טראמפ אדער פענס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוועם וואלטסטו געוועלט: טראמפ אדער פענס

טראמפ
160
61%
פענס
101
39%
 
סך הכל שטימען: 261

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל האט געשריבן:פענס האט געפירט די קאוויד רעספאנד טיעם, פיין האט ער געהאט ווען זיך צו צואמפערן מיט טראמפ.

אויסער פאוטשי'ס פלאפלערייען האט די רעספאנס טיעם פיין געארבעט. פענס האט נישט געהאט קיין ווארט קעגן פאוטשי. איינמאל פאוטשי האט באקומען די מאכט איבער קאוויד, האט ער געהאט די מייק. ווען עס איז אבער געקומען צו פאקטישע דעסיזשענס מצד דער ווייסער הויז, איז פענס זייער פיין געווען. פענס איז ווארשיינליך לכתחילה געווען אויף איין פעידזש מיט טראמפ ווען עס איז געקומען צו דער קאוויד אישו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

עניוועיס בעק טו די פוינט, איך וואלט געגאנגן מיט רוב פון די טראמפ וואגן וואס הייסט נישט טראמפ ענדערש ווי פענס, אויב אבער למעשה איז די פארמעסט צווישן פענס אין טראמפ וואלט איך געגאנגן מיט פענס וועם איך זעה אלס א קלוגע געלונגענע קאנסערוועטיווער פערזאן.

ווען די פארמעסט איז אבער צווישן טראמפ אין סיי וועלכע אלטיימער רעפאבליקאנער גיי איך מיט טראמפ.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פענס האט געפירט די קאוויד רעספאנד טיעם, פיין האט ער געהאט ווען זיך צו צואמפערן מיט טראמפ.

אויסער פאוטשי'ס פלאפלערייען האט די רעספאנס טיעם פיין געארבעט. פענס האט נישט געהאט קיין ווארט קעגן פאוטשי. איינמאל פאוטשי האט באקומען די מאכט איבער קאוויד, האט ער געהאט די מייק. ווען עס איז אבער געקומען צו פאקטישע דעסיזשענס מצד דער ווייסער הויז, איז פענס זייער פיין געווען. פענס איז ווארשיינליך לכתחילה געווען אויף איין פעידזש מיט טראמפ ווען עס איז געקומען צו דער קאוויד אישו.

דו ווייסט שוין אויף וואסערע פעידזש טראמפ איז געווען אויף קאוויד? איך נישט...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אנטי העווי לאקדאונס, פראו מעסיוו מעדיקעל טריעטמענט, פראו וואקסין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פענס האט געפירט די קאוויד רעספאנד טיעם, פיין האט ער געהאט ווען זיך צו צואמפערן מיט טראמפ.

אויסער פאוטשי'ס פלאפלערייען האט די רעספאנס טיעם פיין געארבעט. פענס האט נישט געהאט קיין ווארט קעגן פאוטשי. איינמאל פאוטשי האט באקומען די מאכט איבער קאוויד, האט ער געהאט די מייק. ווען עס איז אבער געקומען צו פאקטישע דעסיזשענס מצד דער ווייסער הויז, איז פענס זייער פיין געווען. פענס איז ווארשיינליך לכתחילה געווען אויף איין פעידזש מיט טראמפ ווען עס איז געקומען צו דער קאוויד אישו.

דו ווייסט שוין אויף וואסערע פעידזש טראמפ איז געווען אויף קאוויד? איך נישט...

נישט געווען קיין פעידזשעס דעמאלטס, טראמפ איז געווען גוט פארלוירן, און פאוטשי מיט די מידיע האבן געפירט דאס לאנד..

אופססס פארגעסן פון קאומאו...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:אנטי העווי לאקדאונס, פראו מעסיוו מעדיקעל טריעטמענט, פראו וואקסין.

דו רעדסט פון שפעטער, וואס אפילו דעמאלטס האט ער אויך זייער וויייג געטוהן.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

אופפפס פארגעסן פון די בליעטש...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

טוה א טובה האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פענס האט געפירט די קאוויד רעספאנד טיעם, פיין האט ער געהאט ווען זיך צו צואמפערן מיט טראמפ.

אויסער פאוטשי'ס פלאפלערייען האט די רעספאנס טיעם פיין געארבעט. פענס האט נישט געהאט קיין ווארט קעגן פאוטשי. איינמאל פאוטשי האט באקומען די מאכט איבער קאוויד, האט ער געהאט די מייק. ווען עס איז אבער געקומען צו פאקטישע דעסיזשענס מצד דער ווייסער הויז, איז פענס זייער פיין געווען. פענס איז ווארשיינליך לכתחילה געווען אויף איין פעידזש מיט טראמפ ווען עס איז געקומען צו דער קאוויד אישו.

דו ווייסט שוין אויף וואסערע פעידזש טראמפ איז געווען אויף קאוויד? איך נישט...

נישט געווען קיין פעידזשעס דעמאלטס, טראמפ איז געווען גוט פארלוירן, און פאוטשי מיט די מידיע האבן געפירט דאס לאנד..

אופססס פארגעסן פון קאומאו...

בינעך טאקע נייגעריג וועמנס שוואכקייט סהאט געקאזט די זיך צושטעלן צו די דעמאקרעטס פענס אדער טראמפ?
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

לקדש שם שמים האט געשריבן:בינעך טאקע נייגעריג וועמנס שוואכקייט סהאט געקאזט די זיך צושטעלן צו די דעמאקרעטס פענס אדער טראמפ?

טראמפס הויפט שטארקייט איז געווען דאס אוועקשלעפן דעם עולם פון די מידיע און מאכן פארלירן צוטרוי אין זיי, ביי קאוויד אבער איז דער עולם צוריקגעלאפן צו די מידיע צו הערן די נייעס און דארט האט טראמפ פארלוירן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

צעמישטערהייט האט טראמפ נישט געמאכט קיין העווי לאקדאונס, און ער האט יא געארבעט צוצושטעלן מאסיווע מעדיקעל קעיר פאר חולי קאראנא. בנוגע טריעטמענטס האט ער פרובירט וואס ער קען, אבער מיט פאוטשי און די מידיא אויף דער אנדערער זייט איז ער געווען ווי א קול קורא במדבר. מצד פענס, איז אלעס געווען צו טראמפ'ס צעפרידנהייט. פאוטשי איז געווען טראמפ'ס פראבלעם, נישט פענס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

ר' זעקל האט געשריבן:טראמפס הויפט שטארקייט איז געווען דאס אוועקשלעפן דעם עולם פון די מידיע און מאכן פארלירן צוטרוי אין זיי, ביי קאוויד אבער איז דער עולם צוריקגעלאפן צו די מידיע צו הערן די נייעס און דארט האט טראמפ פארלוירן.

;l;p-

ווייל ער איז געווען שוואך און געלאזט מאכן לאקדאנס, און געלאזט דעם מושחת פאוטשי אויפן טראן.

אט דא איז דעסאנטיס אריינגעקומען, א מחיה...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

אין דעסישענס נישט, ס'איז געווען מער טראמפס הייסע לאקשן וואס ער האט גערעדט וואס האט אנגע'חזר'ט.

בעיסיקלי ביי קאוויד צייטן וואלט איך נישט געוואלט שטיין אין טראמפ'ס פיר אמות, און פענס איז נאך געווען דער וואס האט געדארפט עס פירען, ויצא בשלום פון טראמפ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

זיי האבן נישט איינגעמאכט, זיי האבן פשוט פארלוירן די קריג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:טראמפס הויפט שטארקייט איז געווען דאס אוועקשלעפן דעם עולם פון די מידיע און מאכן פארלירן צוטרוי אין זיי, ביי קאוויד אבער איז דער עולם צוריקגעלאפן צו די מידיע צו הערן די נייעס און דארט האט טראמפ פארלוירן.

;l;p-

ווייל ער איז געווען שוואך און געלאזט מאכן לאקדאנס, און געלאזט דעם מושחת פאוטשי אויפן טראן.

אט דא איז דעסאנטיס אריינגעקומען, א מחיה...

ער קען גארנישט טון קעגן סטעיטס וואס מאכן לאקדאונס. פון א פעדעראלן לעוול, איז קיין לאקאדאונס נישט געווען, אויסער אויף טרעוול. אויף דעם איז דיסענטיס טאקע גוט געווען אין פלארידע, וויבאלד ער איז גאווערנער.

דאס לאזן פאוטשי אויפ'ן טראן, האט אבער גארנישט מיט די קאוויד רעספאנס טיעם. עס איז טראמפ'ס דעסיזשען צו מאכן, און 'ער' האט עס נישט געמאכט. פענס קומט נישט דא אריין.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג מאי 24, 2022 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

זיי האבן נישט איינגעמאכט, זיי האבן פשוט פארלוירן די קריג.

פארוואס איז פאוטשי קיינמאל געפלויגן?!

נישט צו גלייבן די 5 נעזער ליגענער איז נאך אויף זיין טראן, הדא הוא דכתיב שטאקהאלם סינדראם.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:טראמפס הויפט שטארקייט איז געווען דאס אוועקשלעפן דעם עולם פון די מידיע און מאכן פארלירן צוטרוי אין זיי, ביי קאוויד אבער איז דער עולם צוריקגעלאפן צו די מידיע צו הערן די נייעס און דארט האט טראמפ פארלוירן.

;l;p-

ווייל ער איז געווען שוואך און געלאזט מאכן לאקדאנס, און געלאזט דעם מושחת פאוטשי אויפן טראן.

אט דא איז דעסאנטיס אריינגעקומען, א מחיה...

ער קען גארנישט טון קעגן סטעיטס וואס מאכן לאקדאונס. פון א פעדעראלן לעוול, איז קיין לאקאדאונס נישט געווען, אויסער אויף טרעוול.

דאס לאזן פאוטשי אויפ'ן טראן, האט אבער גארנישט מיט די קאוויד רעספאנס טיעם. עס איז טראמפ'ס דעסיזשען צו מאכן, און 'ער' האט עס נישט געמאכט. פענס קומט נישט דא אריין.

איך רעדט דאך פון טראמפ אויף ארויסצוברענגן אז ווען טראמפ וואלט זיך אויפגעפירט ווי א דעסאנטיס ווייס איך נישט צו ער מיט פענס וואלטן זיך אויסגעקומען...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

זיי האבן נישט איינגעמאכט, זיי האבן פשוט פארלוירן די קריג.

פארוואס איז פאוטשי קיינמאל געפלויגן?!

נישט צו גלייבן די 5 נעזער ליגענער איז נאך אויף זיין טראן, הדא הוא דכתיב שטאקהאלם סינדראם.

דאס איז שוין טראמפ'ס שטאקהאלם סינדראם.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

זיי האבן נישט איינגעמאכט, זיי האבן פשוט פארלוירן די קריג.

פארוואס איז פאוטשי קיינמאל געפלויגן?!

נישט צו גלייבן די 5 נעזער ליגענער איז נאך אויף זיין טראן, הדא הוא דכתיב שטאקהאלם סינדראם.

ווייל ער וואלט אימפיטשט געווארן אויב ער ווארפט אים ווען.

בכל אופן, צו אונזער נידון, צו פענס און טראמפ האבן זיך געדארפט אמפערן בנוגע קאוויד, איז דער ענטפער, אז אלעס אנבאלאנגט די פאוער וואס פענס האט געהאט, איז נישט געווען אויף וואס זיך צו אמפערן, וויבאלד פון זיין זייט איז נישט געווען עפעס פון וואס טראמפ זאל זיין אומצופרידן. דאס נישט ווארפן פאוטשי, האט בלויז מיט טראמפ אליין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:טראמפס הויפט שטארקייט איז געווען דאס אוועקשלעפן דעם עולם פון די מידיע און מאכן פארלירן צוטרוי אין זיי, ביי קאוויד אבער איז דער עולם צוריקגעלאפן צו די מידיע צו הערן די נייעס און דארט האט טראמפ פארלוירן.

;l;p-

ווייל ער איז געווען שוואך און געלאזט מאכן לאקדאנס, און געלאזט דעם מושחת פאוטשי אויפן טראן.

אט דא איז דעסאנטיס אריינגעקומען, א מחיה...

ער קען גארנישט טון קעגן סטעיטס וואס מאכן לאקדאונס. פון א פעדעראלן לעוול, איז קיין לאקאדאונס נישט געווען, אויסער אויף טרעוול.

דאס לאזן פאוטשי אויפ'ן טראן, האט אבער גארנישט מיט די קאוויד רעספאנס טיעם. עס איז טראמפ'ס דעסיזשען צו מאכן, און 'ער' האט עס נישט געמאכט. פענס קומט נישט דא אריין.

איך רעדט דאך פון טראמפ אויף ארויסצוברענגן אז ווען טראמפ וואלט זיך אויפגעפירט ווי א דעסאנטיס ווייס איך נישט צו ער מיט פענס וואלטן זיך אויסגעקומען...

פארוואס נישט? פענס האט דען געהאט עפעס קעגן דיסענטיס'ס אפראוטש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די חידוש איז פארוואס די אלע פון טראמפ'ס חברה וואס האבן זיך יא ארומגעאמפערט מיט טראמפ זענען נישט פערצופאל געווען די אויף די זעלבע זייט מיט טראמפ ווי פענס.

פון טראמפס קאבינעט און יועצים זענען כמעט נישט געבליבן אזאלכע וואס זאלן דורכלעבן די פיר יאר בשלום און א גרויסע פראצענט זענען געווען אויף די זעלבע זייט ווי טראמפ, פאר סאם ריזען האט עס פענס יא באוויזן.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קאוויד רעספאנד איז געווען גענוג א צעמישטע סיטואציע וואס וואלט געקענט ברענגן גענוג אמפערייען צווישן פענס אין טראמפ שוין נאכן זיין אויף די זעלבע פעידזש.

טראמפ/פענס האבן איינגעמאכט ביי קאוויד.

זיי האבן נישט איינגעמאכט, זיי האבן פשוט פארלוירן די קריג.

פארוואס איז פאוטשי קיינמאל געפלויגן?!

נישט צו גלייבן די 5 נעזער ליגענער איז נאך אויף זיין טראן, הדא הוא דכתיב שטאקהאלם סינדראם.

דאס איז שוין טראמפ'ס שטאקהאלם סינדראם.

יא יא דאס זאג איך
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:פארוואס נישט? פענס האט דען געהאט עפעס קעגן דיסענטיס'ס אפראוטש?

כאפסט נישט מיין פוינט, טראמפ איז דא געווען שטיל צוזאמען מיט פענס, עס איז פשוט נישט געווען אויף וואס זיך צו שלאגן, אלעס שטיל. וואלט אבער ווען טראמפ געווארפן פאוטשי, געהעצט קעגן די לאוקדאנס וכו' ווייס איך נישט צו פענס וואלט געקענט מיטגיין.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדער פענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל האט געשריבן:די חידוש איז פארוואס די אלע פון טראמפ'ס חברה וואס האבן זיך יא ארומגעאמפערט מיט טראמפ זענען נישט פערצופאל געווען די אויף די זעלבע זייט מיט טראמפ ווי פענס.

פון טראמפס קאבינעט און יועצים זענען כמעט נישט געבליבן אזאלכע וואס זאלן דורכלעבן די פיר יאר בשלום און א גרויסע פראצענט זענען געווען אויף די זעלבע זייט ווי טראמפ, פאר סאם ריזען האט עס פענס יא באוויזן.

זאג איך דיר, ווייל פענס האט געהאט אויף זיך "זעראו" אחריות אויף סיי וואס. אלע אנדערע איינגעשטעלטע זענען דארט פאר פאליסי ריזענס, יעדער אין זיין פעלד. ווען טראמפ פאראמפערט זיך מיט רעקס טילערסאן בנוגע נארט קארעא, איז דאס וויבאלד ביידע פון זיי האבן אן אנדערן צוגאנג צו דער זאך, טראמפ וויל איין זאך און טילערסאן וויל נישט פאלגן. אדער אויב דזשאן באלטאן האט אן אנדערן מהלך פון טראמפ בנוגע סיריע, און טראמפ פרעגט אים: "דזשאן וואס זאגסטו צו מיין פאליסי צוגאנג?" און באלטאן ענטפערט: "דו ביזסט אינגאנצן פון דעת געגאנגען? דו לאזט דעם טעראריסט אסאד צוריק ביי זיין מאכט? דו מאכסט נישט קיין טראפ סענס, עס איז קעגן אונזערע וועליוס, פוטין ווען נאך נאכדעם גיין אייננעמען אוקריינע", דאן פלאקערט אויף א פייער צווישן די צוויי.

אנדערש איז אבער מיט פענס. טראמפ פרעגט אים: "נו מייק, וואס זאגסטו דערצו?" ענטפערט פענס: "מר. פרעזידענט, ביזסט א דזשיניעס!" און טראמפ ענטפערט, "מייק, דו ביזסט דע בעסט ווייס פרעזידענט זינט עברעהם לינקאלן!"

א מחיה! הערליכער שלום בית!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”