קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייוועלט פאקט טשעק
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2022 9:04 pm

קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פאקט טשעק »

ס'איז באוואוסט אז אין די לעצטערע יארן איז שטארק פארערגערט געווארן דער פראבלעם פון אומריכטיגע אינפארמאציע וואס ווערט פארשפרייט און איבערגעזאגט, אפטמאל בטעות.

בעצם איז דער פראבלעם נישט קיין נייער, אדרבא, ס'איז באקאנט אז היסטאריש ווען ס'איז געווען פיל שווערער נאכצוגיין זאכן און מענטשן זענען נישט געווען אזוי געלערנט, האט עולם גולם פיל שנעלער אפגעקויפט וואס מ'האט זיי פארקויפט, אריינגערעכנט זאכן וואס האבן נישט געהאט קיין קראנטע מקורות אויב בכלל.

אבער היינט אין די וועלט פון סאציאלע מידיא ואביזרייהו איז די אנשיקעניש מער אין די איכות פון דער פראבלעם, אז ווען א נישט אמת'ע זאך ווערט באשאפן גייט עס "וויירעל" גאר שנעל, וואס מאכט אז יעדע ליגנט וואס ווערט פראדוצירט האט גאר שטארקע אויסזיכטן צו אנקומען צו אייך אין קאך, און אז איר זאלט אייך פארסמאקעווען דערמיט אויב ס'דינט אייער צוועק.

מ'קען אויך צולייגן אז טאקע ווייל ס'איז אזא אפענע וועלט וועלן מענטשן פיל ווייניגער חושש זיין אויף עפעס וואס זיי הערן אז ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל "ווער גייט דען זאגן עפעס וואס איז נישט אמת אין א צייט וואס מ'קען אזוי שנעל נאכגיין די קראנטקייט פון זאכן?".

מ'קען טאקע זען וויאזוי מענטשן האלטן און איין דערמאנען מיט אייפער וויאזוי "יענער האט געזאגט דאס", "דארט איז געשטאנען יענץ", און "ס'איז אנגענומען אזוי" א.א.וו., און מ'זעט נישט אן אז מענטשן זאלן זיין סקעפטיש צו דאס אז יענער זאגט, דער שרייבט, אדער אז "אין די גאס הייסט" מיינט טאקע אז ס'איז אזוי.

די זאך גייט אזוי ווייט, אז אסאך מאל האבן מענטשן אויפגעבויטע בנינים פון מיינונגען אויף נושאים אדער טענות אויף זאכן, ווען די יסוד אויף וואס די בנינים זענען געבויט איז פשוט. נישט. אמת.

איבערהויפט דא אינעם קאך לעפל וואו מ'קומט זיך אויסצוליפטערן דורכ'ן לאזן הערן מיינונגען און ארויסגעבן טענות אדער גאר ברענגען מענות צו די נושאים וואס זענען אויפ'ן טיש, קען מען אסאך מאל שטוינען וויאזוי ניקים שרייבן זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געשריבן ווען זיי וואלטן געוואוסט דאס וואס זיי ווייסן נישט, און פארדעם זענען טאקע דא ב"ה צענדליגער אדער הונדערטער מגיבים וואס קענען אריינקומען אין יעדע אשכול צו מאכן קאנטער ארגומענטן בכלל, און צו אפצושלאגן פאלשע באהויפטונגען בפרט.

די פראבלעם ווערט אבער, אז אסאך מאל זענען דא ווערטער וואס ווערן געזאגט וואס זענען קלאר געשניטן "נישט אמת", און אז איינער ליינט עס אן צו גרונטליך אדורכטוהן די פארדעם און די נאכדעם וואו מ'ווייזט אויף אז ס'איז נישט אמת - און איבערהויפט אויב ער זען עס מערערע מאל אין מערערע אשכולות - קען ער עס אנהייבן צו אריינזאפן אין זיך, און שפעטער שוין אליינס ארומלויפן צו פארקויפן אלס "פאקט" וואס ער "ווייסט", און "יעדער איינער ווייסט", און ער קען שוין נישט מער ווי לאכן פון איינער וואס זאגט אים אז ס'איז בכלל נישט אזוי.
___


דערפאר הייבן מיר בעזהשי"ת אן מיט דעם פראיעקט פון צו אנצייכענען (פלעג"ן בלע"ז) ווערטער אין תגובות וואס קענען נוצן די אנצייכענונגען אלס ווארענונג פאר'ן ליינער, פארשטייט זיך אז דאס איז נישט א פרעזענליכע זאך קעגן דער וואס האט געשריבן יענע אינפארמאציע, ווייל רוב מאל ווייסט ער נישט בעסער, און ער זאגט בלויז נאך פון אנדערע.

ווי אויך וועלן מיר היטן אויף די כבוד פון די מגיבים וועמענ'ס תגובה ווערט אנגעצייכנט, דורכ'ן נוצן איידעלע לשונות פאר די אנצייכענונגען, און מיר וועלן אויף קיין שום פאל נישט קאמענטירן אדער ערקלערן א צייכענונג אדער זיך טענה'ען מיט ניקים אינעם באטראפענעם אשכול, כדי צו האלטן די צייכענונג תגובה ריין פון אלעס אויסער די ארגינעלע תגובה און די צייכענונג.

מיר וועלן האבן אן אפענע אויער דא אין דעם אשכול, וואו מ'וועט קענען ציטירן סיי וועלכע צייכענונג מיט טענות, מענות, ערעורים און וואס נישט, און מיר וועלן פרובירן צו מסביר זיין אונזער שטאנד דא אינעם אשכול, ווי אויך וועלן מיר צוריקגיין צו טוישן אונזער צייכענונג אויב מ'קלערט אונז אויף אז מיר האבן נישט געהאנדלט ריכטיג.
___


די סיסטעם וויאזוי די צייכענונגען וועלן ארבעטן וועט זיין ווי פאלגענד.

אויף יעצט וועלן מיר אנהייבן מיט די צייכענונגען (מעגליך אז מיט די צייט וועלן מיר צולייגן מער):

די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג

אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט

אין קאנטעקסט הערן זיך די ווערטער אינגאנצן אנדערש


ווען ווערטער אין א תגובה דארף ווערן אנגעצייכנט, וועלן מיר ציטירן די תגובה און צולייגן די צייכענונג, און די ווערטער וואס ווערן געצייכנט וועט ווערן קאלירט לויט די קאליר פונעם צייכן כדי אז ס'זאל זיין קלאר וועלכע חלק פונעם תגובה ס'ווערט געצייכנט, אין פאל פון א תגובה מיט מער ווי איין שטיקל אינפארמאציע אדער באהויפטונג (מיר וועלן פרובירן נישט צו שניידן די תגובה כדי נישט ארויסצונעמען זאכן פון קאנטעקסט).

למשל דאס:
יענער האט געשריבן:הגם די דעמאקראטן ווילן עס נישט מודה זיין, איז אבער קלאר ווי די טאג אז טראמפ האט געוואונען די 2020 עלעקשאן, מיט קאוויד און די העצערייען אין די מידיא.


;sp; די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג ;sp;


אדער דאס:
יענער האט געשריבן:טראמפ שטעלט זיך אויף און זאגט נישט מער און נישט ווייניגער, אז ווען ס'איז נאציס קעגן קאנטער פראטעסטירער, זענען דא גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן.


:!: אין קאנטעקסט הערן זיך די ווערטער אינגאנצן אנדערש :!:


און אזוי ווייטער.
___

צום שלוס ווילן מיר אפעלירן דא בשער בת רבים, אז מיר ווילן האבן די אמת'דיגע ריכטיגע אינפארמאציע, און אז ס'זאל נישט ארויסגיין קיין מכשול מתחת ידינו, און דערפאר זוכן מיר אנצושליסן אנדערע חברים אין אונזער טים, כדי אז ס'זאל זיין א צוזאמארבעט פון אסאך מיינונגען אז מ'זאל קענען טוהן די ארבעט מיט אויפריכטיגקייט.

אלזא, אויב ווילט איר זיך אנצושליסן אין אונזער טים, קענט איר אונז שיקן אן אישי אדער אימעיל צו [email protected], ווי אויך אויב איר באמערקט סיי וועלכע ווערטער אין א תגובה וואס קען נוצן א צייכן (ס'וועט אי"ה זיין סטריקלי קאנפידנשאל) אדער פאר סיי וועלכע הערה, חיזוק, און אודאי קריטיק זענען מיר גרייט צו הערן , און אויב ווילט איר אז אייער קול זאל דערהערט ווערן און אז ס'זאל פראקלאמירט ווערן ברבים, האלט אייך נישט אפ פון עס צו לאזן הערן דא אינעם אשכול פון דעם פראיעקט.
___

צום שלוס ווילן מיר באטאנען אז דער פראיעקט איז אויף קיין שום וועג נישט פארבונדן מיט די הנהלה פונעם סייט, און איז א גענצליך פריוואטע אונטערנעמונג.
___

דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו, און אז די חשוב'ע מגיבים זאלן ווערעפייען פאר'ן שרייבן אזוי אז מיר זאלן נישט בלייבן מיט קיין שטאך ארבעט, וואס דאס איז אונזער גאנצע ציל!
צו פארלאנגען אז א תגובה זאל ווערן געצייכנט, שיקט אונז אן אישי אדער אימעיל. אויב איר ווילט אז ס'זאל זיין פובליק א איר האט עס פארלאנגט, קענט איר עס פארלאנגען אין אונזער אשכול.

דיסקלעימער: דאס איז א פריוואטע פראיעקט, אן קיין שייכות מיט די סייט'ס הנהלה.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

:lol: :lol: :lol: :lol:


און מזל טוב צום העכערונג אין ראנג צו שר אנשי שלומינו!!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

לץ איינער
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוטע געדאנק, לאמיר זען צו ס'וועט עפעס ברענגען אדער ערגער מאכן.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5242
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

וועל מיר זעהן ווער עס וועט מאכן בעסער, אייוועלט, אדער להבדיל טוויטער...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

ווער גייט פאקט טשעקן די פאקט טשעקערס?
מ'קען זיך אויך מעלדן צום זעלבן אימעל אויב מען וויל זיך אנטראגן צו פאקט טשעקן די פאקט טשעקערס?



ס'איז נישט אדר יעצט...
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאך אביסל קויפט מאסק טאקע אפ אייוועלט...
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

ממוצע האט געשריבן:נאך אביסל קויפט מאסק טאקע אפ אייוועלט...


;sp; די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג ;sp;
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מיין אישו מיט די פעקט טשעקערס איז אז רוב מאל ווארפן זיי אבי זאמד אין די אויגן און שטעלן זיך אויף ארומיגע נקודות וועלכע יעדער פארשטייט אליינס אז סאיז לאו דוקא הונדערט פראצענט אקוראט, חוץ א מעשה וואס די פעקט טשעקערס לייגן לאנגע ארטיקלען אין וועלכע זיי ווארפן צאם פיתאום ורמסס שלא מן הענין און דער ליינער מיט זיין לאו היי-קיו קלערט אז דא ליגט סאם האו דעקונג אויף דעם סאב טאטאל מסקנה/קעפל וועלכע לייגט מיסטעריעזיש בלויז איין פארטיי כסדר די הויזן אויפן פייער

בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

והאחרון והוא העיקר, אויב גייט דער פעקט טשעקינג קלויבן פערזענליכע אייוועלט ניקן און זיי טשעלענדזשן און ארינטערייסן איז דאס א חורבן. כבין נישט דא צו דעבאטירן, כזאג בלויז וואס כווייס, כהאלט און כפארשטיי און כבין אבסאלוטלי נישט וויליג מיך צו דארפן כסדר ריינוואשן און אויפווייזן פארוואס יענעמס פעקט טשעקינגס אויף מיינע תגובות זענען אומריכטיג, סאו דאס קען זיין א פאטענציאלע חורבן פאר די חשק צו וועלן שרייבן דא און קען פאטענציעל אנציען די געמיטער גאר שטארק. אבער דאס איז בלויז מיין אבזערוואציע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זייער א גוטע איידיע

אויב מען וועט וויסן אז מען איז עלול זיך צו טרעפן חוזק אויף תגובות אן דעקונג וועלן די תגובות און שמועסן זיין פון פיל העכערער קוואליטעט

מסתמא'ס פראבלעם קען מען באווארענען דורך צולייגן א דיסקלעימער אזוי ווי שאן העניטי און רעיטשעל מעדאו זאגן אין געריכט, אז זיי זאגן בלויז קאמענטערי אבער נישט קיין עכטע נייעס און פאקטן באזירט אין מציאות. נישט יעדער קען טון וואס היכי תמצא טוט, אריינלייגן שעות און טעג ארויסצוגעבן א קראנטע נאכגעקוקטע באשטעטיגטע ארטיקל, אדער נאכגיין דעם מציאות אזוי ווי אונזערע ניוזרום זשורנאליסטן, אבער מען קען כאטש צולייגן אויף א זאך וואס מען שלעפט ארויס פון זכרון אבער מען איז נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס דוכט זיך נאר אזוי, און מען מיינט נאר אז אפשר, וכו' וכו'. עס הערט זיך טאקע ווייניגער באמבאסטיש און קאטעגאריש (און אלס א זייטיגער בענעפיט, עס מאכט די תגובה מער אנגענעם צו ליינען), אבער אז מען ווייסט נישט זיכער שרייבט מען נישט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

מסתמא האט געשריבן:מיין אישו מיט די פעקט טשעקערס איז אז רוב מאל ווארפן זיי אבי זאמד אין די אויגן און שטעלן זיך אויף ארומיגע נקודות וועלכע יעדער פארשטייט אליינס אז סאיז לאו דוקא הונדערט פראצענט אקוראט, חוץ א מעשה וואס די פעקט טשעקערס לייגן לאנגע ארטיקלען אין וועלכע זיי ווארפן צאם פיתאום ורמסס שלא מן הענין און דער ליינער מיט זיין לאו היי-קיו קלערט אז דא ליגט סאם האו דעקונג אויף דעם סאב טאטאל מסקנה/קעפל וועלכע לייגט מיסטעריעזיש בלויז איין פארטיי כסדר די הויזן אויפן פייער

בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

והאחרון והוא העיקר, אויב גייט דער פעקט טשעקינג קלויבן פערזענליכע אייוועלט ניקן און זיי טשעלענדזשן און ארינטערייסן איז דאס א חורבן. כבין נישט דא צו דעבאטירן, כזאג בלויז וואס כווייס, כהאלט און כפארשטיי און כבין אבסאלוטלי נישט וויליג מיך צו דארפן כסדר ריינוואשן און אויפווייזן פארוואס יענעמס פעקט טשעקינגס אויף מיינע תגובות זענען אומריכטיג, סאו דאס קען זיין א פאטענציאלע חורבן פאר די חשק צו וועלן שרייבן דא און קען פאטענציעל אנציען די געמיטער גאר שטארק. אבער דאס איז בלויז מיין אבזערוואציע

;l;p-
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מסתמא האט געשריבן:בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

דאס איז די נקודה וואו ס'שטעקט די פראבלעם.

און גראד אין זיין ערשטע תגובה ברענגט ער נאך בעסער ארויס וואס זיין פראבלעם איז

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:למשל דאס:
יענער האט געשריבן:הגם די דעמאקראטן ווילן עס נישט מודה זיין, איז אבער קלאר ווי די טאג אז טראמפ האט געוואונען די 2020 עלעקשאן, מיט קאוויד און די העצערייען אין די מידיא.


;sp; די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג ;sp;




ער הייבט גראד אן מיט זאכן וואס מען דעבאטירט כסדר דא אויף אייוועלט איז יא געווען פראוד אדער איז נישט געווען פראוד. און קומט מיט א פעקט טשעק אז ס'איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג

דאס איז נישט קיין פעקט טשעקינג דאס איז טראלן נאך מיט א נאמען פון פעקט טשעקינג.





אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:
אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט

אפיציעל.....
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

#פארברענגן אשכול אלערט
#בשיטה נישט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זעענדיג דעם קעפל האב איך געמיינט אז מ'רעדט דא פון נאך א טיפיקל קאך לעפל אשכול וואו מ'גייט זיך טענה'ען אויף יעדע זאך אויב ס'איז אמת אדער נישט, עז יוזשועל.

אבער אז מ'רעדט פון א ערנסט מעשה, וואו מ'גייט גיין בכל חומר הדין, מיינעך איז הרב @מסתמא גערעכט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פאר א טשעינדזש א רעפובליקאנער פעקט טשעקער....
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

פאקט טשעק: די אשכול גייט אנהיצן די געמיטער אויפן העכסטען פארנעם.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ווי אזוי וועסטו האבן צייטל איבערציליינען אלע תגובות?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ר' זעקל האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

דאס איז די נקודה וואו ס'שטעקט די פראבלעם.

און גראד אין זיין ערשטע תגובה ברענגט ער נאך בעסער ארויס וואס זיין פראבלעם איז

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:למשל דאס:
יענער האט געשריבן:הגם די דעמאקראטן ווילן עס נישט מודה זיין, איז אבער קלאר ווי די טאג אז טראמפ האט געוואונען די 2020 עלעקשאן, מיט קאוויד און די העצערייען אין די מידיא.


;sp; די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג ;sp;




ער הייבט גראד אן מיט זאכן וואס מען דעבאטירט כסדר דא אויף אייוועלט איז יא געווען פראוד אדער איז נישט געווען פראוד. און קומט מיט א פעקט טשעק אז ס'איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג

דאס איז נישט קיין פעקט טשעקינג דאס איז טראלן נאך מיט א נאמען פון פעקט טשעקינג.





אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:
אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט

אפיציעל.....


Icymi

דער ציל פון דעם אשכול איז דאך צו עוקר מן השורש זיין אלע סארטן מאדנע קאנספיראציעס וועלכע כאפן זיך אריין

פונקט ווי מען גייט נישט דא נאכאמאל דן זיין צי אידן נוצן אפשר בלוט אין די מצות, אדער צי מען האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה, אדער ראטשילד'ס ספעיס לעיזערס, די זאכן זענען שוין ב"ה אויסגע'פסק'נט למעשה אפילו אויב מיליאנען ווילן זיך איינרעדן אנדערש, איז דאס זעלבע מיט די 2020 עלעקשאנס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער א גוטע איידיע. עלה והצלח. וואס האט דער עולם אזוי מורא? אויב זענט איר נישט צופרידן פון וואס דער פעקט טשעקער באהויפטעט, קענט איר אלעמאל זיך דינגען. ער איז נישט גאט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל, א טראמפ געוואונס אין 2020 דארף זיין קלאר באשטעטיגט. ווילאנג אזא זאך איז נישט באשטעטיגט, אדער עס איז נישט קיין קלאר באווייזן, דאן איז זיין פארלוסט א באשטעטיגטע, און זיין געוואונס באשטעטיגט אלס פאלש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מי חכם האט געשריבן:
דער ציל פון דעם אשכול איז דאך צו עוקר מן השורש זיין אלע סארטן מאדנע קאנספיראציעס וועלכע כאפן זיך אריין

פונקט ווי מען גייט נישט דא נאכאמאל דן זיין צי אידן נוצן אפשר בלוט אין די מצות, אדער צי מען האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה, אדער ראטשילד'ס ספעיס לעיזערס, די זאכן זענען שוין ב"ה אויסגע'פסק'נט למעשה אפילו אויב מיליאנען ווילן זיך איינרעדן אנדערש, איז דאס זעלבע מיט די 2020 עלעקשאנס.

א פעקט טשעק אויף אזא סארט זאך גייט נישט העלפן אויסרייסן אזאלכע זאכן נאר ארויפברענגן בייז בליט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דו ווייסט אז יעדעס מאל איינער זאגט אז די האלוקאסט האט ווירקליך פאסירט, ברענגט דאס ארויף בייז בלוט ביי טויזנטער האלוקאסט דענייערס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6769
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

מי חכם האט געשריבן:Icymi

דער ציל פון דעם אשכול איז דאך צו עוקר מן השורש זיין אלע סארטן מאדנע קאנספיראציעס וועלכע כאפן זיך אריין

פונקט ווי מען גייט נישט דא נאכאמאל דן זיין צי אידן נוצן אפשר בלוט אין די מצות, אדער צי מען האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה, אדער ראטשילד'ס ספעיס לעיזערס, די זאכן זענען שוין ב"ה אויסגע'פסק'נט למעשה אפילו אויב מיליאנען ווילן זיך איינרעדן אנדערש, איז דאס זעלבע מיט די 2020 עלעקשאנס.


האבעך גרויס הנאה וואס ליגט אלץ אין איין קאטעגאריע.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:ר' זעקל, א טראמפ געוואונס אין 2020 דארף זיין קלאר באשטעטיגט. ווילאנג אזא זאך איז נישט באשטעטיגט, אדער עס איז נישט קיין קלאר באווייזן, דאן איז זיין פארלוסט א באשטעטיגטע, און זיין געוואונס באשטעטיגט אלס פאלש.

און אויב איז דא נאך אלס אסאך ניקים דא וואס האלטן אז עס איז געווען פראוד ממילא איז ביידען נישט לעדזשימיטלי עלעקטעט און ווען אזא איינער שרייבט אז ביידען איז נישט ערליך עלעקטעט פרעזידענט קומט דער "פעקט טשעקער" און לייגט ארויף אזא "נישט אמת" מארק גייט דאס טוישן יענעמס מיינונג? אדער בלויז ארויסנעמען פון די כלים?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

יונער האט געשריבן:פאקט טשעק: די אשכול גייט אנהיצן די געמיטער אויפן העכסטען פארנעם.


באמת ווייסטו נישט ווען/אויב די געמיטער גייען ווערן אנגעהיצט, אפילו די וואלסט ווען יא געוויסט מיז נישט זיין אז עס גייט געשען, עס איז א אפשר, און די זאגסט עס מיט א זיכערקייט.

-וועגן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן געבן מיר דיין תגבה-

:!: אין קאנטעקסט הערן זיך די ווערטער אינגאנצן אנדערש :!:
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”