פעיק ניוז האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דו מוזסט אריינקריכן אין וואס איך שפיר און וואס איך טראכט. בעסער סטיק צום שמועס, און שוין.
צום נקודה. מירון איז נישט 'אן איווענט'. מירון איז א נאמען פון א פלאץ, וואו עס קומען פאר צענדיליגער איווענטס. אויב ווילסטו פאטשקענען מיט עפעס, רעד מיט די ארגאנאזירער פון דעם ספעציפישן איווענט פאר וועם עס איז נוגע דער ענין וואס דו ווילסט פארבעסערן אדער משנה זיין.
האבט מיך געכאפט, מירון איז א שטאט.
אבער איך רעדט פון די מערה און חצר ארום וואס איך גלויב איז א פריוואטע פראפערטי, חוץ אז די זאגסט מיר ס'געהערט צו די לאקאלע עיריה.
און אויף דעם האלט איך אז סיי ווי איבער די וועלט וואלטן די פארוואלטער געוועזן פאראנטווארטליך צו מאכן סדר סיי ל"ג בעומר און סיי איבער'ס יאר.
און אויף יעדע אזוי סארט פלאץ אויב מאכטס זיך א גרעסערע איווענט ווען דאס דארפן זיין לויט פארשריפטן. די פארוואלטער דארפן זיכער מאכן אז מ'שטעלט זיך צו די פארשריפטן, ווען נישט איז דא פינאנציעלע אדער קרימינאלע קאנסעקווענצן. (אין קורצן רופט זיך דאס 'אחריות')
דו שטימסט מיט אז דעס איז דער כלל געווענליך? אויב יא ווער איז דא פאראנטווארטליך.
יא, איך שטים צו. פארשטייט זיך אבער, אז די פארשריפטן דארפן זיין געמאכט מיט פארשטענדעניש שכל און צוזאמארבעט, עס זאל זיך רעכענען מיט די געברויכן פון די וואס קומען דארט און די וואס פירן עס אן.
א ספק? נאכמער, די אויטאריטעטן דארפן בלויז פאוקעסן אויף כללים פון סעיפטי און לאזן די פארוואלטער זיי צושטעלן א פלאן וויאזוי ס'גייט צוגיין און וואס ווען וואו.
דא האט די טריפה'נע משרד הדתות געשפילט כאילו ער מאנעוורירט דעם אירוע, ס'איז זייער חתונה גאר. דאס טייטש, ס'איז א פובליק עריע קאנטראלירט און אנגעפירט ביי עפעס א געוויסע רעגירונג אגענטור וואס נוצט די פאליציי צו זיי צו העלפן צו סעיפטי.
איך וואלט פאר יעדע קאסט געוואלט די משרד הדתות ארויס פון בילד. פונקט זיי פירן נישט אן די הקפות אין ביהמ"ד, אזוי זאלן זיי נישט אנפירן דא. נאכאמאל איך בין נישט אויסן אז זיי זאלן עס פירן מיט די אינטערעסן פונעם ציבור, מיר איז בעסער אז זיי שטייען אוועק לחלוטין.
אבער די פאליציי דארף דאך יא האבן מיט וועם מיטצוארבעטן וואס אויף דעם זוך איך די פארוואלטער.
כ'מיין מיר זענען אויף איין בלאט