צל עובר האט געשריבן:טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...
ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.
יאפ,
פון אלע טראמפּ אינדארסירטע קאנדידאטן איז דעיס די איינציגסטע וואס איך קען נישט כאפן וואס סהאט אים געכאפט מיט מייקעלס, נישט מער קאנסערוואטיוו ווי קליפיש און נישט מער טראמפי ווען מהאט אים געפרעגט וועגן טראמפּ 2024 האט ער נישט געוואלט זיך קאמיטן אים צו שטיצן שפעטער ביי א ראלי האט ער צוריקגעצויגן, ווען מהאט ארויפגעברענגט די 2020 עלעקשענס האט ער בלויז געדרייט מיטן צונג (קליעפיש האט יא געזאגט אז עס איז אומעגליך קאנסטעטושענעלי אז ביידן האט געוואונען)
און נישט אמאל איז ער עפעס א TV סטאר וואס קען אויך ציען א טראמפּ אינדארסמענט
די סיבות וואס טראמפּ האט אנגעגעבן זענען עפעס אויך נישט
1)אז ער קען געווינען, ביי וועלכע רעיס האט טראמפּ געפיקט די מאסט ווינערבל קאנידאט?
2)זי האט פארלוירן אין 2018, ווען מייקעלס האט פארלוירן מיט איבער 11% אין 2004 ווען בוש האט עס פארלירן מיט 0.4%
3)א פיקטשור ווי קליפישס טאכטער חברט זיך מיט א קינד פון א דזשאדזש וואס האט באשטעטיגט די 2020 וואלן, כמיין?
דאס אליין אז ער האט באקומען די געוועזענע גאווערנאר טאמפסאןס אינדארסמענט, איינעם וועם די קאנסערוואטיוון האבן העפטיג געקעפט קעגן אים אין 2012 ווען ער איז געלאפן צום סענאט, און געווען באקאנט אלס איינער וואס האט געארבעט מיט די דעמאקראטן אלס גאווערנאר, (געוויסע האבן אנגעגעבן אז טאמפסאןס אינדארסמענט איז עפעס וואס דארף צו אפיעלן צו ריפאבליקאנער וויילער וואס האבן נישט געוואוט פאר טראמפּ אין 2020)
קען זיין ער האט א חשבון מיט וויסקאנסען קאנסערוואטיוון וואס האבן געגעבן די סטעיט אין 2016 פאר קרוז?