פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

ס'איז יא דא, נאר די מידיא רעדט נישט דערפון.
16
15%
ס'נישטא, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט באקומען מידיא שטיצע.
7
6%
פאר דעמאקראטן גייט נישט אן די טובה פונעם לאנד נאר פון די פארטיי.
43
40%
ס'הערשט א פחד ביי די פאליטישאנס פון די העכערע פענסטער אין די פארטיי.
20
19%
די דעמאקראט איז נישט צוגעוואוינט צו ניצן אליינס זיין קאפ.
10
9%
עפעס אנדערש. (לאמיר הערן)
12
11%
 
סך הכל שטימען: 108

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אין די מערב וועלט איז נישט מער ווי נארמאל, און איז בעצם עפעס וואס קומט פאקטיש פאר אין יעדע לאנד, אז מענטשן און פאליטישאנס פון די אמטירנדע פארטיי קומען ארויס שארף קעגן די אייגענע פירערשאפט, בפרט ווען די פרעזידענט - צו פרעמיער - מוטשעט זיך מיט א פריוואטע סקאנדאל אדער אויב די לאנד מוטשעט זיך מיט פראבלעמען, זאל עס זיין אין ענגלאנד, פראנקרייך, מדינת ישראל, די רעפובליקאנער פארטיי אין אמעריקע און אזוי ווייטער יעדע איינציגסטע דעמאקראטישע לאנד.

און ס'איז אין אמת'ן א אומפארמיידליכע זאך, נעמענדיג אין באטראכט אז די רעדע איז פון שווערע מיליאנען פארטיי מעמבער'ס, און הונדערטער פאליטישאנס, וואס יעדער איז עקסטרעם און מעסיג אויף א צווייטע זאך, און יעדער האלט אויף א צווייטע זאך אז דאס קען מען נישט פארשווייגן, ממילא מאכט זיך אייביג ריסן אין די פארטיי.

אין די דיקטאטורישע אדער קאמוניסטישע וועלט איז פארשטייט זיך נישטא אזא זאך, קודם כל איז דא א אפיציעלע סטעיט מידיא וואס מאכט זיכער צו דערשטיקן יעדע מינדעסטע נעגעטיווע נייעס אדער באוועגונג קעגן די פירערשאפט, וואס דאס איז גורם סיי אז די פאלק ווערט געפירט מיט פאלשע אינפארמאציע, און סיי אז דאס נעמט אוועק די שאנס אז די מענטשן זאלן אליינס מאכן באשלוסן אדער ניצן די אייגענע דשעלי. והעולה כל כולנה, איז וואגן זאל זיך איינער צו גיין קעגן די רעגירונג, אין בעסטן פאל וועט ער זיך טרעפן אן קיין פרנסה אין ערגסטן פאל וועט ער זיך טרעפן אינעם סאדי אראבישן אמבאסאדע...

איז אבער אינטרעסאנט אז ס'איז דא איין רואיג ווינקעלע אין די אפענע רושיגע וועלט ווי ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א אפיציעלע ווידערשטאנד אינערהאלב די אייגענע ראנגען! און דאס איז גאר אין די אפיציעלע קרוין און וועג ווייזער פון דעמעקראטיע 'די דעמאקראטישע פארטיי אין די פאראייניגטע שטאטן'!

אין די צייט וואס דאס לאנד מוטשעט זיך מיט יעדע סארט פראבלעם וואס קען זיך מאכן, די פרעזידענט פריוואט מוטשעט זיך מיט כל מיני נעגעטיווע ערשיינונגען, איז אבער די פארטיי שטיל! יעדער איז צופרידן מיט יעדע איינציגע פאליסי, יעדער איז צופרידן מיט די פירערשאפט, נישטא קיין נעווער ביידען'ס, נישטא קיין מאוומענט צו ארויסשטעלן א אייגענע פריימערי קעגנער. אודאי הערט מען שטילע געבעטן אז מ'זאל זען פטור צו ווערן פון דעי אנשיקעניש, אבער אויב קומט די אפיציעלע אנטווארט אז די פרעזידענט איז היער טו סטעי, פארקלאפט מען שטילערהייט די הענט, מ'זאגט גם זו לטובה און מ'שטעלט זיך צו מיט פארביסענע ליפן.

וואס איז פשט? פון אלע הונדערטער דעמאקראטישע פאליטישאנס זאל נישט זיין אפילו געציילטע וואס זאלן זאגן 'גענוג'? נישטא קיינער וואס זאל זאגן דא מוז קומען א טויש? נישטא קיינער וואס זאל זאגן אז עפעס מוז געטון ווערן? נישטא קיינער וואס זאל זאגן אז איך דערקען נישט מיין פארטיי? איז נישטא קיינער וואס זאל מאכן קאפוויי פאר די פארטיי פירערשאפט? די גרעסטע טראבל מעיקער ביי דעמאקראטן איז דשאו מענשין... ווען האסטו לעצט געהערט פון אים?

איז מעגליך אז אין א ענווייראמענט ווי יעדער קען טראכטן פאר זיך זאל נישט זיין אפילו איינער פון צווישן מיליאנען מוחות און הונדערטער שניפסלעך וואס זאל אפיציעל ארויסקומען קעגן די הנהגה? איז נישטא אפילו איין דעמאקראט וואס זאל זאגן, אז אפגעזען וואס ביידען פלאנט צו טאן אין 2024 אבער איך שטיץ נישט אזא מענטש, איך האלט אז דעי מענטש איז א סכנה פאר אמעריקע? אפילו איינער איז נישטא?

ביי די 2020 פריימעריס האט די פארטיי פירערשאפט אן קיין בושה פשוט אוועקגענומען די רעכטן פון זייערע וויילער צו ערוועלן א קאנדידאט! מ'האט שיינערהייט באזייטיגט פיטט בוטעדשעזש נאכן אריינקומען מיט א שוואונג אין די ערשטע סטעיטס, און שוין. ביידען איז יעצט פרעזידענט! אין 2016 איז אויך פארגעקומען די זעלבע פארברעכן קעגן בערני סענדערס אבער נישט אויף אזא אפיציעלע אפענע פארנעם ווי אין 2020.

וויאזוי רבוש''ע קען אנגיין אזא ווערטשאפט אין א דעמאקראטישע לאנד אן קיין שום קעגנערשאפט פון די אייגענע מיטגלידער? די קשי' איז סיי אויפ'ן המון עם און סיי אויף די פאליטישאנס.

נאכ'ן אריינטראכטן פאר א שטיק צייט, בין איך צוגעקומען צו די עטליכע אויבנדערמאנטע מעגליכע מסקנות. אבער ווי אזוי איך זאל עס נאר דרייען און אנקוקן האט עס מיר אנגעצינדן א רויט בליטשקעדיג לעמפל. די בלויזע טריקענע פאקט אז ס'איז דא א פארטיי ווי די פירערשאפט איז אין פולע קאנטראל אן קיין שום ריזיקע פון קעגנערשאפט חוץ עטליכע שטומע געבעטן פאר שריט וואס ווערט קאטעגאריש פארשטילט, איז שרעקעדיג ביז גאר, און איך קען אייך זאגן מיין ארעמע מיינונג: אמעריקע איז אין א סכנה!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

געשטימט 2 אבער בעצם האלט איך אז ס'גייט צוזאמען מיט 3

דהיינו אז ווען ס'זאל זיי באמת אנגיין די טובה פונעם לאנד וואלטן זיי ארויסגעקומען קעגן די יעצטיגע אדמיניסטראציע אפילו די מידיא וואלט זיי נישט געשטיצט, אבער היות די פארטיי איז זיי וויכטיגער ווי די לאנד + ווען זיי וואלטן ארויסגעקומען וואלט מען זיי פארשטילט בלייבן זיי שטיל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

קעגנערשאפט אויף וואס?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אה''ו האט געשריבן:קעגנערשאפט אויף וואס?

קעגן די פירערשאפט, קעגן ביידען, די פאליסיס, די ווערטשאפט.

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:קעגנערשאפט אויף וואס?

קעגן די פירערשאפט, קעגן ביידען, די פאליסיס, די ווערטשאפט.

געשטימט אויף אפציע 1
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פארוואס זאל זיין קעגנערשאפט צו די נארמאלסטע, איידלסטע, קלוגסטע, ליבליכסטע פרעזידענט מיט די שטערקסטע, שטאנדהאפטיגסטע און קלוגסטע פאליסיס, וואס איז נעבעך א וויקטעם צו די שווערסטע וועלטליכסטע אנטוויקלונגען זינט די גרויסע דעפרעסיע?

דעמאקראטן זענען אלץ געווען אויף די זייט פונעם נרדף.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

און צום נושא, ס׳איז לכאורה אלעס אמת. די מידיא וועט עס נישט דעקן כמובן. מ׳ווערט טרענירט נישט צו טראכטן אליינס (חוץ ליינען טשארטס פון די מידיא), און ס׳איז דא א פחד פון די העכערע אזויווי די מציאות האט שוין געוויזן כמה פעמים.
אני הוא הנער, נער המדבר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

--------

בניהו האט געשריבן:און צום נושא, ס׳איז לכאורה אלעס אמת. די מידיא וועט עס נישט דעקן כמובן. מ׳ווערט טרענירט נישט צו טראכטן אליינס (חוץ ליינען טשארטס פון די מידיא), און ס׳איז דא א פחד פון די העכערע אזויווי די מציאות האט שוין געוויזן כמה פעמים.

די מידיע דעקט ווען זיי קענען יעדע קלענסטע מיינונג פארשידענהייט אין די פארטיי.

כמעט נישט דא א זאך וואס זיי האבן מער ליב צו דעקן ווי דאס.

סערטש dems in disarray ותמצא נחת.

--------

ביי די 2020 פריימעריס האט די פארטיי פירערשאפט אן קיין בושה פשוט אוועקגענומען די רעכטן פון זייערע וויילער צו ערוועלן א קאנדידאט! מ'האט שיינערהייט באזייטיגט פיטט בוטעדשעזש נאכן אריינקומען מיט א שוואונג אין די ערשטע סטעיטס, און שוין. ביידען איז יעצט פרעזידענט! אין 2016 איז אויך פארגעקומען די זעלבע פארברעכן קעגן בערני סענדערס אבער נישט אויף אזא אפיציעלע אפענע פארנעם ווי אין 2020.

מעיאר פיט ירום הודו, און אזוי אויך עמי קלאבאשער, האבן אנגעצויגן כמעט גארנישט מיט גארנישט אין נעוועדע און ניו העמשיר נאכו אריינקומען זייער שטארק אין אייאווע אין ניו העמשיר, האבן זיי מיט געטריישאפט פארן לאנד איינגעזען ריעליטי אז זיי האבן מער נישט וואס צו זוכן אין דעם פארמעסט, װי זיי העלפן בסך הכל בערני מיט טראמפ, האבן זיי געטון צו די זאך און ארויס בדרך כבוד. אנדערש ווי די סעלפישע רעפאבליקאנער אנטי טראמפ רעפאבליקאנער אין 2016.

בערני'ן האט מען ווידער גארנישט צוגענומען, ער האט בסך הכל נישט געקענט באזיגן די צענדליגער מיליאנען וואס זענען געלאפן שטימען פאר ירום הודו וויסנדיג אז ער האט דעם בעסטן שאנס אין נאוועמבער.

(2016 איז אן עקסטערע מעשה, אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז קלינטאן האט באזיגט בערני פיל ברייטער ווי דו מיינסט.)
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יולי 04, 2022 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מ'הערט אבער נישט
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

די שאלה איז פארוואס איז נישט דא קיין אזויגערופענער לינקע העלד וואס ווערט אויסגערימט אין די מידיא טאג אין נאכט פארן האבן די חוצפה ארויסצוקומען קעגן דעם פרעזידענט א שטייגער ווי א ליז טשעיני
(--ווערטערלאז--)
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

ער דרייט זיך מער ווייניגער דא, און דא זעט ער ווי אלע רעספעקטורטע דעמאקראטישע ניקים האלטן און איין זינגען ווי גוט און געלונגען די פרעזידענטס פאליסיס איז... האט ער געמיינט אז אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי יודיש זיך.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בעסער אזוי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

די שאלה איז פארוואס איז נישט דא קיין אזויגערופענער לינקע העלד וואס ווערט אויסגערימט אין די מידיא טאג אין נאכט פארן האבן די חוצפה ארויסצוקומען קעגן דעם פרעזידענט א שטייגער ווי א ליז טשעיני

טשעיני האט דאס אויך נאר געטון נאך וואס דער פרעזידענט האט רעוואלטירט קעגן די קאנסטיטוציע.

און פארט ווערט זי אפגעמעקט פאליטיש.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

טשעיני מיט טראמפ האבן זיך אלעמאל געריסן און פארגעס נישט פון דזשאן מעקעין
(--ווערטערלאז--)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צל, א גוגל סערטש ווי דו האסט געבעטן האט געברענגט גאר שוואכע רעזולטאטן. די טריקענע מציאות פאר איינער וואס בליקט אין די נייעס איז ווי די פוה״א האט אראפגעמאלן. אין כאן באבל כלל וכלל.
אני הוא הנער, נער המדבר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בניהו האט געשריבן:צל, א גוגל סערטש ווי דו האסט געבעטן האט געברענגט גאר שוואכע רעזולטאטן. די טריקענע מציאות פאר איינער וואס בליקט אין די נייעס איז ווי די פוה״א האט אראפגעמאלן. אין כאן באבל כלל וכלל.

זעהט אויס אז זיי נוצן שוין היינט אנדערע אויסדרוקן.

דאס איז בעסער?
Screenshot_20220704-140548_Twitter_copy_675x528.jpg
Screenshot_20220704-140548_Twitter_copy_675x528.jpg (246.56 KiB) געזען 770 מאל
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

[quote="צל עובר"]צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

-----
ער רעדט פון פאלעטישן'ס
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

די חילוק איז אז ביידען קען מען קריטיקירן און עס גייט פאראיבער אן קיין פייער אנדערש ווי ביי טראמפ און זיינע געצן דינער ממילא ווערט עס א סקאנדאל

ביידען האלט מען אין איין אראפרייסן פון זיין אייגענע פארטיי אויב די האלטסט מיט די נייעס... נאר קיינער קעמפט נישט צוריק....
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צל עובר האט געשריבן:מעיאר פיט ירום הודו,

פליז... אידישקייט בעפאר פאליטיקס, מילא ווען ער וואלט געווען מלך אבער סתם אזוי?
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

דערמאן איך מיך יעצט , אין די ערשטע חדשים פון די פרעזידענט האט ר' יוסל געשטעטנער געהאט א שמועס אויסרעכנדיג בערך פינף סקאנדאלן וואס איז געשען אין איין טאג, און קיין פיפס האט מען נישט געהערט דערפון אין די מידיע.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

.
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום דינסטאג יולי 05, 2022 2:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דער פותח האשכול האו אראפגעשטעלט א יסוד אז אזוי ווי די רעפאבליקאנער פארטיי פירט זיך, אט אזוי פירט זיך די גאנצע וועלט, און ער האט א קשיא פארוואס די דעמאקראטישע פארטיי פירט זיך נישט אויף אזוי. באט סארי טו ברעיק די ניוז פאר יו, באט די וועג ווי די רעפאבליקאנער פירן זיך איז אוטרעידשעס צודרייט, מען סטעמפלט אפ יעדעם וואס גייט נישט פונקט און מיין אפגעמאכטער שוואונג איז א ריינא, א פאררעטער, מען לעבט אויף העיט יומם ולילה, ניין עס איז בכלל נישט נארמאל.

נארמאלע מענטשן לאזן זיך הערן איידעלערהייט, און ארבעטן אינאיינעם שיינערהייט צו טרעפן לעזונגען פאר פראבלעמען.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך זעה אז ס'איז דא וואס האבן נישט פארשטאנען מיין פראגע.

דאס איז זיכער אז ס'דא גענוג דעמאקראטן וואס רייסן אראפ דעם פרעזידענט, די מידיא רייסט אויך אראפ דעם פרעזידענט. אבער ס'איז נאכנישט געווען איינער וואס זאל זיין גרייט צו גיין אפן קעגן די פארטיי.

מ'הערט אזויפיל געבעטן אז ביידען זאל נישט לויפן, אבער ס'האט זיך נאך קיין איין קאנגרעסמאן צו סענאטאר געוואגט צו זאגן אז ער גייט נישט שטיצן ביידען! אזא זאך איז דאכט זיך נישטא אין קיין שום אנדערע דעמאקראטישע לאנד.

טראמפ האט געהאט צו עסן פון די נעווער טראמפערס, ביבי האט געזען שטערנ'ס מיט די 'רק לא ביבי' פון זיין אייגענע ליכוד, דשאנסאן האט האט כמעט פארלוירן זיין בענקל נאך די קאוויד פארטי, טרודא האט געהאט צו הערן פון זיין אייגענע פארטיי מיטגלידער איבער זיינע מאנדאטן, אבער ביי דעמאקראטן איז שא שטיל, קיינער האלט נישט אז פאר אמעריקע'ס וואוילזיין פעלט זיך אויס א טויש אין פאליסי, א טויש אין פירערשאפט.

קיינער איז נאכנישט ארויסגעקומען זאגן אז איך שטיץ נישט דעם פרעזידענט אין 2024! קיינער האט נאכנישט דערקלערט אז די פארטיי דארף קוקן פאראויס let's move forward, יעדער ווייסט אז ביידען פירט די דעמאקראטישע פארטיי אין דער ערד אריין, אבער קיין איין איינציגע פאליטישאן האט נאכנישט געזאגט עד כאן, איך דערקען נישט מיין פארטיי, איך קען נישט שטיצן אזא פארטיי.

מה פשט? א פחד? פון די העכערע פענסטערס? פון די מידיא? אדער גאר פארמאכטקייט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

תירוצים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

-----
ער רעדט פון פאלעטישן'ס

אה, פאליטישענס?

פארוואס זאל א פאליטיקאנט באגיין פאליטישע סוסייד און ארויסקומען אין פאבליק קעגן דעם פרעזידענט?

(נישט אז עס איז נישט דא, אבער עס איז טאקע ווייניג.)

-------

פארשער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מעיאר פיט ירום הודו,

פליז... אידישקייט בעפאר פאליטיקס, מילא ווען ער וואלט געווען מלך אבער סתם אזוי?

ער איז טראנספארטאציע סעקרעטאר.

אבער קאן טאקע זיין אז ער דעזערווט נישט קיין ירום הודו.

------

היפש א סאך דעמאקראטן "ווייסן נישט אויב זיי שטיצן ביידן פאר ריעלעקשן"... כאפ נאר א באזוך אין מידטערם אשכול.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יולי 04, 2022 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

צל עובר האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

-----
ער רעדט פון פאלעטישן'ס

אה, פאליטישענס?

פארוואס זאל א פאליטיקאנט באגיין פאליטישע סוסייד און ארויסקומען אין פאבליק קעגן דעם פרעזידענט?

(נישט אז עס איז נישט דא, אבער עס איז טאקע ווייניג.)

דאס איז טאקע די שאלה, פארוואס גייען אנדערע פאליטישאנס יא סועסייד...?
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טוה א טובה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

-----
ער רעדט פון פאלעטישן'ס

אה, פאליטישענס?

פארוואס זאל א פאליטיקאנט באגיין פאליטישע סוסייד און ארויסקומען אין פאבליק קעגן דעם פרעזידענט?

(נישט אז עס איז נישט דא, אבער עס איז טאקע ווייניג.)

דאס איז טאקע די שאלה, פארוואס גייען אנדערע פאליטישאנס יא סועסייד...?

רעפאבליקאנער אנטי טראמפ רעדסטו?

קודם כל, זײ זענען ממש ווייניג, רוב אנטי טראמפ רעפאבליקאנער זענען באמת ריינאוס ווי די גאווערנארס פון ווערמאנט מאסעטשוסעטס און מערילענד, סוי עס איז ממש נאר טשעיני קינזינגער און ראמני.

און די וואס יא איז נישט ווייל טראמפ איז דורכגעפאלן אויף פאליסי ווי נישט איבערדרייען אבאמע קעיר, אדער נישט מאכן מעקסיקא צאלן, נישט באקומען קיין גוטן דיעל פון כינע. (די סאמע גרעסטע פארשפרעכונגן.) נאר פאר וואנעבי פאשיזם.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”