אפילו אויב איינער וויל זיך עקשנ'ען אז מען דארף בלויז קוקן דאון בעלאט ווען מען פארגלייכט זיצן, און איך האב שוין מודה געווען פאריגע וואך און נעכטן אז עפעס א דיסקאונט מוז מען זיכער געבן, אבער לאמיר אפילו דיסקאונטן די גאנצע, וואס איז נישט באמת מסתבר, אן אריינרעכענען אז דאס מיינט אז א שיינע פאר וואלנערבל דעמאקראטישע אינקאמבענטס ברויכן ווערן באטראכט פיל מער סעיף, איז די נעכטיגע רעזולטאטן אויך שרעקליך פאר רויטע כוואליע טרוימען.
העגעדארן האט געווינען מיט 3% אין 2020, ווען די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט - מען קוקט דאך נאר דאונבעלאט - האבן געווינען נאציאנאל מיט 2.2% בערך נאציאנאל (מיט 3.1% לויט וויקיפעדיע, אבער איך מיין אז יענץ איז נישט גוט עדזשאסטעד צו אנקאנטעסדעט זיצן.) דאס מיינט אז דער זיץ איז איבער 5% רעכטס פון לאנד לויט די
2020 הויז עלעקשן. (לויט די וויקי ציפערן 6% רעכטס פון לאנד..)
העגעדארן האט געווינען מיט א האלבע פראצענט אין 2018, ווען די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געווינען נאציאנאל מיט 8.7%, דאס מיינט אז דער זיץ איז איבער
9% רעכטס פון לאנד לויט די
2018 הויז עלעקשן.
(לויט די טראמפ ציפערן איז עס געווען איבער 14% רעכטס פון לאנד אין 2020, 17% רעכטס פון לאנד אין 2016..)
די רעפאבליקאנער האבן עס יעצט געווינען מיט 4.2% דערווייל, און דאס איז שוין נאך קענזאס און נעבראסקע..
-------
איך ווייס נישט פון וועלכע ציפערן דזשאן קאווילאן רעדט אין וויסקאנסין, ווייל מיר זעהט אויס אז די רעפאבליקאנער האבן יא א שווערע רוב פון די ארטיגע פריימערי שטימען, וואס מאכט אסאך סענס צוליב וואס נאר זיי האבן געהאט א פעסטע סטעיטווייד פריימערי.
אפשר זעהט ער די גאווערנאר פריימערי שטימען פאר איווערס וואס איך זעה נישט?
------
נעיט כהן:
The Washington top-two primary is another data-point in this category, but a more plainly healthy one for Democrats IMO. The result is much worse for Democrats than '18 and much better for them than '10/14. It's a lot like 16/20, which would keep Dems in the game for the House