איפכא מיסתבר האט געשריבן:וואס איז 2000 MULES?
סאיז בעצם אן אריכות, בקיצור איז עס א ווידעאו דאקומענטרי וועלכע דארף צו אויפווייזן פראףף איבער עלעקשאן פראוד אין 2020
זיי ניצן הפנים סעלפאון לאוקעישאן דאטא צו אויפווייזן אז לפי החשבון האט אן עוורידזש יעדע בעלעט דראפ אףף לאוקעישאן געהאט א פיפטל אזויפיל מענטשן אנקומען אהין ווי פאקטישע בעלעטס, אין אנדערע ווערטער, אן עוורידזש האט יעדע 5 בעלעטס געברענגט בלויז איין מענטש
די מסקנה איז אז סזענען געווען ליבעראלע א"ג נאן-פאר-פראפיט ארגאניזעישאנס וועלכע האבן געשיקט זייערע אקטיוויסטן צאמנעמען עבסענטי בעלעטס און עס אפגעדראפט אין די טויזנטער ביי די דראפ אףף לאוקעישאנס
בקיצור זעה דא און דא
כהאב עס נאכנישט געהעריג דורכגעטון
וואס איז גאנץ קלאר און זיכער איז אז מארק זאקערבערג אינטער א כלומרשטע נאן-פאר-פראפיט ארגאניזעישאן האט אקטיוולי געשטיצט גאווערנמענט אפיסעס אין ליבעראלע קאונטיס פאר "געט אוט דע וואוט" אפעראציעס בשעת אין רעכטע קאונטיס נישט, אינטער די שלייער פון א וואוילטעטיגע ארגאניזעישאן האט ער אדוואקאטירט פאר מער מעיל אין בעלעטס און סתם בעלעט דראפ אףף לאוקעישאנס מיטן ציל צו ציברעכן די אין פערסאן וואוטינג און אויכעט אדוואקאטירט איבער מעגן לעגאל צאמנעמען אנדערע מענטשנס וואויטס און עס טראגן צו די בעלעט דראפ אףף לאוקעישאנס
פארשטייט זיך אז אין יעדע סטעיט איז עס אן אנדערע געים און יעדע סטעיט האט אנדערע געזעצן, כשרייב אבער אין אלגעמיין וואו אהין ער צילט
זעה דא און דא און דא איבער מארק זאקערבערגערס אקטיווע טייל אין די 2020 עלעקשאנס