גאר שטארקע דרשות געווען דורך טשעירמען טאמפסאן און וויצע טשעיר טשעיני. זי איז א העראו.
שטארקע פרישע ווידעאס געוויזן.
שטארק ארויסגעברענגט דעם המשך הדברים.
שטארק ארויסגעברענגט אז דאס איז געווען אן אויפשטאנד.
געוויזן געווארן איבעראל חוץ אויף פאקס, וואס בשעת מען האט גערעדט האבן זיי געוויזן דעם רעדנער אן ווידעא, אבער בשעת די קליפס האבן זיי אוועקגעדרייט אויך די וויזשועל צו דעם ציבור אין דעם רום אנשטאט דעם קליפ, אויך האבן זיי נישט געהאט קיין ברעיקס, כדאי זייער עולם זאל חלילה נישט הערן גארנישט פון די מאכטפולע פארשטעלונג פון די פאקטן ארום דעם דורכגעפאלענעם אויפשטאנד.
נאך דיטעלס טו פאלאו אם ירצה השם.
--------
מען בויעט אויף א סאלידע עווידענס געבויטן קעיס אז דאס איז דייקא יא געווען אן אויסגערעכענטער פאליטישער אויפשטאנד.
וואס טוט זיך האט געשריבן:מ'דארף נישט פראוון אז דאס איז געווען א אויסגעפלאנט דעטאלירטע אינסארעקשאן איבערצוווארפן די רעגירונג וואס מ'איז איבערגעגאנגען די פלענער מיט טראמפ (און אוודאי נישט, זיין נאנטע סירקל וואלט עס קיינמאל צוגעלאזט).
נאר דאס אליינס צו פראוון אז טראמפ'ס היציגע רעטאריק האט גורם געווען די אינסארעקשאן, און אז בשעת מעשה איז עס געווען ניחא ליה די גאנצע מעשה, איז גענוג צו ווייזן אז ער איז א "געפאר פאר דעמאקראטיע".