דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ר' דן האט געשריבן:נאך ווייט פון פארטיג האסטו...

אה יישר כח פאר די גיטע נייעס קיפ איט אפ
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

און דאנעלד האט ביי די קאמפיין נישט נאר געפאויקעסט אויף פאלעסיס און רעדן צום הארץ פון די מאסן, זיין קאמפיין איז געווען צוטיילט אויף צוויי. איינס צו שטיפען זיינע פאלעסיס, און צווייטנס צו האקן אן אויפער אויף זיינע קעגענער די מידיע די דעמעקראטישע פארטיי די אליטע און קלינטאן. ער האט געמאכט דערפון איין גרויסע טשולענט. וואס דאס האט אויפגעטיען סיי צו אויפהייטערן זיינע שטיצער קעגן זיינע קעגנער וואס דאס קען ארויסברענגען זיינע שטיצער צו וואוטען, און סיי צו קאנטרעלירן זיינע קעגנערס שריט.

די האס וואס די לינקע האבן פארשפרייט קעגן טראמפ איז געווען מער בייסיג אבער אסאך מער געלאסן, זיי האבן אראפגעמאלן טראמפ אלץ א אימאיידעלע מסוכנ'דיגע מענטש און אלץ איינער וואס איז אן עבירה צו מודה זיין אפי' א פינטל, זיי האבן זיך דערקלערט אלץ העכער און בעסער פון אים.

און אזוי איז אויסגעקומען אז די רעפובליקאנע זענען געווען אויפגעהייטערט מיט קאמען סענס טאקע געוועזענע לינקע פאלעסיס, און אויך מורהדיג אויפגעברויזט אויף די לינקע און די מידיע. און די לינקע האבן זיך געטראפן פיינט האבן טראמפ אלץ די סיבה צו ארויסגיין וואויטען.

און אזוי האט דאנעלד אויסגעפארמט די מערסט היציגע פרעזידענטליכע קאמפיין אין היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, און ער האט מיט א קלאפעדיג הארץ זיך געגרייט צום וואל טאג, וואס דאס גייט ענטשיידן צו ער גייט זיין פרעזידענט, אדער גייט זיין פארמעגן זיך נעמען וואקסן ווי קיינמאל פריער.

המשך יבא
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה שיין שיין

סתם וועגן דיין חתימה
דער איינאיניינציגער און ינואר 2056 קומט אויס מארטש 31
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יש קורא חמש דפים בהעלם אחד ומביא עשרה ליקות.

פיינע נייעס, דן ידון ידוננו והוא ישפוט שפוט.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

האסטו וועסטו האט געשריבן:וואה שיין שיין

סתם וועגן דיין חתימה
דער איינאיניינציגער און ינואר 2056 קומט אויס מארטש 31

ייש''כ
מהעט שוין זעהן דעמאלטס, עס איז נאך דא צייט. דערווייל לאמיר שרייבן נאך א שטיקל...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צולייגער האט געשריבן:יש קורא חמש דפים בהעלם אחד ומביא עשרה ליקות.

פיינע נייעס, דן ידון ידוננו והוא ישפוט שפוט.

עס קוקט אויס ווי א קאמפלימענט הגם איך האב נישט פארשטאנען די פשט אין דיינע ווערטער.

א גרויסן דאנק פאר דיזע ווערטער.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ר' דן האט געשריבן:געבוירן איז ער א גוי און קווינס, און היינט איז ער א זיידע פאר יודישע אייניקלעך אינעם היימישן פלארידע.

זיין נאמען איז דניאל יאנאש, מען קען אים בעסער אלץ דאנעלד טראמפ, די געוועזענע און מעגליך צוקומפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

איך גיי דא געבן א שטיקעלע אנעליז וויאזוי איך זעה עס, וואס איז ער, וויאזוי ארבעט ער, און וויאזוי ער קומט אן. בנוגע די פאקטן אויב זעהט איר א טעות האלט אייך נישט צוריק, קומט ארויף און רייסט אראפ די געפערליכע פירצה. בנוגע מיין מיינונג אויף די פאקטן, דאס איז אמת ויציב, מיין אייגענע מיינונג, איך פיל אז עס קען מעגליך זיין אינטרעסאנט פאר איינעם, און היות ווייס איך דאך נישט ווער ער איז לייג איך עס ארויס און דער יענער גייט שוין אנקומען דערצו. בס''ד.

דער קליינער דאנעלד איז אויפגעוואקסן פון זיינע גאר יונגע יארן און א רייכע הויעכגעשעצטע שטוב, ער האט פון אייביג אן געוויסט אז ער איז אין א רייכע העכערע געזלשאפטליכע משפחה. און ווי די שטייגער פון אזעלכע שטובער בדרך כלל, האט ער קיין סאך ווארעמקייט און ליבשאפט נישט באקומען, אבער נישט געפערליך, קיינער האט אים נישט געטשעפעט.

ער האט פון אלטס קליין קינד געהאט גרעסערע שאיפות. דער ארים קינד וואס גייט שלאפן הינגעריג חלומט אז ער גייט יא האבן געלט, זיינע קינדער גייען גיין שלאפן זאט יעדע נאכט. א רייך קינד מיט שאיפות און אמבוציעס, חלומט אסאך גרעסער. דאנעלד האט אייביג געוויסט אז זיין טאטע איז א מיליאנער און איך גיי זיין א ביליאנער.

און סקול פלעגט ער נישט צופיל זיך אריינלייגן אין די נושאים, וואס פעלט אים אויס צו קענען די אלע נערישקייטן, איך בון דאך דער ציקומפטיגער ביליאנער. ווי אויך האט אים קיינער נישט עכט געשטיפט צו מצליח זיין. אבער ער האט אריבערגעשטיפט זיינע יארן אין סקול קאלידיש (מיליטער סקול) ווי אן עוורידזש סטודענט.

ווערנדיג אביסל עלטער האט אים זייו טאטע אריינגענימען אין די ביזנעס, און די רעסט איז היסטערי, ער האט מצליח געווען צו ארויפארבעטן די ביזנעס צו אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז געווען, און איווענטועל איז ער געווארן די פאקטישע בעה''ב פון די קאמפעני.

די כלל פון יש לו מנה איז אריין אין פילען קראפט, און זייענדיג א מיליאנער פון גאר א יונגע עלטער, האט ער אלטס געהאט א דרייוו אנצוקימען מער און מער צו זיין צוויי עיקר צילן, האבן די מערסטע געלט און די מערסטע כבוד. דאס הייסט ער האט פון א גאר יונגע עלטער געוואלט די צוויי זאכן. זיין די רייכסטע מענטש אין די וועלט, און זיין די אמעריקאנע פרעזידענט.

מאכן מער געלט האט ער אלטס פראבירט, און ער האט זיך געהאט זיינע תקיפות זיינע דעגרייכונגען און פארלוסטן, ווייניג מענטשן האבן אזויפיל דורכגעפאלענע ביזניסער, פשוט ווייל ווייניג מענטשן האבן פראבירט אזויפיל זאכן, געווענטליכע מענטשן אויב זענען זיי מצליח ביי זייער ערשטע מאל טרייען, בלייבן זיי שטעקן מיט זייער הצלחה, פארוואס זיך מיטשען מיט נאך עפעס. און אויב פאלט מען דורך געבט מען אויף און שוין.

טראמפ האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן נישט פון זיינע הצלחות און נישט פון זיינע כשלונות. ער האט אייביג נאר געקוקט אויף ווייטער, וויזאוי קען איך באקומען נאך געלט און נאך כבוד.

און ער איז אייביג געווען גרייט אוועקצוגעבן אביסל פון איינס פאר אסאך פון די צווייטע, ער האט פארקוקט אויף די כבוד אויב זיך באשמיצן אביסל ברענגט אים אסאך געלט, און ווי אויך איז ער געווען גרייט צו צאלן געלט אויב עס ברענגט אסאך כבוד.

המשך יבא.

אנגעהויבן ליינען, סא פאר סא גוד.

איין זאך, אלס אז טיפיקל גבירישע גוי, און נישט ספעציעל געלערענט, איז אים נישט איין געפאלן אז ער קען זיין פרעזידנעט אין זיינע אינגע יארן. צו דעם דארף מען ערשט זיין א קאנגרעסמאן, סענאטאר, געווארנער, וכו' וואס ער האט געוויסט אז ער וועט קיינמאל זיין.

ווען ער האט אבער געזעהן ווי ביליאנערן וואס זענען קיינמאל געווען אין רעגירונג, הייבן אן לויפן פאר מעיאר, גאווארנער, און פרעזידענט, ערשט דעמלט איז אים אויך אריין דער דזוק אין קאפ אז איך אויך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

זארג נישט האט געשריבן:אנגעהויבן ליינען, סא פאר סא גוד.

איין זאך, אלס אז טיפיקל גבירישע גוי, און נישט ספעציעל געלערענט, איז אים נישט איין געפאלן אז ער קען זיין פרעזידנעט אין זיינע אינגע יארן. צו דעם דארף מען ערשט זיין א קאנגרעסמאן, סענאטאר, געווארנער, וכו' וואס ער האט געוויסט אז ער וועט קיינמאל זיין.

ווען ער האט אבער געזעהן ווי ביליאנערן וואס זענען קיינמאל געווען אין רעגירונג, הייבן אן לויפן פאר מעיאר, גאווארנער, און פרעזידענט, ערשט דעמלט איז אים אויך אריין דער דזוק אין קאפ אז איך אויך.

דאנעלד האט קיינמאל נישט געטראכט אויף עפעס צו ער קען יא צו נישט. ער האט נאר געדארפט וויסן צו ער וויל עס, טאמער יא, אריינגעשפרינגען.

דאס איז דאך די סיבה פארוואס ער האט אזויפיל דורכגעפאלענע פראיעקטן, ער האט פשוט געטיען און פראבירט זייער אסאך אין זיין לעבן. אנדערש ווי אנדערע וואס דארפן קודם איינפאלן אז זיי קענען עס למעשה טיען.

איך ווייס נישט ווען עס איז אים איינגעפאלן אז ער וויל אזוי סאך כבוד, אבער איך גלייב אז עס איז געווען היבש פרי אין זיין לעבן, עכ''פ אסאך פריער פון 2015. עס קען זיין אז זעהענדיג אנדערע ווי אים לויפן האט אים איינגעפאלן אז ער וויל אויך. זייער מעגליך.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ביפאר מען גייט ווייטער, וויל איך אביסל דורכטיען די פערסענאליטי פון דעם דאנעלד, און דערנאך מיין פראזענדליכע מיינונג אויף אים. דערנאך העמיר גיין ווייטער אי''ה.

אנדערש פון געווענדליכע מענטשן וואס טראכן אייביג נאר פון מיך מיך מיך, איז דער דאנעלד וואס טראכט אלץ נאר פון זיך זיך זיך. און אויף א גרעסערע פארנעם פון געווענטליכע מענטשן. ער איז זייער פאוקעסט אויף זיין פראזענדליכע מצב, און ווי אויך זיין משפחה. ער האט א שטארקע שוואכקייט צו זיינע קינדער.

און טאמער שטייט איינער אין וועג פון אים, האט ער פשוט נישט קיין גדרים, ער קען ארויסקומען ווילד קעגן געוועזענע פריינד, אויב דאכצעך אים אז יענער העלפט אים שוין נישט. און ער איז אויך א געפערליכע נוקם אויב איינער פאנגט זיך אן מיט אים געבט ער צוריק. און ער געבט צוריק אויף זיין נוסח, ער ניצט זיין כח הברענדינג צו מאכן זיינע קעגנער אויסזעהן פאר די וועלט וויאזוי עס פאלט אים איין.

אסאך פון זיינע פאלעסיס איז געבויט פון זיינע מידות, ער גייט פאר אמעריקא ערשט, אזויווי ער גייט פאר טראמפ ערשט, און בעצם צו מצליח זיין אלץ לאנד איז אזא צוגאנג צימאל קריטיש.

דאנעלד קען זיך איינהאלטן ווען ער וויל, אבער עס דארף זיין שטארקע סיבות ער זאל ווילן, ער קען זיצן שטיל און נישט ענטפערן, אבער רוב מאל נעמט ער די ווילדע ציגאנג און ער ניצט עס לטובתו אזוי ווי מהעט נאך שפעטער אויסשמיעסן.

דאנעלד איז ווייט פון אן אנטיסעמיט, ער האט יארן זיך געדרייט מיט יודן געהאנדעלט מיט יודן און אפילו זיך משדך געווען... ווען ער האט געזעהן אז יודן קענען אים עפעס ברענגען האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט די פאקט אז מען רעדט פון יודן.

ווען עס קומט צו אנדערע מענטשן וואס האבן גארנישט מיט אים, איז ער זייער א ווארעמע הארציגע מענטש, און האט אסאך ארויסגעהאלפן סתם מענטשן, פשוט ווייל ער האט א פיינע הארץ.

מיין מיינונג פראזענדליך אויף אים גייט נאכקומען אי''ה, איך טראכט נישט אז די עולם גייט זיין שאקט, אבער איך גיי עס אביסל מער מסביר זיין און עס קען אפשר זיין אינטרעסאנט.

המשך יבא
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

שטארק שטארק! איך גיי פאר דיינע אנאליזן, אלעס מאכט סענס.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Can't wait
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

ר' דן האט געשריבן:
המשך יבא

א גרויסן יישר כח ר' דן, א הערליכע ארבעט (סוי פאר :grin: )!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב גאר שטארק הנאה און איך בין גאר נייגעריג אויף די המשך!
(אויב אויף דעם האסטו געווארט, קענסטו שוין גיין ווייטער)
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

עניטינג האט געשריבן:

:oops:

געכאפט די נושא....

איך האב געווארט פאר דעם, און אויך אז איך זאל האבן צייט.

אי''ה קומט נאך אן המשך היינט.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

וואס האלט ר' דן פראזענדליך אויף דעם דאנעלד?

ווי אזוי איך קוק אים אן בנוגע זיין פערסענאליטי האב איך שוין פריער געשריבן. בקיצור רעדט מען דא פון א מענטש וואס האט זיך זייער שטארק ליב און ער איז די צענטערפונקט פון זיין אייגן לעבן, אויב איינער שטערט אים איז ער זיך געפערליכע נוקם, און ער ניצט זיין כח הברענדינג צו אינטערהאקן אפי' געוועזענע פריינט אויך א מיעסע אופן. סתם אזוי פאר זיך איז ער זייער א גוטע הארציגע מענטש.

נאך אלע מעשות צו האלט איך פון אים, איז די שאלה בנוגע וואס. א יעדע מענטש האט זיך זיינע מידות און פרעזענדליכקייטן און יעדע מענטש איז גוט פאר עפעס אנדערש. די בעסטע קאנסטראקשן ארבעטער איז א שוואכע בעיבי סיטער און די בעסטע איי טי עקספערט איז א שוואכע מלמד, אא''וו.

ווער איז א גוטע פרעזידענט? וואס זענען די קוואליפיקאציעס וואס פעלט אויס אויף צו פירן א לאנד, און נאכדערצו אמעריקע?

טראמפ האט זיך זיינע מידות און זיין וועג וויאזוי ער טוט בכוונה אינטערהאקן און צימאל ממש צישמעטערן זיינע קעגנערס לעבן. פון די אנדערע זייט איז ער לדעתי א דזשיניעס און מורה'דיג צוגעפאסט צו זיין פרעזידענט. אלץ אן היימישע יוד זיך איך נישט פון די פרעזידענט אז ער זאל זיין א מאדעל וואס איך זאל קענען ווייזן פאר מיינע קינדער קוקטס אויפן פרעזידענט אזוי דארף מען זיך אויפירען, פארדעם האב איך מיין רבי און מיינע ערליכע יודן ביי וועם איך דריי מיך. איך דארף אויך נישט קיין פרעזידענט וואס זאל רעדן שיין צו די גאנצע וועלט און מאכן פאלעסיס לטובת אנדערע לענדער אויפן חשבון פון די אמעריקאנער. איך דארף אויך נישט סתם א רואיגע געלאסענע מענשט וואס זיין איינציג ציל אין די וויט האויז איז צו האבן הויכע רעיטינגס און געווינען די קימענדיגע וואלן. און איך דארף אוודאי נישט קיין פרעזידענט וואס פירט איין וואנזיניגע פאלעסיס וואס מאכט די לאנד ווייניגער סעיף מער ארעם און ווייניגער מענשטליך.

געוויסע האלטן אויף דעם טראמפ אז ער איז דאך אינגאנצן משי,ע און ער איז א סכנה פאר די לאנד, דאס האלט איך איז ווייט פון די מציאות, לויט וואס איך זעה זייט ער האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, אז דער האט די קאפ אויפן פלייצע און ער רעכנט אויס זיינע שריט אויף א מייסערהאפטיגע פארנעם. טראמפס שכל איז נישט א זאך וואס גייט מיר מאכן וואויטען קעגן אים.

איך האב געשטימט ביי די עלעקשנס אין 2016 און אין 2020 פאר דעם דאנעלד, און עס איז דא א גרויס מעגליכקייט אז איך גיי שטימען פאר אים נאך אפאר מאל... פאר אפאר סיבות, איינס. ווייל ער האט געלאפן מיט זייער געווינטשענע פאלעסיס וואס איז לטובת די מענטשהייט און לטובת די אמעריקאנע פאלק. צווייטנס, עס איז גוט פאר די וועלט צו האבן ביים שפיץ א מענטש וואס מען פילט אז מען קען זיך מיט אים נישט אויסרעכענען סאוי מען דארף זיין וואויעל. למעשה אז מען קוקט צוריק האט זיך די וועלט ווי איינגעשטילט דורכאויס די פיר יאר וואס טראמפ איז געווען ביים שפיץ, און פאר א סיבה.

איי זיין פערסענאלעטי, דערפאר בון איך זיך נישט משדך מיט אים. דערפאר נעם איך אים נישט פאר מיין ארבעטער, אבער פרעזידענט בון איך העפי אויב ער איז.

די פאקט אז רייט אויפן עולם, ער פראבירט ארויסצוקוועטשן א פראזענדליכע ריווח פון זיינע שטיצער, שטערט מיר נישט, אויפן וועג האט ער אויפגעטיען געוואלדיע זאכן און איך קען דורכלעבן די פאקט אז ער פארדינט אויך.
(תם ולא נשלם די נושא.)

המשך יבא.
מ49
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 04, 2017 12:31 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ49 »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

WOW WOW ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
קנעפל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:44 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפל »

ר' דן האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:

איך ווייס נישט ווען עס איז אים איינגעפאלן אז ער וויל אזוי סאך כבוד, אבער איך גלייב אז עס איז געווען היבש פרי אין זיין לעבן, עכ''פ אסאך פריער פון 2015. עס קען זיין אז זעהענדיג אנדערע ווי אים לויפן האט אים איינגעפאלן אז ער וויל אויך. זייער מעגליך.

כבוד האט ער שוין געוואלט פון אלץ קליינער, כ'האב אמאל געליינט אז טראמפ איז געווען אלס קינד ביי די עפענונגס צערעמאניע פון די ברוקלין ברידזש די ערשטע הענג בריק אויף דער וועלט, אלע שטאטישע טאטעס און ווער נישט האבן זיך דארט געשטופט צו מאכן גרידער, און דער הויפט אינזשעניר וואס האט דאס אינדזשענירט איז דארט געווען און קיינער האט אפילו נישט געוויסט וואסערע מחותן ער איז דא, יענער איז געווען א צוריקגעצויגענער, די מוסר השכל וואס ער האט ארויסגענומען איז געווען אז ווען ער גייט זיין א טאטע וועט ער זיכער מאכן צו לייגן זיין נאמען גרויס ווי ער קען, וכן עשה ועושה

שכוח מעכטיגע אפהאנדלונג!
לעצט פארראכטן דורך קנעפל אום פרייטאג יאנואר 21, 2022 11:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

נאכאמאל ר' דן הערליך הערליך!!!
דו ביסט זייער קלאר מיט א מסודר'דיגן פענע!
א גרויסן יישר כח!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

זייער גוט ר' דן דיין פערזענליכע מיינונג! איך מיין אז דאס בערך איז די פערספעקטיוו פון רוב היימישע אידן וואס ווילן טראמפ אלץ פרעזידענט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' דן, געווענליך ליין איך דיינע פארזעצונגען בשעת כ'בין עטוואס פארנומען, און כ'קום נישט אן מגיב צו זיין, אבער אז כ'בין שוין יא דא לאמיר דיר קאמפלימענטירן.

אין סתם אן אשכול קען איך פשוט אויסגיסן א שנעלע קאמפלימענט און גיין ווייטער, דא אבער בין איך אומאיינשטימיג מיט פילע זאכן, דעריבער קען איך נישט מגיב זיין די געווענליכע גרינע אדער גוט, זייער שיין, און כדומה.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז דו רעדטסט דברים של טעם, דהיינו איך מעג מחולק זיין, אבער ס'איז נישט א פשוט'ע אומוויסנהייט אדער טעות וואס גריצלט צו הערן, נאר ס'איז שיינע געדאנקען אויף וואס מ'איז צומאל יא און צומאל נישט מחולק.

אויסער דעם איז עס זייער זיס אראפגעלייגט, א שיינע פליסיגע רייכע שריפט, מיט זאפטיגע לשונות, דאס איז שוין אויסער דעם וואס ס'שמעקט אמאי צו הערן א צווייטנ'ס געדאנקנגאנג.

לסיום, ס'זייער שיין געשריבן, אינטערעסאנטע פערספעקטיוון, און יא, כ'בין מחולק מיט אסאך דערפון.

גיי אן!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ר' דן, געווענליך ליין איך דיינע פארזעצונגען בשעת כ'בין עטוואס פארנומען, און כ'קום נישט אן מגיב צו זיין, אבער אז כ'בין שוין יא דא לאמיר דיר קאמפלימענטירן.

אין סתם אן אשכול קען איך פשוט אויסגיסן א שנעלע קאמפלימענט און גיין ווייטער, דא אבער בין איך אומאיינשטימיג מיט פילע זאכן, דעריבער קען איך נישט מגיב זיין די געווענליכע גרינע אדער גוט, זייער שיין, און כדומה.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז דו רעדטסט דברים של טעם, דהיינו איך מעג מחולק זיין, אבער ס'איז נישט א פשוט'ע אומוויסנהייט אדער טעות וואס גריצלט צו הערן, נאר ס'איז שיינע געדאנקען אויף וואס מ'איז צומאל יא און צומאל נישט מחולק.

אויסער דעם איז עס זייער זיס אראפגעלייגט, א שיינע פליסיגע רייכע שריפט, מיט זאפטיגע לשונות, דאס איז שוין אויסער דעם וואס ס'שמעקט אמאי צו הערן א צווייטנ'ס געדאנקנגאנג.

לסיום, ס'זייער שיין געשריבן, אינטערעסאנטע פערספעקטיוון, און יא, כ'בין מחולק מיט אסאך דערפון.

גיי אן!

איך שטעל מיר פאר אז עס איז בעיקר איין פוינט וואס איר האלט אנדערש, בנוגע ווי קליג דער דאנעלד איז.

רוב אמעריקע האלט ווי דיר.

עס איז עכט נישט שייך אויפציווייזן אזא זאך. פשוט פאר מיר האט די גאנצע מעשה מיט טראמפ נישט געמאכט קיין סענס ביזן צאמשטעלן די פאזל.

עס איז מיר א שטארקע קאמפלימענט אז איר האט הנאה.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

א שיינע ארבעט ר' דן, א געשמאק צו ליינען
אזא אשכול וואלט ענדערש געדארפט זיין און פריזער ווי אין קאך לעפל, אזוי שיין ארויסצושרייבן די ענינים און קיינער שרייט נישט...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

הנאה געהאט פון די חילוק אז מען דארף איהם נישט פאר א מאדעל מ'דארף איהם פאר פרעזידענטשאפט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' דן, איך בין מחולק מיט מער ווי נאר דאס
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

ר' דן איז די זאך. כ'האב הנאה פון דיר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”