די ביידן פראבלעם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ווען עס קומט צו ביידן און צו די מצב פון זיין אדמיניסטראציע איז היינט שוין גאנץ קלאר פאר יעדעם איינעם, (אויסער אפאר געציילטע ביידן פענס אין אינזערע רייען) אז די מצב טויג נישט, איין דורכפאל ברענגט א צווייטע, און מען זעהט נישט קיין סוף דערצו.

די דורכגעפאלענע ריקצוג אין אפגאניסטאן, די קאוויד טויטפעלער וואס האלט ליידער אין איין ארויפגיין, די סופליי טשעין פראבלעמען, די הויכע געז פרייזן, די פארמילע קריזיס, די רוסישע אינוואזיע אין אוקריינע, די שרעקליכע אינפלאציע, אא''וו.

דאס אז זאכן פארן נישט גוט דאס זעהט מען אין ביידנס צופרידנהייט ראטע וואס איז אפי' נידריגער (אין געוויסע צייטן) פון זיין פארגייער. די לאנד איז נישט צופרידן, דאס איז אמאל זיכער.

וואס איז די גורם דערצו, וואס טוט ביידן איינמאל און נאכאמאל צו האבן די דורכפעלער ביי יעדע נושא?

די תירץ איז (להבדיל אלף אלפי פעמים בין קודש לחול) א גמרא בבא בתרא כד עמוד ב. אמר רב כהנא קידרא דבי שותפי לא חמימא ולא קרירא.

דאס מיינט אז עפעס וואס געהערט צו עטליכע אויף אמאל איז נישט הייס נישט קאלט, זאכן ווערן נישט געהעריג מסודר, יעדער פארלאזט זיך אויף א צווייטן.

ביידן ווי באקאנט פירט נישט אליינס די רעגירונג, די פראבלעם אבער איז אז 'קיינער און יעדער' פירט עס אויף איינמאל, עס איז נישט רעכט דא איינער וואס ווייסט אז ער גייט דארפן זיך באפאסן מיט די קאנסיקווענסן וואס ער מאכט אליינס די קריטישע החלטות.

דערפאר ווערן זאכן געטון אזוי אימבאלימפערט לדעתי.

און ליידער ליידער האלטן מיר אפי' נישט ביי האלב פון זיין ערשטע טערמין.

אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער א ריכטיגע פוינט, און ווארשיינליך דער אמת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער א ריכטיגע פוינט, און ווארשיינליך דער אמת.

שכח.

דאס איז א פוינט וואס ווערט שוואך ארויסגעברענגט אויב בכלל.

מען בלייבט סטאק זיך ארום טענה'ן צו די פאלעסי איז גוט אדער נישט לויט די תוצאות, למעשה איז דא אסאך וואס א פרעזידענט ברענגט מיט וואס האט בכלל נישט מיט פאלעסי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפ א בליק אויף פראנקרייך און ענגלאנד און קום צוריק..
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:כאפ א בליק אויף פראנקרייך און ענגלאנד און קום צוריק..

וואס מיינסטו צו זאגן?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זייער זייער ריכטיג. שוין לאנג געטראכט אזוי אבער נישט געהאט די ריכטיגע וועג עס ארויסצוברענגן.

אויף זיינע טוויטס פיקטשער איך מיך שוין לאנג וויאזוי די שטאב (מיט די פימפלעך אויף די נעזער על פי פירוש אסדר) שרייבן און מעקן יעדע טוויט הונדערט מאל, מ׳דעבאטירט וואס ס׳גייט שענער אויסקוקן וכו׳. און ס׳קוקט טאקע אויס וויאזוי ס׳קוקט אויס.
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום זונטאג יולי 03, 2022 10:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

בניהו האט געשריבן:זייער זייער ריכטיג. שוין לאנג געטראכט אזוי אבער נישט געהאט די ריכטיגע וועג עס ארויסצוברענגן.

עס איז נישט מיין אדער דיין חידוש.

א בפירוש'ע גמרא

א זאך וואס ווערט נישט געפירט ביי איינעם ווערט נישט געפירט ריכטיג, עס גייט קיינעם גארנישט העלפן.

עס איז נישטא כמעט קיין שום סטראטעגיע אויף גארנישט, און איך זעה נישט וויאזוי זאכן זאלן ווערן בעסער אינטער ביידן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' דן האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:כאפ א בליק אויף פראנקרייך און ענגלאנד און קום צוריק..

וואס מיינסטו צו זאגן?

מאקראן'ס מיט דזשאנסאן'ס עפראוול'ס זענען אין דעם אפלויף קאנאל.

אינפלאציע איז דארט שרעקליך, וכו', גיי דורך דיין גאנצע ליסטע.

(טייל פון דיין ליסטע איז אומרעלעוואנט אין מיין פיצי מיינונג, אדער איבערגעשריבן צוויי מאל די זעלבע זאך.)
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:

מזל טוב צום 3000.

וויאזוי איז דאס די 170'סטע טראמפ אשכול?

ברוכים תהיה
דעס איז דער ציל

איר האט א טעות

אויב איז דאס דיין ריספאנד צו קריטיג אויף ביידן איז עס דיין פראבלעם...

כהאב נישט קיין נערוון זיך צי טאנען אין זיבעציג אשכולות אויף די זעלבע צוויי נושאים ביטע מאך איין גרויסע אשכול

ווי אויף די וועלט האסטו געהערט די יעצטיגע פונקט?

לדעתך פיעלט אויס איין גרויסע קאך לעפל אשכול????
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:כאפ א בליק אויף פראנקרייך און ענגלאנד און קום צוריק..

וואס מיינסטו צו זאגן?

מאקראן'ס מיט דזשאנסאן'ס עפראוול'ס זענען אין דעם אפלויף קאנאל.

אינפלאציע איז דארט שרעקליך, וכו', גיי דורך דיין גאנצע ליסטע.

(טייל פון דיין ליסטע איז אומרעלעוואנט אין מיין פיצי מיינונג, אדער איבערגעשריבן צוויי מאל די זעלבע זאך.)

איך קען נישט די פאליטיק דארט. אבער איך גלייב אז ביידע פון זיי האבן זיך זייערע סיבות פארוואס זיי קוקן אויס ווי זיי קוקן אויס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:כאפ א בליק אויף פראנקרייך און ענגלאנד און קום צוריק..

וואס מיינסטו צו זאגן?

מאקראן'ס מיט דזשאנסאן'ס עפראוול'ס זענען אין דעם אפלויף קאנאל.

אינפלאציע איז דארט שרעקליך, וכו', גיי דורך דיין גאנצע ליסטע.

(טייל פון דיין ליסטע איז אומרעלעוואנט אין מיין פיצי מיינונג, אדער איבערגעשריבן צוויי מאל די זעלבע זאך.)

איך האב נישט געהערט פון די שוואכע עפראוול אין פראנקרייך (אין ענגלאנד האט עס מיט א ספעציפישע סקאנדאל).

די פונקט איז אפשר אמת אויב אלע וועלט פירער האבן יעצט נידריגע עפרוולס נישט ווען מען הענד פיקט עטליכע. און מען דארף אויך נעמען אין חשבון וואס די נאמבערס זענען דארט אין גוטע צייטן.

איבער געשריבן עטליכע זאכן וואס האבן צוטין מיט עקאנאמיע, אוקעי. און נישט געשריבן געוויסע אנדערע.

די חלק פון אפגאניסטאן און רוסלאנד האט ענדערש צוטין מיט אמעריקע ווי עני אנדערע לאנד.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ביטע ארויסלאזן טראמפ פון דעם אשכול...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

די פוינט איז פשוט, עס איז נישט דא ווער עס פירט די לאנד יעצט, בעסער געזאגט עס איז דא 100'טע וואס פירן די לאנד, און אזוי קוקט עס אויס.

די לעצטע פאר פרעזידענטן האבן יא אליינס געפירט די לאנד. עס איז פינקט אזא פרא אבאמא אשכול ווי פרא טראמפ.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

ר' דן האט געשריבן:די פוינט איז פשוט, עס איז נישט דא ווער עס פירט די לאנד יעצט, בעסער געזאגט עס איז דא 100'טע וואס פירן די לאנד, און אזוי קוקט עס אויס.

כהער
וואס הייסט נישטא ווער ספירט דאס לאנד שוין איינמאל דא אבער נאך אסאך בעסער ווי די פריערדיקע פרעזידענט
למעשה ארבעט ביידן פעסט אריין זאל עס זיין אויף גאז אוקריינע אינפלאציע גאנס ועוד הרבה ענינים

ס'הייסט ווער דען פירט עס?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:די פוינט איז פשוט, עס איז נישט דא ווער עס פירט די לאנד יעצט, בעסער געזאגט עס איז דא 100'טע וואס פירן די לאנד, און אזוי קוקט עס אויס.

די לעצטע פאר פרעזידענטן האבן יא אליינס געפירט די לאנד. עס איז פינקט אזא פרא אבאמא אשכול ווי פרא טראמפ.

כהער
וואס הייסט נישטא ווער ספירט דאס לאנד שוין איינמאל דא אבער נאך אסאך בעסער ווי די פריערדיקע פרעזידענט
למעשה ארבעט ביידן פעסט אריין זאל עס זיין אויף גאז אוקריינע אינפלאציע גאנס ועוד הרבה ענינים

איך קאמפעיר נישט יעצט ביידן מיט קיינעם (און אויב וואלטעך יא וואלט איך גלאט געהאלטן אנדערש פון דיר).

אוודאי ארבעט מען א גאנצע צייט צו מאכן זאכן בעסער, זיי ווילן עכט מאכן בעסער.

למעשה איז נישטא דער 'איינער' וואס פירט די לאנד. עס איז דא 100'טע רעגירונג'ס ארבעטער וואס קיינער פון זיי גייט נישט באקומען די קרעדיט אדער קריטיג פון די תוצאות פון זייער ארבעט.

בקיצור עס ארבעט ווי ביראקראטיע אן קיין פירער. דאס איז וואס איך זעה, דערווייל איז די תוצאות ווי ערווארטעט פון אזא רעגירונג.

איין זאך האסטו געשריבן בעיסקלי אינפלאציע אין סהאט גאנץ קנאפ מיט ביידן
די פאקט איז אז סיי ווען אי אימער די עקאנאמיע איז שוואך זענען די פאולס שוואך אבער טאמער וועט די עקאנאמיע זיך צירוק כאפן וועלן די נומערן ארויפגיין
אין די עקאנאמיע האלט זיך אינמיטן ערהוילן ווען משפארט צי די עקאנאמיע פאר צוויי יאר איז פשוט אז סנעמט צוויי יאר זיך צירוקציכאפן
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:די פוינט איז פשוט, עס איז נישט דא ווער עס פירט די לאנד יעצט, בעסער געזאגט עס איז דא 100'טע וואס פירן די לאנד, און אזוי קוקט עס אויס.

די לעצטע פאר פרעזידענטן האבן יא אליינס געפירט די לאנד. עס איז פינקט אזא פרא אבאמא אשכול ווי פרא טראמפ.

ס'הייסט ווער דען פירט עס?

די סעקרעטערי אף וכי.

יעדער ציזאמען.

זיי דארפן נישט צו פירן זיי דארפן צו אויספירן ארדערס פון די פרעזידענט, יעצט ווערט עס געפירט ביי עטליכע סעקרעטעריס אף'ס, מיט זייערע עצה געבערס.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

ר' דן האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:די פוינט איז פשוט, עס איז נישט דא ווער עס פירט די לאנד יעצט, בעסער געזאגט עס איז דא 100'טע וואס פירן די לאנד, און אזוי קוקט עס אויס.

די לעצטע פאר פרעזידענטן האבן יא אליינס געפירט די לאנד. עס איז פינקט אזא פרא אבאמא אשכול ווי פרא טראמפ.

כהער
וואס הייסט נישטא ווער ספירט דאס לאנד שוין איינמאל דא אבער נאך אסאך בעסער ווי די פריערדיקע פרעזידענט
למעשה ארבעט ביידן פעסט אריין זאל עס זיין אויף גאז אוקריינע אינפלאציע גאנס ועוד הרבה ענינים

איך קאמפעיר נישט יעצט ביידן מיט קיינעם (און אויב וואלטעך יא וואלט איך גלאט געהאלטן אנדערש פון דיר).

אוודאי ארבעט מען א גאנצע צייט צו מאכן זאכן בעסער, זיי ווילן עכט מאכן בעסער.

למעשה איז נישטא דער 'איינער' וואס פירט די לאנד. עס איז דא 100'טע רעגירונג'ס ארבעטער וואס קיינער פון זיי גייט נישט באקומען די קרעדיט אדער קריטיג פון די תוצאות פון זייער ארבעט.

בקיצור עס ארבעט ווי ביראקראטיע אן קיין פירער. דאס איז וואס איך זעה, דערווייל איז די תוצאות ווי ערווארטעט פון אזא רעגירונג.

דעס האב איך ממש יעצט געענדיגט שרייבן עיין לה.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:איין זאך האסטו געשריבן בעיסקלי אינפלאציע אין סהאט גאנץ קנאפ מיט ביידן
די פאקט איז אז סיי ווען אי אימער די עקאנאמיע איז שוואך זענען די פאולס שוואך אבער טאמער וועט די עקאנאמיע זיך צירוק כאפן וועלן די נומערן ארויפגיין
אין די עקאנאמיע האלט זיך אינמיטן ערהוילן ווען משפארט צי די עקאנאמיע פאר צוויי יאר איז פשוט אז סנעמט צוויי יאר זיך צירוקציכאפן

מען האלט יעצט סוף צוויי יאר און עס האט זיך שוין פיין צוריק געכאפט פאר די יעצטיגע רעגירונג האט אנגעהויבן, יעצט איז עס אויפן וועג אראפ.

איך באשילדיג נישט קיינעם, דעיס איז מיין פוינט, זאכן פארן אליינס, עס נעמט צייט זאכן פאסירן, נישטא די כח וואס זאל כאטש טרייען צו פארויסשאצן און פארלויפן פראבלעמען.

און כ'האב גערעדט פון נאך זאכן אויסער די עקאנאמיע, ווי אפגאניסטאן חרבן, און אוקריינע. ווי אויך סופליי טשעין איז דעפענעטלי א זאך וואס א פירער וואלט געקענט אסאך בעסער מאכן אסאך שנעלער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שטייצעך אז די גאנצע ליסטע גייט אן אין אלע מערב וועלט לענדער, און פראנקרייך און ענגלאנד זענען נאר א דוגמא.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:שטייצעך אז די גאנצע ליסטע גייט אן אין אלע מערב וועלט לענדער, און פראנקרייך און ענגלאנד זענען נאר א דוגמא.

בקיצור זאגסטו אז ווען עס איז נישטא קיין געהעריגע פירער אין אמעריקע ליידט די גאנצע וועלט.
איך בין מודה.
Like news
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2020 12:11 am

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Like news »

צל עובר האט געשריבן:שטייצעך אז די גאנצע ליסטע גייט אן אין אלע מערב וועלט לענדער, און פראנקרייך און ענגלאנד זענען נאר א דוגמא.

נאכדעם וועט מען זאגן אז די טראמפ שטיצער זענען חסידים צום טויט דו באמערקסט אז דא רעדט מען פון ריזיגע פראבלעמן וואס יעדער אוז מודה אז עס איז דא אבער די הייליגע זיידע ביידען קען נישט זיין די פראבלעם
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

Like news האט געשריבן:

אז עס איז דא ריזיגע פראבלעמען מיז עס נאכנישט זיין ביידנ'ס פראבלעם.
ביי די ערשטע תגובה פינעם אשכול זאג איך מיין מיינונג פארוואס עפעס אמערקע און ווי צל לייגט צו די גאנצע וועלט גייט דטרך איין קרייסיס נאכן צווייטן.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: די ביידן פראבלעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

עס איז בעיסיקלי דא 4 סארט תירוצים וואס די שטארקע ביידן פענס קענען זאגן
ערשטנס עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אלעס איז גוט
צווייטנס מען ארבעט פיין אריין צו פארעכטן אלעס
נאכדעם די פראבלעמען איז דא איבעראל
פערדנס עס האט זיך שוין אנגעהויבן פריער.

פיין און וואויל. דאס איז גוט ווען מען רעדט פון עפעס, נישט ווען אלעס פארט אין דער ערד...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”