צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב געטראפן אויף טוויטער א באשרייבונג פון א גרויסע פארשער אין וועלטליכע געשעהנישן מיט די נאמען איריס בוקר, דער שרייבער לייגט אראפ א שרעקליכע בילד פון אמעריקא, ס'האט מיר געגעבן א שאקל, ס'זעט זיך ארויס פון די שורות די סאציאליסטישע מיינונג פונעם שרייבער, אבער היות איך האב עס געפינען גאר אינטערסאנט און געווענטליך רעדט יענער צו די זאך, האב איך געקלערט עס אריבערצוברענגען קיין אייוועלט דורכן עס איבערטייטשן פון היברו אויף אידיש, ס'איז צאמגעשטעלט פון צוויי חלקים וואס גייען מער ווייניגער איינס נאכן צווייטן מיט קליינליכע חזרות, אינעם צווייטן, איך האף ס'האט נישט פארלוירן די טעם אין די טראנסלאציע.

די פאראייניגטע שטאטן איז א אימפעריע וואס צוברעקלט זיך

אימפעריע'ס פאלן נישט, זיי ברעכן נישט אונטער זיי צוברעקלען זיך נאר פון אינעווייניג, סאיז נישט גענוג צו זיין רייך מיט א שטארקע מיליטער און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, די שטארקייט פון א לאנד קומט פון די מענטשליכע חומר וואס זי פארמאגט און איר מעגליכקייט צו אינוועסטירן אינעם קומענדיגן גענעראציע.

צעהן שטאטן אין אמעריקא שטייען צוועלף פראצענט איינוואוינער אונטערן ארימקייט ליניע, וויאזוי געשעהט אזא זאך צו א רייכע לאנד? דאס איז נישט דווקא אין די ארימע דרום, ניו יארק און קאליפארניע שטייען ביים שפיץ מיט אכצן פראצענט אונטער די פאווערטי ליין.

46 פראצענט אמעריקאנע בירגער זענען אוביס, אין די דרום שטאטן האבן איינס פון יעדע פיר מענטשן נישט געענדיגט הויעך שולע, די ראטע פון קינדער וואס שטארבן ביים געבורט איז נאנט צו די ראטעס וואס מ'זעהט אין די דריטע וועלט לענדער און די רשימה ציהט זיך נאך לאנג.

אינפארסטראקטשער

די אינפארסטראקטשער עלעקטעריסיטי און די באנען ארבעטן ווי די קאפיטאליסטישע סיסטעם אז מ'אינוועסט נאר דארט ווי ס'לוינט זיך, ס'קומט אויס אז די דרום פלעגט אמאל זיין רייך און אהערגעשטעלט וועגן די פארמערס און די קנעכט, אבער היינטיגע צייטן איז נישט דא קיין סיבה צו משקיע זיין אין די קלענערע שטעט ווייל ס'קומט נישט ארויס קיין פראפיטס און די אינפארסטראקטשער צופאלט, לעכער אין די ראודס, בריקן פאלן איין, פייפס פלאצן, און ס'איז דא לעקטעריק ווייערס ווי אין פאקיסטאן.

דאס איז נישט א זאך וואס איז געשעהן לעצטנס, דאס גייט שוין אזוי יארן וואס ס'ווערט חרוב בלייבט אזוי חרוב וויאזוי ס'איז געבליבן, ס'איז מיר אויסגעקומען צו וואוינען אין נעשוויל טענעסי פאר א שטיק צייט, די שטאט פאר זיך איז הערליך אלעס קלאפט, אבער אז מ'פארט א שעה ארויס פון שטאט קוקט עס אויס ווי א דריטע וועלט לאנד.

ארבעטס פלעצער

קאמפאניס וואלטן געקומען זיך באזעצן אין די דרום שטאטן, די האוזינג איז ביליג דארט וואס דאס ציהט ארבעטערס, ווייל די לעבן איז ביליג, און טעקסעס זענען ביליג, אבער וועלכע פאבריק וויל אריבערמופן צו א געגנט וואס ס'איז נישט דא קיין נארמאלע שולע'ס קיין נארמאלע שפיטעלער, פארקס וכדומה, און וועלכע קאמפאני וועט גיין צו א פלאץ וואס די אינפארסטרוקטשער איז נישט מסודר?

העלטה אינשורענס

ס'איז מטורף וויאזוי סאסייעטי קען צופאלן אן העלטה אינשורענס, א סאשעליסטישע לאנד האלט אויס די געזונט פון אירע בירגער, פאר דעם איז איר וויכטיג די געזונט פון די לאנדסלייט,
לאמיר נעמען די פראבלעם פון איבערוואג, זיך אפגעבן מיט א צוקער ליידנדער קאסט א הון תועפות ווייל ס'איז א כראנישע פראבלעם, א סאציאליסטישע לאנד וועט טון די מאקסימום וואס ס'איז שייך אז ס'זאל נישט זיין קיין סך מענטשן וואס ליידן אויף צוקער, א דייעטישן קאסט סך ביליגער ווי א צוקער פאציענט וועגן דעם וועלן זיי טון פעולות צוריק צוהאלטן צוקער און פעשליכקייט, און זיכער מאכן צו אויפכאפן יענע מעשה גענוג פרי, זיי וועלן אנצייכענען אויף עסן וואס זענען נישט געזונט, נישט אריינברענגען זיסע געטראנקען אין שולע'ס, און זיכער מאכן צוגעבן געזונטע זעטנדיגע מיעלס אין די מוסדות.

א לאנד וואס איז נישט אחריות'דיג קוקט אויס ווי די פאראייניגטע שטאטן וואס איז א קראנקע לאנד, מענטשן שטארבן אין זייערע הייזער ווייל זיי האבן נישט קיין געלט פאר אפעראציעס אדער נעמט מען הלוואות צו דעקן די געזונט קאסטן, און מ'פאלט אריין אין ארימקייט לכבוד דעם, קינדער באקומען נישט די קאמפליצירטע באהאנדלינגען וואס זיי דארפן האבן, ווי טערעפי, געזונטע דייעטס און נאך.

מענטשן וואס גייען דורך עקסידענטס און זיי האבן נישט קיין גוטע אינשורענס האבן נישט די מינדעסטע באשיצונג, זיי פארלירן די זשאבס, די וואס ליידן פון רוקן ווייטאג אדער דארפן ערנסטע אפעראציעס וואס זיי קענען נישט אפארדן בלייבן איבער מיט די איינציגסטע אפציע צו נעמען פילן און אפיודס קעגן די שטארקע ווייטאגן.

מ'געבט זיך אפ מיט זאכן וואס מ'וואלט געקענט אויסהיילן דורך נוצן דעם שטן וואס הייסט אפיודס, דאס איז א מאנסטער וואס האט שוין אוועקגעלייגט מיליאנען, ווייל די דאקטורים באמיען זיך נישט צו ערקלערן וואס ס'איז אדיקציע, זיי ברענגען נישט ארויס די טיפקייט פון די פראבלעם, נישט נאר די חלק די פילינג וואס מ'באקומט ביים ווערן הויעך נאר זיי דארפן ארויסברענגען די פראבלעם פון וואס ס'קומט נאכדעם, ס'הייסט קריעז, וואס געשעהט ווען מ'נעמט נישט די דאזע וואס מ'איז צוגעוואוינט, יעדער מאכט א ים פון געלט דערויף, די אדיקטעד חברה האלטן אין איין צוריקומען צום דאקטאר פאר פרישע פרעסקריבציעס.

פארשטייט זיך אז ס'איז כמעט נישט דא קיין געהעריגע אינסטוטוציעס וואס ארימע מענטשן אן אינשורענס קענען גיין זיך אפצוגעוויינען פון די עדיקשענס, און דאן גייט מען צו העראין און אנדערע מראין בישין, און נאכדעם קומט מען צו צים קעניג פון די סמים די פענטינעל, וואס איז עפעס וואס ציהט הונדערט מאל מער פון העראין, צוויי זאלץ ברעקלעך דערפון קען אוועקלייגן א מענטש, דאס מאכט חרוב די נערוון פון די מענטש, זיבעציג טויזענט מענטשן אין אמעריקע, די רוב דערפון יוגענטליכע, שטארבן יעדע יאר פון אווערדאוז.

אנשטאט טרעפן א לעזונג און זיך אפגעבן מיט די מענטשן וואס זענען עדיקטעד ענדערש, איז מען מער פארנומען מיט די מלחמה קעגן דראגס, און ווער ס'ווערט געראטעוועט פון אווערדאוז דורך מעדעצינען גייט ארויס פון שפיטאל גלייך אהיים אדער צו די גאסן, אנשטאט זיך אפגעבן מיט די אדיקציע אליינס, מ'איז יא אויפגעקומען מיט א צווייטע מהלך אין אמעריקע צו העלפן די וואס מוטשענען זיך מיט די קריעז חלק פון די אדיקציע אבער ס'איז נאר דא צובאקומען אין שפיטאל און נאר פאר געלט, אסאך מענטשן וועלן ענדערש אנגיין מיטן זיך אנדראגן ביזן שטארבן אבי נישט זיך צו דארפן מוטשענען מיט זייערע יסורים.

ס'איז אויך דא קרענק וואס מ'באקומט דורכ'ן זיך שטעכן מיט די זאכן, אין קאנאדא איז דא ספעציעלע צענטערן ווי מ'קען זיך גיין איינשפריצן, זיי האלפן זיכער מאכן אז סאיז סטעריליזירט און אויב ווערט מען אווערדאוזט העלפט מען אויפן פלאץ.
די תפיסות, (נאך א פראפיטבארע ביזנעס אין אמעריקע) זענען פול מיט מענטשן וואס זיצן פארן האנדלען מיט דראגס, נאכן שוין ארויסגיין איינמאל זענען זיי דארט צוריק.

די פרייזן פון די מעדעצינען זענען אזוי משוגע אז ס'איז דא מעדעצינען וואס האבן א הונדערט פראצענט חילוק קעגן די פרייזן אין קאנאדא, שפיטעלער אין אמעריקע טרעפן זיך אויסגעליידיגט פון אסאך בעיסיק מעדעצינען אדער אנדערע באשטאנטיילן וואס מ'דארף פאר אינפיוזשענס אדער קימאו, ווייל די קאמפאניס מאכן נישט גענוג פראפיט אויף די אייטעם'ס מאכן זיי עס נישט.

אין די רייכסטע לאנד שטארבן מענטשן ווייל זיי האבן נישט קיין געלט פאר מעדעצינישע קאסטן, מאמע'ס וואס זענען אדיקטעד פארלירן זייערע קינדער צו די סאציאל אפיס, אבער באקומען נישט קיין הילף זיך אפצוגעוויינען פון די אדיקציעס.

חלק ב

ווען איך האב געוואוינט אין נעשוויל בין איך געפארן מיט פריינט צום טיפן דרום דאס איז געווען מבהילדיגע צו זעהן, מענטשן קוקן אויס אפגעשליסן מ'לעבט און צוחורבעטע הייזער מיט א גראסערי, א באר, און אסאך פעסט פוד לאקאלן, יונגע מאמע'ס דרייען זיך ארום מיט גאנס אבער אן ציינער אין מויל, אנצוקומען צו א שולע דארף מען פארן איבער א שעה וועג די גרעסערע קינדער הערן אויף צו גיין, די ראטע פון די קינדער וואס פאלן ארויס פון די שולע סיסטעם אין די דרום געגענט איז איינס פון יעדע דריי קינדער, נאכגעלאזקייט און דעפרעסיע זעהט זיך אן אויף די פנימער, מענטשן אין די עלטער פון צוואנציג קוקן אויס ווי פערציג.

דאס איז נאך א גענעראציע און נאך א גענעראציע וואס וואקסט אויף, אויף עסן סנעקס און זשאנק פוד, ווייל דאס איז ביליג, און אויב מ'קויפט אויס אין א ריזיגע בעג איז עס נאך ביליגער, די מענטשן דארט האבן טעלעוויזיע אינטערנעט, עסן און אלקאהאל וזהו.

זיי האבן זיך צוגעוואינט צו זיין ארים, דאס איז זייער לעבן, די עוועריזש לעבנס ערווארטונג אין אמעריקע איז שוואכער ווי אין בענגלאדעש, סאיז נישט דא קיין שום ערך פאר עדיוקעישאן, ווייל צו וואס וועט עס העלפן אויב ס'איז סייווי נישט דא קיין ארבעט און ס'איז נישט דא קיין עתיד אזוי ווערט געבוירן נאך א דור צו אומוויסנדשאפט און ארימקייט.

די קאסט אוו ליווינג, טעקסעס און רפואה איז אזוי טייער אז אפילו מענטשן וואס ארבעטן קענען עס נישט דעקן, לאמיר רעדן פון א משפחה וואס איז געווען געדעקט פינאנציעל און די טאטע האט געמאכט א עקסידענט, ער פארלירט גלייך זיין זשאב, ס'גייט נישט נעמען לאנג ביז די משפחה גייט זיך דערזעהן אויפן גאס, ס'איז נישט מעגליך אז ער זאל טרעפן א זשאב וואס זאל דעקן זיין פאמיליע פלאס זיינע רפואה אויסגאבן.

ס'איז דא אזא אזא מושג וואס הייסט דעקאנט, דאס איז א מושג וואס קומט פון די צייטן פון די רומיים וואס די עליטע פלעגן עסן און אויסברעכן די עסן צו קענען עסן נאכאמאל אבער די מענטשן זענען געפאנגען אין איינרעדעניש אז זייער לאנד איז די בעסטע לאנד אין די וועלט, און זיי זענען בלינד צו זעהן וואס טוט זיך אונטער די קארפעט, נישט קיין חילוק וואס גייט געשעהן גייען זיי זיין אין א אילוזיע אז אלעס איז גוט, אין אמעריקא טוט זיך א מצב וואס ס'קוקט אויס זייער גוט די סטאק מארקעט גייט ארויף ס'קוקט אויס ווי אלעס איז א מחיה זיי לעבן אבער אין א באבל זיי האלטן אז זייער קאנסעפט איז די עכטע מציאות, ס'גייט זיי נישט אן וואס טוט זיך אין די ווינקלעך פונעם אימפעריע.

אין רוים פייערט מען וואס גייט מיר אן וואס טוט זיך ווייטער אין די אנדערע עקן פון לאנד, אונז זעמער א רייכע לאנד, די פאליטישאנס ארבעטן פאר די רייכע וואס זיי ארבעטן פאר די פאלטיקאנטן, און די נומבער'ס פון די קאנטע'ס וואקסן, די ארימעלייט לעבן אויך אין אזא דעקאנט מצב ווייל זיי לעבן אויך אין די באבל וואס זיי זעען אויף די טעלעוויזיע, ס'איז דא עסן אינטערנעט דראגס און קירכעס, ס'גייט זיי נישט אן וואס טוט זיך אינדרויסן די עיקר איז אז אונז האבן די מעכטיגסטע לאנד אין די וועלט, ס'איז נישט דא קיין רעוועלוציע און ס'וועט נישט זיין קיין רעוועלוציע ווייל די ערגסטע זאך אין די וועלט איז סאשעליזם ווייל אזוי האט מען אויסגעלערנט די שיטה.

זיי זענען סטאק אין די איינרעדעניש אז אלעס קלאפט און סאשעליזם איז אפגעפרעגט און די שיטה וואס די מענטשהייט זאגט אזוי ערליך איבער ארבעט קעגן זייער אייגענע אינטערעסן, די לינקע פראגרעסיוון וואס קומען מאכן טוישונגען זעען אפילו נישט די מענטשן וואס דארפן זיי, זיי רעדן און דרשענען מאכן פלענער, אבער וויפיל פון זיי וויל אפלאזן זיין שטענדער אינעם אוניווערסיטעט און זיך נעמען טון צו די זאך? זיי זענען אויך סטאק אינעם קאנסעפט אבער נישט קיין חלק פון די מציאות.

פארלירן טראסט אין די פאליטישאנס

צום לעצט נאך א שטארקע פראבלעם וואס אמעריקא מוטשעט זיך איז די מיסטראסט אין די פאליטישאנס אין די יוסטיץ סיסטעם אין די חינוך סיסטעם און אין אלעם וואס א מדינה דארף צושטעלן פאר אירע בירגער, די לאנדסלייט טראסטן נישט גארנישט וואס די לאנד שטעלט אהער, אבער זענען ווייטער פארגלויבט אין די שיטה פון אמעריקא'ס מעכטיקייט.

גאנצעטע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן זענען אריין אין די מכובדיגע ליסטע פון די מערסט מסוכן'דיגע שטעט אין די וועלט, וואס איז געווארן מיט די קאמפיין פון שווארצע לעבנס זענען וויכטיג, ווי איז עס וויכטיג? ווער רעכנט זיך מיט די שווארצע אין די ווייטע דרום? די ווייסע מענטשן וואס קניען אויף די פוס צו בעטן פארגעבונג פון די שווארצע האלטן אז זיי טוען די מערסט נאבעלע שריט וואס ס'איז שייך, און יעצט קענען זיי גיין טרינקען לחיים.

אסאך פון די דרום חברה פרעגן וואס איז שייך צו טון, ס'איז נישט דא מער קיין אמעריקע, נישט אומזינסט נעמען זיי ארויס די פענער פון די פעדעראציע, דאס איז ווייל זיי שפירן זיך מער און מער אפגעהאקט פון אמעריקע, פאר די גאס קוקט עס אויס ווי א שוידערליכע אקט, אן אקט פון ראסיזם, אבער קיינער פרעגט נישט פארוואס טוען זיי עס טאקע?

ראסיזם איז איין סיבה פארוואס זיי נעמען ארויס די פענער, איינע פון די אנדערע סיבות איז, זיי נעמען עס ארויס אלס א אויסדרוק פון נאסטאלזשיע צו די רייכע דרום וואס איז אמאל געווען, וואס איז געווען ווייניגער מסודר, ווייניגער באהאפטן צו די גרויסע שטעט, זיי האבן זיך געשפירט שטארק, ביז די יוניאן איז געקומען און האט זיי צוטרעטן, די פארלוסט אין די מלחמה איז נישט נאר געווען פאר זיי א דערנידערונג, נאר א שטארקע פארלוסט פון זייערע ווירדן און שטאלץ, אנשטאט דעם האבן זיי באקומען א רעגירונג וואס זעהט זיי נישט און קוקט זיי אן ווי פארצייטישע פרימיטיווע מענטשן, זיי ווילן זיך נישט וואקסינירן און זיי ווילן זיך נישט קוואראנטינען ווייל זיי גלייבן נישט אין די גארבעזש וואס די ממסד וואס האט זיי פארלאזט וועט זיי איינטיילן.

און אזעלכע מענטשן ווי טראמפ און דעסענטיס לייגן זיי ארויף אויפן מאפע מיט א צינישקייט, ווייל פון זייער זייט קוקן זיי עס אן ווי די חברה רעכענען זיך מיט זיי, דאס קומט אבער נישט אזוי ווייט פון אהבת מרדכי דאס קומט מער פון די שנאת המן, זיי זענען וויליג צו גלייבן אז די דעמאקראטן זענען באנדיטן, און אז ס'איז דא א דיעפ סטעיט, ווייל זיי קוקן אן די חברה ווי די פארשטעלונג פון שלעכטס און קעגנערס פון רעליגיע, און אטומאטיש קינדער פארכאפערס ווייל דאס טוט די שטן געווענטליך.
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

הממממ.... אמעריקע גייט אינטער וועגן די ווייסע ראסיסטן אין די דרום שטאטן...... שיין זעמיר אויס
די שרעקליכע בילד וואס שטעלט זיך ארויס פין די באשרייבונג איז אז סאיז נאך דא אביסל רעכטע אין אמעריקע.......
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נישט שלעכט אפגעשריבן אבער סמאכט מיר טראכטן אז מדרייט זיך נישט מיט קיין גאנס און די דרום שטאטן נאר מיט פייל און בויגן....
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

פיין!
די זאגסט זייער גוט. איך בין זיכער אז די האסט נאך צו שרייבן איבער די נושא. שרייב, שרייב.
ישר כח.
(אגב, צדיקים האבן געזאגט אז אמעריקע איז אינזער לעצטע סטאנציע אין גלות.נו, אז אמעריקע גייט אינטער, אפשר איז דאס א סימן אויף משוח'ס אנקום?)
(צו תרמב, נעקסטיים שרייב א גרויסע אלף און שרייב אמעריקע)
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אמעריקע איז אן אימפעריע געבויעט פון שוואכע גאווערנמענט קאנטראל
זאל דער פראפעסאר אפשר שטודירן וויאזוי די אמעריקאנער אימפעריע איז בכלל צישטאנד געקומען..

די אמעריקאנער אימפעריע ציברעקלט זיך דורכן אימפלעמענטירן מער און מער גאווערנמענט קאנטראל און דאס איז וואס רעגט אויף די ראציאנאלע בירגער און לייגט בפועל חרוב אמעריקע אויף יעדע לעוול

איין קליינע דוגמה, אין אמעריקע איז די פאבליק טרענספארטעישאן שוואך און נאכגעלאזט ווייל דא איז געווען אלע יארן די לייכטסטע צו אליינס פארמאגן א וויהיקל, סיי די טעקסעס, סיי די געז פרייזן, אלעס,משא"כ יוראפ
קיינער וויל נישט קיין "מעכטיגע" פאבליק טרענספארטעישאן

די יוניאנס האט חרוב געלייגט אמעריקעס סופעריאריטי אין די עקאנאמישע הינזיכט, שטייגענדע רעגולאציעס, שטייגענדע טעקסעס, שטייגענדע מינימום וועידזשעס, דאס אלעס האט פארטריבן גאנצעטע עקאנאמישע סעקטארס וועלכע האבן ציגעשטעלט ארבעטס געלעגנהיינטן

דראג פרייזן האבן א דירעקטע שייכות צו דעם אז די גאווערנמענט רעגולירט די אינשורענס אינדוסטריע און די אינשורענס קאמפעניס קענען זיך נישט דינגען אויף די פרייזן וכו' סאיז מער קאמפליצירט ווי דעם אבער סאיז א נקודה למחשבה

עניוועי, סאיז אן אריכות אבער די לינקע גאווערנמענט פאליסיס האט דעפינעטלי ציברעקלט אמעריקעס מאכט און כסדר וואקסענדע ביג גאווערנמענט איז א דירעקטע סיבה צו די ווייניג גאווערמענט טראסט וואס דאס פאלק האט, אייגענטליך די סיבה פון די קאנסטיטוציע איז צוליב די זעראו גאווערנמענט טראסט וואס אמעריקע האט אין זיך טיעף איינגעווארצלט

אמעריקע איז נישט א מאשרום און פארשטייענדיג די סיבה פון איר ארגינעלע סוקסעס וואלט דער א"ג פראפעסאר אנדערש גערעדט א חוץ אויב ער האלט אז אמעריקע איז קיינמאל נישט געווען סוקסעספול וואס דאן איז די דעבאטע געשלאסן נאך בעפארן אנהייבן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די סיבה פארוואס אינסולין אין אמעריקע קאסט זיבן-צען מאל אזוי טייער ווי אין קאנאדע איז ווייל אין קאנאדע ווערן די אינשורנס פירמעס נישט רעגולירט גענוג?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די סיבה פארוואס אינסולין אין אמעריקע קאסט זיבן-צען מאל אזוי טייער ווי אין קאנאדע איז ווייל אין קאנאדע ווערן די אינשורנס פירמעס נישט רעגולירט גענוג?

ניין, מקען מיט רעגולאציעס טעכניש רעגולירן נאך מער, דארפסט נאר אינגאנצן נאציאנאליזירן די העלט קעיר

אה וואס איז די פראבלעם מיט נאצינאליזירטע העלט קעיר? סאיז א שמועס פאר זיך, בעיסיקלי כוואלט נישט געוואלט גיין צו די DMV פאר א דאקטערס אפוינטמענט

אבער ווען העלט קעיר איז ווען טעכניש א סערוויס און סאיז דא א ריזן קאמפעטישאן וואלט דאך יעדער קאמפיטעט פאר בעסערע דעקונג און גרינגערע דעקונג
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מסתמא האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די סיבה פארוואס אינסולין אין אמעריקע קאסט זיבן-צען מאל אזוי טייער ווי אין קאנאדע איז ווייל אין קאנאדע ווערן די אינשורנס פירמעס נישט רעגולירט גענוג?

ניין, מקען מיט רעגולאציעס טעכניש רעגולירן נאך מער, דארפסט נאר אינגאנצן נאציאנאליזירן די העלט קעיר

...

ס'עפעס?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

אדרבה לייג פאר א מהלך אז דראג פרייזן זאלן ווערן ביליג, כמיין אז מדארף גיין צו א עקסטערע אשכול פאר דעם ווייל סגייט אוועק פון די נושא האשכול וועלכע רעדט בכלליות איבער די דירעקציע פון אמעריקע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען איבער דראג פרייזן און פארבאטן מעדיצין פירמעס צו רעכענען מער פון אמעריקאנער באנוצער ווי פון קאנאדישע באנוצער.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

רעטייערן אפאר פרא פארמא געזעץ געבער
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער שיין @תרמב!

א עקסטערע שכח פארן עס איבערטייטשען אויף מאמע לשון...

לעצם הענין האב איך נישט קיין מיינוג.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מי חכם האט געשריבן:רעטייערן אפאר פרא פארמא געזעץ געבער

די פארמאסוטיקל גנבים וועלן איינקויפן פרישע. זיי זיצן אויף ביליאנען גערויבט פון אלטע און קראנקע אמעריקאנער.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

די קעפל איז גערעכט, אבער לאו דוקא מטעמי'.
ביים דור הפלגה האט השי“ת צעטיילט און צעשפרייט דאס מענטשהייט, ווייל ווילאנג מען איז באחדות איז זייער כח גאר שטארק.

עס איז נישט קיין סוד אז די צעטיילונג ביים אמעריקאנער פאלק ווערט ווייטער און ברייטער.

ווילאנג עס איז געווען די 'פאראייניגטע' שטאטן, האט די הצלחה געשיינט.

נישט בחנם זוכן אמעריקע'ס פיינט אויפצוהעצן די געמיטער.

ודוק כי קצרתי
לעצט פארראכטן דורך יואל ווייס אום מאנטאג מאי 30, 2022 7:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען איבער דראג פרייזן און פארבאטן מעדיצין פירמעס צו רעכענען מער פון אמעריקאנער באנוצער ווי פון קאנאדישע באנוצער.

מ'דארף צוטיילען פון וואספארא דראג מ'רעדט.

למשל אינסולין, די קאסט פאר די קאמפעני איז נאר די פראדאקשען קאסט, דארט דארף מען טאקע רעגיולעטען אז מטאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער.

אבער נייע דראגס וואס ס'קאסט הינדערטע מיליאנען אין ריסערטש און דעוועלאפמענט דארט בעסיקלי באצאלען די אמעריקאנער אז די גאנצע וועלט זאל האבען ביליגע מעדיצין.

סא למשל פפייזער האט אינוועסטעט א ביליאן צו דעוועלאפען א דראג צו היילען אלצהיימערס. די פראדאקשען קאסט פער דויז איז 10$. די פראפיט אויף א סוקסעספול מעדיצין מיז זיין 100% ווייל ער האט דאך 10 אנדערע מעדיצינען וואס האבען זיך נישט אויסגעארבעט ממילא מוזען די סוקסעספולע מעדיצינען קאווערען די אומסוקסעספולע.
די אלוועטליכע אלצהיימער פאפולעשיאן איז 3 מיליאן.
לאמער זאגען אז מ'דאף נאר איין דויז.
1 ביליאן דעוועלאפמענט קאסט פלאס איין ביליאן פראפיט פלאס 30 מיליאן פראדאקשען קאסט קומט אויס צו 2 ביליאן 30 מיליאן. צוטיילט אין 3 מיליאן איז בערך $678 פער דויז.

יעצט קענעדע אין ענגלאנד און פראנקרייך וכו' וכו' זאגען פאר פפייזער איך צאל דיר נאר $200 פער דויז, פון ווי גייען זיי צוריקמאכען זייער געלט? וואס הייסט פון ווי אין אמעריקע וועלן זיי טשארדזען $1500 פער דויז.

יעצט מאלטיפליי דעס מיט יעדע מעדיצינישע מאשין און טעקנאלאדזי, און ס'קומט אויס אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אויס די גאנצע מעדיצינישע וועלט, און נאכדעם קומען די אלע לענדער און זאגען קוק וואס פאר א גוטע העלטה סיסטעם איך האב.
מ'זעהט טאקע אז ווען ס'קומט צו גיין צו א דאקטאר וואס מ'קען נישט שיפטען די קאסט קיין אמעריקע דארפסטע טאקע ווארטען חדשים.

יעצט וואס גייט געשעהן אויב מ'פירט דורך א געזעץ אז מ'טאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער?
אדער גייען די אנדערע לענדער דארפען צאלען זייער פעיר שעיר און זייער בודזעט גייט גיין קראכען.
אדער גייען זיי זאגען איך האלט נישט דערביי, און די מעדיצינען וועלן נישט זיין עוועילעבעל דארט. און דעמאלטס וועלן די אמעריקאנער צאלען נאך טייערער, פלאס אסאך נייע מעדיצינען און טעקנאלאגיס וועלן קיינמאל נישט ווערן דעוועלאפט.

בקיצור אויב די גאנצע וועלט האט נידריגע קאנטראלד פרייזען וועלן אסאך מעדצינען נישט ווערן דעוועלאפט.

אויב די גאנצע וועלט האט יושרדיגע קאנטראלט פרייזען אז די פארמא קאמפעניס זאלן קענען מאכען א פראפיט איז אן עולם התיקון.

אדער די יעצטיגע סיסטעם וואס אמעריקע צאלט אלע ריסערטש און דעוועלאפמענט, און די גאנצע וועלט לאכט פון אמעריקע קוק נאר וואס פאר א גוטע ביליגע העלטה סיסטעם אומנז האמער.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מסתמא האט געשריבן:אמעריקע איז אן אימפעריע געבויעט פון שוואכע גאווערנמענט קאנטראל
זאל דער פראפעסאר אפשר שטודירן וויאזוי די אמעריקאנער אימפעריע איז בכלל צישטאנד געקומען..

די אמעריקאנער אימפעריע ציברעקלט זיך דורכן אימפלעמענטירן מער און מער גאווערנמענט קאנטראל און דאס איז וואס רעגט אויף די ראציאנאלע בירגער און לייגט בפועל חרוב אמעריקע אויף יעדע לעוול

איין קליינע דוגמה, אין אמעריקע איז די פאבליק טרענספארטעישאן שוואך און נאכגעלאזט ווייל דא איז געווען אלע יארן די לייכטסטע צו אליינס פארמאגן א וויהיקל, סיי די טעקסעס, סיי די געז פרייזן, אלעס,משא"כ יוראפ
קיינער וויל נישט קיין "מעכטיגע" פאבליק טרענספארטעישאן

די יוניאנס האט חרוב געלייגט אמעריקעס סופעריאריטי אין די עקאנאמישע הינזיכט, שטייגענדע רעגולאציעס, שטייגענדע טעקסעס, שטייגענדע מינימום וועידזשעס, דאס אלעס האט פארטריבן גאנצעטע עקאנאמישע סעקטארס וועלכע האבן ציגעשטעלט ארבעטס געלעגנהיינטן

דראג פרייזן האבן א דירעקטע שייכות צו דעם אז די גאווערנמענט רעגולירט די אינשורענס אינדוסטריע און די אינשורענס קאמפעניס קענען זיך נישט דינגען אויף די פרייזן וכו' סאיז מער קאמפליצירט ווי דעם אבער סאיז א נקודה למחשבה

עניוועי, סאיז אן אריכות אבער די לינקע גאווערנמענט פאליסיס האט דעפינעטלי ציברעקלט אמעריקעס מאכט און כסדר וואקסענדע ביג גאווערנמענט איז א דירעקטע סיבה צו די ווייניג גאווערמענט טראסט וואס דאס פאלק האט, אייגענטליך די סיבה פון די קאנסטיטוציע איז צוליב די זעראו גאווערנמענט טראסט וואס אמעריקע האט אין זיך טיעף איינגעווארצלט

אמעריקע איז נישט א מאשרום און פארשטייענדיג די סיבה פון איר ארגינעלע סוקסעס וואלט דער א"ג פראפעסאר אנדערש גערעדט א חוץ אויב ער האלט אז אמעריקע איז קיינמאל נישט געווען סוקסעספול וואס דאן איז די דעבאטע געשלאסן נאך בעפארן אנהייבן

ס'איז בעיקר וועגן די פראפיט מאטיוון פון א קליינע קליקע קארופטירטע קאפיטאליסטן וועלכע האבן אויסגעפיגערט וויאזוי צו מאניפולירן סטעיט און פעדעראלע געזעצגעבער אנצוהאלטן און אויסברייטערן זייערע פראפיטן אויפן חשבון פון דער ארעמער ווייסער גוי.
אין די לעצטע דרייסיג יאר איז דאס אנגעוואנדן אין א וויסט-רעכטע מידיע העץ אינדוסטריע וואס מאניפולירט דער ארעמער ווייסער גוי צו גלייבן אין א לאנגע ליסטע פון פאלשע אני-מאמינס און שטימען פאר געזעצגעבער וואס וועלן דורכפירן געזעצן און אריינשטעלן ריכטער וואס וועלן אנהאלטן און אויסברייטערן די געלעגנהייטן פאר די קארופטירטע קאפיטאליסטן צו פראפיטירן אויפן חשבון פון די ארעמע און שוואכע, אפט אויפן חשבון פון די זעלבער ארעמער ווייסער גוי.

די גרעבסטע און קראנקסטע בירגער (קאנצענטרירט אין רורעל געגנטער און אין רויטע סטעיט) געבן צו לייזן די פעטסטע פראפיטן פאר קארופטירטע קאפיטאליסטן.

די אנגעשראקענע פאראנויד gun freaks אין רויטע אמעריקע פארשווענדן שווערע טויזנטער פון זייערע מאגערע געהאלטן אויף געפארפולע און גענצליך אומנויטיגע מלחמה געווער און אמוניציע וואס מאכט זיי נישט קיין ברעקל מער פארזיכערט און הרג'עט צענדליגער טויזנטער א יאר, אריינגערעכנט צענדליגער טויזנטער פון זעלבסטמארדן. (די ברייטע און גרינגע שפע פון אומנויטיגע געווער גיסט זיך אויך איבער צו די קרימינאלע עלעמענט אין די שטעט, ספעציעל אין רויטע סטעיטס אדער בלויע סטעיטס אין שכינות פון רויטע סטעיטס).

פארפאנצערטע שולעס, בולעט-פרוף טאשקעס און טרענירטע סטודענטן. געשוואלענע, אויפגעריסטעט פאליציי אגענטורן. דריי –אדער דרייסיג– מאל אזויפיל בירגער אומגעברענגט דורך פאליציי קרעפטן, און פילפאכיג מער פאליציי אפיציר פאטאליטעטן, אבי די אמוניציע און געלט פליסט.

צענדליגע מיליאנען ארעמע פארדינער פאלן אריין ווי רייפע פרוכט אין די פאסטקעס פון בלוט-דארדשטיגע פעידעי-לענדערס וואו זיי בלייבן פארכאפט אן קיין מעגליכקייט זיך ארויסצוזען און די בלוט זויגערס קענען טרונקען אומגעשטערט.
אויף א ברייטערע, כאטש נישט אזא עקסטרעמע פארנעם, פונקציאנירט די קרעדיט אינדוסטריע וואו לויזע געזעצן פירן נידריגע פארדינער צו ווערן פארכאפט אין א ציקל פון חובות און צינזן צאלונגען בלויז צו קענען דורכמאכן די וואך.

א ברייטע און טיפע נעץ פון געזעצן און געזעץ-אינפארסירונג וואס קומערט זיך נישט מיט פארמיידן פארברעכן אדער פארמינערן ווידער-פארברעכנס, נאר זוכט אנשטאט צו האלטן פיל די אנגעשטאפטע טורמעס מיט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער וואס פאלן אריין אין די סיסטעם און העלפן אויסברייטערן די טייסטערס פון די קליקע וואס פירט די אינדוסטריע.

די גרעסטע און שווערסטע אויטאס וואס זייגן דאס מערסטע אויל, ערמעגליכן די זאפטיגסטע פראפיט קוועלער פאר די אויטא און אויל אינדוסטריע מאגנאטן.

איין קליינע, אבער אויספירליכע אילוסטראציע וויאזוי אן אינדוסטריע האט מאניפולירט אמעריקע און פאר'סמ'ט מיליאנען פאר צענדליגע יאר.

https://environmentalhistory.org/about/ ... 0poisoning.

ריזיגע טייכן פון שוויין-אפפאל אין די בעקיארדס פון ארעמע און מינאריטעט איינוואוינער אויסגעשפרייט דורכאויס די דרום שטאטן פון אמעריקע.

https://www.npr.org/2018/09/22/65069824 ... h-carolina

נאר צוויי פון צווישן הונדערטער ביישפילן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

הבוחר בטוב האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען איבער דראג פרייזן און פארבאטן מעדיצין פירמעס צו רעכענען מער פון אמעריקאנער באנוצער ווי פון קאנאדישע באנוצער.

מ'דארף צוטיילען פון וואספארא דראג מ'רעדט.

למשל אינסולין, די קאסט פאר די קאמפעני איז נאר די פראדאקשען קאסט, דארט דארף מען טאקע רעגיולעטען אז מטאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער.

אבער נייע דראגס וואס ס'קאסט הינדערטע מיליאנען אין ריסערטש און דעוועלאפמענט דארט בעסיקלי באצאלען די אמעריקאנער אז די גאנצע וועלט זאל האבען ביליגע מעדיצין.

סא למשל פפייזער האט אינוועסטעט א ביליאן צו דעוועלאפען א דראג צו היילען אלצהיימערס. די פראדאקשען קאסט פער דויז איז 10$. די פראפיט אויף א סוקסעספול מעדיצין מיז זיין 100% ווייל ער האט דאך 10 אנדערע מעדיצינען וואס האבען זיך נישט אויסגעארבעט ממילא מוזען די סוקסעספולע מעדיצינען קאווערען די אומסוקסעספולע.
די אלוועטליכע אלצהיימער פאפולעשיאן איז 3 מיליאן.
לאמער זאגען אז מ'דאף נאר איין דויז.
1 ביליאן דעוועלאפמענט קאסט פלאס איין ביליאן פראפיט פלאס 30 מיליאן פראדאקשען קאסט קומט אויס צו 2 ביליאן 30 מיליאן. צוטיילט אין 3 מיליאן איז בערך $678 פער דויז.

יעצט קענעדע אין ענגלאנד און פראנקרייך וכו' וכו' זאגען פאר פפייזער איך צאל דיר נאר $200 פער דויז, פון ווי גייען זיי צוריקמאכען זייער געלט? וואס הייסט פון ווי אין אמעריקע וועלן זיי טשארדזען $1500 פער דויז.

יעצט מאלטיפליי דעס מיט יעדע מעדיצינישע מאשין און טעקנאלאדזי, און ס'קומט אויס אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אויס די גאנצע מעדיצינישע וועלט, און נאכדעם קומען די אלע לענדער און זאגען קוק וואס פאר א גוטע העלטה סיסטעם איך האב.
מ'זעהט טאקע אז ווען ס'קומט צו גיין צו א דאקטאר וואס מ'קען נישט שיפטען די קאסט קיין אמעריקע דארפסטע טאקע ווארטען חדשים.

יעצט וואס גייט געשעהן אויב מ'פירט דורך א געזעץ אז מ'טאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער?
אדער גייען די אנדערע לענדער דארפען צאלען זייער פעיר שעיר און זייער בודזעט גייט גיין קראכען.
אדער גייען זיי זאגען איך האלט נישט דערביי, און די מעדיצינען וועלן נישט זיין עוועילעבעל דארט. און דעמאלטס וועלן די אמעריקאנער צאלען נאך טייערער, פלאס אסאך נייע מעדיצינען און טעקנאלאגיס וועלן קיינמאל נישט ווערן דעוועלאפט.

בקיצור אויב די גאנצע וועלט האט נידריגע קאנטראלד פרייזען וועלן אסאך מעדצינען נישט ווערן דעוועלאפט.

אויב די גאנצע וועלט האט יושרדיגע קאנטראלט פרייזען אז די פארמא קאמפעניס זאלן קענען מאכען א פראפיט איז אן עולם התיקון.

אדער די יעצטיגע סיסטעם וואס אמעריקע צאלט אלע ריסערטש און דעוועלאפמענט, און די גאנצע וועלט לאכט פון אמעריקע קוק נאר וואס פאר א גוטע ביליגע העלטה סיסטעם אומנז האמער.

רוב מעדיצינישע אויסטרעפונגען ווערן אנטדעקט אין סייענטיפישע און מעדיצינישע אינסטיטוציעס און א גרויסע טייל פון די טייערע שטודיעס פינאנצירט דורך די אמעריקאנער רעגירונג. אסאך פון די פארגעשריטנסטע מעדיצינישע אויסטרעפונגען קומען פאר אין אייראפע דורך ארטיגע מעדיצין ריזן.
אויך, נאר באהאנדלונגען מיט א גוטע שאנס צו זיין סוקסעספול ווערן אונטערגענומען דורך מעדיצין פירמעס פאר ווייטערע שטודיעס.

עניוועי, די נייע טייערע מעדיצינען מאכן נאר אויס א קליינע טייל פון די פאררוקטע קאסטן וואס אמעריקאנער צאלן און א פשוטע געזעץ אז אמעריקאנער מעגן נישט צאלן מער ווי בירגער אין אנדערע רייכע לענדער, א שטייגער ווי דייטשן און קאנאדער, קען אין א מינוט אויסגלייכן די אומבאלאנס און שפארן ביליאנען פאר אמעריקאנער בירגער אן באדראען די פינאנצירונג פון נייע פארגעשריטנע מעדיצינען.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בקיצור אמעריקע האט טראדיציאנאל די פרייהייט און קאמפעטישאן סעלושאן ווערסוס די דיקטאטורישע רעגולעישאנס סעלושאן

סאיז Wראנג מצד יושר און אומאפעקטיוו, יעצט קען מען דעבאטירן זאך ביי זאך וויאזוי רעגולאציעס קומען צוריק בייסן איין וועג אדער די אנדערע און מאכן חרוב אלץ און אלעמען

די סך הכל איז אז אמעריקעס טראדיציאנאלע סוקסעס קומט אך ורק פון די שווארצע קאפיטאליזם
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

NEJM The Private Sector Discoveries Account for 79–90% of Pharmaceutical Products
https://www.policymed.com/2011/02/nejm- ... ducts.html
אטעטשמענטס
RQ-Illustration-6.png
RQ-Illustration-6.png (84.1 KiB) געזען 7418 מאל
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די סיבה פארוואס אינסולין אין אמעריקע קאסט זיבן-צען מאל אזוי טייער ווי אין קאנאדע איז ווייל אין קאנאדע ווערן די אינשורנס פירמעס נישט רעגולירט גענוג?

די פראבלעם מיט די הויעכע מעדעצינען פרייזן האט זיך אנגעהויבן ווייל די גאווערמענט האט רעגולירט אז קיינער טאר נישט קאמפיטן מיט די גרויסע קאמפאניס, איינמאל קיינער קאמפיט נישט מיט זיי קענען זיי בעטן וויפיל זיי ווילן, מוז זי די גאווערמענט נאך אמאל אריינמישן און רעגולירן די פרייזן.

וואלט זיך די גאווערמענט לכתחילה נישט אריינגעמישט וואלטן די פרייזן קיינמאל געווען הויעך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אויסער מידיצינען, אלטע צי פארגעשריטענע.
דייטשן, קאנאדער –און ענגלענדער, פראנצויזן, שווייצער און אויסטראליער אא"וו– זענען אלע באדייטנד געזונטער ווי אמעריקאנער. לעבן באדייטנד לענגער ווי אמעריקאנער בירגער. זיי צאלן אויך פיל פיל ווייניגער פאר באהאנדלונגען, אפעראציעס, שפיטאל באזוכן, געבורטן און עמערדזשענסי באהאנדלונג ווי אמעריקאנער בירגער.

דאס האט גארנישט מיט מעדיצינען, אלטע צי נייע.

דאס האט פשוט מיט ארטיגע רעגירונגען וואס זענען אינטערעסירט אין די געזונטהייט און לעבנסשפאן פון זייערע בירגער, און נישט אין די פראפיט מאטיוון פון די ארטיגע העלטקעיר אינדוסטריעס.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען איבער דראג פרייזן און פארבאטן מעדיצין פירמעס צו רעכענען מער פון אמעריקאנער באנוצער ווי פון קאנאדישע באנוצער.

מ'דארף צוטיילען פון וואספארא דראג מ'רעדט.

למשל אינסולין, די קאסט פאר די קאמפעני איז נאר די פראדאקשען קאסט, דארט דארף מען טאקע רעגיולעטען אז מטאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער.

אבער נייע דראגס וואס ס'קאסט הינדערטע מיליאנען אין ריסערטש און דעוועלאפמענט דארט בעסיקלי באצאלען די אמעריקאנער אז די גאנצע וועלט זאל האבען ביליגע מעדיצין.

סא למשל פפייזער האט אינוועסטעט א ביליאן צו דעוועלאפען א דראג צו היילען אלצהיימערס. די פראדאקשען קאסט פער דויז איז 10$. די פראפיט אויף א סוקסעספול מעדיצין מיז זיין 100% ווייל ער האט דאך 10 אנדערע מעדיצינען וואס האבען זיך נישט אויסגעארבעט ממילא מוזען די סוקסעספולע מעדיצינען קאווערען די אומסוקסעספולע.
די אלוועטליכע אלצהיימער פאפולעשיאן איז 3 מיליאן.
לאמער זאגען אז מ'דאף נאר איין דויז.
1 ביליאן דעוועלאפמענט קאסט פלאס איין ביליאן פראפיט פלאס 30 מיליאן פראדאקשען קאסט קומט אויס צו 2 ביליאן 30 מיליאן. צוטיילט אין 3 מיליאן איז בערך $678 פער דויז.

יעצט קענעדע אין ענגלאנד און פראנקרייך וכו' וכו' זאגען פאר פפייזער איך צאל דיר נאר $200 פער דויז, פון ווי גייען זיי צוריקמאכען זייער געלט? וואס הייסט פון ווי אין אמעריקע וועלן זיי טשארדזען $1500 פער דויז.

יעצט מאלטיפליי דעס מיט יעדע מעדיצינישע מאשין און טעקנאלאדזי, און ס'קומט אויס אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אויס די גאנצע מעדיצינישע וועלט, און נאכדעם קומען די אלע לענדער און זאגען קוק וואס פאר א גוטע העלטה סיסטעם איך האב.
מ'זעהט טאקע אז ווען ס'קומט צו גיין צו א דאקטאר וואס מ'קען נישט שיפטען די קאסט קיין אמעריקע דארפסטע טאקע ווארטען חדשים.

יעצט וואס גייט געשעהן אויב מ'פירט דורך א געזעץ אז מ'טאר נישט טשארדזען מער ווי אין אנדערע לענדער?
אדער גייען די אנדערע לענדער דארפען צאלען זייער פעיר שעיר און זייער בודזעט גייט גיין קראכען.
אדער גייען זיי זאגען איך האלט נישט דערביי, און די מעדיצינען וועלן נישט זיין עוועילעבעל דארט. און דעמאלטס וועלן די אמעריקאנער צאלען נאך טייערער, פלאס אסאך נייע מעדיצינען און טעקנאלאגיס וועלן קיינמאל נישט ווערן דעוועלאפט.

בקיצור אויב די גאנצע וועלט האט נידריגע קאנטראלד פרייזען וועלן אסאך מעדצינען נישט ווערן דעוועלאפט.

אויב די גאנצע וועלט האט יושרדיגע קאנטראלט פרייזען אז די פארמא קאמפעניס זאלן קענען מאכען א פראפיט איז אן עולם התיקון.

אדער די יעצטיגע סיסטעם וואס אמעריקע צאלט אלע ריסערטש און דעוועלאפמענט, און די גאנצע וועלט לאכט פון אמעריקע קוק נאר וואס פאר א גוטע ביליגע העלטה סיסטעם אומנז האמער.

אסאך פון די פארגעשריטנסטע מעדיצינישע אויסטרעפונגען קומען פאר אין אייראפע דורך ארטיגע מעדיצין ריזן.

And where do you think they make their money
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

הבוחר בטוב האט געשריבן:NEJM The Private Sector Discoveries Account for 79–90% of Pharmaceutical Products
https://www.policymed.com/2011/02/nejm- ... ducts.html

פרייוועט-סעקטאר שטודיע און אנטוויקלונג רעכנט ער אלוועלטליך, NIH איז בלויז די פעדעראלע רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן דורך די נאציאנאלע אינסטיטוט אוו העלטה.

הבוחר בטוב האט געשריבן:...
...

And where do you think they make their money

דא, פון אונז נארנימלעך וואס צאלן ווי טאטעלעך.

I never said the Pharmaceuticals industry is lead by idiots.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאר קלארצושטעלן.
איך נעם נישט קיין שום רעצעפט מעדיצינען, זייער זעלטן אווער-די-קאונטער מעדיצינען. קיינמאל געווען אנגעוויזן אויף אלקאהאל, ציגארעטן, געווירצן, לאטעריעס אד"ג. איך נוץ קרעדיט, אבער איך האב קיינמאל נישט געצאלט א רויטן גרייצער אין צינזן צו די אינדוסטריע. קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די לעגאלע אדער יוסטיץ סיסטעם. קיינמאל פערזענליך געליטן פון די קראנקע וואפן-קולטור אין די פאראייניגטע שטאטן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צי האלט די אמעריקאנע עמפייער ביים צאמברעכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

טוב לב האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די סיבה פארוואס אינסולין אין אמעריקע קאסט זיבן-צען מאל אזוי טייער ווי אין קאנאדע איז ווייל אין קאנאדע ווערן די אינשורנס פירמעס נישט רעגולירט גענוג?

די פראבלעם מיט די הויעכע מעדעצינען פרייזן האט זיך אנגעהויבן ווייל די גאווערמענט האט רעגולירט אז קיינער טאר נישט קאמפיטן מיט די גרויסע קאמפאניס, איינמאל קיינער קאמפיט נישט מיט זיי קענען זיי בעטן וויפיל זיי ווילן, מוז זי די גאווערמענט נאך אמאל אריינמישן און רעגולירן די פרייזן.

וואלט זיך די גאווערמענט לכתחילה נישט אריינגעמישט וואלטן די פרייזן קיינמאל געווען הויעך.

צייכן צו א קוואל אדער מראה מקום צו די רעגולאציע.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”