ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאר וועם פלאנט איר צו שטומען

גאווענער האוקעל
9
7%
לי זעלדין
102
76%
וועם די עסקנים פון מיין קהילה וועט אינדארסירן
23
17%
 
סך הכל שטימען: 134

אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

איך מיין אז עפ"י רוב טוט די היימישע געמיינדע אינדארסירן נאר איינעם וואס האט סייווי די שטארקסטע טשאנס צו געווינען, וואס אגב די סיבה דערצו איז לכאורה טאקע ווייל אונזער עולם גייט נישט ארויס וואוטן מילא זענען אונזערע אינדארסמענטס קוים ווערד לצור על פי צלוחית, און ווי עס זעהט אויס האט נישט זעלדין קיין שטארקע טשענסעס

האקט און האקט
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

די גאולה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:גייט זיין א לוסטיגע פארמעסט צווישן די היימישע געגנטער, די עסקנים מיט די המון עם גייען זיין אויף מעסער שטעך.

די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

אין ניו דזשערסי פאריאר ביים גאווערנער פארמעסט האט עס געהאלטן א האר פאר ס'זאל פיין צוניץ קימען אידישע שטימען פון לעיקוואד.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זיסע פיש האט געשריבן:יאפ, קוקט אויס אז די עסקנים זאלן בעסער אינדארסירן זעלדין..

די בארא פארקער דיסטריקט לידער וואלן האט שוין געוויזן אז אייוועלט אנקעטעס שפיגלען נישט אפ די מציאות. פארהאן גענוג אייוועלטלאזע אידן וואס זענען יא גרייט צו פאלגן די עסקנים, אפגעזען אלע חשבונות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק

יונער האט געשריבן:

ניו יארק איז נישט ניו דזשערזי. קוק אויף די מאפעס און אויף היסטאריע צו זען דעם חילוק.

יצחק אייזיק האט געשריבן:

די פוינט איז אז אין טאמער קומט טאקע א מאסיווען רויטע צינאמי אין מהאלט אונמיטן א רעסעסיע קענען יודישע שטימען פיין צוניץ קימען אפולי אין אזא סטעיט ווי ניו יארק.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:יאפ, קוקט אויס אז די עסקנים זאלן בעסער אינדארסירן זעלדין..

די בארא פארקער דיסטריקט לידער וואלן האט שוין געוויזן אז אייוועלט אנקעטעס שפיגלען נישט אפ די מציאות. פארהאן גענוג אייוועלטלאזע אידן וואס זענען יא גרייט צו פאלגן די עסקנים, אפגעזען אלע חשבונות.

האט גארנישט מיט אייוועלט און אייוועלטלאזע אידן, מאך א פרישע אנקעטע און פרעג די 280 אידן וואס האבן דארטן געוועלט צו זיי האבן געוואוט אין שטים בודקע אויך, דארט וועסטו טרעפן די פשוט'ע תירוץ
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

יונער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:גייט זיין א לוסטיגע פארמעסט צווישן די היימישע געגנטער, די עסקנים מיט די המון עם גייען זיין אויף מעסער שטעך.

די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

אין ניו דזשערסי פאריאר ביים גאווערנער פארמעסט האט עס געהאלטן א האר פאר ס'זאל פיין צוניץ קימען אידישע שטימען פון לעיקוואד.

ניו יארק איז נישט ניו דזשערזי. קוק אויף די מאפעס און אויף היסטאריע צו זען דעם חילוק.

די פוינט איז אז אין טאמער קומט טאקע א מאסיווען רויטע צינאמי אין מהאלט אונמיטן א רעסעסיע קענען יודישע שטימען פיין צוניץ קימען אפולי אין אזא סטעיט ווי ניו יארק.

דאן קענען אידישע שטימען פיין צוניץ קומען ווען אידן וואלטן ווען געוואוט אין די מאסן
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

פישל גרין האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

פארשטייט זיך, דו רעדט ווען אידישע שטימען וואוטן אלע וויאזוי דו ווילסט.
#בשיטה נישט
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

יונער האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:גייט זיין א לוסטיגע פארמעסט צווישן די היימישע געגנטער, די עסקנים מיט די המון עם גייען זיין אויף מעסער שטעך.

די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

אין ניו דזשערסי פאריאר ביים גאווערנער פארמעסט האט עס געהאלטן א האר פאר ס'זאל פיין צוניץ קימען אידישע שטימען פון לעיקוואד.

אמת
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

פישל גרין האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

אין ניו דזשערסי פאריאר ביים גאווערנער פארמעסט האט עס געהאלטן א האר פאר ס'זאל פיין צוניץ קימען אידישע שטימען פון לעיקוואד.

ניו יארק איז נישט ניו דזשערזי. קוק אויף די מאפעס און אויף היסטאריע צו זען דעם חילוק.

די פוינט איז אז אין טאמער קומט טאקע א מאסיווען רויטע צינאמי אין מהאלט אונמיטן א רעסעסיע קענען יודישע שטימען פיין צוניץ קימען אפולי אין אזא סטעיט ווי ניו יארק.

דאן קענען אידישע שטימען פיין צוניץ קומען ווען אידן וואלטן ווען געוואוט אין די מאסן

פארדעם האלטעך אז מזאל מאכן א מאסיווע קאמפיין אין איבערצייגן די עולם אז מטאר זיך נישט האלטן אזוי קליין אין זאגן אז מיין שטימע וועט עניוועי נישט אויסמאכן, נאר פונקט פארקערט מזאל ברענגען ניו דזשערסי פאר א ראי אז יודישע שטימען קענען צומאל אויפשאקלען א פארמעסט.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

וואס האט האקאול אזוי שלעכט געטון פאר אידן אז מ'זאל ממש מאכן א קאמפיין איר ארויסצואווארפן פון אמט?

איך רעד שוין נישט פון דעם עצם סכנה אז אידן זאלן זיין אין די נייעס אלס די וואס האבן פאקטיש געטוישט ניו יארק פון די דעמ צו די רעפוב פארטיי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

זייער א גוטע איידיע צו מאכן א מאסיווע קאמפיין, ביסט פשוט נישט דער ערשטער וועם עס איז בייגעפאלן די איידיע...
וויפל מאל מ'האט שוין אויפגעשאקלט דעם עולם מיט קאמפיינס און גארנישט, אונז זעמיר עפעס א שרעקליך ביזי געמיינדע וואו קיינער האט נישט די איבריגע 15 מינוט א טאג
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

יצחק אייזיק האט אויך א גוטע פוינט
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:וואס האט האקאול אזוי שלעכט געטון פאר אידן אז מ'זאל ממש מאכן א קאמפיין איר ארויסצואווארפן פון אמט?

איך רעד שוין נישט פון דעם עצם סכנה אז אידן זאלן זיין אין די נייעס אלס די וואס האבן פאקטיש געטוישט ניו יארק פון די דעמ צו די רעפוב פארטיי.

זי איז טאקע נישט דירעקט שלעכט פאר אינז אבער געוויסע פאלעסיס פון זי אין די דעמאקראטן א משל גזירות חינוך אין בעיל רעפארם געזעצן האט זיך ארויסגעשטעלט איז נישט די בעסטע פאר אינז.

לגבי די מידיע, כאפסטי נישט אז טאמער זאל עס טאקע זיין א שמאלע פארמעסט אין אינזער שטימען זאל זיך ארויסשטעלן אלץ איבערדרייען די פארמעסט איין וועג אדער די צווייטע וואס א חילוק אויף וועלכע זייט אינז האבן עס געבויגן? די מידיע העט עניוועי רעדן פון אינז.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:וואס האט האקאול אזוי שלעכט געטון פאר אידן אז מ'זאל ממש מאכן א קאמפיין איר ארויסצואווארפן פון אמט?

זי איז דאך קיינמאל ערוועלט געווארן באמת... זי האט דאך סך הכל איבערגענומען קאומאו, סאיז אז מען ברויך רעפובליקענס צו ראטעווען ניו יארק , מען מיינט נישט קעגן איר , מען מיינט קעגן דעמעקראטען, פאר די עתיד פון אידן אין ניו יארק ברוחניות ובגשמיות דארף מען רעפובליקענס כעת,
לי זעלדין איז די איינציגסטע פאליטישאן אין ניו יארק ווי ווייט איך דענק וואס רעדט אפען אין פובליק אז ער איז קעגן די גזירת החינוך
לעצט פארראכטן דורך די גאולה אום פרייטאג יולי 01, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך רעד שוין נישט פון דעם עצם סכנה אז אידן זאלן זיין אין די נייעס אלס די וואס האבן פאקטיש געטוישט ניו יארק פון די דעמ צו די רעפוב פארטיי.

סאיז פונקט פארקערט, אז פאליטאשענס וועלן זען וואספאר א בלאקוואוט די אידן האבן , וועלן זיי קומען צו לויפן צו דיר און דיר געבן וואס די בעטסט נאר
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

עצה:

צו מאכן א שטארקע קאמפיין די עולם זאל ארויסקומען וואויטען אן דערמאנען פאר וועמען, בלויז ארויסברענגען די פוינטס, ווי די גזירת החינוך די געוואלדאטן קעגן יודן און אלגעמיין, וכי' און אז יעדע וואויט שוקט א מעסעדזש אז מען דארף זיך רעכענען מיט אינז.

אזוי אז עס גייט נישט זיין אפציעל צו שטיצן זעלדין אבער יעדער גייט עס פארשטיין... און עס גייט נישט זיין אזא ריסק טאמער האוקעל געווינט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ניו יארק איז נאכקיינמאל נישט געוועהן אויף אזא וואגשאהל ווי יעצט, נאכן סופרים קארט אורטייל איבער נ"י גאן געזעצן, איז נ"י איז א שרעקליכע סכנה, ממוז פאר א יעדע פרייז האבן א דעמאקראט אין אלבאני, צו פארמיידן די סכנות פון לויזערע גאן געזעצן.
#בשיטה נישט
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

נו שוין האט געשריבן:ניו יארק איז נאכקיינמאל נישט געוועהן אויף אזא וואגשאהל ווי יעצט, נאכן סופרים קארט אורטייל איבער נ"י גאן געזעצן, איז נ"י איז א שרעקליכע סכנה, ממוז פאר א יעדע פרייז האבן א דעמאקראט אין אלבאני, צו פארמיידן די סכנות פון לויזערע גאן געזעצן.

לויזערע גאן געזעצן מיינט אז נישט נאר די איליגעל גאן חברה האבן גאנס און טיען כל מה שלבו חפץ, און די בעיל רעפארם מאכט זיי נישט צוויי מאל טראכטען פון טין קריים , נאר זיי וועלן יעצט וויסן אז די המון עם דרייט זיך אויך מיט גאנס, וועלן זיי זיך אביסעל דערשרעקן פון זיך איינברעכן אין הייזער אדער קארס ,גנבענען פון געשעפטן וכדומה וואס האט א סטיקער אדער סיין אז דא איז דא א באוואפענטע מענטש ... דאס איז די מציאות אין אנדערע סטעיטס אין אמעריקע און די קריים איז אסאך נידריגער פון ניו יארק
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

נו שוין האט געשריבן:ניו יארק איז נאכקיינמאל נישט געוועהן אויף אזא וואגשאהל ווי יעצט, נאכן סופרים קארט אורטייל איבער נ"י גאן געזעצן, איז נ"י איז א שרעקליכע סכנה, ממוז פאר א יעדע פרייז האבן א דעמאקראט אין אלבאני, צו פארמיידן די סכנות פון לויזערע גאן געזעצן.

האלסט ב'אמת אז דעס וועט שטעלן די פארברעכן ראטע העכער ווי סאיז געווען ביז יעצט? טאמער שעמסטיך צי ענטפערן קענסטי אויך קימען אינישי.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נו שוין האט געשריבן:ניו יארק איז נאכקיינמאל נישט געוועהן אויף אזא וואגשאהל ווי יעצט, נאכן סופרים קארט אורטייל איבער נ"י גאן געזעצן, איז נ"י איז א שרעקליכע סכנה, ממוז פאר א יעדע פרייז האבן א דעמאקראט אין אלבאני, צו פארמיידן די סכנות פון לויזערע גאן געזעצן.

לויזע גאן געזעצן איז א פראבלעם אדער לויזע פאברעכן געזעצן?

ווי איז דא מער קריים, אין די לויזע גאן געזעצן שטעט אדער אין די לויזע קריים געזעצן שטעט?
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

פאר ווער עס איז שוין געווען אין די סטעיטס ווי יעדע צווייטע הויז, קאר , געשעפטן האבן טאוולעך אז דא געפינט זיך איינער מיט א גאן .. איז קיין פארברעכן נישט דא, איך האב אסאך געשמועסט מיט די חברה אין די סטעיטס
לעצט פארראכטן דורך די גאולה אום פרייטאג יולי 01, 2022 5:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

זיסע פיש האט געשריבן:יאפ, קוקט אויס אז די עסקנים זאלן בעסער אינדארסירן זעלדין..

זיי האבן שוין געמאכט דעם טעות ביי יענג, וויאזוי האט זיך אויסגעארבעט פאר זיי?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

והיתם נקיים האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:יאפ, קוקט אויס אז די עסקנים זאלן בעסער אינדארסירן זעלדין..

זיי האבן שוין געמאכט דעם טעות ביי יענג, וויאזוי האט זיך אויסגעארבעט פאר זיי?

בשעתן אינדארסירן יענג איז ער נאך געווען שטארק פאראויס אין די אנקעטעס.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: ניו יארק גאווענער פארמעסט - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

די גאולה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:גייט זיין א לוסטיגע פארמעסט צווישן די היימישע געגנטער, די עסקנים מיט די המון עם גייען זיין אויף מעסער שטעך.

די היימישע וואוטס לכאורה גייען נישט שפילן א שטארק ראלע פאר גאווענער , אזוי איז געווענליך

טאקע פארדעם איז כדאי צו וואוטן פאר די געווינער.
און פארדעם אינדרסירן די עסקנים געווענליך געמעקראטן ווייל ניו יארק איז דעווייל א דעמעקראטישע סטעיט האבן דעמעקראטן מער טשאנסן צו געוואנען
א גריס פונעם לויתן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”