איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יענער האט עס ארויסגעשיקט נאך פאר די רעפארט און על סמך אז די לעצטע פאר חדשים איז עס געווען אויפן וועג ארויף, קיין נביא איז ער פארשטייט זיך נישט.

---

זאגסט גוט, עטליכע וואכן איז דא א מחלוקה דערין, ווייל ביז עטליכע וואכן צוריק איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז דאס הייסט נישט קיין רעסעסיע.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דאס אז עס איז צוגעקומען אזויפיל דזשאבס דאס איז די גרעסטע צייכן אז מען איז אויפן וועג צו א רעסעסיע. ווייל עס האט ערפילט די חלל פון אזויפיל אפענע פאזיציעס וואס שטייען שוין ליידיג די לעצטע צוויי יאר. דאס צייגט אז דער עולם הויבט אן צו ווערן טייט אין געלט צוליב די אינפלעישאן, און מוז באין ברירה גיין ארבעטן.

דאס מיינט נאכנישט אז עס איז שלעכט, עס האט געמוזט קומען צו דעם פונקט כדי אינפלעישאן זאל זיך צוריקדרייען, וואס בלייבט איבער צו זעהן איז וויאזוי דאס וועט זיך ענדיגן, צו עס וועט זיין א "סאפט לענדינג".
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שטארקע נקודה ר' יום טוב.

גראדע ירמי' פאוועל האט טאקע אויך גערעדט פון דעם ענין, אויף אן אנדער אופן אביסל, ביי זיין לעצטן פרעסע קאנפערענץ, ער טענה'ט אז ווי מער ארבעטערס קומען צו, אלץ ווייניגער אינפלאציע, צוליב וואס די נויטיגע פאזיציעס וועלן ווערן אנגעפילט. שטייצעך נאר בתנאי אז דאס רייסט נישט ארויף וויפיל מענטשן בעטן פאר געהאלטן.


קיינער איז נישט מחולק אז די עקאנאמיע גייט זיך עווענטועל מוזן אפקילן, און קיינער לייקענט נישט אז מען קען עווענטועל זיך טרעפן אין א רעסעשן אויב עס איז א הארד לענדינג.

די דעבאטע איז אויב מען איז שוין יעצט אין א רעסעסיע, צוליב וואס די דזשי די פי איז געשרינקן צוויי קווארטלען אין א צו עדזשאסטעד צו אינפלאציע.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און דאס איז די סיבה פארוואס אסאך האלטן יא אז ס'קען זיין א רעסעסיע אפילו מיט א גוטע דזשאבס רעפארט עקזעקט פאר די סיבה וואס @יום טוב זאגט, ווען ס'איז דא א הויכע אנאפלוימענט איז עס אסאך מאל פול מיט מענטשן וואס האלטן נישט באמת ביים ארבעטן זיי קענען נאר באשטיין צו באקומען אביסל אנאפלוימענט געלטער, ווען די מצב ווערט אבער שמאל און די פרייזען פון אלעם שיסן ארויף אויף רעקארד הויכע נאמבערס לויפן זיי בלית בריריה טרעפן א דזשאב.

פארשטייט זיך אבער ווי אסאך זאגן האבן א האלב מיליאן מער מענטשן א דזשאב יעצט וואס דאס איז אלס גוט, דאס איז אבער נישט קאנטערדיקטינג אז אפילו מיט דעם איז די דזשי די פי געווען אין א מיינוס צוליב אנדערע פראבלעמען אין די עקענאמיע אין דעם פאל די אינפלאציע וואס דאס ברענגט אויך א גוטע זאך אז מער מענטשן גייען ארבעטן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:
הילעריעס קשיא
ווערט מער הילעריעס ביי די מינוט
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

כאפצעם האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
הילעריעס קשיא
ווערט מער הילעריעס ביי די מינוט
How many workers will Walmart fire this month?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' יום טוב האט געשריבן:
דאס אז עס איז צוגעקומען אזויפיל דזשאבס דאס איז די גרעסטע צייכן אז מען איז אויפן וועג צו א רעסעסיע. ווייל עס האט ערפילט די חלל פון אזויפיל אפענע פאזיציעס וואס שטייען שוין ליידיג די לעצטע צוויי יאר. דאס צייגט אז דער עולם הויבט אן צו ווערן טייט אין געלט צוליב די אינפלעישאן, און מוז באין ברירה גיין ארבעטן.
די נומער איז אין ליין מיט רוב חדשים די לעצטע 2 יאר פון די באאמינג עקאנאמי. איז געווען טייט מיט געלט די לעצטע 2 יאר?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ס'נאך געווען דאן אסאך מער דזשאבס צוריק צוקומען פון די פענדעמיק.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@כאפצעם, די נאמבער איז א שטארקע ספייק קעגן די לעצטע פאר מאנאטן.

און ווי @ר' זעקל זאגט, פריער איינעם געהערט דאס שטארק ארויסברענגן, אזאלכע נאמבערס קומט ניטאמאל צו אין א בומינג עקאנאמיע, נאר אין א בומינג רעקאווערי, און דא האט מען עס טראץ וואס מען האלט שוין ביי קרוב צו 700 טויזנט פריוואטע סעקטאר דזשאבס מער ווי פאר דעם פאנדעמיק/רעסעסיע!

זעקי, א רעסעסיע מיינט אז די עקענאמיע פארט אויף אראפ, דאס איז נישט סקווערעבל מיט אזא דזשאבס מארקעט. (און איך גלייב אז די דזשי די פי פאר יולי איז לכאורה פעסט אין די בלעק, אימפארטס איז אראפ, עקספארט איז ארויף, מאנופעקטשערינג איז ארויף, אבער דאס וועט מען נישט וויסן פאר עטליכע מאנאטן ארום.)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' זעקל האט געשריבן:
ס'נאך געווען דאן אסאך מער דזשאבס צוריק צוקומען פון די פענדעמיק.
אין אנדערע ווערטער, די זשאב מארקעט באאמט ווייטער ארגעניקלי אפילו נאכן צוריקבאקומען די פאנדעמיק זשאבס, דאס הייסט אז ס'איז אן עכטע שטארקע עקאנאמיע, נישט בלויז א רעקאווערי ווי מאנכע האבן געשריגן.

צו אויפקומען מיטן פשטל אז דאס מיינט גאר א רעסעסיע דארף מען זיך איינקנייטשן ווי א פרעצל און מחדש זיין אזוינע באמבעס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:
@כאפצעם, די נאמבער איז א שטארקע ספייק קעגן די לעצטע פאר מאנאטן.

און ווי @ר' זעקל זאגט, פריער איינעם געהערט דאס שטארק ארויסברענגן, אזאלכע נאמבערס קומט ניטאמאל צו אין א בומינג עקאנאמיע, נאר אין א בומינג רעקאווערי, און דא האט מען עס טראץ וואס מען האלט שוין ביי קרוב צו 700 טויזנט פריוואטע סעקטאר דזשאבס מער ווי פאר דעם פאנדעמיק/רעסעסיע!

זעקי, א רעסעסיע מיינט אז די עקענאמיע פארט אויף אראפ, דאס איז נישט סקווערעבל מיט אזא דזשאבס מארקעט. (און איך גלייב אז די דזשי די פי פאר יולי איז לכאורה פעסט אין די בלעק, אימפארטס איז אראפ, עקספארט איז ארויף, מאנופעקטשערינג איז ארויף, אבער דאס וועט מען נישט וויסן פאר עטליכע מאנאטן ארום.)
דאס איז אבער יא סקווערעבל מיט אזא הויכע אינפלאציע, די דזשי די פי איז אין א מייניס נישט ווייל ס'איז נישט געוואקסן נאר ווייל די אינפלאציע איז געוואקסן נאך מער אטאמאטיש ביזטו אין א מייניס.

און ווי געזאגט די דזשאב מארקעט איז ארויף צוליב די אינפלאציע אז דער עולם לויפט זוכן א דזשאב זיך צו קענען קאווערן, ס'איז איינס פלאס איינס איבער 40 יאר הויכע אינפלאציע און באלד 50 יאר נידריגע אנעפלוימענט.

@כאפצעם איך גלייך גראדע פרעצעלס אבער נישט דאס איז דער דיון דא.
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען לייקענט נישט אז די דזשי די פי איז טעכניש געווען אין א מינוס צוויי קווארטלען אין א צו..
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מ'לייקנט נאר אז דאס איז די דעפיניציע פון א רעסעסיע.

---

זעה איך גראדע איינעם אנווייזן אז אין די ערשטע צען חדשים פון די 1973 רעסעסיע איז צוגעקומען 750,000 דזשאבס, און יענער טענה'עט נאכמער, אז לויט די סייז פון די היינטיגע דזשאב מארקעט וואס איז דאפלט פון די דעמאלטסדיגע, איז עס אזוי ווי 1.5 מיליאן דזשאבס היינט.

(ביטע מיך נישט אנשרייען אויב ס'איז נישט ריכטיג, כ'האב עס נישט נאכגעקוקט זען צו ס'שטימט)
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביטע פארגלייך נישט 1.5 מיליאן אין צען מאנאטן, בעלאו פאפולעישן געין לעוועל, צו וואס עס קומט יעצט פאר.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

רעגענדיג האט געשריבן:
מ'לייקנט נאר אז דאס איז די דעפיניציע פון א רעסעסיע.
עקזעקלי.

מ'בויט אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די דזשאב מארקעט איז גוט, אויף דעם האב איך געזאגט צוויי תריצום

1) אמאל איז דער פראבלעם די דזשאב מארקעט און אמאל איז דער פראבלעם די אינפלאציע, פונקט ווי דו גייסט נישט שרייען אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די אינפלאציע נאמבערס זענען נידריג, קענסטו אויך נישט שרייען אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די דזשאב רעפארט איז גוט.

2) דזשאב רעפארט איז זיכער א גוטע זאך, אבער אויב די עקענאמיע ביי הימסעלף איז גוט, נישט קיין סקיי ראקינג אינפלאציע און צו דעם איז דא א באממינג דזשאב מארקעט איז דאס א סימן אויף א באממינג עקענאמיע, אויב אבער די עקענאמיע הינקעט, א סקיי ראקינג אינפלאציע, און ס'קומט ארויס א זאפטיגע דזשאב רעפארט מיינט דאס אפשר א אנדערע זאך, אין דעם פאל אז צוליב די הויכע אינפלאציע לויפט דער עולם טרעפן דזשאבס זיך צו קענען קאווערן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
ביטע פארגלייך נישט 1.5 מיליאן אין צען מאנאטן, בעלאו פאפולעישן געין לעוועל, צו וואס עס קומט יעצט פאר.
כ'האב געמיינט ארויסצוברענגן פשוט אז אין א רעסעסיע קען צוקומען דזשאבס, נישט צו פארגלייכן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ר' זעקל האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
מ'לייקנט נאר אז דאס איז די דעפיניציע פון א רעסעסיע.
עקזעקלי.

מ'בויט אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די דזשאב מארקעט איז גוט, אויף דעם האב איך געזאגט צוויי תריצום

1) אמאל איז דער פראבלעם די דזשאב מארקעט און אמאל איז דער פראבלעם די אינפלאציע, פונקט ווי דו גייסט נישט שרייען אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די אינפלאציע נאמבערס זענען נידריג, קענסטו אויך נישט שרייען אז ס'קען נישט זיין קיין רעסעסיע ווייל די דזשאב רעפארט איז גוט.

2) דזשאב רעפארט איז זיכער א גוטע זאך, אבער אויב די עקענאמיע ביי הימסעלף איז גוט, נישט קיין סקיי ראקינג אינפלאציע און צו דעם איז דא א באממינג דזשאב מארקעט איז דאס א סימן אויף א באממינג עקענאמיע, אויב אבער די עקענאמיע הינקעט, א סקיי ראקינג אינפלאציע, און ס'קומט ארויס א זאפטיגע דזשאב רעפארט מיינט דאס אפשר א אנדערע זאך, אין דעם פאל אז צוליב די הויכע אינפלאציע לויפט דער עולם טרעפן דזשאבס זיך צו קענען קאווערן.
קען זיין ביסט גערעכט אז אינפלאציע טרייבט דעם עולם צו גיין ארבעטן, אבער די פאקט אז דער עולם קען באקומען זשאבס ווייזט אז די אקענאמיע איז נישט אזוי שוואך ווי מאנכע וואלטן געוואלט.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אפ איז דאון, מזרח איז ווי די זון גייט אונטער.

מיס איז ווען מען איז וועי עבאוו עקספעקטעישנס..

(און ענטפער מיר נישט יעצט ספינס וועגן סעקאנד ארדער אפעקטס פון דעם פעד, ווייל נעכטן האט מען אויפן זעלבן מקום גע'טענה'ט אז עס וועט בלויז זיין 100 טויזנט, אלס נעגאטיוו.)
אטעטשמענטס
IMG_20220805_112747.jpg
IMG_20220805_112747.jpg (71.65 KiB) געזען 356 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הייסט דו פרעגסט מיר אפ מיט דעם וואס געוויסע אויף פאקס האבן עקספעקטעט עפעס אנדערש.. דערמאנסט מיר פון עפעס א אנדערע ניק..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין, איך פרעג דאס אפ - אין קעיס דאס דארף ווערן אפגעפרעגט, עס דארף בכלל נישט, די זון האט אויפגעשיינט היינט צופרי אויף מזרח AFAIK - מיט דעם וואס עס איז נעכטן קלאר געווען דארט אנע שום פושבעק אז ווייניגער דזשאבס איז נאך אלץ די נישט גוטע זאך, און מער דזשאבס איז נאך אלץ די יא גוטע זאך..

(AIFAIK = עז פאר עז איי קנאו)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גאט איט, אבער גארנישט מיט מיין ארגיומענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:
גאט איט, אבער גארנישט מיט מיין ארגיומענט.
דו זאגסט אז איך פרעג עס אפ מיט וואס אנדערע האבן בטעות עקספעקטעד.

איך באצי זיך אבער נישט צו זייער עקספעקטעישן פלאפ, נאר צו דעם וואס עס איז זיי נעכטן געווען פשוט וברור אנע שום פושבעק אז אויבן איז אויבן און אונטן איז אונטן. טאקע נישט די זעלבע מענטשן, אבער פארט א ראי' אויף וואס טייטשט ארויף און אראפ.

אין קעיס מען דארף א ראי'.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ש'קאנאנונג וואס דו זאגסט אבער די חזקה זאגט אז דו זאגסט גוט.
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

262,000 אמעריקאנער האבן די וואך געפיילט פאר אנעמפלוימענט בענעפיטן דאס איז די העכסטע ציפער אין די לעצטע 8 חדשים. בעפאר די וויירוס האט אויסגעבראכן האט די עוורידזש פון מענטשען וואס פיילן געהאלטן ביי 218,000
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: איז אמעריקע אין א רעסעסיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

אמעריקע איז אפיציעל אריין און א האוזינג רעסעסיע
צוליב די הויכע מארגעזש ראטעס און בויען קאסטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”