך האלט שוין דער דזשענעריק בעלאט לויט 538 ביי בלויז א האלבע פראצענט ליעד פאר די רעפאבליקאנער.

אין סענאט זענען די דעמאקראטן שוין ביי 52% שאנס לויט 538.


538 איז ספעציעל אויסגעשטעלט זיך נישט צו דערשרעקן פון קליינע קורצע טערמין באונסעס.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

ווארנאק האט יעצט א 72 פראצענט טשענס צו געווינען לויט דעסיזשען דעסק!!!

רימיינדער: טראמפ האט געווינען דזשארדזשיע מיט 5 פראצענט אין 2016...

דערווייל וועלן אונז לאזן די רעפובליקאנער זיך מחזק זיין מיט זייער אייגן פאבריצירטע רעסעסיע.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעסיזשן דעסק איז מער ווייניגער גארבידזש...

אויף 538 האבן די דעמאקראטן געגרייכט 53% שאנס צו געווינען דעם סענאט, וואס איז שוין פילייכט יא א רעלעוואנטע ציפער מער ווי די 47% וואס די רעפאבליקאנער האבן. (נישט ווי 51-49.)


דעמאקראטן כמעט געטייד דעם דזשענעריק בעלאט ביי 538, שניידן אריין טיפער און טיפער אויך ביי ריעל קלעיר פאליטיקס.


אנטי כינע נעשאנעל סעקיוריטי טשיפס ביל ברייט דורך אין קאנגרעס טראץ די רעפאבליקאנער הנהגה האט פארלאנגט א ניין שטימע, זעהט אויס אז זייער עולם פייפט אויף זײ, משא"כ ביי די דעמאקראטן האט זיך יעדער למעשה צוגעשטעלט. (שטארק מסתבר אז די דיעל געמאלדן נעכטן האט געהאלפן פעלאוסי צו שאפן די שטימען פון די פראגרעסיוון.)
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

איך האלט א נאנטע אויג אויף די גאווענער פארמעסט אין מיינע אויגן זענען עפעס די רעפאבליקאנער זייער רוהיג אז זייער געווינס איז פארזיכערט
און מען זעהט נישט אבאאט זאל אקטיוו קאמפיינען
אבעטא קאמפיינט גאר אגרעסיוו און עס האט זיך שטארק אנגעזעהן אין די פאנדרעיזינג נאמבער נישט אזוי ווייט די ס''ה נאר אז ער האט באקומען באשטייערינגען פון אריבער 500,000 מענטשען און איבער 50 פראצענט קומט פון אין טעקסעס וואס אינדערצייט אבאט האט טאקע גאנצע א נאנטע סכום 25 מיליאן קעגן 28 מיליאן פאר בעטא אבער עס קומט פון ארים 100,000 מענטשען
אויפן קאמפיין טרעיל ארבעט בעטא אריין פלייסיג ער האט יעדן טאג לכה''פ צוויי אויפטריטן און דוקא אין די רויטע געגענטער ד,מ, אז ער זיכט דוקא צו באקומען פרישע שטיצער אינערהאלב די רעפאבליקאנער און אינדעפענדענט וויילער און ער האט גאנץ שיינע ציבורים איבעראל און דערווייל האט ער זיך נאך קיינמאל זיך פארעדט אדרבא ער נעמט זייער גוט אויף אפי' ביי די פראטעסטירער וואס ער לאדענט זיי אייביג אריין און לאזט זיי פרעגן בייסיגע שאלות
אין די פאולס האלט ער יעצט ממש דארט ווי ער האט גע האלטן פאר די וואלן קעגן טעד קרוז ווי ער האט אנגעצויגן 3 פונקטן בעסער ווי די עוורידש אנקעטעס און יעצט איז שוין די אנקעטעס דארט
מיט דאס אלעס אין חשבון קען מען רוהיג זאגן אז לויט ווי זאכן גייען יעצט קען מען זיך רעכענען פאר א סופרייז אין טעקסעס
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

צל עובר האט געשריבן:דעסיזשן דעסק איז מער ווייניגער גארבידזש...

אויף 538 האבן די דעמאקראטן געגרייכט 53% שאנס צו געווינען דעם סענאט, וואס איז שוין פילייכט יא א רעלעוואנטע ציפער מער ווי די 47% וואס די רעפאבליקאנער האבן. (נישט ווי 51-49.)


דעמאקראטן כמעט געטייד דעם דזשענעריק בעלאט ביי 538, שניידן אריין טיפער און טיפער אויך ביי ריעל קלעיר פאליטיקס.


אנטי כינע נעשאנעל סעקיוריטי טשיפס ביל ברייט דורך אין קאנגרעס טראץ די רעפאבליקאנער הנהגה האט פארלאנגט א ניין שטימע, זעהט אויס אז זייער עולם פייפט אויף זײ, משא"כ ביי די דעמאקראטן האט זיך יעדער למעשה צוגעשטעלט. (שטארק מסתבר אז די דיעל געמאלדן נעכטן האט געהאלפן פעלאוסי צו שאפן די שטימען פון די פראגרעסיוון.)

דעסיזשען דעסק איז טאקע גארבעזש אבער נישט נעיט סילווער...

נעיט סילווער געבט יעצט א %55 שאנס פאר די דעמאקראטן צו געווינען די סענאט!

דעס איז ארויף פון %40 וואס ער האט געגעבן 2 חדשים צירוק.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

די טורנאוט אין קענזעס איז מעכטיגע נייעס פאר די דעמאקראטן!!!

מער ווי האלב רעגיסטרירטע וויילער האבן געוואוט אין די היינטיגע עלעקשאנס און אנידערגעשטימט די אמענדמענט וואס וואלט געצוימט פרויען רעכטן!

אז אזויפיל מענטשן זאלן ארויס גיין וואוטן אין די טינקל רויטע קענזעס אין א פארשלאפענע פריימערי איז ממש פרעצעדענטלאז, און דעס ווייזט אויף גאר שטארקע אונטיזיאזום ביי די דעמאקראטן און אפי' ביי די מעסיגע רעפובליקאנער, וואס דעס גייט גאר שטארק בענעפעטירן די דעמאקראטן קומענדיגע נאוועמבער!

טעיק מיי ווארד: די רעפאבליקאנער גייען נאך גאר שטארק חרטה האבן אויף די סופרים קאורט פסק!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויף 538 זענען די דעמאקראטן ארויף צו א...

טיי אין דעם דזשענעריק בעלאט די ערשטע מאל זינט נאוועמבער 15, עס האט שוין געהאלטן ביי 3-2.5 פראצענט

20% שאנס צו האלטן דעם הויז, עס האט שוין געהאלטן ביי 12%. (מייער'ס פארלוסט האט ווארשיינליך געהאט א שיין טייל אין דעם שיפט דא.)

58% שאנס צו האלטן דעם סענאט, זיי קומען פון 40%.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לערי קודלאו גע'טענה'ט נעכטן אז די 250 טויזנט דזשאבס שאצונגן קען נישט זיין, מאכט נישט קיין סענס אין אזא רעסעשן מצב, וועט זיין בלויז ארום 100 טויזנט...

This is from Fox Business yesterday: Former Trump economic advisers Larry Kudlow and Kevin Hassett dismissed Wall Street expectations of a 250K jobs report for July, insisting in this recession it would be “closer to 100 … way on the downside.”

Numbers just came out: 528K. https://t.co/CH511twjYr

אין אנדערע נייעס, רעסמוסען, ווי דעם פרעזידענט'ס עפראוול האלט זיך למעשה לעצטענס סטאביל ביי געווינען ביידע הייזער לעוועל שוין פאר א וואך, געבט א בלויז 3% ליעד פאר די רעפאבליקאנער אויף דעם דזשענעריק בעלאט.

ווי געשריבן כמה פעמים, פארלאז איך זיך נישט אויף רעסמוסען אפילו ווען זיי זאגן אז די דעמאקראטן זענען שטארק, אבער אזויפיל טוען זיי יא אויף, אז זיי העלפן מיטן עוורידזש, ובפרט ביי ריעל קלעיר פאליטיקס וואס רעכנט ווייניגער אנקעטעס. (אויך ווארפן זיי אוועק די אלטע אנקעטעס פון א פירמע ווען א נייע קומט ארויס.)

און טאקע, נאך זייער יעצטיגע אנקעטע איז דער רעפאבליקאנער ליעד אויף דעם דזשענעריק בעלאט אראפ ביי ריעל קלעיר פאליטיקס צו זערא פוינט וואן!

ביי 538 איז עס אויך 0.1%. (לויט די ציפערן 44.2% פאר ביידע, איז עס א טיי, אבער זיי שרייבן ר + 0.1, צוליב וואס די רעפאבליקאנער האבן מער אין די דעסימל ציפערן וואס שטייט שוין נישט.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נועם המידות האט געשריבן:
איך זעה נישט פארוואס די עולם איז אזוי אויפגעשוידערט דא.

ווי יעדער ווייסט האט טראמפ פרעצעדענטלאז אהיימגענומען פולע דאקומענטן וואס באלאנגן נישט צו אים נאר באלאנגט פאר די פעדעראלע רעגירונג, נאכ'ן זיך אנטזאגן עס צירוק צו געבן האט די בעל הבית פון די פאפירן עס היינט געקומען אפנעמען.

עניטינג ראנג?

איי עם סיריעס
ווען סנחריב האט אוועקגעפירט די עגלי הזהב, זענען אידן געווען זייער שטארק צובראכן.

זוי האב איך געליינט אין דעם מייסטערהאפטיגן בוך "אונטער די מויערן" וואס געווענליך בויעט זי אלעס אויף שטארקע מקורות.

איך לייג עס דא, ווייל עס איז צו א שארפע נקודה צו לייגן אין יענעם אשכול.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

צום ערשטע מאל די סייקל האבן יעצט די דעמאקראטן די ליעד אין די דזשענעריק בעללאט לויט 538!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

אינטערעסאנטע אנעקדאט:

די מעין סטריעם מידיא האט שוין צענדליגער מאל דערקלערט דזשאו ביידען אלס א מאסיווע דורכפאל און טויט פאליטיש (פאקס נייעס האט אים שוין אויך דערקלערט טויט פיזיש)...

פון די אנדערע זייט האבן די שוין די רעפובליקאנער צענדליגער מאל געשטראלט אז היינט איז די בעסטע טאג פאר דאנעלד טראמפ.. אוי גייט עס בעקפייערן.. וכו’

דערווייל איז ביידען פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און טראמפ ווארפט טעלערס קעטשאפ!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז היינט נאכט קלאר פון די וואלן אז עס איז נישט קיין אנקעטע זומער באמפ, נאר אן עכטע באמפ, וואס האלט אן טראץ דעם רעיד, און קיין רעפאבליקאנער וועיוו זעהט מען עפעס נישט בכלל.

אזא דאבס דארק ברענדאן פארבעסערטע אינפלאציע מאסיווע אקאמפלישמענטס טראסקענדע גאזאלין וכו' וכו' באמפ.


וויט דעטה סעד, פון אן עכטע באמפ קען מען אויך אראפפאלן.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

צל עובר האט געשריבן:
עס איז היינט נאכט קלאר פון די וואלן אז עס איז נישט קיין אנקעטע זומער באמפ, נאר אן עכטע באמפ, וואס האלט אן טראץ דעם רעיד, און קיין רעפאבליקאנער וועיוו זעהט מען עפעס נישט בכלל.

אזא דאבס דארק ברענדאן פארבעסערטע אינפלאציע מאסיווע אקאמפלישמענטס טראסקענדע גאזאלין וכו' וכו' באמפ.


וויט דעטה סעד, פון אן עכטע באמפ קען מען אויך אראפפאלן.
און דעס איז אין די 24 שעה פון די טראמפ אבלאווע וואס האט אפיציעל אויפגעשוידערט אלע רעפובליקאנער. מאסיוו!

יעצט דארף מען נאר ווארטן אויף די ספעשל עלעקשאן אין ניו יארק און אויב די רעזולטאטן וועלן זיין די זעלבע קען מען געהעריג אנפאנגען טראכטן פון בלייבן מיט די פולע פאוער אין וואשינגטאן!



אגב ביידען האט היינט אינטערגעשריבן 2 מאסיווע בייפארטיזען בילס!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יאפ, די ניו יארק ספעשל עלעקשן וועט זיין דער ריעליטי טשעק, אויב די דעמאקראטן קענען דאס האלטן באמת נאנט, ווער רעדט נאך אויב זיי אפסעטן עס אינגאנצן, רוק איך דעם הויז פון לייקלי צו טילט רעפאבליקאנער. (היינט נאכט איז באמת אפשר גענוג עס צו רוקן צו ליען רעפאבליקאנער, אבער די ציפער זיצן וואס די רעפאבליקאנער דארפן איבערצונעמען,איז פארט זייער פיצי..)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גאנץ אינטערעסאנט צו נייגן אן אויער און אינטערהערן די שמועס פון צוויי די ען סי איינגעשטעלטע :wink:
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

בניהו האט געשריבן:
גאנץ אינטערעסאנט צו נייגן אן אויער און אינטערהערן די שמועס פון צוויי די ען סי איינגעשטעלטע :wink:
לאז לאז
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”