2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

לכוארה דאס איז וואס טראמפ פערפעירט
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

Wow a1 האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:בקיצור דאס באדייט אז מ’ברויך פארבעסערן די סיסטעם

אדער אז די רעפאבליקאנער לעגיסלאטור אין פענסילוועניע זאל לאזן ציילן די בעליטס פארן אלעקשן דעי.. עס איז נישטא קיין פארשטענדליכע סיבה עס נישט צו לאזן.

99% בעלעטס זענען געווען געציילט אין א שעה.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

זיי לאזן שוין.

און טאקע דערפאר איז עס נאר א פראבלעם מיט אזא שמאלן פארמעסט.

דער עולם פארשטייט טאקע נישט אז מען קען נישט קאלן אין א מינוט א פארמעסט וואס דער חילוק איז גארנישט מיט גארנישט?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

תגובה דורך ר' דן »

צל עובר האט געשריבן:

פארוואס איז די פראבלעם נישטא אין אנדערע לענדער?
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ר' דן האט געשריבן:פארוואס איז די פראבלעם נישטא אין אנדערע לענדער?

דעיס האט ער יעצט געזאגט סאיז צו שמאל און אנדערע לענדער וואלט עס אויך געווען שמאל און מוואלט טאקע נישט געקאלט!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

enjoy האט געשריבן:

ממש אזוי, אין אנדערע לענדער פאסירט קיינמאל נישט עס זאל זיין אזוי שמאל?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובה דורך וואס טוט זיך »

עפעס אנדערש האט געשריבן:ער פרעגט א געהעריגע שווערע פראגע: פארוואס אין פראנקרייך, אינדיע קען מען האבן וואלן רעזולטאטן עטליכע שטונדען נאך מען ענדיגט שטימען, און דא אין די פארגעשריטענע אמעריקא ציט זיך עס אן א שיעור. און יעדע אזא שלעפעניש ברענגט ווידער אויף די פראגע צו איז דא עפעס געמיינע אינטערעסן דערביי.
טראמפ האט נישט קיין פראבלעם מיט מעיל אין בעללאטס, ווען עס איז אקאונטעט פאר, ווען יעדע בעללאט איז געווארן פארלאנגט מיט א נאמען. זיין פראבלעם מיט די 2020 עלעקשן'ס איז געווען אז יעדע אדרעסס האט באקומען א בעללאט, אפילו אדרעססן וואס קיינער וואוינט נישט דארט. ווי שווער איז עס פאר א דעמאקראט ווען ער זעט נאך א בעללאט אין זיין מעילבאקס פון א פריערדיגע איינוואוינער, אז ער זאל עס אויספילן און חתמ'ן מיט יענעמ'ס נאמען און אריינווארפן אינ'ם דראפ באקס.

ווי כאילו מ'האט נישט געקאללט צענדליגע פארמעסטן אויף עלעקשאן דעי, סיי דיע וואך, און סיי אין יעדע אנדערע עלעקשאן דעי.
יא אוואדע, א פארמעסט וואס מיט א צענטל פון א פראצענט א חילוק נעמט צייט צו קלעריפייען, כמובן לכל.

ס'פאסט גוט אריין אין די זעלבע תגובה ווי די ביג ליי אז מ'האט סתם ארויסגעשיקט בעלעטס פאר יעדעם אין 20', וואס איז פארשטייצעך קיינמאל געשען, נישט אין פענסילוועניע און נישט אין קיין איין אנדערע שמאלע סטעיט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ר' דן האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:פארוואס איז די פראבלעם נישטא אין אנדערע לענדער?

דעיס האט ער יעצט געזאגט סאיז צו שמאל און אנדערע לענדער וואלט עס אויך געווען שמאל און מוואלט טאקע נישט געקאלט!

ממש אזוי, אין אנדערע לענדער פאסירט קיינמאל נישט עס זאל זיין אזוי שמאל?

ווער זאגט עס פאסירט נישט?! די ווייסט נישט,
קוים וואס ס'געשענט און אמעריקע!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ר' דן האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:פארוואס איז די פראבלעם נישטא אין אנדערע לענדער?

דעיס האט ער יעצט געזאגט סאיז צו שמאל און אנדערע לענדער וואלט עס אויך געווען שמאל און מוואלט טאקע נישט געקאלט!

ממש אזוי, אין אנדערע לענדער פאסירט קיינמאל נישט עס זאל זיין אזוי שמאל?

אדרבה, ברענג א משל פון א שמאלע אויסגאנג אין אן אנדערע לאנד, און מ'העט עס דן זיין.
ביזדערווייל האט מען נאר גערעדט פון איין עלעקשאן אין פריינקרייך, וואו דער געווינער האט געואונען מיט איבער 15%, וואס מיט אזא מארזשין האט אויך טראמפ און אבאמא (און ווער נישט?..) דערקלערט וויקטארי בו ביום.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ר' דן האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח

נישט קיין פונקטליכער ליסטע אבער בערך'דיג.

איך גיי בלויז רעדן פון אפענע פריימערי'ס אדער פריימערי'ס וואס טראמפ האט אינדארסירט די נישט אינקאמבענט.

טראמפ געווינער

דזשעי די ווענס - אהייא סענאט
טעד באד - נארט קעראליינע סענאט
מעמאט אז ? - פענסילוועניע סענאט
מעקס מילער - אהייא קאנגרעס
אלעקס מוני - וועסט ווירדזשיניע קאנגרעס
בו היינס - נארט קעראליינע קאנגרעס
און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן פלאץ.

טראמפ פארלירער - דערווייל נאר דריי פארמעסטן

טשארל הערבסטער - נעברעסקא גאווערנאר
מעדיסאן קאוטארן - נארט קעראליינע קאנגרעס
די לויטענענט גאווערנאר וואס איז געלאפן מיט טראמפ'ס אינדארסירונג קעגן איידעהא גאווערנאר ברעד ליטעל.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:

;l;p- יישר כח
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח

נישט קיין פונקטליכער ליסטע אבער בערך'דיג.

איך גיי בלויז רעדן פון אפענע פריימערי'ס אדער פריימערי'ס וואס טראמפ האט אינדארסירט די נישט אינקאמבענט.

טראמפ געווינער

דזשעי די ווענס - אהייא סענאט
טעד באד - נארט קעראליינע סענאט
מעמאט אז ? - פענסילוועניע סענאט
מעקס מילער - אהייא קאנגרעס
אלעקס מוני - וועסט ווירדזשיניע קאנגרעס
בו היינס - נארט קעראליינע קאנגרעס
און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן פלאץ.

טראמפ פארלירער - דערווייל נאר דריי פארמעסטן

טשארל הערבסטער - נעברעסקא גאווערנאר
מעדיסאן קאוטארן - נארט קעראליינע קאנגרעס
די לויטענענט גאווערנאר וואס איז געלאפן מיט טראמפ'ס אינדארסירונג קעגן איידעהא גאווערנאר ברעד ליטעל.

מעדיסאן גילבערט-אהייא קאנגרעס

וועסלי האנט/מאניקא דע-לא קרוז-טעקסעס קאנגרעס
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:פארוואס איז די פראבלעם נישטא אין אנדערע לענדער?

דעיס האט ער יעצט געזאגט סאיז צו שמאל און אנדערע לענדער וואלט עס אויך געווען שמאל און מוואלט טאקע נישט געקאלט!

ממש אזוי, אין אנדערע לענדער פאסירט קיינמאל נישט עס זאל זיין אזוי שמאל?

אדרבה, ברענג א משל פון א שמאלע אויסגאנג אין אן אנדערע לאנד, און מ'העט עס דן זיין.
ביזדערווייל האט מען נאר גערעדט פון איין עלעקשאן אין פריינקרייך, וואו דער געווינער האט געואונען מיט איבער 15%, וואס מיט אזא מארזשין האט אויך טראמפ און אבאמא (און ווער נישט?..) דערקלערט וויקטארי בו ביום.

ווען האט פלארידע באריכטעט 100% פון די וואלן אין 2020?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כ'ווייס נישט.
געדענק איך אבער אז אין 18' וואס איז אויך געווען זייער א שמאלע פארמעסט אין פלארידע האט גענומען צייט ווילאנג מ'האט אלעס געענדיגט ציילען.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'ווייס נישט.
געדענק איך אבער אז אין 18' וואס איז אויך געווען זייער א שמאלע פארמעסט אין פלארידע האט גענומען צייט ווילאנג מ'האט אלעס געענדיגט ציילען.

דארט האט מען נישט אויפגעהערט צו טרעפן בעלעטס, אויף א שרעקליכע פארנעם.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פלארידע דארף צו הייסן פון די מערסטע סאפיסטיקירטע ווען עס קומט צו וויילן.. נאך 2000 האבן זיי געמאכט זייער אסאך טוישונגען..

סא אויב זיי קענען עס נישט אויספיגערן ....
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב געשריבן וועגן דעם מעיל אין אפעקט פאר די וואלן.

אנהייב האב איך נישט געוואוסט אז מען לאזט שוין ציילן פאר מען פארמאכט די שטום בודקעס, האב איך געשריבן דאס:
צל עובר האט געשריבן:די 21 % פון די עבסענטי בעלאטס אין פענסילוועניע וואס זענען רעפאבליקאנער, איז אויך איבער 110 טויזנט שטימען, וואס קען אונז האלטן געשפאנט פאר א טאג צוויי אויב עס איז טאקע אזא שמאלער פארמעסט.

איך גלייב אז מקארמיק איז עטוואס שטערקער רעלאטיוו צו אז און בארנעט צווישן די עבסענטי בעלאטס.

אויך וועט זיין אינטרעסאנט צו זעהן אויב איינע/ר וועט פארלירן דורך די לעיט קאונטעד עבסענטי בעלאטס, אויב ער/זי וועט שרייען פראוד בנוסח 2020.

נאכדעם אבער האב איך געזען אז די גרויסע קאונטיס ציילן שוין יא פאר מען פארמאכט די שטום בודקעס, האב איך געשריבן דאס:
צל עובר האט געשריבן:וויכטיגע נקודה.

אנדערש ווי אין 2020, זענען די גרויסע קאונטיס אין פענסילוועניע געווען ערלויבט צו ציילן די עבסענטי בעלאטס וואס זענען אריינגעקומען ביז היינט, נאך פאר מען האט פארמאכט די שטום בודקעס, אזוי ווי עס איז שטענדיג דער סדר אין אזאנע שטאטן ווי אהייא פלארידע און קענטאקי.

דאס קען פריווענטן דעם ענין פון די גרויסע לעיט נייט בעלאט דאמפס וואס געבט א פתח צו שרייען פאר דער וועם עס שאדט. ארגינעל האב איך געמיינט אז עס קען אויסקוקן אביסל ווי 2020.

-------

דאס אלעס איז אבער גוט פאר די פריימערי ווי עס איז למעשה נישט דא קיין ריזן פראצענט עבסענטי בעלאטס, פלאס וואס דער חילוק צווישן עלעקשן דעי און עבסענטי בעלאטס לויט די קאנדידאטן איז נישט אזוי גרויס.

לאמיר נאכאמאל איבערגיין אין קורצן די מעשה מיט די מעיל אין בעלאטס, אין 2020 האט מען גארנישט געלאזט ציין פארן פארמאכן די בודקעס, און די דעמאקראטן האבן דאך געשטימט פיל מער עבסענטי, ממילא האט טראמפ גענומען א ריזן ליעד פארן ציילן רוב עבסענטי בעלאטס. צו פריווענטן נאכאמאל אזא סארט זאך, האט מען גע'פועל'ט - מען האט דאס געבעטן פאר 2020 אויך, אבער די רעפאבליקאנער האבן נישט געלאזט - אז מען לאזט ציילן שטימען פאר מען פארמאכט די וואלן.

אבער למעשה האבן דאס נאר געטון די גאר גרויסע קאונטיס, און אויך נאר מיט די בעלאטס וואס זענען אריינגעקומען ביז עלעקשן דעי, און נישט די פון יענעם טאג ממש.

אין א ברייטן אויסגאנג, איז דאס נישט קיין פראבלעם, אבער אין א שמעלערן אויסגאנג, נישט אזוי שמאל ווי יעצט, נאר נארמאל שמאל, לאמיר זאגן אז דזשאן פעטערמאן באזיגט אין די ענד מעהמעט אז מיט איין פראצענט.

אין אזא פאל, וואלט פעטערמאן ערשט גענומען דעם ליעד לכאורה דאנערשטאג. און אז וואלט געהאט גאנץ א שיינעם ליעד דינסטאג סוף נאכט. (הגם גראד אנהייב ציילן וואלט פעטערמאן געהאט א ריזן ליעד, ווייל די גרויסע קאונטיס עבסענטי בעלאטס איז די ערשטע שטימען ארויסצוקומען.)

פארוואס זאג איך אזוי, ווייל איך קוק אויף די טאטאלע שטימען אין ביידע פארטייען'ס פריימעריס, הגם עס איז נישט ממש די זעלבע זאך ווי נאוועמבער, ווייל די דעמאקראטן האבן בכלל נישט געהאט קיין גאווערנאר פארמעסט ביי די רעפאבליקאנער האט דער גאווערנאר פארמעסט ארום 20 טויזנט שטימען מער ווי דער סענאט פארמעסט - און אפילו דער סענאט פארמעסט איז כלל נישט געווען קאמפעטעטיוו ביי די צייט פון די וואלן, אבער פון די אנדערע זייט איז נאך דא עטליכע הונדערט טויזענט סעיף רעפאבליקאנער וויילער רעגיסטרירט אלץ דעמאקראטן, וועלכע קענען נישט שטימען אין די רעפאבליקאנער פריימעריס לויט די פענסילוועניע געזעצן.

אויב דער עולם געדענקט האט שפירא דער דעמאקראט געטוויט אזא פאניק-פאנדרעיזינג טוויט מיטוואך נאכמיטאג און מען האט עס אהערגעברענגט:
Screenshot_20220520-171034_Twitter.jpg
Screenshot_20220520-171034_Twitter.jpg (178.53 KiB) געזען 415 מאל

דאס איז א חילוק פון בערך 180 טויזנט שטימען, וואס איז איבער 7% פון דעם טאטעל.

יעצט כאפ א בליק ווי עס האלט יעצט, ווען כמעט אלע שטימען זענען שוין געציילט, אבער די דעמאקראטן וועלן נאך מעגליך געינען נעט צען טויזנט שטימען קעגן די רעפאבליקאנער.

20220520_172510.jpg
20220520_172510.jpg (215.24 KiB) געזען 415 מאל

מען האט געציילט ארום 125 טויזנט פרישע שטימען, און די דעמאקראטן האבן געגעינט נעט ארום 100 טויזנט שטימען, דער רעפאבליקאנער ליעד איז אראפ צו אונטער 80 טויזנט, וואס איז עטוואס מער ווי 3% פון דעם טאטעל.

דאס מיינט אז די דעמאקראטן האבן געגעינט איבער 4% נעט אויף די רעפאבליקאנער, דאס מיינט אז ווילאנג זיי געווינען מיט ווייניגער ווי 4%, וואלטן זיי נישט געווען אין די ליעד ביז דאנערשטאג נאכמיטאג. הגם נישט אלעס איז וועגן מעיל אין בעלאטס - גראדע בעיקר אין רויטע קאונטיס - נאר אויך וועגן די נאכנישט געציילטע עלעקשן דעי שטימען אין פילאדעלפיע און פיצבורג, וואס דאס וועט האפענטליך נישט געשען אין נאוועמבער, און די זעלבע וועגן די פראבלעמען מיט די מעיל אין בעלאטס אין די רויטע לענקעסטער.

אבער אפילו אן די אלע פראבלעמען, וועט לכאורה צוקומען א גוטע פראצענט צוויי צו די דעמאקראטן פון דינסטאג ביז פרייטאג.

-------

א סייד נאוט, איך טריי זיך איינצורעדן אז דאס אז פעטערמאן האט ארויסגעברענגט א ווייט אנפרעצעדענטן דריי פערטל מיליאן וויילער אין א אנקעמפעטעטיוו פריימערי ליגנדיג אויף דעם אפעראציע בעטל, ווייזט אויף עפעס צודרייטע ענטוזיאזם וואס ער האט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג מאי 20, 2022 5:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח

טראמפ פארלירער - דערווייל נאר דריי פארמעסטן

טשארל הערבסטער - נעברעסקא גאווערנאר
מעדיסאן קאוטארן - נארט קעראליינע קאנגרעס
די לויטענענט גאווערנאר וואס איז געלאפן מיט טראמפ'ס אינדארסירונג קעגן איידעהא גאווערנאר ברעד ליטעל.

מעדיסאן גילבערט-אהייא קאנגרעס

וועסלי האנט/מאניקא דע-לא קרוז-טעקסעס קאנגרעס

סתם פאר נייגעריגקייט זענען די טראמפ פארלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?
לעצט פארראכטן דורך אומר אני אום פרייטאג מאי 20, 2022 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אומר אני האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח

טראמפ פארלירער - דערווייל נאר דריי פארמעסטן

טשארל הערבסטער - נעברעסקא גאווערנאר
מעדיסאן קאוטארן - נארט קעראליינע קאנגרעס
די לויטענענט גאווערנאר וואס איז געלאפן מיט טראמפ'ס אינדארסירונג קעגן איידעהא גאווערנאר ברעד ליטעל.

מעדיסאן גילבערט-אהייא קאנגרעס

וועסלי האנט/מאניקא דע-לא קרוז-טעקסעס קאנגרעס

סתם פאר נייגעריגקייט זענען די פאלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?

מער רעדט דא פון טראמפ חברה וואס ער האט אפי' אינדארסירט אבער זיי האבן פארלוירן די פריימעריס.

עס איז דא 'אסאך' מער פון זיינע אינדארסירטע וואס געווינען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אומר אני האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע טראמפ אינדארסמענטס פארלירערס? און ווי אויך פאטענציאלע פארלירערס.

יישר כח

טראמפ פארלירער - דערווייל נאר דריי פארמעסטן

טשארל הערבסטער - נעברעסקא גאווערנאר
מעדיסאן קאוטארן - נארט קעראליינע קאנגרעס
די לויטענענט גאווערנאר וואס איז געלאפן מיט טראמפ'ס אינדארסירונג קעגן איידעהא גאווערנאר ברעד ליטעל.

מעדיסאן גילבערט-אהייא קאנגרעס

וועסלי האנט/מאניקא דע-לא קרוז-טעקסעס קאנגרעס

סתם פאר נייגעריגקייט זענען די טראמפ פארלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?

יש ויש.

און שטייצעך עס איז אויך אנטי טראמפערס וואס זענען זיך מלבש ווי טראמפערס א שטייגער דעוויד מקארמיק.
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

ר' דן האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט זענען די פאלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?

מער רעדט דא פון טראמפ חברה וואס ער האט אפי' אינדארסירט אבער זיי האבן פארלוירן די פריימעריס.

עס איז דא 'אסאך' מער פון זיינע אינדארסירטע וואס געווינען

אהא, און די דריי וואס האבן געוואנען זענען די אנטי טראמפערס?
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אומר אני האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט זענען די פאלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?

מער רעדט דא פון טראמפ חברה וואס ער האט אפי' אינדארסירט אבער זיי האבן פארלוירן די פריימעריס.

עס איז דא 'אסאך' מער פון זיינע אינדארסירטע וואס געווינען

אהא, און די דריי וואס האבן געוואנען זענען די אנטי טראמפערס?

איך מיין אז קיין איין אפציעלע אנטי טראמפער האט דערווייל געוואנען. מען רעדט פון מעסיגע און אפי' קאנדידאטן וואס דערקלערן זיך אלץ א טראמפסטער אפי' ער האט זיי נישט אינדארסירט.

מעגליך איך האב א טעות
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ר' דן האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט זענען די פאלירער אנטי טראמפערס אדער ער האט זיי פשוט נישט אינדאסירט?

מער רעדט דא פון טראמפ חברה וואס ער האט אפי' אינדארסירט אבער זיי האבן פארלוירן די פריימעריס.

עס איז דא 'אסאך' מער פון זיינע אינדארסירטע וואס געווינען

אהא, און די דריי וואס האבן געוואנען זענען די אנטי טראמפערס?

איך מיין אז קיין איין אפציעלע אנטי טראמפער האט דערווייל געוואנען. מען רעדט פון מעסיגע און אפי' קאנדידאטן וואס דערקלערן זיך אלץ א טראמפסטער אפי' ער האט זיי נישט אינדארסירט.

מעגליך איך האב א טעות

גערעכט.

איך ווייס נישט פונקטלעך די סטאטוס פון טשאק עדווערדס וואס האט באזיגט קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:בקיצור דאס באדייט אז מ’ברויך פארבעסערן די סיסטעם

אדער אז די רעפאבליקאנער לעגיסלאטור אין פענסילוועניע זאל לאזן ציילן די בעליטס פארן אלעקשן דעי.. עס איז נישטא קיין פארשטענדליכע סיבה עס נישט צו לאזן.

99% בעלעטס זענען געווען געציילט אין א שעה.

אויב קענען ניין און ניינציג פראצענט בעלאטס זיין געציילט אין א שעה, פארוואס געדויערט די איבריגע פראצענט עטליכע טעג?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”