טאם סוואזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

טאם סוואזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

טאם סוואזי איז א 59 יעריגע פאליטישן פון לאנג איילענד ווי ער פארטרעט יעצט די דריטע קאנגרעסעניאלע דיסטריקט, וואס דאס נעמט אריין חלקים פון לאנג איילענד און פון קווינס.

זיין קאריע האט ער אנגעהויבן אין יאר 1994 ווי ער איז געווארן אלעקטעט אלס מעיאר פון גלען קואוו לאנג איילענד, ווי ער האט געדינט אויף די פאזיציע פאר זיבן יאר ביז 2001, וואס דעמאלט איז ער געלאפן און געווינען די פאזיציע פון נעסאו קאונטי עקזעקוטיוו, אין יאר 2006 איז ער געלאפן פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר גאווענער און ער האט פארלוירן צו די געוועזענע גאווענער עליאט שפיטצער.

און 2009 האט ער פארלוירן ריעלעקשאן פאר קאונטי עקזעקוטיוו צו די רעפובליקאנער קאנדידאט, אין יאר 2016 איז ער געלאפן און געווינען די דריטע קאנגרעסעניאלע זיץ ווי ער דינט יעצט זיין דריטער טערמין.

סוזי האט די וואך מאנטאג געמאלדן אז ער פארמעסט זיך, - אין דעם שוין איבערגעפילטע פארמעסט - פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר גאווענער, דאס קומט נאך וואס ער האט אפגעזאגט די אנבאט פון ניו־יארק סיטי מעיאר ערוועלט עריק עדעמס צו קומען דינען אין זיין אדמיניסטראציע אלס א דעפעטי מעיאר, וואס עדעמס האט עם דאס אנגעבאטן נאך וואס ער איז געווען גאר שטארק אקטיוו, נאך פון גאר אנהייב פון די מעיאר פארמעסט, עם צו העלפן געווינען, דורך אינדארסירן און קאמפיינען פאר עם.

כאטש וואס סוזי איז סך הכל נאך א קאנדידאט צווישן א רייע קאנדידאטן, ברענגט ער אבער א פרישע פנים צום פארמעסט, נאך וואס אלע קאנדידאטן פראבירן דאס מערסטע זיך אנצוגעבן אלס די פראגרעסיווע קאנדידאט פראבירענדיג צו גיין דאס מערסטע לינק, - וואס אויך פרוי האקועל וואס איז אלץ געווען באטראכט אלס מעיסיג ציט אויך צו לינקס וויסענדיג אז אזוי איז דא דאס גרעסטע שאנס צו געווינען, - קימט אבער סוזי אריין אלס סאך מער מעיסיג זיך אנגעבענדיג אלס קאמען סענס דעמעקראט, און האפענדיג צו געווינען די זעלבע וועג ווי זיין חבר עדעמס האט, טיילענדיג מיט עם גאר א ענלעכע אידעאלאגיע.

אינדערצייט וואס לויפן אויף א פלאטפארמע פון שניידן טעקס ווערט היינט באטראכט אלס רעפובליקאנער פלאטפארמע, האלט דאס אבער נישט אפ סוזי פון לויפן דערויף, זאגענדיג אז מען קען עם נישט אריין לייגן אין א באקס, וואס כאטש לגבי די ערווייערמינט באטראכט ער זיך אלס פראגרעסיוו, האלט ער אבער דא איז וויכטיגער צו שניידן די גרויסע פראפעטי טעקס וכ"ו וואס טרייבט אוועק איינוואוינער פון ניו־יארק צו אנדערע שטאטן, און באטראכט זיך אויף די ענין אלס קאנסערוואטיוו.

ווי אויך זאגט ער אז כאטש ער איז מודה אז דאס סיסטעם פון בעל וואס איז געווען ביז לעצטנס, אז אויב די ביסט רייך און די האסט געלט קענסטו גיין פריי און אויב נישט נישט, איז טאקע נישט גוט, און האט טאקע געמוזט ווערן אפגעשאפן, האלט ער אבער אז מען מיז געבעטן רעכטן פאר ריכטער צו קענען ארויף לייגן בעיל אויף פארברעכער, אנווייזענדיג אויף לעצטיגע צענדליגע פעלער ווי פארברעכער זענען ווייטער באגאנגען פארברעכנס גלייך נאכן ווערן באפרייט.

כאטש וואס איז שווער צו זען סוזי געווינען האפט ער דאס צו באווייזן דורך צו אפעלירן צו די מעסיגע וויילער, וואס אין פאקט האט א לעצטיגע אנקעטע געוויזן אז די געוועזענע גאווענער קאומא ציט נאך אן זעכצן פערצענט צווישן ניו־יארקער טראץ זיינע סקאנדאלן, ציליב וואס געוויסע האבן ליב זיין פראגעמאטישע צוגאנג, וואס סוזי האט דאס אויך, און ער האפט זיי אריבער צו שלעפן צו זיך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איין גרויסע חסרון וואס איך האב פארגעסן צו שרייבן, אז סוזי איז ביז דערווייל די איינציגסטע ווייסער מאן אין די פארמעסט, און ביי די היינטיגע ראדיקאלן איז דאס שוין איינמאל א חסרון.
וידגו לרב בקרב הארץ.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

זייער שיין און קלאר הרב @זיספיש.

מעגסט אריינקומען מער אפט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:זייער שיין און קלאר הרב @זיספיש.

מעגסט אריינקומען מער אפט.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6539
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

זיסע פיש האט געשריבן:כאטש וואס סוזי איז סך הכל נאך א קאנדידאט צווישן א רייע קאנדידאטן, ברענגט ער אבער א פרישע פנים צום פארמעסט, נאך וואס אלע קאנדידאטן פראבירן דאס מערסטע זיך אנצוגעבן אלס די פראגרעסיווע קאנדידאט פראבירענדיג צו גיין דאס מערסטע לינק, - וואס אויך פרוי האקועל וואס איז אלץ געווען באטראכט אלס מעיסיג ציט אויך צו לינקס וויסענדיג אז אזוי איז דא דאס גרעסטע שאנס צו געווינען, - קימט אבער סוזי אריין אלס סאך מער מעיסיג זיך אנגעבענדיג אלס קאמען סענס דעמעקראט, און האפענדיג צו געווינען די זעלבע וועג ווי זיין חבר עדעמס האט, טיילענדיג מיט עם גאר א ענלעכע אידעאלאגיע.

איך מיין אז נאך די 2021 עלעקשאן איז נאריש צו טראכטן אז אין ניו יארק מוז מען זיין ראדיקאל לינק צו געווינען. און לדעתי האט ער זייער א גוטע שאנס צו געווינען.

און @זיסע אויב דו קענסט ארויסברענגען אביסל מער זיינע פאליסיס וואלט געווען זייער אונטערעסאנט. ווייל בעיל ריפארם איז א זאך וואס ממש יעדע פאליטישן איז שוין מודה היינט איז א חורבן (אריינגערעכנט דע-בלא-זירא), און מען דארף נאכנישט ווערן קיין קאנסערוואטיווער פאר דעם!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:כאטש וואס סוזי איז סך הכל נאך א קאנדידאט צווישן א רייע קאנדידאטן, ברענגט ער אבער א פרישע פנים צום פארמעסט, נאך וואס אלע קאנדידאטן פראבירן דאס מערסטע זיך אנצוגעבן אלס די פראגרעסיווע קאנדידאט פראבירענדיג צו גיין דאס מערסטע לינק, - וואס אויך פרוי האקועל וואס איז אלץ געווען באטראכט אלס מעיסיג ציט אויך צו לינקס וויסענדיג אז אזוי איז דא דאס גרעסטע שאנס צו געווינען, - קימט אבער סוזי אריין אלס סאך מער מעיסיג זיך אנגעבענדיג אלס קאמען סענס דעמעקראט, און האפענדיג צו געווינען די זעלבע וועג ווי זיין חבר עדעמס האט, טיילענדיג מיט עם גאר א ענלעכע אידעאלאגיע.

איך מיין אז נאך די 2021 עלעקשאן איז נאריש צו טראכטן אז אין ניו יארק מוז מען זיין ראדיקאל לינק צו געווינען. און לדעתי האט ער זייער א גוטע שאנס צו געווינען.

און @זיסע אויב דו קענסט ארויסברענגען אביסל מער זיינע פאליסיס וואלט געווען זייער אונטערעסאנט. ווייל בעיל ריפארם איז א זאך וואס ממש יעדע פאליטישן איז שוין מודה היינט איז א חורבן (אריינגערעכנט דע-בלא-זירא), און מען דארף נאכנישט ווערן קיין קאנסערוואטיווער פאר דעם!

ווי געשריבן איז די גרעסטע חידוש פון עם איז אז ער לויפט אויף א פלאטפארמע פון שניידן טעקעס, וואס דאס ווערט היינט ממש באטראכט ווי א רעפובליקאנער פלאטפארמע.

און לגבי געווינען די דעמאקראטישע פריימערי אן זיין שטארק לינק איז דא שוואכע שאנסן, און ווי געשריבן האט ער נישט די מעלה וואס האט געהאלפן עדעמס געווינען טראץ וואס ער איז מעיסיג, אז ער איז נישט קיין מאנאריטעט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עס קען זיין א גרויסע פראבלעם, אויב די מעסיגע גיין זיין צעטיילט צווישן האכל און טאם... קען נאך דער דעימס געווען, אדער גאר (דער אייבערשטער זאל אפהיטן) וויליעמס
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

כוואלט אים זייער געוואלט זעהן געווינען אבער לדעתי איז ווי עס זעהט אויס אומעגליך נישט צוליב זיין מעסיגקייט נאר צוליב נעים רעקיגנישן,
ער לויפט קעגן אן אינקאמבענט גאווערנאר און א פאפולער אטורני דזשענערל
און צו אויפבויען א בעיס וועט אים אויך נישט זיין גרינג ער האט נישט שווארצע נישט פרויען נישט ליבעראלן און אפילו די מעסיגע וועלן היפש גיין צו האוקל און אפילו צו דזשעימס עספעשילי די שווארצע מעסיגע וואס האבן געשטיצט עדעמס און בכלל קען איר שטארקייט און די סיטי ציען אפילו ווייסע מעסיגע נאכדערצו אז וויליאמס וועט זיין לינקס פון איר וועט זי אויסקוקן מער מעסיג אזוי ווי אין 2018 איז זי געווען די מעסיגע קאנדידאט
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

Wow a1 האט געשריבן:עס קען זיין א גרויסע פראבלעם, אויב די מעסיגע גיין זיין צעטיילט צווישן האכל און טאם... קען נאך דער דעימס געווען, אדער גאר (דער אייבערשטער זאל אפהיטן) וויליעמס

וואס א חליק פון דזשעימס אין האוקעל ?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

וועמען גייען די עסקנים אינדארסן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בן טוב האט געשריבן:וועמען גייען די עסקנים אינדארסן

זיי גייען האבן א ערענסטע פראבלעם צווישן די אינקאמבענט האוקל און טיש דזשעימס.
אוועטאר
דאונעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:56 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטיעט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאונעיט »

ר' זעקל האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן:וועמען גייען די עסקנים אינדארסן

זיי גייען האבן א ערענסטע פראבלעם צווישן די אינקאמבענט האוקל און טיש דזשעימס.

איך גלייב דזשעמס. וואס האט האוקעל מיט די עסקנים?
חוץ אויב מען גייט מיט די טויש אינדארסירונג מהלך...

דאונעיט האט געשריבן:

געווענדליך גייען די עסקנים מיט די אינקאמבענד אויב איז ער געווען גוט פאר אונז.
חוץ אויב מען גייט מיט די שטויס דיין פריינט מהלך...

קויפט'ס אייך א ניייע דיקשענערי, און קוקט דארט וואס די אפטייטש פון פריינד איז.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אין מיין דיקשענערי איז פריינט טייטש איינער וואס האט זיך געשטעלט אויף דיין זייט אין צייט פון נויט, וואט עבאוט דיין דיקשענערי וואס איז עס דארט טייטש?
אוועטאר
דאונעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:56 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאונעיט »

צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

סוואזי האט היינט געמאלדן אז ער האט אויפגעטריבן אין זיינע ערשטע דרייסיג טעג זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור איבער 5 מיליאן דאלער - דאס איז א אויסטראנאמישע ציפער פאר אזא אומבאקאנטע קאנדידאט אזוי פרי אינעם קאמפיין, און קען מאכן שטארק שוויצן די האוקל טיעם
סוואזי איז א גאר נאנטע פריינט מיט עדעמס, און ער גייט פראבירן צו פאראייניגן די מעסיגע דעמאקראטן אינטער זיך דורכן אנווייזן אויף די פליפ פלאפס פון האוקל וועלכע האט מורא פון די ליבעראלן און פראבירט צו גיין צווישן די טראפן ווי איידער ארויסרעדן אקעגן בעיל רעפארם
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

אין מידיע אינטערוויוס ניצט סוואזי די ארגומענט אז אויב עדעמס האט געקענט געווינען אין ליבעראלסטע חלק פון ניו יארק, האט ער א שטארקע טשאנס איבער די גאנצע סטעיט, בפרט מיט די אפסטעיט דעמאקראטן וועלכע זענען זאט פון די ליבעראלן
ער איז אויך א נאנטע פריינט מיט אסאך היימישע עסקנים
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

האוקעל האט יעצט אויך געמאלדן גרויסע נומערן אבער ריזיגע.....
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

לעטס האופ אז סוזי וועט עס מאכן.
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

מאמענט'ס מנחם גאלד שרייבט די וואך א אנאליז איבער סוואזי, ווי ער שרייבט דארט אז ער האט זיך פערזענלעך געטראפן מיט עם, קוקט אויס ווי ער גרייט זיך צו אפעלירן צו די היימישע עולם..
וידגו לרב בקרב הארץ.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טאם סוואזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ער האט נישט קיין שום מאמענטום, עס קען זיך נאך טוישן, אבער ער קוקט מיר אויס צו זיין איינער וואס האט גוטע פאליסיס, אבער האט נישט קיין enthusiasm, זייער פארשלאפן.
זאגעפעסגיט
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:51 am

Re: טאם סוזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגעפעסגיט »

צופלאטשעט האט געשריבן:האוקעל האט יעצט אויך געמאלדן גרויסע נומערן אבער ריזיגע.....

קום אריין מיטן נומבערס
נאר מיט א ריזיגע שמייכל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טאם סוואזי - קאנדידאט - ניו יארק סטעיט גאווענער פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

21.6 מיליאן, עס איז א ריזיגער נאמבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”