פון איין זייט הערט מען יעדע שטיק צייט פון קאנגערסלייט אז מ'דארף געבן א ריפאנד פאר אלע מענטש0
אבער זעהט א נייעס וואס אונזער געטרייער און געערטע נייעס באריכטער האט לעצטענס געמאלדן..
אידישליך האט געשריבן:די דעפארטמענט פאר אינערליכע אנגעלעגנהייטן האט געמאלדן אז זיי אנולירן פלענער ארויסצוגעבן 2 אויל גרובירונג קאנטראקטן אין די גאלף אוו מעקסיקא ראיאן זאגנדיג אז דאס קומט נאך וואס קעגנזייטיגע געריכט אורטיילן האבן פארשלעפט די פראצעדור און ארבעט אויפ'ן ארט אזוי אז עס לוינט מער נישט עס ארויסצוגעבן.
אינעם זעלבן סטעיטמענט האט די דעפארטמענט אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט פאראויס גיין מיט'ן פארדינגען אלאסקע'ס 'קוק אינלעט', א שמאלער פאס ים פון 180 מייל לאנג וועלכע ציהט זיך פונעם גאלף אוו אלאסקע וועלכע פארמאגט פאטענציאל אליינס איבער א מיליאן אקער פון נאטורליכע אויל און גאז, אנגעבנדיג אז די ענערגיע אינדוסטריע האט נישט געצייגט קיין גרויס אינטערעסע אין ארויסדינגען דאס ארט.
די באשלוס וועלכע ווערט אנגעקוקט אלס א פאזיטיווער אקט דורך די ענווייראמענטאלע גרופעס איבער'ן לאנד, קומט אין א צייט ווען אויל און גאזאלין פרייזן איבער'ן לאנד דערגרייכן היסטארישע הויכן, און נאך וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו צושטעלן גאזאלין פאר אייראפעאישע לענדער וועלכע זוכן נישט צו זיין אנגעוויזן אויף רוסלאנד פאר זייערע ענערגיע געברויכן.
דאס איז נעקסט לעוועל וויאזוי די רעגירונג טינקט זיך איין דאס קאפ אין זאמד און אנשטאטס טרייען צו העלפן אראפצוקלאפן די פרייזן בלאקירן זיי צו גראבן פאר אויל און גאז, הגם בעצם קען מען זיי נאך אפשר פארשטיין צוליב זייערע נארישע קלימאט סיבות אבער פליס נישט אינמיטן אזוינע הויכע געז פרייזן קריזיס..
באזונדער וואלטן זיי געברויכט אראפצונעמען די הויכע געז טעקסעס עכ"פ ביז די פרייז גייט אראפ..
חברה לאמיר אויסשמועסן וואס מ'קען טאן אז די געז פרייזן זאל איבסל אראפגיין...