קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אין מערץ 28 1983 האט פרעזידענט ראנאלד רעיגען געזאגט דאס פאלגענדע:

"וואס וואלט געווען אויב פרייע מענטשן וואלטן געקענט לעבן פארזיכערט מיט די וויסענשאפט אז זייער זיכערהייט ליגט נישט אויף די סטראשע פון א באלדיגע אמעריקאנער קאנטער אטאקע צו אפשרעקן א סאוויעטישע אטאקע, נאר אז מיר קענען אינטערסעפטן און צושטערן באליסטישע מיסילס נאך בעפאר זיי דערגרייכן אונזער ערד אדער פון אונזערע אליאירטע?"

האלט מיר יעצט שוין עטליכע יאר, און 200 ביליאן דאלער אויסגעגעבן אויף דעם שפעטער, לאמיר זעהן וואס איז די פלאן אין פאל אמעריקע ווערט באטראפן פון א נוקלעארע אטאקע פון צפון קארעא, איראן, כינע אדער רוסלאנד, וואס זיי קענען טון זיך צו באשיצן, און וואס איז די פלאן פאר קאנטער אטאקעס.

זאל אבער יעדער זיין זיכער, און קיינער זאל נישט ווערן אנגעצויגן, עס זעהט נישט אויס ווי עס וועט זיין אין די נאנטע צוקנופט א נוקלעארע מלחמה, און אפילו אויב אמעריקע און נאטא וועלן יא ווערן פארמישט אין די קריג אין אוקריינע איז אויך דא גאר גאר קליינע שאנסן אז עס וועט זיך דערקייקלן צו א נוקלעארע מלחמה, ווי שפעטער ברייטער אויסגעשמועסט.

לאמיר אפלאזן די הייפערסאניק מיסילס פאר יעצט, פון דעם האמיר שוין געשמועסט, לאמיר רעדן פון די געווענליכע אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס (ICBMs), מיט א נוקלעארע שפיץ.

קודם א קורצע הקדמה, עס זענען פארהאן 4 סארטן באליסטישע מיסילס. די ערשטע איז 'שארט רעינדזש באליסטישע מיסילס (SRBM) דאס קען פליען ביז 1000 קילאמעטער ווייט.

נאכדעם איז דא 'מידיעם רעינדזש באליסטישע מיסילס' (MRBM) דאס קען פליען צווישן 1000 און 3000 קילאמעטער ווייט.

נאכדעם איז דא 'אינטערמידיעט רעינדזש באליסטישע מיסילס' (IRBM) וואס דאס קען פליען צווישן 3000 און 5500 קילאמעטער ווייט.

נאכדעם איז דא די 'אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס' (ICBM) וואס דאס קען פליען פון 5500 און ווייטער.

די סכנה פאר אמעריקע זעלבסט איז פון אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס (ICBMs).

יעצט לאמיר פארשטיין וויאזוי א ICBM פליט.

די באליסטישע מיסיל ווערט ארויסגעשאסן מיט א ראקעט וואס שיסט עס ארויף, דאס ווערט גערופן די 'בוסט פאזע' דאס נעמט צווישן 2 און פינעף מינוט, וואס דאן פליט די מיסיל ארויף אין ספעיס. דערנאך איז דא די 'מידקורס פאזע' וואס דאן טיילט זיך די באוואפענטע שפיץ אפ פונעם ראקעט און עס פארט אין ספעיס, געווענליך ערגעץ ארום 30 מינוט, ווענדט זיך צו וואו עס פארט, און דערנאך איז דא די 'טערמינאל פאזע' וואס דאן קומט עס שוין אראפ צום ציהל, דאס נעמט געווענליך א מינוט אדער ווייניגער.

יעצט איז דא דריי אפציעס אראפצושיסן דעם מיסיל. אין די ערשטע פאזע איז אבער שווער ווייל מען דארף עס גענוג שנעל אויפכאפן, און האבן א אינטערסעפטאר מיסיל ארויסשיסער, אדער א ספעציעלע באמבארדיר פליגער גענוג נאנט אז עס זאל קענען גרייכן די מיסיל פאר עס איז אין ספעיס, אבער דעמאלסט איז עס טעכניש די גרינגסטע אראפצושיסן צוליב די ראקעט וואס עס האט נאך מיט זיך, און עס איז זייער גרינג צו אויפכאפן.

די צווייטע פאזע איז די מערסטע פראקטיש, צוליב וואס דארט איז עס די לענגסטע, די פראבלעם איז אבער אז מען דארף עס קענען פונקטליך טרעקן, דאס איז אבער נישט אזא פראבלעם מיט די היינטיגע סעטעלייטס און פארגעשריטענע ראדארן, די מיסילס קומען אבער מיט פארשידענע טעכנאלאגיעס צו אויסשפילן די ראדארן, צווישן אנדערע, ווען די שפיץ טיילט זיך אפ פונעם ראקעט און פליט אין ספעיס אין די 'מידקורס פאזע', שיקט עס אויך מיט פאלשע מיסילס גערופן 'דיקויס' וואס דאס זעהט אויס ווי די מיסיל אבער איז בעצם א דאמי, און דאס איז געמאכט צו צומישן די ראדארן, און אז די אינטערסעפטאר זאל אריינקראכן אין דעם דיקוי אנשטאט אין די עכטע מיסיל.

אין די דריטע פאזע איז גאר שווער עס אראפצושיסן צוליב די קורצע צייט, און מען דארף האבן די נויטיגע גאר שנעלע מיסילס וואס זאלן עס קענען אויפרייסן ווען עס איז נאך גענוג ווייט פון די ציהל, אבער למשל אויב אזא מיסיל קומט צו פליען אויף אן עירקרעפט קעריער קען מען עס נאך דעמאלטס אפהאלטן.

יעצט צו די אמעריקאנע מיסיל שוץ סיסטעמען. אמעריקע האט 44, 40 אין אלאסקא און 4 אין קאליפארניע, פון א מיסיל שוץ סיסטעם, גערופן 'גראונד בעיסד מידקורס דעפענס' (GMD), וואס דאס זענען ספעציעלע אינטערסעפטארס געמאכט אראפצושיסן אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס אין זייער מידקורס פאזע.

ווי שטארק אפעקטיוו די סיסטעם איז, איז א מחלוקת הפוסקים, א שטודיע דורכגעפירט דורך די American Physical Society זאגט אז די סיסטעם איז ווארשיינליך נישט זייער אפעקטיוו צוליב פארשידענע אורזאכן וואס זיי געבן אן, אבער די פענטאגאן האט עס שטארק אפגעווארפן און געזאגט אז די שטודיע איז באזירט אויף אלטע דאטא, און פארשטייט זיך אסאך דעטאלן זענען קלאסיציפירט, און די GMD איז שטארק אפעקטיוו, זאגענדיג אז אין 2017 אליינס איז געווען 2 טעסטס, ווען 2 אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס זענען געקומען צו פליען, און מיט 3 אינטערסעפטאר מיסילס האט די GMD באוויזן אראפצושיסן ביידע ICBMs.

חוץ פון דעם האט אמעריקע די Aegis סיסטעם, וועלכע איז אינסטאלירט אויף אמעריקאנער נעיווי שיפן, און דערנאך איז די 3 ערד באזירטע Aegis סיסטעמען, אין פוילן, ראמעניע, און א טעסט סייט אין האוואי, וואס דאס קען אויך גענוצט ווערן אלס א פאקטישע דעפענס סיסטעם.

די Aegis איז נישט ארגינעל געמאכט געווארן פאר אינטערקאנטינענטל, נאר פאר ביז אינטערמידיעט רעינדזש (IRBM) , און איז זייער סוקסעספול, אבער די נעיווי האט אין 2020 דורכגעפירט א טעסט אויף אן אינטערקאנטינענטל מיסיל (ICBM), און די Aegis האט עס סוקסעספול אראפגעשאסן אין די מידקורס פאזע, אזוי אויך זאגט די נעיווי אז דאס קען מעגליך געניצט ווערן אין די ערשטע בוסט פאזע, אויב די שיף למשל איז גענוג נאנט, און מעגליך אויך אין די לעצטע טערמינאל פאזע.

דערנאך איז דא די THAAD ערד מיסיל דעפענס סיסטעמען, וואס זענען ארגינעל אויך נישט געמאכט געווארן פאר ICBMs, נאר זענען געמאכט פאר ביז אינטערמידיעט רעינדזש באליסטישע מיסילס (IRBM), די THAAD איז גאר סוקסעספול און איז נאכנישט דורכגעפאלן אין קיין איין טעסט, און איז געמאכט צו אראפשיסן די באליסטישע מיסילס אין די טערמינאל פאזע, דאס הייסט אויפן וועג אראפ.

די אמעריקאנע מיליטער זאגט אז דאס קען אויך סוקסעספול ארבעטן קעגן ICBMs, די פראבלעם איז אבער אז עס דארף זיין גענוג נאנט, אלזא, טעארעטיש, אויב לייגט אמעריקע THAAD סיסטעמען ביי די באוואוינטע שטעט א שטייגער ווי ניו יארק אדער לאס אנדזשעלעס וועלן זיי טאקע זיין באשיצט, אבער דאס קען נישט באשיצן גאנץ אמעריקע, נאר אין די געגנט ארום וואס עס איז סטאנציאנירט. אנדערש פון די אויבנדערמאנטע GMD סיסטעמען וועלכע זענען יא דא צו באשיצן גאנץ אמעריקע.

אגב איז אין 2017 געווען א גאנצע סומאטאכע ווען 2 קאנגרעסלייט האבן געזאגט אז די מיסיל דעפענס אגענטור (MDA) טראכט פון ארויסלייגן די THAAD סיסטעמען אויף די אמעריקאנער מערב ברעג, און די אגענטור און די פענטאגאן האבן עס אפגעלייקנט... בקיצור...

יעצט דארף מען פארשטיין נאך א זאך, די אלע מיסיל שוץ סיסטעמען זענען נישט אויסגעשטעלט צו באשיצן פון רוסלאנד.

די סיסטעמען זענען געמאכט אז אויב למשל צפון קארעא שיקט איינס אדער אפילו 10 באליסטישע מיסילס, דארפן די שוץ סיסטעמען אנגעבליך קענען אפהאלטן די מיסילס.

פארשידענע עקספערטן זאגן גאר אז אפילו אויב כינע וועט שיסן זייערע ארום 100 ICBMs אויף אמאל קיין אמעריקע, איז אויך דא א שיינע מעגליכקייט אז אלע סיסטעמען צוזאמען זאלן עס קענען אפשלאגן. ויש לדון בזה...

אויב אבער זאל רוסלאנד שיקן זייערע 527 ICBMs וואס זיי האבן אנגעבליך גרייט, אפילו אן זייערע ריזיגע נוקלעארע סטאקפיילס, וועט דאס זייער שנעל איבערקומען די אמעריקאנע דעפענס סיסטעמען, און די דעפענס סיסטעמען וועלן ארויסגיין פון באנוץ, צוליב וואס עס קען נישט האנדלען אזויפיל מיסילס אויף אמאל.

יעצט, וואס געשעהט אויב פוטין צופירט זיך די הענט, זיינע ארומיגע שטעלן אים נישט אפ - א זאך וואס וועט ווארשיינליך נישט געשעהן צוליב אורזאכן וואס וועלן שפעטער ערקלערט ווערן, - און ער באהאגלט אמעריקע מיט נוקלעארע סחורה. וואס איז דאן אמעריקעס פלאן?

עס איז דא א באקאנטע טערמין גערופן MAD -
(Mutual assured destruction) ס'איז א טעאריע פון די קאלטע קריג, וואס מיט דעם טוט מען אפשרעקן די שונא, אז אפילו איין לאנד, לאמיר זאגן אמעריקע, ווערט אטאקירט פון א נוקלעארע אטאקע, און ווערט חרוב ונחרב, וועט גלייך צוריקקומען אויף רוסלאנד א פולע נוקלעארע אטאקע, דאס מיינט אז אפילו רוסלאנד אטאקירט פלוצלינג אמעריקע, און אמעריקע פאלט דורך און ווערט מיאוס צושלאגן, האט רוסלאנד נישט קיין מעגליכקייט פון איבערלעבן, ווייל די גאנצע נוקלעארע סטאקפייל ווערט אויסגעליידיגט אויף זיי. א בחינה פון גם לי וגם לך לא יהיה, אבער אויף א שרעקעדיגע פארנעם...

צו דעם זאגט די דעפארטמענט אוו דעפענס אז זיי האבן דריי וועגן דאס צו טון:

די ערשטע איז ערד באזירטע ארויסשיס צענטערן וואס האבן גרייט 400 אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס מיט נוקלעארע שפיצן וואס זענען אויף די העכסטע אלערט צו יעדע צייט, צוטיילט אין 5 שטאטן אין אמעריקע.

די מיסילס ווערט ארויסגעשאסן רימאוטלי דורך אונטערערדישע קאמענד צענטערן וואס זענען אין קאנטאקט מיטן פרעזידענט און די נויטיגע מיליטערישע באאמטע.

אויב זאל די קאנטאקט צווישן די קאמענד צענטערן ווערן אפגעהאקט און זיי קענען נישט ארויסשיסן די מיסילס, האט אמעריקע גרייט 24/7 א ספעציעלע לופט קאמענד גערופן די 'עירבארן לאנטש קאנטראל סענטער' (ALCS) וואס איז אין א נעיווי E-6B באואינג פליגער, און זיי האבן א פולע קאמענד צענטער און די נויטיגע פערסאנעל מיט א שטענדיגע גרייטקייט צו ווייטער קאמיוניקירן און ארויסשיסן די קאנטער נוקלעארע מיסילס.

די צווייטע איז סובמארינען. די סובמארינען זענען גרייט אויף די ווייטע מעגליכקייט אז אלע פון די גרייטע אנגעשפיצטע מיסילס און די ערד ארויסשיס צענטערן ווערט אראפגעווישט.

אמעריקע האט צו יעדע צייט עטליכע סובמארינען אויף די העכסטע אלערט, און זיי זענען באוואפענט מיט מערערע נוקלעארע מיסילס, אזוי סאך, אז יעדע סובמארין פאר זיך, אויב זאל עס גערעכנט ווערן אלס א לאנד, וואלט עס געהאט די זעקסט גרעסטע נוקלעארע ארסענאל...

אפילו גאר גאר הויכע מיליטערישע באאמטע ווייסן נישט וואו אויף די וועלט די סובמארינען געפונען זיך, עס איז ממש טאפ טאפ סיקרעט, און עס איז אנדיטעקטעבל, און אפילו אויב די גאנצע נוקלעארע סטאקפייל וואס געפונט זיך אין אמעריקע זעלבסט ווערט אפגעווישט דורך א רוסישע אטאקע אויף די מיליטערישע באזעס, האבן די סובמארינען אליינס גענוג און נאך אראפ צו ווישן גאנץ רוסלאנד מיט א שמוץ אריבער.

דערנאך איז דא די לופט אפציע.

א פלאטע פון 46 B-52H און 20 פון די גאר מאכטפולע B-2A ספיריט באמבאדיר עראפלאנען, וואס די B-2A ספיריט עראפלאנען זענען אינגאנצן סטעלט, און קענען אויסמיידן די מערסט פארגעשריטענע דעפענס סיסטעמען, און באמבארדירן מיט נוקלעארע וואפן אפילו די מערסט באשיצטע צילן, און די פלאטע איז גרייט צו יעדע צייט צו דעליווערן פעשע נוקלעארע פעקלעך איבעראל אויפן כדור הארץ אין געציילטע מינוטן.

די אלע אויבנדערמאנטע חברה זענען גרייט 24-7 צו יעדע צייט אויב אמעריקע ווערט אטאקירט, הייבן זיי אויטאמאטיש אן צוריקשיסן אויף די לאנד וואס האט געשאסן. און מיט דעם שרעקט מען אפ אנדערע לענדער אז זיי זאלן נישט טראכטן פון אטאקירן אמעריקע, ווייל אפילו אויב עס געלונגט זיי צו געבן גאר שטארקע קלעפ און אפווישן אמעריקע, וועלן זיי אבער נישט אפגעשוינט ווערן און אויך גענצליך חרוב ווערן.

צוליב דעם זאגן מערערע עקספערטן אז אפילו אויב וועט געשען די ווייטע ווייטע מעגליכקייט און פוטין וועט אינגאנצן צודרייט ווערן און פארארדענען א נוקלעארע אטאקע אויף אמעריקע זעלבסט, וועט עס אבער נישט אראפ גיין די נויטיגע טשעין אוו קאמענד דאס צו קענען אויספירן, ווייל זיינע ארומיגע וועלן קיינמאל נישט זיין גרייט צו באגיין זעלבסטמארד און לאנד-מארד און חרוב מאכן גאנץ רוסלאנד אין געציילטע מינוטן.

אגב, אסאך עקספערטן האלטן - שפעקולירן - האפן... אז די רוסישע נוקלעארע סטאקפייל איז אין זייער א שלעכטע צושטאנד.

זיי זאגן אז עס איז בעצם א קל וחומר. מה דאך די וואפן וואס זיי דארפן טאקע נוצן איז אין אזא שלעכטע צושטאנד, א שטייגער ווי טאנקן און די פלעינע מיסילס, וואס דאס האבן זיי געוויסט אז זיי גייען עס דארפן נוצן, און זיי נוצן עס כסדר, און דאך איז עס ממש גארביטש.

נוקלעאר וואס קיינער חלומ'ט דערווייל נישט פון נוצן, איז זיכער אז עס איז נישט גוט מעינטעינד.

זיי האבן א מאגערע דעפענס בודזשעט פון ארום 70 ביליאן דאלער, אין פארגלייך צו אמעריקע וואס שטייט ביי נאנט צו 800 ביליאן...

אנדערע אנאליסטן זאגן אבער פארקערט, אז צוליב דעם איז רוסלאנד'ס קאנווענציאנאלע וואפן אזוי נאכגעלאזט ווייל זיי נוצן זייערע אלע געלטער פון זייער דעפענס בודזשעט צו אנגרייטן און ארויפארבעטן זייערע נוקלעארע וואפן.

אזוי צו אזוי איז דאס בלויז השערות וואס קיינער וויל פארשטייט זיך נישט אויספרובירן...

געוויסע ווילן זאגן אז אמעריקע האט א קלאסיפיצירטע סיסטעם וואס קען יא אפשלאגן אן אטאקע פון רוסלאנד, אבער דאס איז מער ווייניגער ווישפול טינקינג לויט רוב, אבער מען קען קיינמאל נישט וויסן...

נאך א זאך וואס איז גוט צו וויסן, איז אז אפילו אויב רוסלאנד זאל יא טון די זעלבסטמארד אקט און אטאקירן אמעריקע, וועלן זיי נישט צילן קיין באוואוינטע שטעט א שטייגער ווי ניו יארק, נאר מיליטערישע אינפראסטרוקטור, און די נוקלעארע סטאקפיילס, און נאך אזא אטאקע, וועלן זיי שוין נישט קענען שיסן צום צווייטן מאל אויף אמעריקע ווייל זיי וועלן ווארשיינליך מער נישט זיין. לויט א וועלט בארימטע נוקלעארע שרייבער און אנאליסט, סטעפאן שווארטץ.

אט איז א מאפע פון אים פון רוסישע צילן פאר אן אטאקע:

IMG_20220326_231443_045.jpg
IMG_20220326_231443_045.jpg (90.14 KiB) געזען 3324 מאל


דארפן מיר אבער אייביג געדענקען אז אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר...

סייווי קען דער עולם זיין רואיג ווייל וויכי האט מיר קלאר געזאגט אז ער שטייט גרייט 24 שעה א טאג אפצושלאגן רוסישע אטאקעס, און ער האט סוקסעספול אפגעשלאגן די קרעמלין באט אטאקע. קען זיין ס'איז קלאסיפייד אינפאו, אבער קיינער האט אים נישט געבעטן זיך צו אנטרינקן אין א גרינע ליל שישי...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

העעערליך!!!!!!

כ'האב הנאה פון דיין נייע סעריע, האלט אן!!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סופערב ארטיקל, שכוח פארן מהנה זיין. די פיינעל ליין איז עי ריעל טשערי אן די טאפ, מאכט לייכט אראפצושלינגן דעם מעין אנגעשטרענגטן קאורס.

טענקס עגעין
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נו'שוין... קענעך גיין נעמען אביסל רעסט... אידישלעך זאגט אז איך דארף נישט אזוי מורא האבן פון א נוקעלארע אטאקע...

הערליך!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יאנאש האט געשריבן:סופערב ארטיקל, שכוח פארן מהנה זיין. די פיינעל ליין איז עי ריעל טשערי אן די טאפ, מאכט לייכט אראפצושלינגן דעם מעין אנגעשטרענגטן קאורס.

טענקס עגעין

נישט ממש

כהאב מיך איינגערעדט אז כקען אנטלויפן צו די מיד-סטעיטס אין פאל פון א נוקלער קריג, די טשארט צום סוף האט מיך דערשראקן :lol:
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Wow it's amazing
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

א ריזן דאנק!!
הערליך!
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

הערליך
יישר כח
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יודי!!!!
נאך א הערליכע ארטיקל אריינגעווישט דא
אנגעפילט מיט פילעכלעך פאר אלע וואס ציטערן דא אריין.



רוסלאנד האט טאקע א גרויסע מאס נוקלער שפיצן אבער רוב זענען טאקע אלטע וואס ווערן נישט באקוקט געהעריג, אזויווי זייערע 13000 טאנקן
אמעריקא האט היינט מער אקטיווע שפיצן ווי רוסלאנד, כרעד נישט פון וויפיל מהאט אנגעפיילט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך! איז נישט די ווארט פאר אזא ארטיקל!!!

ס'איז געווען די טשאקלאט פון מיין חמין למוצ"ש...

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הערליך שיין און קלאר!!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זייער שיין

אויף וואס איז באזירט די הנחה אז זיי וועלן נישט צילן קיינע פאפולאציע צענטערן? סתם צו אטאקירן מיליטערישע איינריכטונגען פעלט דאך נישט אויס נוקלעאר. די איינציגע מאל אין די היסטאריע וואס מען האט יא גענוצט די אטאם באמבע איז דאך טאקע געווען אויף באוואוינטע שטעט מיט צענדליגער טויזנטער טויטע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

זייער שיין.

איך האב נאר צוויי פראגעס אויף די לעצטע פאראגראף, איינס, האט נישט רוסלאנד אויך נוקלעארע סובמארינען וואס קענען דורכפירן א צווייטע אטאקע אין פאל רוסלאנד עקזיסטירט נישט?

און צווייטנס, פארוואס זאל רוסלאנד נישט גיין גראד צו גרויסע שטעט אויב ער קען סייווי נישט אפשטעלן די אמעריקאנער נקמה?

א שרעקעדיגער קוואוט פון פוטין.
In a 2018 documentary, President Putin commented that "…if someone decides to annihilate Russia, we have the legal right to respond. Yes, it will be a catastrophe for humanity and for the world. But I'm a citizen of Russia and its head of state. Why do we need a world without Russia in it?"
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

enjoy האט געשריבן:הערליך! איז נישט די ווארט פאר אזא ארטיקל!!!

ס'איז געווען די טשאקלאט פון מיין חמין למוצ"ש...
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

נארמאליזעם האט געשריבן:רוסלאנד האט טאקע א גרויסע מאס נוקלער שפיצן אבער רוב זענען טאקע אלטע וואס ווערן נישט באקוקט געהעריג, אזויווי זייערע 13000 טאנקן
אמעריקא האט היינט מער אקטיווע שפיצן ווי רוסלאנד, כרעד נישט פון וויפיל מהאט אנגעפיילט.

שכח הרב נארמי.

אמעריקע האט 1,365 נוקלעארע שפיצן גרייט אויף 656 אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס, און אויף שארט רעינדזש באליסטישע מיסילס, און אויף באמבאדיר פליגער.

רוסלאנד האט נאר 527 אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס, וויפיל נוקלעארע שפיצן זיי האבן גרייט ווייס איך נישט פונקטליך, אבער כ'מיין אז זיי זאגן ערגעץ ארום די ציפער.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

הערליך הערליך!
זאל דער פון אויבן אונז היטן און אונז זאל מיר זיך קיינמאל קענען איבערצייגן צו דו ביסט גערעכט געווען!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

מי חכם האט געשריבן:זייער שיין

אויף וואס איז באזירט די הנחה אז זיי וועלן נישט צילן קיינע פאפולאציע צענטערן? סתם צו אטאקירן מיליטערישע איינריכטונגען פעלט דאך נישט אויס נוקלעאר. די איינציגע מאל אין די היסטאריע וואס מען האט יא גענוצט די אטאם באמבע איז דאך טאקע געווען אויף באוואוינטע שטעט מיט צענדליגער טויזנטער טויטע.

דער מיסטער שווארטץ טענה'ט אזוי, ער זאגט אז די ערשטע אטאקע מוז זיין אויף מיליטערישע אינפראסטרוקטור, עס צו גענצליך אפווישן אויב רוסלאנד וויל פרובירן צו אטאקירן אמעריקע.

די רוסישע סטעיט טעלעוויזיע האט אין 2017 פארגעשטעלט א רייע ציהלן אויב זאל רוסלאנד אטאקירן אמעריקע און דאס איז:
Pentagon, Camp David, Jim Creek Naval Radio Station in Washington, Fort Ritchie in Maryland, and McClellan Air Force Base in California.


יואל שרייבער האט געשריבן:זייער שיין.

איך האב נאר צוויי פראגעס אויף די לעצטע פאראגראף, איינס, האט נישט רוסלאנד אויך נוקלעארע סובמארינען וואס קענען דורכפירן א צווייטע אטאקע אין פאל רוסלאנד עקזיסטירט נישט?

און צווייטנס, פארוואס זאל רוסלאנד נישט גיין גראד צו גרויסע שטעט אויב ער קען סייווי נישט אפשטעלן די אמעריקאנער נקמה?

א שרעקעדיגער קוואוט פון פוטין.
In a 2018 documentary, President Putin commented that "…if someone decides to annihilate Russia, we have the legal right to respond. Yes, it will be a catastrophe for humanity and for the world. But I'm a citizen of Russia and its head of state. Why do we need a world without Russia in it?"


דיין ערשטע פראגע אויף סובמארינען פאדערט א פרישע לענגערע ארטיקל, מעגליך וועל איך עס איין טאג שרייבן.

די צווייטע ווערט טיילווייז פארענטפערט דא אין דעם תגובה, אבער בעצם זאגסטו א גערעכטע סברה, אז אויב גייט מען סייווי זעלבסטמארד, זאל שוין זיין.

אבער דער מיסטער שווארטץ טענה'ט אנדערש, ער האט א לאנגע אנאליז פארוואס עס איז אזוי...

פוטין האלט אין איין זאגן שרעקעדיגע סטעיטמענטס איבער נוקלעארע וואפן, עס מיינט בעצם נישט קיין סאך.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין!!
יישר כח!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

שכח הרב אידישלעך.
זייער זייער הנאה געהאט!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נארמאליזעם האט געשריבן:אמעריקא האט היינט מער אקטיווע שפיצן ווי רוסלאנד, כרעד נישט פון וויפיל מהאט אנגעפיילט.

מ’דארף נישט אזויפיל.. רוסלאנד האט גענוג חרוב צו מאכן גאנץ אמעריקע מער ווי איינמאל. פריי דיך נישט אז דו האסט מער.

אלס א איד בין איך נישט בכלל באזארגט סתם אזוי אן קיין הסברים און טרייסט מחשבות. כ’זארג מיך פאר מיין פארקינג מארגן. גרויסע וועלט קריזיסן לאז איך פאר ג-ט ב’’ה צו זארגן...

און כ’האף איין טאג זיך צו לערנען און זוכה זיין עם איבערצוגעבן פארקינג דאגות אויך...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פאראויס האט געשריבן:אלס א איד בין איך נישט בכלל באזארגט סתם אזוי אן קיין הסברים און טרייסט מחשבות. כ’זארג מיך פאר מיין פארקינג מארגן. גרויסע וועלט קריזיסן לאז איך פאר ג-ט ב’’ה צו זארגן...
און כ’האף איין טאג זיך צו לערנען און זוכה זיין עם איבערצוגעבן פארקינג דאגות אויך...

;l;p- ;l;p-
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הערליך שיין און שרעקעדיג. זאגסטו מאנסי קען עס אויך ריעטשן?! אוטש. שטא ווי צו לויפן
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

א לינק צו דעם פראפעסער שווארץ'ס ארטיקל?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כאפצעם האט געשריבן:הערליך שיין און שרעקעדיג. זאגסטו מאנסי קען עס אויך ריעטשן?! אוטש. שטא ווי צו לויפן

ניין סקען נישט ריעטשן
סגייט בלייבן סטאק אין טרעפיק
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עיון
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2021 6:01 pm

Re: קען זיך אמעריקע באשיצן פון א נוקלעארע אטאקע פון רוסלאנד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עיון »

קלאר!! גענאגלט..
שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”