קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גאלע האט געשריבן:
גאלע האט געשריבן:אוקריינישע מיליטער איינגעהאנדלט נייע קאמיקאזי דראון וואס ברענגט גרויס זארג ביי די רוסישע מיליטערישע פירער
אוקראַינע האָט באַקומען פון די מערב-וועלט לענדער א נייע סאָרט דראָון וואָס קען פליען זייער ווייטע שטרעקעס און דער דראָון אַרבעט אַז דאָס רייסט אויף ווי א באָמבע ביים לאַנדן אויפן ציהל. ווי מען הערט האָט שוין אוקראַינע גענוצט די דראָון סוקסעספול אין א באָמבאַרדירונג אויף אַן אויל רעפיינערי אין רוסלאַנד מיט א וואָך צוריק.
‎‎ https://www.yiddish24.com/news/bulletin/64746

וואס איז דעס? עפעס פריש אדער אלטע זאכען?

דאס איז א ציווילער כינעזער פשוט'ער דראון, קיין שייכות צו די מערב וועלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

א אינטערעסאנטע זאך האט מיר איינער אנגעוויזן אז איינע פון די הויפט ציהלן וואס אמעריקע האט אין אוקריינע איז טעסטן די וואפן אינטער שווערע אומשטענדן און פארשטייט זיך אויך טעסטן די וואפן קעגן די רוסישע וואפן און זעהן די אפעקטיווקייט און פארשטייט זיך אז די וואפן וואס גייען ארויסקומען א געווינער גייט זיך אסאך בעסער פארקויפן פאר אנדערע לנדער און אפי' פאר זיך וועט אמעריקע עס מער ניצן
נאר וואס עס איז דא צוויי פראבלעמען איינס אז עס קען זיין אז די מאשין איז גוט נאר דער וואס עס ניצט עס קען זיך נישט גוט אויס און דאס קען עס חרוב מאכן
צווייטענס עס קען אריינפאלן איו די הענט פון די רוסן און פאל פון א בליץ קריג
און ווי עס שיינט מיר האבן זיי מיט די צייט זיך א עצה געגעבן מיט ביידע פראבלעמען זיי טרענירן אינדרויסן פון אוקריינע (אדער אינעווייניג) קעמפער וואס קענען זיך שוין מער אויס מיט די אמעריקאנע סיסטעם וואס ווי מער עדווענדסט סיסטעמס אלס ווייטער פונעם פראנט קענען זיי זיין
און צווייטנס זעהט מען שוין קלארער בערך די ספיד פון די מלחמה און מען קען שוין זיין מער פארזיכערט אז עס וועט נישט אריינפאלן ביי די שונא אין די הענט אויך מיט חשבון אז די נייערע סארט וואפן קען מען ניצן ווייטער פונעם פראנט
און די תוצאה איז אז מען הייבט אן זעהן אסאך מער אפעקטיווע וואפן פון אמעריקע קיין אוקריינא און דאס וועט אויך פארענטפערן פארוואס מען זעהט נישט קיין אמעריקאנע טאנקען ווייל דאס איז א כלי וואס מען דארף ניצן פנים אל פנים צום שונא און עס קען גרינג אריינפאלן אין זייערע הענט ועוד פאסט פשוט נישט אז עס זאל צורקולירן בילדער פון פארברענטע אמעריקאנע טאנקען הגם האט שוין איינער געזעהן א בילד פון א פארברענטע אמעריקאנע האוויצער הגם איך גלייב אז עס איז דא אבער היות עס איז וווייטער פונעם פראנט קענן די רוסן נישט כאפן קיין בילדער דערפון
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גוט פאריקט האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך האט מיר איינער אנגעוויזן אז איינע פון די הויפט ציהלן וואס אמעריקע האט אין אוקריינע איז טעסטן די וואפן אינטער שווערע אומשטענדן און פארשטייט זיך אויך טעסטן די וואפן קעגן די רוסישע וואפן און זעהן די אפעקטיווקייט און פארשטייט זיך אז די וואפן וואס גייען ארויסקומען א געווינער גייט זיך אסאך בעסער פארקויפן פאר אנדערע לנדער און אפי' פאר זיך וועט אמעריקע עס מער ניצן

די רוסן טענה'ן דאס, אז די גאנצע ציהל פון אמעריקא איז צו לאזן די אקוריינער אויספרובירן זייערע געווען, און דורך דעם פארדינען געלט און לאזן פאלן אוקריינע אלס א כפרה. ווי אויך אז זלענסקי ווייסט פון דעם אלעם, און פאר א פאר טאלער פון אמעריקא לאזט ער פאלן זיין לאנד און טוט נישט נעמען די ריכטיגע החלטות זיך אדורכצוקומען מיט רוסלאנד.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
ידיד כל חי האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:אוקריינע האקט אריין אין רוסישע שטעט

Looks like Ukraine tonight hit russian supply depots in:

• Kursk
• Belgorod
Melitopol

Pretty much every key logistics hub in range.

דעס איז אין רוסלאנד?

די ערשטע צוויי איז יא אין רוסלאנד, און עס אינטערסאנט, נאכדעם, וואס אפיציעל מעגן די אוקריינער נישט באמבאדירן מיט מערב וועלט וואפן אין רוסלאנד גופא.

אנצומערקן, עס קען אפשר זיין אמעריקאנער צוגעשטעלטע וואפנס אין די פאל אין אוקריינע אבער מיז נישט זיין. (אויב דארפעך טשוזן בינעך נוטה מער אויף נישט).

אמעריקאנער צוגעשטעלטע היימארס ערלויבט יעצט פאר אוקריינע צו קענען ניצן מער אוקריינער וואפנס ווי די טאטשקע-יו באליסטישע מיסילס ווי וויפיל זיי האבן זיך געקענט ערלויבן ביז היינט.

טא, נישט יעדער אטאקע גייט זיין דורך היימארס.

די עסאמפשען איז ווארשיינלעך אמת. אין בעלגאראד איז עס געווען אוקריינער טאטשקע-יו מיסילס.

(די רוסן טענה'ן אז זיי האבן אינטערסעפטעד דריי טאטשקע-יו מיסילס אבער איינס האט גורם געווען צו אויפרייסן העכער א רעזידענטשעל געביידע.)
20220703_110928_36.jpg
20220703_110928_36.jpg (66.49 KiB) געזען 5889 מאל

20220703_110930_36.jpg
20220703_110930_36.jpg (77.72 KiB) געזען 5889 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נקדימון באריכטעט אז בילא רבקה איז געפאלן...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אויך באריכטעט נקדימון דאס... :grin:

נקדימון האט געשריבן:גאר שווערע געצילטע פייער דורך די רוסן
:wink:

https://www.dropbox.com/s/wde14xtnvu7bq ... 9.mp4?dl=0
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

וואס האלט די עולם דא, איז סעיף צי פארן קיין אומן ראש השנה?
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס האלט די עולם דא, איז סעיף צי פארן קיין אומן ראש השנה?

אויב אז די מצב ווי יעצט, לכאורה יא.

מאך א אנקעטע...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

חוט המשולש האט געשריבן:ענדליך ארויסגעקומען פון היינט:

War in Ukraine
מיליטערישע אנאליז - יולי 2
17:45
https://mega.nz/file/hzQR0ZTb#sv2a7oikE ... CXiQ0D22qU

ער זאגט פאר אז ער גייט האבן א אונטערעסאנטע שמועס די וואך! וועל מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אין אלגעמיין איז די שמועס קורצער אבער גיט א גוטע פערספעקטיוו פונעם מצב אויפן פראנט איבער די לעצטע וואך און וואס צו ערווארטן אין די קומענדיגע וואכן, עס איז עטוואס מער אינטערעסאנט ווי געווענטליך פאר די וואס ווילן סעטן עקספעטעישענס.

ער זאגט אז ער האט באקומען פרישע רוסישע אינפארמאציע פון די ערשטע פיר טעג פונעם אינוואזיע, און ער וועט די וואך ארויסלייגן א לענגערע באנהאנדלונג, דאס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, אלץ א טעימה קלה פארציילט ער אז איינס פון די סמעטענע רוסישע בריגאדע'ס האבן פארלוירן פופציג פראצענט פון זייער פערסאנעל אין די ערשטע פאר טאג, די שמועס קען זיין גאר אונטערסאנט.

ער זאגט אז ער גייט היינט האבן א שמועס מסביר צו זיין פארוואס ער האלט אז די רוסישע ארלאן 10 איז די בעסטע דראון פאר די צוועק פון די איצטיגע מלחמה, פיל בעסער פון בייראקטער, אבער מבין שורותיו קען מען הערן אז ער מיינט געוויס צו זאגן אז די ארלאן 10 איז פיל בעסער פאר שפיאנאזש, ער רעדט נישט דוקא פון אטאקירן, ווי אויך, די עיקר נקודה זיינע איז אז די ארלאן 10 איז א ביליגע כלי און רוסלאנד קען זיך ערלויבן צו פארלירן יעדן טאג א פאר שטיק דערפון.

אויפן פראנט האט ער זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ער זעט א שוואכקייט אין די אוקריינישע קרעפטן אנטקעגן וויאזוי זיי פלעגן זיין, ער צייגט אן אז די אוקריינע ווידערשטאנד אין סווערידאנעטסק האט אנגעהאלטן דאפעלט אזוי לאנג ווי די ווידערשטאנד אין ליסיטשאנסק, דאס דארף צייגן אז די אוקריינער האבן שוין נישט די מאראל אדער מעגליכקייט צו פארטיידיגן זייערע פאזיציעס אזוי ווי זיי פלעגן אמאל טאן.

אין אמת אריין דאס פאלן פון ליסיטשאנסק איז שוין א דאמינאו עפעקט, אפגעזען ווי שטארק די אוקריינע מאראל אדער אמוציע רעזערווען זאלן נאר זיין וואלט עס זיי געווען דאפעלט אזוי שווער צו פארטיידיגן ליסיטשאנסק ווי סווערידאנעטסק, סיי ווייל די לאגיסטיקס איז איצט פיל שווערער, פילע ראודס וואס פלעגן אריינפירן סחורה צום סאמע שפיץ מזרח פראנט זענען שוין איצט טאטאל צושמעטערט, און סיי ווייל זיי זענען שוין געווען מער ארומגענומען אין ליסיטאשנסק ווי זיי זענען געווען בעפאר די אטאקע אויף סווערידאנעטסק, אבער עס איז זיכער אז די ארמיי אליין האט אויך געליטן ביטערע שאדן און דאס ערזעצט זיך נישט אזוי שנעל.

די נקודה וואס איז די מערסט סטראטעגיש וויכטיג איז אבער די מצב אויפן פראנט, ער צייגט אן אז די אוקריינער האבן פארלאזט ליסיטאשנטסק אין א האסטיגע כאאטישע אנטלויף אפעראציע, דאס האט זיי נישט געגעבן די מעגליכקייט אויפצובויען א פרישע דיפענס ליניע אביסל אריינציר פון ליסיטשאנסק, און די רוסן האבן שוין פארכאפט אדער עכ''פ אריינגעשטעקט זייערע נעגל אין די דערנעבענדיגע וויכטיגע וויליזשעס, און די פראבלעם איז אז די דערנעבענדיגע וויליזשעס האבן פיינע דיפענס פאזיציעס, אבער אז מען האט דאס פארלוירן וועלן די אוקריינער זיך מוזן ציען א שיינע מרחק ווייט פון די גאנצע געגענט דארטן צוליב די טאפאגראפיע וואס גיט א שטארקע אויבערהאנט פאר די וואס שטייען אין ליסיטשאנסק אין די דערנעבענדיגע וויליזשעס, פון דארט אין ווייטער קומט א טאל און די אוקריינער וועלן זיך נישט קענען באשיצן דארטן, אלזא וועלן זיי מוזן אנטלויפן ביז נאכן פלוין און זיך פלאצירן ביי די בערג וואס איז א שטיקל מהלך ווייטער.

אין זיין מיינונג, אויב וואלטן די אוקריינער פארלאזט ליסיטשאנסק א פאר טאג פריער און זיך באפעסטיגט אין די אומגעגענט וואלטן זיין נאך אפשר געהאט א שאנס צו פירן א ווידערשטאנד פון די וויליזשעס דערנעבן, אבער איצט אז זיי האבן געמוזט אנטלויפן און די אנטלויף איז פארגעקומען האסטיג אן קיין ארדענונג איז שוין געווען צו שפעט צו שטעלן א נייע פראנט פון דערנאנט.

אין אלגעמיין קוקט אויס א גאנצע צייט אז ער איז טאקע מער אינטערעסירט אז אוקריינע זאל געווינען אבער ער צייגט כסדר א ווידערווילן קעגן די ארטיגע פירער, ער קוקט אויס ווי פארביסן קעגן סאוויעטישע כאראקטער שטריכן וואס מען געפינט נאך היינט אין אוקריינע און ער וועט אפטמאל באשולדיגן די ארטיגע רעגירונג אז זיי האנדלן נאריש, און ער וועט אלעמאל ענדערש געבן קרעדיט פאר די יונגע אינדיווידיואלע זעלנער אויפן פראנט ווי איידער פאר די מיליטערישע פירערשאפט וועם ער באטראכט ווי אמאליגע סאוויעטישע גענעראלן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גוט פאריקט האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך האט מיר איינער אנגעוויזן אז איינע פון די הויפט ציהלן וואס אמעריקע האט אין אוקריינע איז טעסטן די וואפן אינטער שווערע אומשטענדן און פארשטייט זיך אויך טעסטן די וואפן קעגן די רוסישע וואפן און זעהן די אפעקטיווקייט און פארשטייט זיך אז די וואפן וואס גייען ארויסקומען א געווינער גייט זיך אסאך בעסער פארקויפן פאר אנדערע לנדער און אפי' פאר זיך וועט אמעריקע עס מער ניצן
נאר וואס עס איז דא צוויי פראבלעמען איינס אז עס קען זיין אז די מאשין איז גוט נאר דער וואס עס ניצט עס קען זיך נישט גוט אויס און דאס קען עס חרוב מאכן
צווייטענס עס קען אריינפאלן איו די הענט פון די רוסן און פאל פון א בליץ קריג
און ווי עס שיינט מיר האבן זיי מיט די צייט זיך א עצה געגעבן מיט ביידע פראבלעמען זיי טרענירן אינדרויסן פון אוקריינע (אדער אינעווייניג) קעמפער וואס קענען זיך שוין מער אויס מיט די אמעריקאנע סיסטעם וואס ווי מער עדווענדסט סיסטעמס אלס ווייטער פונעם פראנט קענען זיי זיין
און צווייטנס זעהט מען שוין קלארער בערך די ספיד פון די מלחמה און מען קען שוין זיין מער פארזיכערט אז עס וועט נישט אריינפאלן ביי די שונא אין די הענט אויך מיט חשבון אז די נייערע סארט וואפן קען מען ניצן ווייטער פונעם פראנט
און די תוצאה איז אז מען הייבט אן זעהן אסאך מער אפעקטיווע וואפן פון אמעריקע קיין אוקריינא און דאס וועט אויך פארענטפערן פארוואס מען זעהט נישט קיין אמעריקאנע טאנקען ווייל דאס איז א כלי וואס מען דארף ניצן פנים אל פנים צום שונא און עס קען גרינג אריינפאלן אין זייערע הענט ועוד פאסט פשוט נישט אז עס זאל צורקולירן בילדער פון פארברענטע אמעריקאנע טאנקען הגם האט שוין איינער געזעהן א בילד פון א פארברענטע אמעריקאנע האוויצער הגם איך גלייב אז עס איז דא אבער היות עס איז וווייטער פונעם פראנט קענן די רוסן נישט כאפן קיין בילדער דערפון

גאנץ א נארישע השערה לענ''ד. די וואפן וואס אוקריינע באקומט פון אמעריקע איז פון די עלטערע וואפן, די היימארס איז שוין גענוצט געווארן פאר איבער טויזנט אטאקעס און די אמעריקאנער זענען שוין זייער רואיג אז עס האט א 99 פראצענט ראטע פון זיין אקוראט, די זשאוועלינס איז שוין גאר אלטע וואפן, די M777 האוויצערס איז שוין גאר אלטע וואפן, די איינציגסטע נייע וואפן איז אפשר די אריזאונע קאמיקאזי דראונס וואס איז געווס נישט זייער וויכטיג צו טעסטן אויפן פראנט, מען רעדט פון א דראון וואס איז זייער ווייט פון קריטיש וויכטיג פאר אמעריקע

אוקריינע האט למשל די וואך באקומען א נדבה פון נארוועגיע פון מלר''ס וואפן וואס קען פליען ביז אכציג מייל, אבער די וואפן ווערט שוין לאנג נישט פראדוצירט אין אמעריקע, די לעצטע מאל וואס די סחורה איז אראפ פון די פאקטארי שעלף איז שוין מיט איבער צוונאציג יאר צוריק און מען האט עס פארקויפט פאר עגיפטן, אבער פאר אוקריינע איז עס איצט א הילף.

אוקריינע האט נישט באקומען קיין סענסיטיווע וואפן, על אף וואס די פענטאגן האט טאקע יא שטארק אנגעזאגט אז אוקריינע מוז באשיצן אז די זאכן זאלן נישט אריינפאלן אין רוסישע הענט, אבער זיי זענען פאר נישט קיין עכטע סענסיטיווע סחורה, אלעס איז שוין מער ווייניגער פיל מאל אויספראבירט געווארן און קיינע פון זיי זענען נישט טאפ סיקרעט סחורה, נישטא קיין סיבה צו זאגן אז אמעריקע וויל דא טעסטן זייער וואפן.

אבער זיי טעסטן יא די רוסישע טאקטיקן, דאס יא, זיי לערנען זיך א סאך דערפון, שוין אזוי פרי ווי מארטש האט שון די פענטאגען געמאלדן אז זייער AI סאפטוועיר ארבעט שוין צו מאכן קאלקיולאציעס און אלגאריטימס אפצולערנען די רוסישע טאקטיקן.

די סיבה פארוואס אמעריקע האט נישט גלייך געשיקט מער אמעריקאנע סחורה איז וויבאלד די אוקריינער זענען געווען טרענירט נאר פאר די סאוויעטישע סחורה, און אמעריקע האט אין אנפאנג פראבירט צו שאפן סאוויעטישע סטיל האוויצערס/שעל/ טאנקן וכדו' פאר אוקריינע.

איינס פון די גרעסטע דורעפעלער פון די רוסן איז געווען ווען זייער שוואכע מענטעינענס איז געצייגט געווארן פאר די גאנצע וועלט, זיי האבן געהאט לאנגע פערציג מייליגע קאראוונען מיט טאנקן וכדו', אבער די זאכן זענען געווען פארזשאוועט און אין א שלעכטע צושטאנד, דאס ווייזט אונז ווי וויכטיג עס איז גוט קעיר צו נעמען פון די מיליטערישע סופליי, און היות די אוקריינע מאגאזינען זענען געווען אנגעפילט מיט סאוויעטישע סופליי וואלט נאטא סארט וואפן פארלאנגט עקסטערע מענטעינענס טיעמס, דאס רעכנט אריין דאס נאכאנאנדע פאררעכטן מיט נייע פארטס, און אויב זאל מען האבן צוויי סארטן וואפן סיסטעמען וואלט מען געדארפט אויפהאלטן באזונדערע מעכאניקער און פארטס פאר די באזונדערע סארט וואפן, און דאס איז אין די סברא געווען צו שווער דורעכצופירן, דעריבער האט מען געזוכט צו העלפן אוקריינע מיט סאוויעטישע וואפן.

אבער איינמאל מען האט געזען אז די מלחמה גייט יך פארציען, און אז מען קען נישט שאפן אזוי לייכט סאוויטישע וואפן, איז געבליבן אז אוקריינע וועט זיך מוזן ספראווען מיט די פראבלעם פון אויפהאלטן פארשידענארטיגע וואפן סיסטעמען, די שעלס פון די נאטא סארט האוויצערס ארבעט נישט מיט די סאוויעטישע האוויצערס, אבער ס'נישטא קיין ברירה אוקריינע מוז טאקע ארבעטן שווערער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

דערבארומדיג'ער שמעטערט אריין מיט ארטיקלען

קיעפ איט אפ!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

טוה א טובה האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס האלט די עולם דא, איז סעיף צי פארן קיין אומן ראש השנה?

אויב אז די מצב ווי יעצט, לכאורה יא.

מאך א אנקעטע...

איך ווייס נישט וויאזוי אפשר מאכסט עס פאר מיר?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס האלט די עולם דא, איז סעיף צי פארן קיין אומן ראש השנה?

אויב אז די מצב ווי יעצט, לכאורה יא.

מאך א אנקעטע...

איך ווייס נישט וויאזוי אפשר מאכסט עס פאר מיר?

איך וואלט מורא ג'האט. ח"ו יעדע פראבלעם וואס מאכט זיך על כל צרה שלא תבוא אינישדא צו וועם צו רעדן. וואס טוסטו ווען דער אוקריינער רשע ביים גרעניץ פארלייגטזאך אויף א בחור'ל אז ער דארף בלייבן אין מיליטער דינסט. וואס טוסטו נעקסט? מיט וועם רעדסטו?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס האלט די עולם דא, איז סעיף צי פארן קיין אומן ראש השנה?

אויב אז די מצב ווי יעצט, לכאורה יא.

מאך א אנקעטע...

איך ווייס נישט וויאזוי אפשר מאכסט עס פאר מיר?

האסטו
viewtopic.php?f=106&p=3653952#p3653952
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

עולם האמת האט געשריבן:דערבארומדיג'ער שמעטערט אריין מיט ארטיקלען

קיעפ איט אפ!

לייקווייס, קיפ איט אפ, דער עולם איז זיך מחיה!
זקן מלא רחמים.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

גראדע שוין געזען עטליכע רוסישע ווידעאס ווי m777 ווערן צעשמעטערט, אזוי ווי איך בין נישט קיין מבין ווייס איך אבער נישט צו עס זענען טאקע m777'ס
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וואלט מורא ג'האט. ח"ו יעדע פראבלעם וואס מאכט זיך על כל צרה שלא תבוא אינישדא צו וועם צו רעדן. וואס טוסטו ווען דער אוקריינער רשע ביים גרעניץ פארלייגטזאך אויף א בחור'ל אז ער דארף בלייבן אין מיליטער דינסט. וואס טוסטו נעקסט? מיט וועם רעדסטו?

אויב אזוי קענסטו שוין גיין סאך פארדעם - וואס טוסטו אויב די פליגער אויפן וועג פאלט אריין אין וואסער?!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

נארמאליזעם האט געשריבן:מזעהט טאקע ווי זלענסקי האט שוין געמאלדן אז זיינע סאלדאטן וועלן צוריק קומען קיין לוסיטשאנסק גאר שנעל .

יעצט ווייס איך שוין פאר וועם זעלענסקי זאגט עס, איך האב מיך געוואונדערט ווער עס קויפט עס נאך...

בלויז א ווערטל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יואל שרייבער האט געשריבן:

וווועעעעעהההה :cry:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
גאלע
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2022 4:22 pm
לאקאציע: שבת ביים קידוש

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלע »

מיליטערישע עקספערטן: רוסלאנד געווארן קלוגער און געבט זיך אן עצה צו מאכן אוקריינע'ס מיליטערישע דראונס אומשעדליך‎‎

אין די ערשטע חדשים האָט אוקראַינע באַוויזן צו נוצן דראָונס צו באָמבאַרדירן רוסישע מיליטערישע פּאָזיציעס, אָבער רוסלאַנד האָט אָנגעהויבן נוצן מער מיסיל שוץ סיסטעמען און די דראָונס קענען זיך נישט אַן עצה געבן דערמיט. אויסער דעם האָט רוסלאַנד אָנגעהויבן נוצן דזשעמערס וואָס שעדיגן די קאָמיוניקאַציע פון די דראָונס, און די דראָונס קראַכן אַראָפּ בעפאָר'ן דורכפירן זייער באַשטימטע מיסיע.

‎‎ https://www.yiddish24.com/news/bulletin/64920
“The nine most terrifying words in the English language are ‘‘I’m from the government and I’m here to help.’”
Ronald Reagan, 1986.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גאלע האט געשריבן:מיליטערישע עקספערטן: רוסלאנד געווארן קלוגער און געבט זיך אן עצה צו מאכן אוקריינע'ס מיליטערישע דראונס אומשעדליך‎‎

אין די ערשטע חדשים האָט אוקראַינע באַוויזן צו נוצן דראָונס צו באָמבאַרדירן רוסישע מיליטערישע פּאָזיציעס, אָבער רוסלאַנד האָט אָנגעהויבן נוצן מער מיסיל שוץ סיסטעמען און די דראָונס קענען זיך נישט אַן עצה געבן דערמיט. אויסער דעם האָט רוסלאַנד אָנגעהויבן נוצן דזשעמערס וואָס שעדיגן די קאָמיוניקאַציע פון די דראָונס, און די דראָונס קראַכן אַראָפּ בעפאָר'ן דורכפירן זייער באַשטימטע מיסיע.

‎‎ https://www.yiddish24.com/news/bulletin/64920

גראדע איז דעס א גרויסע סיבה פארוואס רוסלאנד האט נישט קיין קאנטראל אויף די אוקריינישע הימלען, זייערע אייגענע דראונס ווערן אפעקטירט פון די אלע דזשעמערס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Rak Tov האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס איז די סיבה פארן רוס צו פארלאזן סנעיק איילענד?

אויב שוין גענטפערט ביטע אנווייזן.

א סברה פון @צל http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p3649025
און א הוספה דרוך @נקדימון http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p3649083

נראה לי אז איך בין בכלל נישט געווען גערעכט. און די גאנצע זאך איז נאר געווען א שיינע סברה.

די אנגענומענע מיינונג איז ווייל עס איז געווארן צו שווער פאר זײ עס אנצוהאלטן. צו וועגן סופלייען די נויטיגע צרכים דארט איז געווארן צו שווער, צי ווייל זיי האבן געכאפט צופיל פעטש דארט.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נארמאליזעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:מזעהט טאקע ווי זלענסקי האט שוין געמאלדן אז זיינע סאלדאטן וועלן צוריק קומען קיין לוסיטשאנסק גאר שנעל .

יעצט ווייס איך שוין פאר וועם זעלענסקי זאגט עס, איך האב מיך געוואונדערט ווער עס קויפט עס נאך...

בלויז א ווערטל.

וווועעעעעהההה :cry:

פארוואס עפעס נאר לוסיטשאנסק פארוואס נישט אלעס וואס זיי האבן גענומען יעצט?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עולם האמת האט געשריבן:דערבארומדיג'ער שמעטערט אריין מיט ארטיקלען

קיעפ איט אפ!

גא"מ, אזוי אויך עולם האמת
א גרויסן יישר כח פאר ענק ביידע
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג יולי 04, 2022 11:35 am
"פוטין וועט נישט קאנגראטולירן ביידן לרגל דעם JULY 4 חאגע צוליב די אמעריקאנע אומפריינטליכע פאליסיס" - רוסישע פרעסע סעקרעטערי
:roll: :roll: :roll:
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”