דזיקוב'ער האט געשריבן:קודם דאס וואס דו האסט ערווענט לגבי די רוסישע געשטימטע איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל וויפיל האניג זיי האבן געלעקט אינטער אוקריינע ווייסט יעדער איינער, די פאפירן פון די U.N. צייגן אן אז צווישן 2014 און 2022 זענען געהרג'ט געווארן אין די שטחים כאטשיג פערצן טויזענט עטנישע רוסן, איז אפילו די רוסן האבן זיי חרוב געמאכט די הייזער ווייסן זיי כאטשיג אז יעצט וועלן זיי קענען לעבן רוהיג.
אגב, מען זעהט דא אז דו הערסט אסאך רוסישע פראפאגאנדע, די פערצן טויזנט זענען נישט קיין "עטנישע רוסן", עס נעמט אריין 4500 אוקריינער זעלנער, 6500 סעפעראטיסטישע זעלנער, און נאר 3500 ציווילע, און רובא דרובא איז געשען בשעת די גרויסע מלחמה אין '14 15', די לעצטע דריי יאר איז לכאורה געווען מער פארזיכערט צו זיין א ציווילער אין די דאנבאס ווי אין ניו יארק סיטי.
- Screenshot_20220701-021004.png (26.07 KiB) געזען 1391 מאל
ווייניג מלחמות האבן אזא רעשיא פון סאלדאטן צו ציווילע, און רוב מלחמות, (אריינגערעכנט אלע אמעריקאנער מלחמות), שטארבן סאך מער ציווילע ווי סאלדאטן.