אינטערוועלטניק האט געשריבן:צ\ק
אידישליך האט אראפגעברענגט א נייעס איבער די status 6 אינטערוואסער דראון, עס איז א מיסיל דראון וואס קען פארן מיט א אויסטערלישע שטילקייט פאר וואכן לאנג, פון אנפאנג פארט עס זייער שטאַט, נענטער צום ציל ווען ס'קען שוין ווערן אויפגעכאפט נעמט ער זיך פארן זייער שנעל, עס איז בעיקר געמאכט צו אטאקירן פאָרט שטעט און עירקרעפט קעריער בעטטעל גרופס.
ווייסעך נישט וואס איז פראפעגאנדע און וואס איז אמת אבער עס קוקט אויס היבש געפארפול.
זיי שטייען דארט ווי אמעריקא איז געשטאנען 1980
ס׳איז נישט קיין דראון, ס׳איז א טארפידאו וואס ווערט קאנטראלירט מיט פיצי דינע פייבעראפטיק ווייער וואס שיקט צוריק צום סוב וואס די טארפידאו סענסערס זעהן.
עס קען פארן שטייט ביז איבערמארגן. ס׳איז א מענטשליך געמאכטע שטיק אייזן, און יעדע אייזן איז מעגנעטיק. אמעריקא קען דאס דערשנאפן פון ווייט. עס האט א מאטאר אדער צוויי מאטארן, און עס מאכט נויז! נויז אין וואסער פארט זייער ווייט. בכלל ״קול״ פארט אין וואסער פיל בעסער ווי עס פארט אין די לופט. טריי עס אויס אין מקוה וועסטו הערן יעדע סארט גערידער און ווייבראציע פינעם צווייטן זייט וואנט אויב איז דא עפעס דארט וואס מאכט א גערידער.
זעהט דאך אז יעדער ווייסט אז א סוב האט פארלאזט א פארט, און ״ווי״ עס פארט…
אמעריקאנע סובס פלעגן ניצן און 1980 - און ניצן נאך אלס ווייער גיידעד טארפּידאוס וואס לאזט דער סוב ווייט און סעיף, אבער א ״שטילע״ טארפידאו קומט צו שווימען שטייטעלעך, און ווען מ׳הייסט עס, נעמט זיך עס רייסן שטיקער העכער 70 מייל א שעה, עס לאזט ארויס א דינע שטארקע פייבער ווייער פון הינטן, די סוב קען אזוי קאנטראלירן מיט דשוי-סטיקס עטליכע אויפאיינמאל, און אפילו די ווייער צערייסט זיך - עפעס וואס קען געשעהן און עס געשעהט דא דארט, האט די טארפידאו דעם ציל און וועט עס נישט פארפּאסן בדרך הטבע. די רוסישע דיקאו׳ס וואס דארפן צעעמישן דעם טורפידאו וואס די דיקאו שיסט די רוסישע סוב ארויס און עס דרייט זיך אין וואסער און מאכט זייער א הויעכע גערידער צו איבערשרייען סיי וועלכע גערידער די סוב מאכט אז מ׳זאל עס נישט הערן און טרעקן, און דער סוב מאכט א ווילדן דריי אהער אהין, פארט טיפער פארט ארויף, פארט שיף פארט גראד, שיסט נאך עטליכע דיקאוס. אבער די דיקאו האט זיין אייגענארטיגע נויז וואס די טארפידאו ווייסט, און פארט ארום דעם דיקאו און עס זוכט ווייטער דעם רוסישן סאב מיט נאך מיטלען, נישט נאר סאונד. געוויסע מיטלען וואס זענען טאפ סיקרעט, און אפילו דער רוסישע סוב האט שוין ארויסגעשאסן א אייגענע טארפידאו, האט אמעריקא א אנטי טארפידאו-טארפידאו וואס קראכט אריין און צוברעכט פיזיש דעם רוסישן טארפידאו ווען בשעת מעשה איז די רוסישע שיף אויף דיפענס, און אויב פעלט אויס הילף, האט אמעריקא (און רוסלאנד אויך, אבער צוריק געשטאנען מיט צוואנציג יאר) א פלאטע פון מיסלס וואס ווערן ארויסגעשאסן פון געהעריגע שיפן, אדער פליגערס וואס פליען צו די עטליכע מייל ווי עס דארף, עס דייווד אריין אין וואסער ווי א טארפידאו, אדער טראסקעט מען אריין אויפן וואסער א רייע מיט בּאָיס וואס שווימען אויפן וואסער מיט אנטענעס צו קאמיוניקירן מיט די נעיווי, און פון אונטן שטעקט זיך אראפ א זייער סענסעטיווע היידרעפאון (אינטערוואסער מייק) מיט נאך געהיימע סענסארס וואס שטעלן צו נאך א טוץ אויערן, די רוסישע סוב קען זיך פון דעם נישט ארויסדרייען! מ׳ווייסט און מ׳טרעקט יעדע מאנאווער וואס עס מאכט. אן אמעריקאנע טארפידאו מיסל האט געניג קראפט צו נאכיאגן א פיינליכע סוב ״העכער א שעה״ די רוסן האבן אויך טארפידאוס וואס דארפן אפיציעל קענען נאכיאגן בערך א שעה, געוואנדן ווי שנעל עס פארט, ווי טיף, און אויב עס מאכט זיך נישט פראבלעמען אינדערמיט… רוסישע קוואליטי.
ועוד ועוד ועוד וואס אמעריקא מיט ענגלאנד האבן געהאט די בעסטע אויבערהאנט אונטערן וואסער 1980 צייטן.
טראמפ האט ארייגעגאסן ביליאנען אין די סוב בודשעט, זיין אפיציעלע פלאן איז געווען א פרישע ווירדשיניע קלאס סוב אין וואסער כאטשיק יעדע 6 חדשים. און אזוי איז טאקע געווען און לויט מיין נאלעדש האט זיך די פלאן נישט געטוישט מיט ביידן. ווי אויך האט טראמפ איבערגעמאכט דע אמעריקאנע טריידענט סובמארינען - די טריידענט טראגן יעדע פון זיי געניג אטאמישע מיסלס צו פלאך מאכן די ״גאנצע״ וועלט צוויי אהאלב מאל, האט טראמפ. געהייסן אראפציפן עטליכע מיסל טובס, און עס איבערמאכן ס׳זאלן קענען האלטן קאנווענשאנעל מיסלס אויך. די טריידענט מיסל טובס זענען ריזיג אין דייעמעטער, אנשטאט איין אטאמישע באליסטיק מיסל פּעט טובּ, פיט אריין דארטן 4 קרוז מיסלס.
טראמפס איידיע איז געווען צו איבערניצן און ריפערבּישׁן יעדע זאך וואס מ׳קען נאר. מ׳האט די טריידענט סובמאריען אריינגענומען צוויי אויפאמאל צום פארט, און עס איבערגעמאכט אינעווייניג מיט די לעצטע סופּער קאמפיוטערס און טעקנאלעדשי שייך, פרישע סאונאר סענסארס, איבערגעצויגן די ווייערס אינעם סובמארין זעלבסט, און אהער געשטעלט ווי א פרישע נייע פארגעשריטענע סובמארין, וואס בשעת מעשה הייסט עס נאך די זעלבע טריידענט קלאס סובמארין אין די רוסישע נעיווי. זיי ווייסן נישט די נייע קעפעביליטיס.
די זעלבע האט טראמפ געטוהן מיט די אלטע אבער זייער ווירקזאמע F16 פייטער דשעטס. ארויסגעריסן אלעס ביזן שעל, און אריינגעשטעלט פרישע ראדארן, קאמפיוטערס, מיט נייע סקרינס אנשטאט די אלטע ווייזערלעך, און עס אויסגעשטאט עס זאל קענען זיין א טייל מיט די F35 לינק סיסטעם מיטן שערן אינפאו אהין און צוריק. געוויסע קריטישע חלקים זענען פיפט דשענערעישאן קעיפּעביליטיס, און די זעלבע מיט די A-10 און נאך.
איינער האט צוגעברענגט ערגעץ די אמעריקאנע סטראשע פון אפווישן די גאנצע רוסישע נעיווי אין 24 שעה מיט א קאנווענשאנעל, איז צו פארדאנקען טראמפ. דאס איז געווען זיין געדאנק און עס אויסגעפירט שטילערהייט. ס׳איז דא א סיבה פארוואס די מיליטער האט אים אזוי געגליכן. ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אריינצורופן דער לאועסט רענקינג דשענעטאר פין א סוב וואס איז יעצט אין פארט (ס׳איז נישטא עכט אזא זאך, נאר מער אן אויסדריק אויף סינעיאַריטי, יעדער אויף א סוב דארף קענען כמעט אלעס און מ׳נעמט שיפטס) או קיין פריעדיגע מעלדונג, און ״פריוואט״ אויספרעגן וואס עס גייט פאר אינעם סוב. וואס טויג, וואס טויג נישט, וויאזוי די טשעין אף קאמענד איז, וויאזוי מען שפירט זיל דארט, וואס וואלט מען געקענט פארבעסערן געזאגט יישר כח, געהייסן היטן זיין מויל אפילו צום קאמאנדיר, נישט פארציילן וואס ער האט געפרעגט אדער וואס מ׳האט גענטפערט, און אזוי באקומען א בילד ווי א סי אי או, און נאכדעם פארלאנגט טוישונגען, - אויף אויסצוטרייען אנגעפאנגען פינעם געהיימסטן סוד, און גענדיגט ביים עסן מעניו צושפייז… און ווען עפעס האט געארבייט, איזעס אריין אין קראפט פאר יעדן! אויב האט ער באקומען קאמפלעינטס אז מ׳דארף מער קעטשאפ, און מ׳האט אים איבערצייגט אז ס׳איז וויכטיג פאר סיי וועלכע סיבה, איז דאס געווארן די נייע ״עסן קאוד״ איבעראל.
טראמפ פלעגט עס ״זייער״ ליב האבן צו טאן. און מיט דעם געגעבן די סובמארין סערוויס א דשייגענטיק שטופ!
ער פלעגט איינלאדענען וועטעראנען פינעם קאלטן קריג, און געוואלט הערן זייער 20 יאר עקספיריענס, זייער בליק וואס איז וויכטיג און וואס נישט. טראמפ האט אייביג געהאט א חשד אז די פירמעס וואס בויען די סובס זוכן צו מאכן ווי מער געלט און דארטן ליגט דער פאוקעס, אנשטאט די עכטע אינטערעסן. און דאס איז ער געוואר געווארן דורכן שמועסו מיט אלטע ווייסע האר חברה.
מ׳האט זיי אריינגענומען און געוויזן די נייעסטע ווירדשיניע קלאס סובס, מהאט זיי גענומען אויף א ״טור״ מיליטערישע עקסערסייז, און געוואלט זיי זאלן איבערגעבן זייער עקספיריענס, טריקס און איידיעס פאר די יעצטיגע מאנשאפט. מ׳האט זיי זייער שיין באצאלט אלץ ״טרעינירן די נייע דשענערעישאן״. ס׳איז געווען זייער זייער זייער סוקסעספול און יעדער האט עס עפּרישיעיטעד.
די אלטע רעטייערט סובמערינערס (אזוי הייסט א סובמארין סאלדאט) זענען גערינען שפייעכץ פון מויל נאר פון זעהן די היינטיגע קעפעביליטיס, זיי האבן גערן פארציילט וויאזוי זיי פלעגן זיך אן עצה געבן אן די אלע זאכן… און עס שטעלט זיך ארויס אז ס׳איז געווען קריטיש וויכטיג, ווייל אין פאל פון נויט אויב א סובמארין ווערט געשעדיגט און געוויסע קאמפיוטער סיסטעמען גייען פייפן, האבן זיי דע טריקס צו נעמען זאכו אין די האנט די 1980 מהלך… פון זיין געוואגט און טאן זאכן לויטן זעקסטן חוש.
איך שרייב נאך?
נעקסט טיים וואך נישט אריין קיין קוואדער אין מיין סובמארין האבי..
א גמר חתימה טובה