ר' דן האט געשריבן:נאך ווייט פון פארטיג האסטו...
אה יישר כח פאר די גיטע נייעס קיפ איט אפ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ר' דן האט געשריבן:נאך ווייט פון פארטיג האסטו...
האסטו וועסטו האט געשריבן:וואה שיין שיין
סתם וועגן דיין חתימה
דער איינאיניינציגער און ינואר 2056 קומט אויס מארטש 31
צולייגער האט געשריבן:יש קורא חמש דפים בהעלם אחד ומביא עשרה ליקות.
פיינע נייעס, דן ידון ידוננו והוא ישפוט שפוט.
ר' דן האט געשריבן:געבוירן איז ער א גוי און קווינס, און היינט איז ער א זיידע פאר יודישע אייניקלעך אינעם היימישן פלארידע.
זיין נאמען איז דניאל יאנאש, מען קען אים בעסער אלץ דאנעלד טראמפ, די געוועזענע און מעגליך צוקומפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
איך גיי דא געבן א שטיקעלע אנעליז וויאזוי איך זעה עס, וואס איז ער, וויאזוי ארבעט ער, און וויאזוי ער קומט אן. בנוגע די פאקטן אויב זעהט איר א טעות האלט אייך נישט צוריק, קומט ארויף און רייסט אראפ די געפערליכע פירצה. בנוגע מיין מיינונג אויף די פאקטן, דאס איז אמת ויציב, מיין אייגענע מיינונג, איך פיל אז עס קען מעגליך זיין אינטרעסאנט פאר איינעם, און היות ווייס איך דאך נישט ווער ער איז לייג איך עס ארויס און דער יענער גייט שוין אנקומען דערצו. בס''ד.
דער קליינער דאנעלד איז אויפגעוואקסן פון זיינע גאר יונגע יארן און א רייכע הויעכגעשעצטע שטוב, ער האט פון אייביג אן געוויסט אז ער איז אין א רייכע העכערע געזלשאפטליכע משפחה. און ווי די שטייגער פון אזעלכע שטובער בדרך כלל, האט ער קיין סאך ווארעמקייט און ליבשאפט נישט באקומען, אבער נישט געפערליך, קיינער האט אים נישט געטשעפעט.
ער האט פון אלטס קליין קינד געהאט גרעסערע שאיפות. דער ארים קינד וואס גייט שלאפן הינגעריג חלומט אז ער גייט יא האבן געלט, זיינע קינדער גייען גיין שלאפן זאט יעדע נאכט. א רייך קינד מיט שאיפות און אמבוציעס, חלומט אסאך גרעסער. דאנעלד האט אייביג געוויסט אז זיין טאטע איז א מיליאנער און איך גיי זיין א ביליאנער.
און סקול פלעגט ער נישט צופיל זיך אריינלייגן אין די נושאים, וואס פעלט אים אויס צו קענען די אלע נערישקייטן, איך בון דאך דער ציקומפטיגער ביליאנער. ווי אויך האט אים קיינער נישט עכט געשטיפט צו מצליח זיין. אבער ער האט אריבערגעשטיפט זיינע יארן אין סקול קאלידיש (מיליטער סקול) ווי אן עוורידזש סטודענט.
ווערנדיג אביסל עלטער האט אים זייו טאטע אריינגענימען אין די ביזנעס, און די רעסט איז היסטערי, ער האט מצליח געווען צו ארויפארבעטן די ביזנעס צו אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז געווען, און איווענטועל איז ער געווארן די פאקטישע בעה''ב פון די קאמפעני.
די כלל פון יש לו מנה איז אריין אין פילען קראפט, און זייענדיג א מיליאנער פון גאר א יונגע עלטער, האט ער אלטס געהאט א דרייוו אנצוקימען מער און מער צו זיין צוויי עיקר צילן, האבן די מערסטע געלט און די מערסטע כבוד. דאס הייסט ער האט פון א גאר יונגע עלטער געוואלט די צוויי זאכן. זיין די רייכסטע מענטש אין די וועלט, און זיין די אמעריקאנע פרעזידענט.
מאכן מער געלט האט ער אלטס פראבירט, און ער האט זיך געהאט זיינע תקיפות זיינע דעגרייכונגען און פארלוסטן, ווייניג מענטשן האבן אזויפיל דורכגעפאלענע ביזניסער, פשוט ווייל ווייניג מענטשן האבן פראבירט אזויפיל זאכן, געווענטליכע מענטשן אויב זענען זיי מצליח ביי זייער ערשטע מאל טרייען, בלייבן זיי שטעקן מיט זייער הצלחה, פארוואס זיך מיטשען מיט נאך עפעס. און אויב פאלט מען דורך געבט מען אויף און שוין.
טראמפ האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן נישט פון זיינע הצלחות און נישט פון זיינע כשלונות. ער האט אייביג נאר געקוקט אויף ווייטער, וויזאוי קען איך באקומען נאך געלט און נאך כבוד.
און ער איז אייביג געווען גרייט אוועקצוגעבן אביסל פון איינס פאר אסאך פון די צווייטע, ער האט פארקוקט אויף די כבוד אויב זיך באשמיצן אביסל ברענגט אים אסאך געלט, און ווי אויך איז ער געווען גרייט צו צאלן געלט אויב עס ברענגט אסאך כבוד.
המשך יבא.
זארג נישט האט געשריבן:אנגעהויבן ליינען, סא פאר סא גוד.
איין זאך, אלס אז טיפיקל גבירישע גוי, און נישט ספעציעל געלערענט, איז אים נישט איין געפאלן אז ער קען זיין פרעזידנעט אין זיינע אינגע יארן. צו דעם דארף מען ערשט זיין א קאנגרעסמאן, סענאטאר, געווארנער, וכו' וואס ער האט געוויסט אז ער וועט קיינמאל זיין.
ווען ער האט אבער געזעהן ווי ביליאנערן וואס זענען קיינמאל געווען אין רעגירונג, הייבן אן לויפן פאר מעיאר, גאווארנער, און פרעזידענט, ערשט דעמלט איז אים אויך אריין דער דזוק אין קאפ אז איך אויך.
ר' דן האט געשריבן:
המשך יבא
עניטינג האט געשריבן:ר' דן האט געשריבן:
המשך יבא
א גרויסן יישר כח ר' דן, א הערליכע ארבעט (סוי פאר )!!
איך האב גאר שטארק הנאה און איך בין גאר נייגעריג אויף די המשך!
(אויב אויף דעם האסטו געווארט, קענסטו שוין גיין ווייטער)
ר' דן האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווען עס איז אים איינגעפאלן אז ער וויל אזוי סאך כבוד, אבער איך גלייב אז עס איז געווען היבש פרי אין זיין לעבן, עכ''פ אסאך פריער פון 2015. עס קען זיין אז זעהענדיג אנדערע ווי אים לויפן האט אים איינגעפאלן אז ער וויל אויך. זייער מעגליך.
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ר' דן, געווענליך ליין איך דיינע פארזעצונגען בשעת כ'בין עטוואס פארנומען, און כ'קום נישט אן מגיב צו זיין, אבער אז כ'בין שוין יא דא לאמיר דיר קאמפלימענטירן.
אין סתם אן אשכול קען איך פשוט אויסגיסן א שנעלע קאמפלימענט און גיין ווייטער, דא אבער בין איך אומאיינשטימיג מיט פילע זאכן, דעריבער קען איך נישט מגיב זיין די געווענליכע גרינע אדער גוט, זייער שיין, און כדומה.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז דו רעדטסט דברים של טעם, דהיינו איך מעג מחולק זיין, אבער ס'איז נישט א פשוט'ע אומוויסנהייט אדער טעות וואס גריצלט צו הערן, נאר ס'איז שיינע געדאנקען אויף וואס מ'איז צומאל יא און צומאל נישט מחולק.
אויסער דעם איז עס זייער זיס אראפגעלייגט, א שיינע פליסיגע רייכע שריפט, מיט זאפטיגע לשונות, דאס איז שוין אויסער דעם וואס ס'שמעקט אמאי צו הערן א צווייטנ'ס געדאנקנגאנג.
לסיום, ס'זייער שיין געשריבן, אינטערעסאנטע פערספעקטיוון, און יא, כ'בין מחולק מיט אסאך דערפון.
גיי אן!