הר ההר האט געשריבן:איז אזוי.
@די גאולה.
בייק לעינס האט דעבלאזיא (so called אוהב ישראל) אויך צוגעלייגט און דאכט זיך מיר אז נאך אסאך מער ווי בלומבערג.
מציצה בפה קען מען דן זיין אבער די האסט זיכער א נקודה קטנה מיט דעם.
בנוגע היימישע פארטרעטער בין איך נישט איינשטימיג, עס איז אודאי יא א טובה צו האבן אייגענע וואס די דארפסט זיי נישט מסביר זיין פונקלעך וואס די דארפסט, און ווי אויך איז ער א חלק פון די וואס דארפען דאס. און אפשר גאר זאל גדליה סעגעדין אין קרית יואל אויך אפטרעטען און נעמען א גוי אנשטאט? וואס איז דאס אנדערש ווי ר' שמחה אייכענשטיין וועלכער פארטרעט א פולע אידישע דיסטריקט?.
קודם כל דו ווייסט וויפיל דעבלאזי האט געהאט צו ליידן וועגן אונז?
דו ווייסט ער איז געווען אונטער אויספארשונג פארן שטערן די אויספארשונג קעגן די גזירות החינוך??
___
קרית יואל מעיאר, וואו די גאנצע ווילידש פירערשאפט איז אידן, איז א צווייטע נושא.
אבער ווען מען ברויך איינעם אריין זעצן צווישן גוים און ער דארף זיי איבערצייגן אין אונזערע געברויכן איז געווענליך א זייעריגער בעסער
למשל ווען די מאנסי סקול באורד האט ווען גוים סימפאטיש צו אונז אנשטאט אידן וואלט די מצב אנדערש אויסגעזען...
הר ההר האט געשריבן: חינוך איז אדרבה ואדרבה. קודם כל ווייל די לאקאלע פאלאטישאנס קענען אויף דעם גארנישט טוהן, און אפילו די גאר גרויסע וואלט מען אסאך מער אנגעקומען מיט געוויסע אנדערע (ווי למשל יענג).
און דאס אויב יענג האט געקענט געוואונען אדער נישט איז אויך נישט נוגע ווייל ווי נפתלי משה האט מסביר געווען איז נאר דאס דער פראבלעם ווייל מיר זענען נאר א נישטיגע 500 שטימען, משא''כ ווען מיר ברענגען ווען יא ארויס צענדליגע טויזענטער שטימען, וואלט מען זיך מיט אונז גערעכנט אפילו מיר שטימען ווען פאר דעם פארלירער. און געדענק מען שטימט פאר וועמען מען האלט אז זיינע פאלעסיס זענען די בעסטע און נישט פאר דער וואס וועט סיי ווי געוואונען.
אויב דער אמטירנדער פאליטיקאנט האט זיך צוגעשטעלט צו דיינע פארלאנגען - אפילו נאר 75%, און דו אינדארסירסט זיין קעגנער ווייל ער האט בעסערע פאליסיס, ווייסט די פאליטיקאנט אז עס איז א שאד זיך צוצושטעלן צו דיר, ווייל דו גייסט אלעמאל טרעפן א קאנדידאט וואס האט בעסערע פאליסיס (אלץ קאנדידאט איז גרינגער צו דעליווערן, ער דארף נאר דעליווערן רעטאריק, בשעת דער אמטירנדער דארף דעליווערן רעזולטאטן...)
הר ההר האט געשריבן:@הענדימען.
מיין פרייהייט איז ווען די תורה הקדושה באפריידט מיר און מיין געבינדען קייט איז ווען די תורה הקדושה בינדט מיר. אבער ווען נישט דאן דארף איך טוהן ווי איך פארשטיי, נו איז מה ענין ניבול פה אצל פרייהייט פון שטימען??? אתמהה
די יוניאן איינגעשריבנע באצאלען געלט פאר זייערע פירער און זיי ארבעטען טאקע פאר דעם פאר זייערע אינטערעסען. משא''כ עסקנים וואס ע''פ רוב ארבעט ער נישט פאר מיינע אונטערעסן נאר פאר...
און דער סיבה פארוואס מען קען נישט היינט צוזאמען נעמען כלל ישראל צו שטימען איז אטא דאס דער סיבה. די פרומע האבן א פראבלעם מיט נארישקייט דער עושר האט א פראבלעם מיט די הויעכע טעקסעס און ווידערום די מער שוואכערע עולם זענען סיי ווי טראמפ פענס (FANS) נו אויב אזוי הער שוין אויף אינדארסירען אט די גרויליגע קאנדידאטען וועסטו אטאמאטיש זיך נישט שלאגען מיטן עולמס איטערעסען וועסטו אויס אזוי האבען שווערע צענדליגער טויזענטער שטימען.
א קיצור מיר דארפען נאך ממשיך זיין אבער איך דארף שוין גיין כעת
סאו האסט א פשוט'ע עצה, אויב ווילסט ארויסברענגען אסאך שטימען, קוק נישט וואס די קאנדידאטן זאגן דיר, קוק נישט מיט וועמען דו האסט א נאנטע קשר, און זיי זענען רייט דיר צו העלפן
נאר קוק פאר וועמען טראמפ שטיצער ווילן שטימען, און אידארסירט יענעם.....