טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז טראמפ געווארן שוואכער אין די רעפובליקאנער פארטיי, אין די לעצטע יאר?

יא
59
41%
ניין
86
59%
 
סך הכל שטימען: 145

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גערעכט און ריכטיג איז נישט געוואנדן אין די לעגאלעטעט פון די זאך. איז איז געוואנדן אין די ריכטיגקייט און גערעכטיגקייט פון די זאך.

פארשטייט זיך אז עס איז אלעמאל פארהאן נקודות דקות און גרעי עריע'ס אויף וועלעכע מען קען זיך מתווכח זיין צו עס איז גערעכט צו נישט. אבער בסך הכל איז די וויכוח פשוט ווייל מען ווייסט באמת נישט עפ"י שכל וואס עס איז ריכטיג און וואס נישט, און נישט ווייל מען קען פשוט נישט מחליט וואס אפצומאכן וואס עס זאל הייסן ריכטיג און וואס נישט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די גערעכטיגקייט פון די זאך אין די אויגן פון מענטשן איז געוואנדן אין די מענטש'נס בליק
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די גערעכטיגקייט פון די זאך אין די אויגן פון מענטשן איז געוואנדן אין די מענטש'נס בליק

דו כאפסט בכלל נישט אז ער רעדט נישט פון "אין די אויגן פון מענטשן".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:

איך כאפ יא, אבער איך וויל אז קודם זאל ער מסכים זיין אויף דעם חלק, דערנאך העמיר זיך אריין לאזן אין די טיפע חלק פון צי ס'איז שייך א זאך 'איז' גערעכט. יא, מיר האבן א תורה, און וואס דארט שטייט 'איז' גערעכט, אבער אין די וועלט איז גערעכטיגקייט נישט קיין מציאות, ס'איז געוואנדן אין די מענטשן
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איך האק אריין. עטץ קענטס ממשיך זיין.
Who knows האט געשריבן:אויב קען ער נישט פראוון די פראוד, איז ווער זאגט אז עס איז געווען? און אפילו ער האט גענוג באווייזן אז עס איז געווען, אבער נישט אויף צו קענען איבערצייגן די קאורטס, דעמאלטס ברענג ארויף דיינע ספיקות פארן עולם, און הייב אן ארבעטן אויף געזעצן און מהלכים אז קומענדיגע מאל זאל עס נישט קענען פאסירן! סתם פארפירן אן קיין תכלית ברענגט נישט קיין תועלת פאר קיינעם

אויב מען מעג עפענען אן אינוועסיגעישן אויף אן אפאזיציע קאנדידאט דורך אן אייגן געמאכטן דאסיער, מעג מען נאך פארלאנגען אז מען זאל עפענען אן אויספארשונג ווען עס איז רגלים לדבר אז עס איז פארגעקומען פראבלעמען. וואס און וויפיל? איך ווייס נישט. קוק אריין און געפין אויס. זאג נישט גלייך אז עס איז גארנישט דא, און יעדער וואס טראכט אז יא, איז סטופיד.

און דאס וואס דו שלאגסט פאר, דאס פונקטליך האט ער געטון. ער האט ארויפגעברענגט זיינע ספיקות פאר'ן עולם איינמאל און נאכאמאל. און האלט עס אין איין ארויפברענגען צו די אויפברויז פון די מידיע. און טאקע גורם געווען צו עטליכע רויט געפירטע סטעיטס צו איינפירן געזעצן צו פארמיידן ענליכע אינצידענטן. און גורם געווען אז די דעמאקראטן'ס עלעקשען רעפארם ביל זאל נישט באקומען קיין שטיצע פון קיין איין רויטע סענעטאר.
ווען ער איז ווען שטיל, ווי די דעמאקראטן האבן געהאפט אז עס וועט זיין, וואלט שוין יעצט געווען א נייע עלעקשען געזעץ, און על פי דרך הטבע וואלט נישט געווען מער קיין רעפאבליקאנע פרעזידענט אין די ניער פיוטשאר.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די גערעכטיגקייט פון די זאך אין די אויגן פון מענטשן איז געוואנדן אין די מענטש'נס בליק

דו כאפסט בכלל נישט אז ער רעדט נישט פון "אין די אויגן פון מענטשן".

איך כאפ יא, אבער איך וויל אז קודם זאל ער מסכים זיין אויף דעם חלק, דערנאך העמיר זיך אריין לאזן אין די טיפע חלק פון צי ס'איז שייך א זאך 'איז' גערעכט. יא, מיר האבן א תורה, און וואס דארט שטייט 'איז' גערעכט, אבער אין די וועלט איז גערעכטיגקייט נישט קיין מציאות, ס'איז געוואנדן אין די מענטשן

איך כאפ די חלק זייער גוט. איך האב שוין בעבר געהאט מערערע דעבאטעס אין ענין דעם דא אויף אייוועלט [איך געדענק נישט כרגע וואו], איך האב נישט קיין מוד יעצט איבערצוגיין נאכאמאל אויף יענע נקודות.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דערנאך העמיר זיך אריין לאזן אין די טיפע חלק פון צי ס'איז שייך א זאך 'איז' גערעכט. יא, מיר האבן א תורה, און וואס דארט שטייט 'איז' גערעכט, אבער אין די וועלט איז גערעכטיגקייט נישט קיין מציאות, ס'איז געוואנדן אין די מענטשן

דאס אז די מציאות פון גערעכטיגקייט איז געוואנדן אין מענטשן ווייס איך אז עס איז אזוי. אבער מצד שכל איז דאס אליינס אויך אפגעפרעגט. ווען מען רעדט אז א געוויסע צד האט געגנב'ט די וואלן פון די אנדערע צד - זאגט שכל אז דאס איז נישט גערעכט, און ווער עס האלט מלחמה דערפאר האלט מלמה פאר די גערעכטיגקייט - אפגעזעהן צו רוב מענטשן נעמען טאקע אן אז דאס איז גערעכט [פארשטייט זיך אויב איז טאקע אמת אז מען האט טאקע בעוולט און באשווינדלט די וואלן]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די גערעכטיגקייט פון די זאך אין די אויגן פון מענטשן איז געוואנדן אין די מענטש'נס בליק

דו כאפסט בכלל נישט אז ער רעדט נישט פון "אין די אויגן פון מענטשן".

איך כאפ יא, אבער איך וויל אז קודם זאל ער מסכים זיין אויף דעם חלק, דערנאך העמיר זיך אריין לאזן אין די טיפע חלק פון צי ס'איז שייך א זאך 'איז' גערעכט. יא, מיר האבן א תורה, און וואס דארט שטייט 'איז' גערעכט, אבער אין די וועלט איז גערעכטיגקייט נישט קיין מציאות, ס'איז געוואנדן אין די מענטשן

שכל און געפיל איז געגעבן געווארן פאר גוים פונקט ווי פאר אידן. א געזונטער מענטש קען שפירן ווען א זאך איז שלא ביושר. שוין אפגערעדט אז די איסורים פון גזילה און רציחה וכו' זענען געגעבן געווארן פאר גוים אויך.

אבער ביזסט גערעכט אז עט דע ענד אויף דע געים ווענדט זיך עס אין וואס דער בליק פון מענטשן איז דערויף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז דער גונב איז גערעכט, וועט די שכל מסכים זיין דערמיט.

למשל אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז מען מעג בארויבן א גנב, וועט א גנב וואס פארפירט אז מען האט אים בארויבט נישט זיין גערעכט.

איך למשל האלט נישט פון דעם אז ארעסטאנטן פארלירן זייערע רעכטן, אבער אין די וועלט איז עס אנגענומען.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:אבער ביזסט גערעכט אז עט דע ענד אויף דע געים ווענדט זיך עס אין וואס דער בליק פון מענטשן איז דערויף.

דעציט, גענאגלט!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך למשל האלט נישט פון דעם אז ארעסטאנטן פארלירן זייערע רעכטן, אבער אין די וועלט איז עס אנגענומען.

קוק עס אן! האבעך געמיינט אז אלעס איז געוואנדן אינעם ציבור?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז דער גונב איז גערעכט, וועט די שכל מסכים זיין דערמיט.

אומריכטיג. שכל איז העכער פון דעם אנגענומענעם מיינונג.
למשל אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז מען מעג בארויבן א גנב, וועט א גנב וואס פארפירט אז מען האט אים בארויבט נישט זיין גערעכט.

שכל'דיג און מאראליש וועט ער יא זיין גערעכט. אבער אויפ'ן למעשה'דיגן פארנעם נישט.
איך למשל האלט נישט פון דעם אז ארעסטאנטן פארלירן זייערע רעכטן, אבער אין די וועלט איז עס אנגענומען.

פון וועלכע רעכטן? צו זיין אויף דער פריי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

די דעבאטע דא איז זייער נאנט צו די וויזיע פון די אמעריקאנע גרינדערס ווערסעס פראגרעסיוון/סאציאליסטן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק, איך רעד פון אלע אנדערע רעכטן, פארוואס קען ער נישט פירן אן אייגן ווירטשאפט, זיין אייגן סקעדשול, פארוואס איז דארט נישט גילטיג די אלגעמיינע מינימום וועידש, וכהנה וכהנה. אן ארעסטאנט האט כמעט זערא רעכטן
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז דער גונב איז גערעכט, וועט די שכל מסכים זיין דערמיט.

אומריכטיג. שכל איז העכער פון דעם אנגענומענעם מיינונג.

ווענדט זיך וועמענס.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

והיתם נקיים האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אויב אין די וועלט איז אנגענומען אז דער גונב איז גערעכט, וועט די שכל מסכים זיין דערמיט.

אומריכטיג. שכל איז העכער פון דעם אנגענומענעם מיינונג.

ווענדט זיך וועמענס.

ווענדט זיך וועמענ'ס שכל און וועלכע אנגענומענער מיינונג.

איך רעד אבער פון עצם שכל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מטעמים האט געשריבן:איך בין גראדע אויך נאר דא צו ליינען און נישט צום שרייבען, נאר ווען שרייבער ניצען זייער טאלאנט אויף איבער צושרייבען היסטאריע פאררעכט איך עס עד שידי מגעת.

די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו פאררעכטען איז די היסטאריע איבער יאנאוואר דעם זעקסטען צופיהל דא האלטען עכט אז טראמפ האט עפעס ראונג געטוהן און ביי מיר איז ברור אז די אטאקע אויף טראמפ דערוועגן איז אומבארעכטיגט.

טראמפ האט ״קיינמאל״ בשיטה נישט געפאלגט קיין מענטשען ווען מען האט געלייגט פרעשור אויף אים, די נאטור זיינע קען זיין אמאל א ריזיגע מעלה און אמאל א ריזיגע חסרון, אבער זיינע נאטורען איז א פועל יוצא מדובר פון די אטאקע אויף אים, די פאקט אז מען האט פון אים געגנבעט פיר יאר פון זיין פרעזידענסי מיט א אפיציעלע ראושע קאנספירעסי געט אים די רעכט נישט אנצונעמען ווען די מידיע דערקלערט וויקטארי.

און ער האט יא געדארפט אננעמען נאך יאנאוואר דעם זעקסטען ווען ער איז לעגאל געפלויגען, א צוקוקער פון די ליהודים שפיל וואס די מידיע מיט די דעמאקראטען האבען דא אראפגעלייגט אן קיין פאליטישע נייגונגען זעהט א מידיע אויט אוף קאנטראל און אויט אוף טאטש פון פונעף און זיבעציג מיליאן אמעריקאנע.

איך זעה א סך האלטען אז טראמפס איינפלוס איז געפאלען, גראדע אלס מיינונג אויס זעה איך פונקט די פארקערטע, א רעפובליקען וואס דארף יעצט מאכען די דעסיזשען ווער וויל איך זאל פירען די פארטיי מעקאנעל אדער טראמפ, די מענטשען וואס וואלטען געטשוזד מעקאנעל זענען שוין רעגיסטרירטע דעמאקראטען.

א סך יאגען זיך צו די פרעזידענטליכע פריימעריס און ווייזען אן אז דארט זיכען זיי יא א טויש פון די טראמפ רעטאריק אבער איך מיין אז דאס איז נישט געוועהן די עכטע שאלה דא, א ודאי ווען עס איז דא א פרישע פריימערי גייט מען דורעך די גאנצע ענין נאכמאל קאנדידאט ביי קאנדידאט און מען זעהט ווער האט די בעסטע וויזשען און די בעסטע שאנסען (טראמפ קען גאר האבען די שוואכסטע שאנסען אלס פרעזידענט קאנדידאט) אבער אלס די פארטיי אווער אלל איז נישט דא קיין גרעסערע ברכה פאר די רעפובליקאנע פארטיי ווי דאנעלד טראמפ.

מטעמים עז יוזעל מיט מטעמים

ס'איז מיר באמת שווער צו פארשטיין א טראמפ שטיצער וואס עפיר גייט דאס ביינאזאם מיטן ארויסהאבן די אומצוויידייטיגע און אומאויפהערליכע שדים טאנץ פון די מידיע זאל דא זעין עפעס מער ווי מידיע העצע

נאכאמאל ס'איז ברור אז טראמפס נישט אן נעמען די 'זעלטענע' אויסגאגנג פון די וואלן איז נאטינג ווראנג אין די דעמעקראטישע בוקס, ( צו עס איז עטיש אלס א פרעזידענט זיכער נישט ) אבער זיין פראטעסט איז נאטינג ווראנג ער מוז אויף קיין אופן אן נעמען איינגיין פאר די וואלן בפרט ווען עס איז אין פאקט געוען אויסנאמליכע צווייפלהאפטיגע עלעקשאןס

יעצט לאמיר ציען א שטריך פון טראמפס פראטעסט צו די בי על עם פראטעסטס
1) פראטעסטירן זיך אן צו נעמען פאר די בלוט פונעם געהארגעטן פלויד אויסגעהאלטן
2) עס איז געווען צווישן די פראטעסטירער אזעלכע וואס האבן פראטעסטירט נארמאל געשריגן און געמאנט פיין אויך געווען צווישן זיי צורודערטע פארשוינען וואס האבן אנגעזייט כאאס געפלינדערט געגאנבעט ועכ ארויסגעגאנגען קייגען די פאליציי
3) די פאליטישענס האבן געגבן רעכט פאר די פראטעסטירער וועט איינער זאגן אז די פליטישענס זענען געווען די העצערס פון די געוואלדטאטן (הגם די געמיינע פראגרעסיווס האבן עס שטילערהייט פיין געשטיצט ) אבער קיינער וועט זאגן אז דער מעיאר פון דארט אדער גאווערנער פון נוי יארק האט געשטיצט געהעצט מ'דארף אים אויספארשן

יאנאווער זעקס :
טראמפ איז דא דער פלויד מ'האט אים בעוולט לפי שיטתו
1) פאררופן א פראטעסט צו פראטעסטירן זיך אן נעמען פאר די ווארהייט ארויסברענגען זיין מיינונג און אפשיי, קלאר אויסגעהאלטן
2) ס'איז געווען נארמאלע פראטעסטירער ס'איז אויך געווען צורודערטע פארשוינען די זעלבע שטייגער ווי ביי בי על עם וואס זענען געגאנגען א טריט ווייטער און געפלינדערט (דער מדובר דא פערצופאל איז געווען דער קעפיטאל זענען זיי געגאנגען אהין אויך. און דער וואס וויל מיר איינרעדן אז ער האלט באמת אז די צורודערטע ביי די בי על עם וואלטן זיך אפגעשטעלט ביים קאפיטאל ווען עס וואלט געווען זייער שלאג באזע זאל ביטע שעהן פארשטיין אז אזעלכע איינרעדענישן פארקויפט מען נישט פאר געזונטע ברואים )
3) דורך טראמפס פראטעסט איז אויסגעקומען א שטיצע צו אלעס ארום וואל פראטעסט פונקט ווי ביי בי על עם דורך די שטיצע פון די פאליטישענס

און פונקט ווי ביי בי על עם שריי איך נישט אז די נארמאלע פאליטישענס האבן געהעצט און זענען פאראנטווארטליך אויף די ווילדע שטיק דעמאלט קען מען די זעלבע נישט שרייען אויף טראמפ

נארמאלערהייט וואלט יעדער דאס פארשטאנען איז אבער דא די פארפירישע מידיע בענעזאם מיט אנגעפיילטע ברויזענדע האס געפילן קעגן טראמפ טוט מען זיך אן א פאלשע איצטלא דקנאות
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פעיק, איך רעד פון אלע אנדערע רעכטן, פארוואס קען ער נישט פירן אן אייגן ווירטשאפט, זיין אייגן סקעדשול, פארוואס איז דארט נישט גילטיג די אלגעמיינע מינימום וועידש, וכהנה וכהנה. אן ארעסטאנט האט כמעט זערא רעכטן

ארעסט ברויך דאך באדייטן עפעס. וועלכע צוימונגען וואלטסטו דעפינירט אלס ארעסט?

ארעסטירן א מענטש קען האבן צוויי צילן: איינס, אז ער זאל נישט קענען ווייטער טון דאס וואס ער האט געטון, ער זאל זיין אונטער גראטעס און מער נישט קענען שעדיגן אנדערע. צוויי, אלס א שטראף, אז ווען ער וועט ארויסקומען פון דארט העט ער גוט וויסן דאס מער נישט צו טאן.

יעצט, מען קען זיך דינגען געצוימט אן ארעסטאנט זאל זיין, אבער עס איז קלאר, אז אלס די צווייטע נקודה, מוז עס האבן עפעס צוימונגען. אזוי אויך ווען מען רעדט פון דעינדזשרעס מענטשן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אביסעלע פאזעטיוו
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:15 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסעלע פאזעטיוו »

שליו ודגים האט געשריבן:

איך קוק גראדע אן די בלמ פערטעסטען אסאך ערגער
ווי סאיז באקנט אז אויב סאיס דא א פראבלעם אין א שטאט
ביז די מעיר און די שטאט רייט ליידען נישט דערפון ווערט עס נישט קערגענומען א פאטהל ווערט נישט פארראכטען ביי די מעיר רעדעל קרכט נישט וכו
ביי בלמ זענען הונדערטער הייזער ביזנעסער איבער אמעריקא בארויבט איו חרוב געווארן אין גארנישט נישט קיין אויספוארשנגען אדער אנגעקלוגטע נישט דא קיין קאנגרעס קאמיטע

אבער איינמאל מהאט אנגערירט די עליטא מהאט געשטורעמט די הייליגע קעפעטל זיי זענען דא
מענטעשען ווערן אנגעקלאג סאיז דא קאנגרעס קאמיטע
זאלן זיי פילן וואס אונז האבן געפילט
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

ווערטער זענען איבריג.

IMG_20220105_104448.jpg
IMG_20220105_104448.jpg (109.6 KiB) געזען 616 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פעיק, איך רעד פון אלע אנדערע רעכטן, פארוואס קען ער נישט פירן אן אייגן ווירטשאפט, זיין אייגן סקעדשול, פארוואס איז דארט נישט גילטיג די אלגעמיינע מינימום וועידש, וכהנה וכהנה. אן ארעסטאנט האט כמעט זערא רעכטן

ארעסט ברויך דאך באדייטן עפעס. וועלכע צוימונגען וואלטסטו דעפינירט אלס ארעסט?

ארעסטירן א מענטש קען האבן צוויי צילן: איינס, אז ער זאל נישט קענען ווייטער טון דאס וואס ער האט געטון, ער זאל זיין אונטער גראטעס און מער נישט קענען שעדיגן אנדערע. צוויי, אלס א שטראף, אז ווען ער וועט ארויסקומען פון דארט העט ער גוט וויסן דאס מער נישט צו טאן.

יעצט, מען קען זיך דינגען געצוימט אן ארעסטאנט זאל זיין, אבער עס איז קלאר, אז אלס די צווייטע נקודה, מוז עס האבן עפעס צוימונגען. אזוי אויך ווען מען רעדט פון דעינדזשרעס מענטשן.

איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו דעם תגובה

אבער אין מיינע אויגן איז ארעסט אן אפהאלט פאר א שעדליכער עלעמענט פון זיך דרייען צווישן מענטשן, און בעצם וואלט איך פארפירט אויף די גאנצע מושג פון צוטיילן ארעסט אויף ווייסע קאלנער פארברעכנס

פאר אן אריכות העמיר אויסווארטן אויף נאך שבת קודש
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

טראמפ האלט יעצט א רעללי אין עריזאנע ס'איז זייער אינטעסאנט ווי ער ברענגט צאם אזא עולם ווען ער זאגט גארנישט אנדערש ווי אייביג ער זאגט איבער אין איבער אז די אילעקשענ"ס האט ער געוואנען ס'איז שווער צי פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען סתם איבער הערען די זעלבע זאך אין שטיין ווי קלעצער אין קלאטשען פאר די זעלבע געזאגאכץ...
איך מיין אז ס'איז זייער נישט גוט פאר אים אז רעדט נישט גענוג פון עתיד וואס מ'האט צי טוהן אין רעדט נישט ווי שלעכט ביידען טוט לפי שיטתו. כאטש ער טוט'ס אבער זייער וויינוג...
זעהט אויס אז ער קען בעסער זיין עולם ווי איך... דאך אויב איינער קען'ס מסביר זיין זיין מהלך (אויב ס'איז א אויסגערעכנטעמהלך בכלל) וואל'טך זייער עפרישיעטע"ט
לעצט פארראכטן דורך יוד אום זונטאג יאנואר 16, 2022 8:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

דא אויף אייוועלט איז זיין שטיצע זיכער געפאלן
מהאלט שוין אפאר שעה נאך ראלי און סנאך נישט גידעקט געווארן דא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שנעלער האט געשריבן:דא אויף אייוועלט איז זיין שטיצע זיכער געפאלן

טעות

רוב היימישע טראמפ שטיצער זענען נישט קיין שטיצער פון דעם מענטש טראמפ, נאר פון זיינע פאליסיס און ציגאנג

אבי פראפאגאנדירן מיט עפעס א ראלי?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מסתמא האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:דא אויף אייוועלט איז זיין שטיצע זיכער געפאלן
מהאלט שוין אפאר שעה נאך ראלי און סנאך נישט גידעקט געווארן דא

טעות

רוב היימישע טראמפ שטיצער זענען נישט קיין שטיצער פון דעם מענטש טראמפ, נאר פון זיינע פאליסיס און ציגאנג

אבי פראפאגאנדירן מיט עפעס א ראלי?

"אבי פראפאגאנדירן" איז צימאל בעסער ווי גארנישט, אבער ס'איז נישט דא וואס צי רעדען אז זיינע ראלליס דארפען אויפהייטענען דעם עולם אין זיינע שטיצערס
סתם אויפהאלטען דעם ציבור מיט באררינג נאנסענ"ס טוט דאס נישט. ס'איז ווייט נישט די "טראמפ ראלליס" ווי דער עולם איז אין די לופטן אין באגייסטערט...
ווען אבאמא זאל ווען רעדען אזוי ביי א ראללי וואלט טראמפ געזאגט "כ'בין איינגעשלאפען" צי "ס'איז געווען באררינג אין איך האב נישט אויסגעהערט די גאנצע"
אין יעדער וואלט פארשטאנען די אמת פון די סטעטמענט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: טראמפ'ס השפעה אויף די רעפובליקאנע פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יוד האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:דא אויף אייוועלט איז זיין שטיצע זיכער געפאלן
מהאלט שוין אפאר שעה נאך ראלי און סנאך נישט גידעקט געווארן דא

טעות

רוב היימישע טראמפ שטיצער זענען נישט קיין שטיצער פון דעם מענטש טראמפ, נאר פון זיינע פאליסיס און ציגאנג

אבי פראפאגאנדירן מיט עפעס א ראלי?

"אבי פראפאגאנדירן" איז צימאל בעסער ווי גארנישט, אבער ס'איז נישט דא וואס צי רעדען אז זיינע ראלליס דארפען אויפהייטענען דעם עולם אין זיינע שטיצערס
סתם אויפהאלטען דעם ציבור מיט באררינג נאנסענ"ס טוט דאס נישט. ס'איז ווייט נישט די "טראמפ ראלליס" ווי דער עולם איז אין די לופטן אין באגייסטערט...
ווען אבאמא זאל ווען רעדען אזוי ביי א ראללי וואלט טראמפ געזאגט "כ'בין איינגעשלאפען" צי "ס'איז געווען באררינג אין איך האב נישט אויסגעהערט די גאנצע"
אין יעדער וואלט פארשטאנען די אמת פון די סטעטמענט

טראמפ האט אסאך שיכטן פונעם פאלק וועלכע ער זוכט צו אנהאלטן, די דאזיגע ראליס קעיטערן א שיינע פראצענט פון זיינע שטיצערס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”