יידישע קהילות האט געשריבן:eller האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די אוקריינע פארלירן אזויפיל ?
מיט די לע מערב וועלט וואפן דארפן זיי צו זיין מער פאראויס..
וואסיטאקע פשט?
עס איז ניסים דאס וואס זיי האבן אנגעהאלטן ביז איצטערט. מיינסט טאקע אז מ'קען געוואונען דעם רוסישן בער מיט א פאר ג'שנדר'טע טאנקען און דזשעוולינס?
רוסלאנד האט א אומשעפערישע סכום פון סאלדאטן און טאנקן. ג'קניידלט טויזענט? שיקט מען נאך טויזענט וכו' וכו'.
איך זאג נישט אז רוסלאנד גייט צום סוף זיגן, ווייל איינעמען א צווייטע - גרויסע און פאר'עקשן'טע מדינה איז אויך נישט קיין קלייניקייט, אבער איך זעה נישט קיין וואונדער אויב רוסלאנד מאכט פארשריט. דאס איז צום ערווארטן. אפילו די גרעסטע קריטיקירער פון די רוסישע ארמיי און זייערע שלאבישע מיליטער געצייג, וועלן מודה זיין אז זיי זענען גאר גאר מאכטפול.
אזוינע שטותים צו שרייבן, די רוסן האבן ממש נישט קיין מעגליכקייט געהאט צו מאכן פארשריט ביז איצט, זיי האבן זעראו מעגליכקייט געהאט אנצוהאלטן כארקיוו, זיי האבן זעראו מעגליכקייטן צו גיין קיין אדעסע.
נארוואס דען, די אוקריינער האבן לדעתי געמאכט א גרויסע טעות מיטן פארטרייבן די רוסן פון כארקיוו, ווי וויכטיג כארקיוו איז פאר זיי, איז עס געווען א טעות צוצולאזן אז די רוסן זאלן זיך גרופירן אין איין געגענט, און נאך א גרעסערע טעות אויסצונוצן די שטארקע קראפט פון די זעלנער אין די כארקיווע אומגעגענט.
צייט וועט זאגן, אבער לדעתי האבן די אוקריינע געמאכט א גרויסע טעות.
אויסער דעם, איז זייער מאראל מעגליך אביסל אפגעשוואכט געווארן דינענדיג אונטער שווערע אומשטענדן ווייל זייער עקענאמיע איז חרוב ונחרב, ס'קוים דא אויל, ווען א זעלנער רופט אהיים הערט ער אז אין שטוב מוטשעט מען זיך. די רוסן האבן סוקסעספול חרוב געלייגט די עקענאמיע דארטן (און טייל באשולדיגן געוויסע מארשאל לאו פאליסיס פון אוקריינע ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אפצושוואכן די עקענאמיע)
זקן מלא רחמים.