ר' זעקל האט געשריבן:די חידוש איז פארוואס די אלע פון טראמפ'ס חברה וואס האבן זיך יא ארומגעאמפערט מיט טראמפ זענען נישט פערצופאל געווען די אויף די זעלבע זייט מיט טראמפ ווי פענס.
פון טראמפס קאבינעט און יועצים זענען כמעט נישט געבליבן אזאלכע וואס זאלן דורכלעבן די פיר יאר בשלום און א גרויסע פראצענט זענען געווען אויף די זעלבע זייט ווי טראמפ, פאר סאם ריזען האט עס פענס יא באוויזן.
זאג איך דיר, ווייל פענס האט געהאט אויף זיך "זעראו" אחריות אויף סיי וואס. אלע אנדערע איינגעשטעלטע זענען דארט פאר פאליסי ריזענס, יעדער אין זיין פעלד. ווען טראמפ פאראמפערט זיך מיט רעקס טילערסאן בנוגע נארט קארעא, איז דאס וויבאלד ביידע פון זיי האבן אן אנדערן צוגאנג צו דער זאך, טראמפ וויל איין זאך און טילערסאן וויל נישט פאלגן. אדער אויב דזשאן באלטאן האט אן אנדערן מהלך פון טראמפ בנוגע סיריע, און טראמפ פרעגט אים: "דזשאן וואס זאגסטו צו מיין פאליסי צוגאנג?" און באלטאן ענטפערט: "דו ביזסט אינגאנצן פון דעת געגאנגען? דו לאזט דעם טעראריסט אסאד צוריק ביי זיין מאכט? דו מאכסט נישט קיין טראפ סענס, עס איז קעגן אונזערע וועליוס, פוטין ווען נאך נאכדעם גיין אייננעמען אוקריינע", דאן פלאקערט אויף א פייער צווישן די צוויי.
אנדערש איז אבער מיט פענס. טראמפ פרעגט אים: "נו מייק, וואס זאגסטו דערצו?" ענטפערט פענס: "מר. פרעזידענט, ביזסט א דזשיניעס!" און טראמפ ענטפערט, "מייק, דו ביזסט דע בעסט ווייס פרעזידענט זינט עברעהם לינקאלן!"
א מחיה! הערליכער שלום בית!