2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קען עמיצער אראפגעבן דעם ארגומענט אונטער דעם פסק פון דעם אפיעלס קאורט בנוגע בעלאטס אן דאטומען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

צל עובר האט געשריבן:
א סייד נאוט, איך טריי זיך איינצורעדן אז דאס אז פעטערמאן האט ארויסגעברענגט א ווייט אנפרעצעדענטן דריי פערטל מיליאן וויילער אין א אנקעמפעטעטיוו פריימערי ליגנדיג אויף דעם אפעראציע בעטל, ווייזט אויף עפעס צודרייטע ענטוזיאזם וואס ער האט.

אזוי לייגט מען עס אראפ, ער האט נישט געהאט קיין שום פליטישע אינדארסירונג, קיין סופערפעקס, ער מיט זיינע הינטלעך האבן אליין געשטיפט זיין וואגן, אויפגעטריבען גאר אסאך געלט פין קליינע דאונעישאנס, האט גאר אסאך פאלאוערס אויף טוויטער, דארף עפעס זייער גוט קאנעקטען מיט וויילער (סעפציעל צוליב זיינע קליידער?!) ער האט ממש פארשטימט די געפאלישטע יונגע קאנאר לעמב -וואס האט געדארפט צו זיין א רייסינג סטאר- וואס איז געוען פעיווארט ביי די עסטעבלישמענט און האט זיך אנגעזאמלט א געוואלט מיט אינדארסירונגען און געהאט שטארקע שטיצע פון סופערפעקס, וואס דאס דארף ציווייזען אז פעטערמאן -מיט זיין געמיש פון פאליסיס, אויסזעהן און קליידונג- האט שטיקל מאוומענט אינטער זיך, עכ"פּ דאס איז וויאזוי עס איז געווארן אראפגעלייגט,
צי עס איז טאקע אזוי און וואס דאס מיינט פאר א רויטע נאוועמבער וועלן מיר זעהן דעמאלטס,

אגב ער האט זיייער שטארק געפאוקעסט אויף רויטע קאונטיס ארויס צושלעפן די סענדערס/טראמפּ שטיצער און די אלע ווייסע ווארקינג קלאס וכדומה וואס האבן זיך מער נישט געטראפן דאס פלאץ אין די דעמאקראטישע פארטיי די לעצטע פאר יאר, בין איך נייגעריג צו עס האט זיך עפעס אנגעזעהן ביי די פריימערי די ארבעט וואס ער האט אריינגעליגט דארט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:קען עמיצער אראפגעבן דעם ארגומענט אונטער דעם פסק פון דעם אפיעלס קאורט בנוגע בעלאטס אן דאטומען?

מען רעדט פון בעלאטס וואס האבן יא א דעיט.

נאר וואס דען, אין פענסילוועניע - אויך אין נאך פלעצער - ברויך מען לייגן דעם בעלאט אין צוויי ענוועלאופס, נאר אויף די דרויסנדיגע מעג שטיין דער נאמען, אבער דעם דעיט ברויך מען זעהן אויף ביידע, אינדרויסן דארף עס ווערן געסטעמפט, און אויך אויף דעם אינעווייניגסטן ברויך דער וויילער שרייבן דעם דאטום.

דער אפעלאט געריכט האלט אז עס מאכט קיין סענס צוצונעמען א מענטש'ס שטימע בלויז ווייל ער האט געמאכט א טעכנישן טעות און נישט געשריבן דעם גוטן דעיט, ווען למעשה איז ער א לעגאלער וויילער וועלכער האט צוריקגעשיקט זיין בעלאט באצייטענס.

דאס העלפט מקארמיק מיט ביז עטליכע הונדערט שטימען.

אבער העלפט פאטענציאל די דעמאקראטן אין נאוועמבער מיט שיינע טויזנטער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סאו אין אונזער קעיס, פון וואו פעלן די דאטומען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון דעם אינעווייניגסטן ענוועלאופ.

עס איז געווען טויזנטער אזעלכע בעלאטס אין נאוועמבער 2020, און אויף זיי איז יעצט געווען דער פסק, דער פעדעראלער אפעלאט געריכט האט איבערגעדרייט דעם פסק פון דעם העכסטן געריכט אין פענסילוועניע וואס האט עס געהאט גע'פסל'ט.

נאר אזוי ווי דער פסק איז ארויסגעקומען פרייטאג, האט זיך דער מקארמיק קעמפ ווי פארשטענדליך צוגעכאפט דערצו און וויל אז מען ציילן אלע שטימען פון דעם יעצטיגן פארמעסט וואס זענען גע'פסל'ט צוליב די סיבה.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קעפל: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

רעגענדיג האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע Insider Advantage אנקעטע פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין דזשארדזשיע:

גאווערנאר ברייען קעמפ - 51.8%
טראמפ אינדארסירטע דעיוויד פערדאו - 37.8%
קענדיס טעילאר - 5.8%
אנדערע - 1.3%
אומבאשלאסן - 3.6%

די אנקעטע איז אנדערש ווי אלע אנדערע אנקעטעס, און ס'צייגט אויף א מער נענטערע פארמעסט, מיט קעמפ וואס קען מעגליך פאלן צו א ראן-אף.

וואס איז טאקע פשט אז אנדערש ווי ביי די אנדערע רעיסעס קען דא טראמפ נישט אויפטרייבן אביסל מער שטיצע פאר זיין קאנדידאט?

וועגן ברייען קעמפ איז א גוטע גאווערנער און א שטארקע טראמפיסט און דא ווייזט זיך ארויס די אז רעפובליקאנער פארטיי גייען נישט מיט'ן קאפ און וואנט פאר טראמפ ווען סקומט דערצו ווען ער גייט און קאפ און וואנט אליין די גאנצע עבירה וואס ער האט זיך פארזינדיגט פאר טראמפ איז אז ער האט נישט נאך עטליכע ריקאונטס געטוהן עפעס מער צו אויפווייזן אז טראמפ האט געווינען וועגן סאיז פשט נישט געווען מיט וואס עס אויפצוווייזן אבער טראמפ האט באשלאסן אז ער איז א ריינא.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: סעקראטערי אוף סטעיט

די באקאנטע טראמפ העיטער דזשארדזשיע סעקראטערי אוף סטעיט ברעד רעפענספערגער לויפט פאר ווידערוויילונג, און טראמפ האט אינדארסירט קאנגרעסמאן דזשאדי הייס אין די פריימערי.

בעסער געשריבן: 'טראמפ העיטעד'.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מקארמיק פארלאנגט עמטליך אין געריכט מען זאל ציילן די בעלאטס וואס פעלט דער דאטום אויף די אינעווייניגסטע בעלאטס.

ביז יעצט האט די סטעיט נאכנישט געגעבן קיין גיידענס פאר די קאונטיס אויב מען זאל זײ ציילן.

אויב די רעפאבליקאנער לאזן שטיין דעם פסק ווי עס איז יעצט פון דעם פעדעראלן אפעלאט געריכט, און וועלן עס נישט אפילן צו פעדעראלן סופרים קאורט, וועט עס פאטענשעלי העלפן די דעמאקראטן מיט טויזנטער שטימען אין נאוועמבער.

NEWS: @DaveMcCormickPA has filed a lawsuit in Pennsylvania court to compel counting of GOP mail-in ballots submitted ON TIME but w/out a handwritten date on the outside envelope, in a bid to close #PASEN gap w/ @DrOz. https://t.co/amDuVrXUaa @dcexaminer
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעפאבליקאנער פארטיי אין פענסילוועניע קומט ארויס קעגן דעם וואס מקארמיק וויל מען זאל ציילן די בעלאטס וואס פעלט דער אונטערשריפט אויף דעם אינעווייניגסטן ענוועלאופ.
אטעטשמענטס
דאס קומט פון די רעפאבליקאנער פארטיי פון פענסילוועניע'ס בלויע טשעק אקאונט

IMG_20220523_191004.jpg (121.75 KiB) געזען 998 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ר' דן האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:געוועזענע ווייס פרעזידענט מייק פענס (ר) ביי זיין היינטיגע קאמפיין אויפטריט פאר דזשארדזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ (ר) א טאג פאר די פריימערי'ס.

IMG_20220523_191908.jpg

איך וואלט ענדערש געוואלט זעהן די פארזאמלטע, איז דארט דא הייסע שטיצע אדער לוילעך?

א שיינע פאר הונדערט מענטשן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אסעמבלימאן מייק לאלער (ר) האט יעצט נאכמיטאג אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר קאנגרעס אין ניו יארק'ס 17'טע דיסטריקט וואס נעמט אויך אריין די מאנסי געגענט.

ער איז ערווארטעט צו זיין פון די שטארקע רעפובליקאנער קאנדידאטן.

אויב ער געווינט וועט ער זיך פארמעסטן מיט קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאוני (ד) פון ניו יארק'ס 18'טע דיסטריקט וואס איז אריבערגעקומען לויפן אין די דערנעבענדיגע 17'טע דיסטריקט.

די דיסטריקט איז א ביידען 10%+ דיסטריקט.

דאס איז לכאורה גאר גוטע נייעס פארן היימישער ציבור פאר 2 סיבות.

1. אויב לאלער לויפט קעגן מעלאני קען די היימישער עסקנים שלאפן רואיג אז ווער עס געווינט נאר וועט מען קענען ארבייטן מיט אים.

2. מיט דעם וואס לאלער עפענט אויף די אסעמבלי זיץ וועט ר' אהרן בן ציון ווידער לכאורה אריינשפרינגען אין די פארמעסט, און געבן נאך א היימישער אסעמבלי בענקל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הכל הבל האט געשריבן:הערשל וואלקער: איך רעספעקטיר שטארק פרעזידענט טראמפ אויף אייביג, ער איז א גוטע גוטע פריינד
ער האט זיך געשטעלט אונטער מיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל טוהן א גוטע ארבעט

אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דער וועלכע פאסט מיינע באשלוסן

אין וועלכן קאנטעקסט האט ער דאס געזאגט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:הערשל וואלקער: איך רעספעקטיר שטארק פרעזידענט טראמפ אויף אייביג, ער איז א גוטע גוטע פריינד
ער האט זיך געשטעלט אונטער מיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל טוהן א גוטע ארבעט

אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דער וועלכע פאסט מיינע באשלוסן

אין וועלכן קאנטעקסט האט ער דאס געזאגט?

ס'נישט די ערשטע מאל ער זאגט עס, ממש נאך וואס ער איז אריין אין די רעיס האט ער שוין געזאגט אזא סארט סטעיטמענט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קוקנדיג פאראויס צו די נאוועמבער למספרם וואלן און וועלנדיג זיך אהערשטעלן אלץ א זעלבסשטענדיגער קאנדידאט פאר וויילער וועלכע זענען נישט קיין טראמפ אנהענגער..

ר' זעקל האט געשריבן:

ריכטיג
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הכל הבל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:הערשל וואלקער: איך רעספעקטיר שטארק פרעזידענט טראמפ אויף אייביג, ער איז א גוטע גוטע פריינד
ער האט זיך געשטעלט אונטער מיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל טוהן א גוטע ארבעט

אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דער וועלכע פאסט מיינע באשלוסן

אין וועלכן קאנטעקסט האט ער דאס געזאגט?

קוקנדיג פאראויס צו די נאוועמבער למספרם וואלן און וועלנדיג זיך אהערשטעלן אלץ א זעלבסשטענדיגער קאנדידאט פאר וויילער וועלכע זענען נישט קיין טראמפ אנהענגער..

וואו האט ער עס געזאגט? אין א טוויט, אין א סטעיטמענט, אין א דרשה, אין אן אינטערוויו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעיק ניוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:הערשל וואלקער: איך רעספעקטיר שטארק פרעזידענט טראמפ אויף אייביג, ער איז א גוטע גוטע פריינד
ער האט זיך געשטעלט אונטער מיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל טוהן א גוטע ארבעט

אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דער וועלכע פאסט מיינע באשלוסן

אין וועלכן קאנטעקסט האט ער דאס געזאגט?

קוקנדיג פאראויס צו די נאוועמבער למספרם וואלן און וועלנדיג זיך אהערשטעלן אלץ א זעלבסשטענדיגער קאנדידאט פאר וויילער וועלכע זענען נישט קיין טראמפ אנהענגער..

וואו האט ער עס געזאגט? אין א טוויט, אין א סטעיטמענט, אין א דרשה, אין אן אינטערוויו?

ער איז געגאנגען פריער אפגעבן זיין שטימע (נישט געוואלט ענטפערן אויב פאר קעמפ אדער פערדו נאר בלויז געזאגט אז ער וועט שטיצן די געוואונער)
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

הכל הבל האט געשריבן:הערשל וואלקער: איך רעספעקטיר שטארק פרעזידענט טראמפ אויף אייביג, ער איז א גוטע גוטע פריינד
ער האט זיך געשטעלט אונטער מיין קאנדידאטור ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל טוהן א גוטע ארבעט

אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דער וועלכע פאסט מיינע באשלוסן

;l;p-

איך גלייך די סטעיטמענט, און איך גלייב אז דאס שפיגעלט אפ די כהיום טראמפיסטן, אזוי ווי מען זעט טאקע פון די אנקעטעס פון די דארטיגע סענאט פריימערי.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קעמפ איז נאך געהעריג עלול אריינצוקומען העכער ווי הערשל וואלקער...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:קעמפ איז נאך געהעריג עלול אריינצוקומען העכער ווי הערשל וואלקער...

אדערווייל איז ער היבש העכער, אבער די נעטווארקס זענען עס נאך נישט גרייט צורופען פאר אים דאס מיינט לכאורה אז ער גייט נאך היבש פאלען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די אנקעטעס האבן גאר שטארק איבערגעשאצט די טראמפיסטן היינט נאכט אין דזשארדזשיע, איך רעד שוין נישט פון קעמפ, אפגערעדט טראפאלגאר, נאר וואס גייט פאר מיט ראפענסנפערגער? עס זעהט אויס מער ווייניגער זיכער אז ער קומט אריין פיל שטערקער ווי די אנקעטעס, הגם ער קען נאך פעסט אונטערפאלן 50% און גיין צו דעם ראנאף.

באמת איז שוין מקארמיק אויך אריינגעקומען פיל שטערקער ווי די אנקעטעס, אבער ער איז נישט געווען צוקריגט מיט טראמפ.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
מיט 8% פון די שטימען אפגעציילט אין די ארקעסא גאווערנאר פארמעסט שטייט שרה סענדערס ביי 80% פון די שטימען, ודבר פשוט הוא אז זי האט געווינען.

די דריטע געווינס פאר טראמפ היינט ביינאכט.

@פארשיי עס איז נישט קיין טראמפ געווינס יעדעס מאל טראמפ אינדארסירט איינעם און יענער געווינט....
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אבער יא ווען ער אינדארסירט איינס פון זיינע נאנסטע מענטשן גלייך אנהייב פון די פריימערי סעזאן, און יענער ציעט אן אזוי שטארק עכ"כ אז די אינקאמבענט אטוירני דזשענעראל ציעט זיך ארויס פון די פארמעסט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אנבעליוועבל וואס דא קומט נישט פאר.

ברייען קעמפ עטליכע פראצענט העכער ווי הערשל וואלקער!

ראפסענפערגער האלט זיך נאך איבער די 50%!

מכות רצח פאר טראמפ מיט די אנקעטעס.

איך הייב אן צו באקומען מחשבות זרות אז טראמפ איז שוין נישט אינגאנצן פארזיכערט מיט א געווינס אויב ער לויפט קעגן דעסאנטיס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:סאו אין אונזער קעיס, פון וואו פעלן די דאטומען?

צל עובר האט געשריבן:פון דעם אינעווייניגסטן ענוועלאופ.

עס איז געווען טויזנטער אזעלכע בעלאטס אין נאוועמבער 2020, און אויף זיי איז יעצט געווען דער פסק, דער פעדעראלער אפעלאט געריכט האט איבערגעדרייט דעם פסק פון דעם העכסטן געריכט אין פענסילוועניע וואס האט עס געהאט גע'פסל'ט.

נאר אזוי ווי דער פסק איז ארויסגעקומען פרייטאג, האט זיך דער מקארמיק קעמפ ווי פארשטענדליך צוגעכאפט דערצו און וויל אז מען ציילן אלע שטימען פון דעם יעצטיגן פארמעסט וואס זענען גע'פסל'ט צוליב די סיבה.

דער תגובה איז געווען א טעות, @נקדימון ירום הודו האט מיר אויפגעקלערט אז עס פעלט די געשריבענע דעיט אויף דעם דרויסנדיגן ענוועלאופ, ווי דער פענסילוועניע געזעץ פארלאנגט אז מען זאל אונטערשרייבן און שרייבן דעם דעיט, טראץ וואס דער ענוועלאופ איז עניוועי דאטירט דורך די זיגלען פון דעם פאסט אפיס, און אויך ווערט עס געזיגלט ווען עס קומט אן.

דער פעדעראלער געריכט טענה'ט אז עס איז קעגן פעדעראלן געזעץ ארויסצואווארפן א בעלאט צוליב א זייטיגע געזעץ וואס האט קיין שייכות מיט פארזיכערן אז עס איז כשר וישר.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”