שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

די געז פרייז שטייגן יעדן טאג העכער און העכער און וואס טוט די רעגירונג דערצו ???
פון איין זייט הערט מען יעדע שטיק צייט פון קאנגערסלייט אז מ'דארף געבן א ריפאנד פאר אלע מענטש0

אבער זעהט א נייעס וואס אונזער געטרייער און געערטע נייעס באריכטער האט לעצטענס געמאלדן..

אידישליך האט געשריבן:די דעפארטמענט פאר אינערליכע אנגעלעגנהייטן האט געמאלדן אז זיי אנולירן פלענער ארויסצוגעבן 2 אויל גרובירונג קאנטראקטן אין די גאלף אוו מעקסיקא ראיאן זאגנדיג אז דאס קומט נאך וואס קעגנזייטיגע געריכט אורטיילן האבן פארשלעפט די פראצעדור און ארבעט אויפ'ן ארט אזוי אז עס לוינט מער נישט עס ארויסצוגעבן.

אינעם זעלבן סטעיטמענט האט די דעפארטמענט אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט פאראויס גיין מיט'ן פארדינגען אלאסקע'ס 'קוק אינלעט', א שמאלער פאס ים פון 180 מייל לאנג וועלכע ציהט זיך פונעם גאלף אוו אלאסקע וועלכע פארמאגט פאטענציאל אליינס איבער א מיליאן אקער פון נאטורליכע אויל און גאז, אנגעבנדיג אז די ענערגיע אינדוסטריע האט נישט געצייגט קיין גרויס אינטערעסע אין ארויסדינגען דאס ארט.

די באשלוס וועלכע ווערט אנגעקוקט אלס א פאזיטיווער אקט דורך די ענווייראמענטאלע גרופעס איבער'ן לאנד, קומט אין א צייט ווען אויל און גאזאלין פרייזן איבער'ן לאנד דערגרייכן היסטארישע הויכן, און נאך וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו צושטעלן גאזאלין פאר אייראפעאישע לענדער וועלכע זוכן נישט צו זיין אנגעוויזן אויף רוסלאנד פאר זייערע ענערגיע געברויכן.

דאס איז נעקסט לעוועל וויאזוי די רעגירונג טינקט זיך איין דאס קאפ אין זאמד און אנשטאטס טרייען צו העלפן אראפצוקלאפן די פרייזן בלאקירן זיי צו גראבן פאר אויל און גאז, הגם בעצם קען מען זיי נאך אפשר פארשטיין צוליב זייערע נארישע קלימאט סיבות אבער פליס נישט אינמיטן אזוינע הויכע געז פרייזן קריזיס..

באזונדער וואלטן זיי געברויכט אראפצונעמען די הויכע געז טעקסעס עכ"פ ביז די פרייז גייט אראפ..

חברה לאמיר אויסשמועסן וואס מ'קען טאן אז די געז פרייזן זאל איבסל אראפגיין...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

האלטסט אז פונקט די 2 מאכן די מאנגל?

__________

פון א קאנסערוואטיווער פוינט אוו וויו האט די רעגירונג נישט וואס זיך אריין צו מישן אין די גאנצע נושא, דאס איז קאפיטאליזם, סופליי ענד דימענד וכו'
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

ס'איז לעכערלעך ביז גאר צו באשילדיגן דעם פרעזידענט ווען אין ווארהייט האט עס קיין ניקל מיט אים. די אדמיניסטראציע טוט וואס זיי קענען צי אראפנידערן די פרייזן ס'איז דא פארשידענע סיבות צוליב די געזאלצענע פרייזן. ווען טראמפ איז ווען פרעזידענט איז ברור כשמש אז סוואלט געווען די זעלביגע.... נאר וואס ווער ס'איז די אמטירענדער פרעזידענט דער כאפט נאו מעטער אויב סהאט מיט אים אדער ניט... ופשוט הוא
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

האלטסט אז פונקט די 2 מאכן די מאנגל?

__________

פון א קאנסערוואטיווער פוינט אוו וויו האט די רעגירונג נישט וואס זיך אריין צו מישן אין די גאנצע נושא, דאס איז קאפיטאליזם, סופליי ענד דימענד וכו'

אפשר בוזטו טאקע מסביר פארוואס גראבט מען נישט דארט ?
מיט אזוינע הויכע פרייזן גלייב איך איז יעדע אויל קאמפעני גרייט צו גראבן, פשטות איז דא דארט אנדערע ליבעראלע שטערונגען.
(שכלווייז האט עס נישט קיין אנדערע הסבר)
--
אבער די פוינט איז אז ווען עס איז א קריזיס מאך נישט שטרענגערע געזעצן..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

eller האט געשריבן:די געז פרייז שטייגן יעדן טאג העכער און העכער און וואס טוט די רעגירונג דערצו ???
פון איין זייט הערט מען יעדע שטיק צייט פון קאנגערסלייט אז מ'דארף געבן א ריפאנד פאר אלע מענטש0

אבער זעהט א נייעס וואס אונזער געטרייער און געערטע נייעס באריכטער האט לעצטענס געמאלדן..

אידישליך האט געשריבן:די דעפארטמענט פאר אינערליכע אנגעלעגנהייטן האט געמאלדן אז זיי אנולירן פלענער ארויסצוגעבן 2 אויל גרובירונג קאנטראקטן אין די גאלף אוו מעקסיקא ראיאן זאגנדיג אז דאס קומט נאך וואס קעגנזייטיגע געריכט אורטיילן האבן פארשלעפט די פראצעדור און ארבעט אויפ'ן ארט אזוי אז עס לוינט מער נישט עס ארויסצוגעבן.

אינעם זעלבן סטעיטמענט האט די דעפארטמענט אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט פאראויס גיין מיט'ן פארדינגען אלאסקע'ס 'קוק אינלעט', א שמאלער פאס ים פון 180 מייל לאנג וועלכע ציהט זיך פונעם גאלף אוו אלאסקע וועלכע פארמאגט פאטענציאל אליינס איבער א מיליאן אקער פון נאטורליכע אויל און גאז, אנגעבנדיג אז די ענערגיע אינדוסטריע האט נישט געצייגט קיין גרויס אינטערעסע אין ארויסדינגען דאס ארט.

די באשלוס וועלכע ווערט אנגעקוקט אלס א פאזיטיווער אקט דורך די ענווייראמענטאלע גרופעס איבער'ן לאנד, קומט אין א צייט ווען אויל און גאזאלין פרייזן איבער'ן לאנד דערגרייכן היסטארישע הויכן, און נאך וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו צושטעלן גאזאלין פאר אייראפעאישע לענדער וועלכע זוכן נישט צו זיין אנגעוויזן אויף רוסלאנד פאר זייערע ענערגיע געברויכן.

דאס איז נעקסט לעוועל וויאזוי די רעגירונג טינקט זיך איין דאס קאפ אין זאמד און אנשטאטס טרייען צו העלפן אראפצוקלאפן די פרייזן בלאקירן זיי צו גראבן פאר אויל און גאז, הגם בעצם קען מען זיי נאך אפשר פארשטיין צוליב זייערע נארישע קלימאט סיבות אבער פליס נישט אינמיטן אזוינע הויכע געז פרייזן קריזיס..

באזונדער וואלטן זיי געברויכט אראפצונעמען די הויכע געז טעקסעס עכ"פ ביז די פרייז גייט אראפ..

חברה לאמיר אויסשמועסן וואס מ'קען טאן אז די געז פרייזן זאל איבסל אראפגיין...

מארבייט אויף פארשידענע אופנים ביליגער צי מאכן די פאמפס צווישן דע אויסטיילן גאז טשעקס אראפמאכן די טעקס (דעס האט עכט מיט יעדער סטעיט באזונדער) בד"וו דעס האט מיט די קאמפעניס זעלבסט סאיז לעכערלעך אין נאריש צי טייטלען אויף דער אדמיניסטראציע יעדער ווייסט אז סאיז סאיז דא פערמיטס אין די קאמפעניס האלטן ביי זיראו

eller האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

האלטסט אז פונקט די 2 מאכן די מאנגל?

__________

פון א קאנסערוואטיווער פוינט אוו וויו האט די רעגירונג נישט וואס זיך אריין צו מישן אין די גאנצע נושא, דאס איז קאפיטאליזם, סופליי ענד דימענד וכו'

אפשר בוזטו טאקע מסביר פארוואס גראבט מען נישט דארט ?
מיט אזוינע הויכע פרייזן גלייב איך איז יעדע אויל קאמפעני גרייט צו גראבן, פשטות איז דא דארט אנדערע ליבעראלע שטערונגען.
(שכלווייז האט עס נישט קיין אנדערע הסבר)
--
אבער די פוינט איז אז ווען עס איז א קריזיס מאך נישט שטרענגערע געזעצן..
די קאמפאניעס דריקט נישט גארנישט זיי זענען העכסט צופרידן צי מאכן די געזאלצענע פרייזן

נאר אויף שימחות האט געשריבן:

אזוי אויך ארויסלאזן אויל פין די רעזערווירן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אז האלב אמעריקא איז לעכערלעך און נאריש ווייסן מיר שוין, ער פרעגט א גוטע פראגע פארוואס איז טאקע דא אזויפיל אומבאנוצטע פערמיטן. אז איר ווייסט נישט די סיבה, לאזט א צווייטן ענטפערן.

@פאלעקס; נו דאס איז וואס די קאנסערוועטיוון זאגן, הער אויף צו זיך אריינמישן מיט רעגולאציעס און לענד פרעזערוואציעס. הער אויף מיטן טעקסן די אינדוסטרי כדי צו סעיוון דעם פלאנעט. לעט קאפיטאליזם רול...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפל:

מען געבט ארויס א מיליאן פעסער יעדן טאג.

מען לעקט זיך ליידער צו די סאודי'ס, אפשר וועט מען עפעס פועל'ן ביי זיי.

מען וויל אראפנעמען די גאז טעקס, אבער די רעפאבליקאנער לאזן נישט.

מען וויל איינצוימען אביסל וויפיל די פירמעס קענען בעטן, די רעפאבליקאנער לאזן דאס אויך נישט.

די פערמיטן וואס מען האט מבטל געווען איז געווען טויטע פלעצער וואס קיינער האט עניוועי נישט געוואלט גראבן דארט די אלע יארן וואס יענע פלעצער זענען געווען אפן.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובה דורך פארדינט »

צל עובר האט געשריבן:צום קעפל:

איך מיין מען זאל זיך לעקן צו די אמעריקאנער קאמפאניס וועט מען בעסער אנקומען.

פארוואס?

וואס איז מיט סופליי און דימענד?

די פערמיטן וואס מען האט מבטל געווען איז געווען טויטע פלעצער וואס קיינער האט עניוועי נישט געוואלט גראבן דארט די אלע יארן וואס יענע פלעצער זענען געווען אפן.
וויאזוי איז עס געווארן טויט?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

פארדינט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום קעפל:

מען געבט ארויס א מיליאן פעסער יעדן טאג.

מען לעקט זיך ליידער צו די סאודי'ס, אפשר וועט מען עפעס פועל'ן ביי זיי.
איך מיין מען זאל זיך לעקן צו די אמעריקאנער קאמפאניס וועט מען בעסער אנקומען.
מ'האלט שוין נאכדעם
מען וויל אראפנעמען די גאז טעקס, אבער די רעפאבליקאנער לאזן נישט.
פארוואס?
דעס קענסטו פרעגן טעד קרוז
מען וויל איינצוימען אביסל וויפיל די פירמעס קענען בעטן, די רעפאבליקאנער לאזן דאס אויך נישט.
וואס איז מיט סופליי און דימענד? סהאט נישט קיין שייכות

די פערמיטן וואס מען האט מבטל געווען איז געווען טויטע פלעצער וואס קיינער האט עניוועי נישט געוואלט גראבן דארט די אלע יארן וואס יענע פלעצער זענען געווען אפן.
וויאזוי איז עס געווארן טויט?
אויסגעטריקנט
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

וואס ווילסטו פונעם פרעזידענט? פוטין און טראמפ זענען שולדיג, גיי רעד צו זיי. דער פרעזידענט איז גענצליך אומשולדיג דא. ער האט אליין געזאגט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום קעפל:

מען געבט ארויס א מיליאן פעסער יעדן טאג.

מען לעקט זיך ליידער צו די סאודי'ס, אפשר וועט מען עפעס פועל'ן ביי זיי.
איך מיין מען זאל זיך לעקן צו די אמעריקאנער קאמפאניס וועט מען בעסער אנקומען.
מ'האלט שוין נאכדעם
מען וויל אראפנעמען די גאז טעקס, אבער די רעפאבליקאנער לאזן נישט.
פארוואס?
דעס קענסטו פרעגן טעד קרוז
מען וויל איינצוימען אביסל וויפיל די פירמעס קענען בעטן, די רעפאבליקאנער לאזן דאס אויך נישט.
וואס איז מיט סופליי און דימענד? סהאט נישט קיין שייכות

די פערמיטן וואס מען האט מבטל געווען איז געווען טויטע פלעצער וואס קיינער האט עניוועי נישט געוואלט גראבן דארט די אלע יארן וואס יענע פלעצער זענען געווען אפן.
וויאזוי איז עס געווארן טויט?
אויסגעטריקנט

1) מיט וואס און וויאזוי האט מען זיך געלעקט צו די אמעריקאנער קאמפאניס?
2) וואס טענה'ט טעד קרוז?
3) פארוואס האט די פרייז נישט קיין שייכות מיט סופליי און דימענד?
4) אויב ס'איז סתם אויסגעטריקנט, פארוואס דארף מען מבטל זיין די פערמיט, וועם באדערט אז מ'גראבט?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

די נומבער איז 9000 נישט 900.
אויך זענען רוב דערפון אפגעהאלטן צוליב רעגולעטארי פראבלעמען (ליין: גאווערנמענט שטערונגען) און פריוואטע לאוסוטס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

האלטסט אז פונקט די 2 מאכן די מאנגל?

__________

פון א קאנסערוואטיווער פוינט אוו וויו האט די רעגירונג נישט וואס זיך אריין צו מישן אין די גאנצע נושא, דאס איז קאפיטאליזם, סופליי ענד דימענד וכו'

אפשר בוזטו טאקע מסביר פארוואס גראבט מען נישט דארט ?
מיט אזוינע הויכע פרייזן גלייב איך איז יעדע אויל קאמפעני גרייט צו גראבן, פשטות איז דא דארט אנדערע ליבעראלע שטערונגען.
(שכלווייז האט עס נישט קיין אנדערע הסבר)
--
אבער די פוינט איז אז ווען עס איז א קריזיס מאך נישט שטרענגערע געזעצן..
די קאמפאניעס דריקט נישט גארנישט זיי זענען העכסט צופרידן צי מאכן די געזאלצענע פרייזן

מאכט נישט קיין סענס, עס דארפן אלץ אריינקומען פרישע קאמפעניס וואס זענען מסכים צי מאכן אביסל ווייניגער און דעס דארף העלפן מיט די פרייזן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יענע פלעצער האבן לכאורה מעיקרא נישט געהאט קיין אויל.

בנוגע די אמעריקאנער פירמעס, דאס איז די גראבן טשארט, ביידן איז געווארן פרעזידענט ביי די בלויע עראו, מערקט דעם קאוויד קראך.
Screenshot_20220527-121328_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20220527-121328_WhatsAppBusiness.jpg (121.95 KiB) געזען 2065 מאל
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צעת (צום ערטן תגובה)

עס איז יעצט פארהאן איבער 900 אפענע אומבאנוצטע פערמיטן צו גראבן

האלטסט אז פונקט די 2 מאכן די מאנגל?

אוודאי גראבן זיי נישט דארטן, ווייל ווערט זוכט צו אינוועסטירן אין א אינדוסטרי וואס די אמעריקאנע רעגירונג זוכט אונטערצוברענגען
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

אייביג ווען מען רעדט פין די נושע זענען דא וואס זאגן ”ביידען איז גארנישט שילדיג! עס איז דא אזויפיל אין אזויפיל פערמיטס צי גראבן אין קיינער גראבט נישט דארט”. איך ווייס נאר נישט פארוואס די אלע פאר זעען א פאקט אז די רעגע ביידען איז געווארן פרעזידענט איז געז ארויף. נאך אסאך פאר פוטין איז אריין אין קריג סא וואס איז פשט?? די זאך איז זייער סימפעל. ביידען האט גלייך אפגעשטעלט די פייפ ליין וואס האט געדארפט געבויט ווערן פינטעל. די מניט וואס טראמט האט עס אפפראפט איז געז געפאלן וועגן אמת עס איז דא קוועלער וואס מען קען גראבן אבער עס איז נישט ווי א פייפ וואס ברענגט יעדן טאג מיליאנס אויף געז. סא פליס זאל מיר קיינער דא נישט טרייען צי זאגן אז ביידען איז נישט שילדיג אין די הויכע געז פרייזן. (יא געז וואלט זיכער געווען טייערער יעצט אבער נישט די פרייזן)
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

גארנישט

אין אמתן טוען זיי מעשים, אבער גארנישט וואס מאכט טאקע א חילוק
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

יאנאש האט געשריבן:אז האלב אמעריקא איז לעכערלעך און נאריש ווייסן מיר שוין, ער פרעגט א גוטע פראגע פארוואס איז טאקע דא אזויפיל אומבאנוצטע פערמיטן. אז איר ווייסט נישט די סיבה, לאזט א צווייטן ענטפערן.

@פאלעקס; נו דאס איז וואס די קאנסערוועטיוון זאגן, הער אויף צו זיך אריינמישן מיט רעגולאציעס און לענד פרעזערוואציעס. הער אויף מיטן טעקסן די אינדוסטרי כדי צו סעיוון דעם פלאנעט. לעט קאפיטאליזם רול...

א פאר תירוצים וואס איך האב געזעהן לעצטנס.

עס נעמט יארן ביז מען זעהט אויל פון ווען מען הייבט אן גראבן, און קיינער ווייסט נישט די פרייז ווען די אויל גייט ווערן רעדי.

די אויל קאמפעניס האבן געהאט זייער שווערע פארלאסטן ביי קאוויד ווען פרייזן זענען געווען נעגעטיוו, גראבן קאסט אסאך געלט, און זיי ווילן יעצט אביסל צופירן שטעלן זייערע אינוועסטירער מיט געשמאקע פראפיטן.

די קלימאט פאר אויל איז מוירדיג אומזיכער, יעצט האט זיך עס אביסל בארוהיגט, אבער פאר די הויכע פרייזן האבן בענק אנגעהויבן אפצוזאגן אויל קאמפעניס, עס איז דא ESG וואס מאכט אז קאמפעניס זאלן נישט וועלן האבן קיין שייכות מיט אויל, סא פאר לאנג טערם ווילן זיי נישט אינוועסטירן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי זאג איך האט געשריבן:אייביג ווען מען רעדט פין די נושע זענען דא וואס זאגן ”ביידען איז גארנישט שילדיג! עס איז דא אזויפיל אין אזויפיל פערמיטס צי גראבן אין קיינער גראבט נישט דארט”. איך ווייס נאר נישט פארוואס די אלע פאר זעען א פאקט אז די רעגע ביידען איז געווארן פרעזידענט איז געז ארויף. נאך אסאך פאר פוטין איז אריין אין קריג סא וואס איז פשט?? די זאך איז זייער סימפעל. ביידען האט גלייך אפגעשטעלט די פייפ ליין וואס האט געדארפט געבויט ווערן פינטעל. די מינוט וואס טראמפ האט עס אפפראפט איז געז געפאלן וועגן אמת עס איז דא קוועלער וואס מען קען גראבן אבער עס איז נישט ווי א פייפ וואס ברענגט יעדן טאג מיליאנס אויף געז. סא פליס זאל מיר קיינער דא נישט טרייען צי זאגן אז ביידען איז נישט שילדיג אין די הויכע געז פרייזן. (יא געז וואלט זיכער געווען טייערער יעצט אבער נישט די פרייזן)

געז איז ארויף סאך פאר ביידן איז געווארן פרעזידענט, פון ווען די לאקדאונדס האבן זיך געענדיגט.

אויך זעהט מען ווי עס ארויף ווען מען האט געשמועסט פון קריג, ארויפגעשאסן ווען די קריג האט אויסגעבראכן, זיך אנהויב בארואיגט, ארויף נאך העכער צוליב די אי יו אויל עמבארגא אויף רוסלאנד.

ביידן איז געווארן פרעזידענט ביי די בלויע עראו

Screenshot_20220530-190052_WhatsAppBusiness.jpg (236.92 KiB) געזען 1783 מאל

איז געווען געז אונטער 2.00 דאלער בימי טראמפ? יא, בימי קאוויד.

[offtopic]קיינער האט מיר נאכנישט מסביר געווען וואס א פייפליין צו ברענגען קאנאדישע אויל גרינגער קיין אמעריקע, האט מיט אויל סופליי, ווער רעדט נאך אמעריקאנער אויל סופליי.[/offtopic]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך נעם דעם טשארט פון דא

האמיר געמאכט דעם טשארט אביסל לענגער, פאר די לעצטע 6 יאר, זעהט מען קלאר אז טראמפ'ס באשטעטיגן דעם פייפליין האט אפשר געמאכט קוים א פיצי דענט אין די גאזאלין פרייזן, וועלכע זענען לאו דוקא געווען נידעריגער אונטער טראמפ ווי סוף ימי אבאמע, מיטן אויסנאם פון קאוויד שטייצעך, און ווי די מלחמה איז טאקע דאס וואס האט גענומען די שוין בארואיגטע פרייזן אונטער ביידן, צו פרישע אסטראנאמישע פרייזן.

די ערשטע עראו לינקס איז ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט, און צוויי טאג דערויף באשטעטיגט דעם פייפליין, די צווייטע עראו איז װען ביידן איז געווארן פרעזידענט און תיקף מבטל געווען דעם פייפליין.

Screenshot_20220530-191028_WhatsAppBusiness.jpg (245.62 KiB) געזען 1723 מאל
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

פון די טשארט זעהט אויס ווי ס'האט אנגעפאנגען ארויפגיין פונקט ווען ביידען האט געווינען אין נאוועמבער.

און לאמיר פארשטיין פארוואס טאקע איז די פרייז אזוי שטארק ארויף אפי' פאר די מלחמה אין אוקריינע, האט דען נישט די סופליי געקענט מיטוואקסן גענוג שנעל מיט די דימענד?
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עובדיה האט געשריבן:פון די טשארט זעהט אויס ווי ס'האט אנגעפאנגען ארויפגיין פונקט ווען ביידען האט געווינען אין נאוועמבער.

און לאמיר פארשטיין פארוואס טאקע איז די פרייז אזוי שטארק ארויף אפי' פאר די מלחמה אין אוקריינע, האט דען נישט די סופליי געקענט מיטוואקסן גענוג שנעל מיט די דימענד?

דאן איז אנגעקומען די וואקסין און די פולע רעקאווערי פון קאוויד, דאס האט עס צוריקגעברענגט צו די פרי קאוויד פרייזן. נאכדעם האט אנגעהויבן ווערן היציג מיט רוסלאנד וואס האט עס ארויפגעשאסן נאך העכער צום רעקארד.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
[offtopic]קיינער האט מיר נאכנישט מסביר געווען וואס א פייפליין צו ברענגען קאנאדישע אויל גרינגער קיין אמעריקע, האט מיט אויל סופליי, ווער רעדט נאך אמעריקאנער אויל סופליי.[/offtopic]

זיי קודם מסביר פארוואס נישט
אז מ'קען ברענגען דאפלט סופליי אין די זעלבע צייט איז דא מער סופליי
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”