אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

יא, שולדיג
25
12%
ניין, אומשולדיג
178
88%
 
סך הכל שטימען: 203

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

;l;p-
פון אמעריקע האט געשריבן:ס'קאכט זיך דא טשאלענט מיט קאשע, מאנכע ווייסען צו זאגן אז דער בחור איז סטם א וואנעבי טראבל מעיקער, וואס איז אהין געקומען נאר אויף פראוויקאציע וכדומה.

לאמיר אראפלייגען אפאר פאקטן;

- די מעשה איז געשען אין א געגנט ווי דער בחור דרייט זיך כסדר, צוליב וואס זיין טאטע וואוינט דארט.

- ער איז געקומען פון נישט ווייט אוועק, גראדע איז דא א סטעיט ליין צווישען, נישט כאילו ער איז געפארן פון ניו יארק אויף פלארידע וכדומה.

- דער בחור איז געטרעינט אויף פירסט עיד, און האט א שטארקע נייטונגען צו פאליצייאישע און פייערלעשער ארבעט.

- די מעשה איז געשען נאך 3 טעג פון צולאזטע ראיאטן ווי געשעפטן און פראפערטי זענען חרוב געגאנגען, און פאליציי צו מאכן סדר זענען נישט געווען צו געפינען פאר א רפואה.

- לויט די טעסטעמאני פונעם הויפט עדות פון די פראסיקיושען - דער געשאסענעם וואס האט עס איבערגעלעבט - האט דער בחור נישט אויפגעהויבן זיין כלי משחית צו שיסען ווילאנג דער געשאסענעם האט נישט ערשט אויפגעהויבן זיין ביקס קעגן אים.

- דער בחור האט באקומען א בולעט פרוף וועסטיל פון די פאליציי, אבער ער האט דאס געגעבן פאר א חבר ווייל ער האט נישט געטראכט עס וועט אים צוניץ קומען.

- דער בחור האט במשך יענע נאכט געגעבן פירסט עיד הילף פאר עטליכע געשעדיגטע.

- איינע פון די וועם ער האט געשאסן - א רעגעסטרירטע פארברעכער - האט געסטראשעט אים צו הארגענען אויב ער טרעפט אים אליין.

- ער איז געווען אויפ'ן וועג צו די פאליציי סטאנציע, ווען ער האט זיך געטראפן ארומגערינגעלט מיט מענטשן וואס האבן אים נישט געוואלט נעמען אויף וואקאציע וכדומה, זיי האבן אים קלאר געוואלט אומברענגען, הן זיי האבן עס געשריגן, און הן זיי האבן זיך גענומען האקן אויף זיין קאפ מיט א סקעיט באורד.

עד כאן די פאקטן וואס איך האב געדולד צו שרייבן יעצט.

מ'קען זאגן אז ער האט נישט געהאט וואס צו גיין אהין, איך וואלט לכאורה טאקע קיינמאל נישט געגאנגען אויף אזא פלאץ, איך קען אבער הערן א צד אז עס זאל זיין אמת אז דער איז טאקע אהינגעגאנגען מיט כוונות צו באשיצען פראפערטי און העלפן מענטשן, נישט פארקערט, דאס וואס ער האט געשריבן אויף טוויטער איז נישט קיין ראי' אויף פארקערט, יעדער איינער ווייסט אז אן אויסברוך אויף טוויטער, איז נישט מער ווי אן אויסברוך אויף טוויטער, מיינט פונקט וויפיל אלע אנדערע אויסברוכן אויף טוויטער מיינען.

ס'איז אויך נישט שווער צו הערן, אז ווען מ'זעט איש את רעהו חיים בלעו ממש, ווייל די פאליציי טוט נישט גארנישט, וועלן מענטשן נעמען די געזעץ אין די הענט אריין, ס'הייסט, די כוליגאנעס מעגן מזיק'ן און שפילדערן, און בירגער וואס ווילן באשיצען פארפערטי דארפן זיצען מיט פארלייגטע הענט? דאס מאכט אים נישט קיין טראבל מעיקר אדער פראוויקירער.

לעצם הענין, ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט געשאסן אין סעלף דיפענס, און די חוב איז יעצט אויף די פראסיקיוטער צו פראווען "ביאנד ריזענעביל דאוט" אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, א זאך וואס עס איז אומעגליך פאר זיי צו פארווען.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

איינער געדענקט די געזעצלאזיגקייט וואס האט דעמאךט געהערטש אין די גאסען? די צעלאזטע חיות האבען גערויבט און געפלינדערט, פארברענט פרייוועט פארמעגענס הייזער סטארס און קארס, מ'האט נישט געקענט ארויסגיין אויף די גאס, און ווען דער ראיאטירער ראביי ראוזענבאום האט געוואלט שיסען דעם יונג האט דער יונג געצויגען אויף אים דעם פייל און בויגען, ער האט געטון וואס אסאך אנדערע האבען געדארפט טון פאר דעם, און עס וואלט שוין געוועזען מנוחה פאר דעם
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח @פון אמעריקע פארן ברענגן מער דעטאלן, אויב די מעשה איז ווי די לייגסט עס אראפ ביזטו גערעכט, יעצט ברויך מען נא איינער זאל אראפלייגן ס'צווייטע זייט.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אדרבה, די וואס האבן געוואוט אז ער איז גילטי זאלן ביטע אריינקומען קלאר.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

דא האט איר פון בען שפירא א אנאליז איבער די קעיס,

Shapiro Reacts to Kyle Rittenhouse’s Testimony and the Left’s VILE Response

נ.ב. איבערגעקוקט צוויי מאל און נישט באמערקט קיין אומאיידעלע בילדער,
אויב איינער באמערקט יא, אלזא ביטע זייט מודיע די מנהלים זאלן עס אראפ נעמען און מיר וועלן עס בל"נ פילטערן נאך שבת.

הק' פרינדזשעס..
חונה פה אייוועלט.קאם
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פון אמעריקע האט געשריבן:לעצם הענין, ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט געשאסן אין סעלף דיפענס, און די חוב איז יעצט אויף די פראסיקיוטער צו פראווען "ביאנד ריזענעביל דאוט" אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, א זאך וואס עס איז אומעגליך פאר זיי צו פארווען.

דאס איז דיין טעות, ס׳ליגט נישט קיין חוב אויף די פראסיקיוטער אויפצווייזן ״ביאנד ריזענעביל דאוט״ אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, ס׳לייגט א חוב אויף קייל אויפצווייזן מיט א ״פעפאנדרענס אוו עווידענס״, דהיינו מער זיכער ווי נישט, אז ס׳איז יא געווען סעלף דיפענס.

און נאך א זאך, אויב איז ער געגאנגען מיט די חשבון צו פראווקירען, און אזוי ארום צו קענען ניצן די טענה פון סעלף דיפענס, דאן קען ער נישט ניצן די טענה פון סעלף דיפענס.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

תגובה דורך Mezofzef »

דער דזשאדזש האט שוין ארויס געוויזן בייעס גאנץ אפאר מאל, איך וועל זיין שאקירט אויב ער וועט האבן עפעס א ערנסטע עונש.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

Mezofzef האט געשריבן:דער דזשאדזש האט שוין ארויס געוויזן בייעס גאנץ אפאר מאל, איך וועל זיין שאקירט אויב ער וועט האבן עפעס א ערנסטע עונש.

איך ווייס נישט צו דאס הייסט בייעס, ער רעגט זיך מסתם פארוואס דער פראסעקיוטער האט סתם חוזק געמאכט פון די גאנצע געריכט סיסטעם. קודם אז ער פאלגט נישט וואס מען האט אפגעמאכט, און דערנאך ווען ער ברענגט עדות וואס זענען גאר לטובת דעם אנגעקלאגטען.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

דער דזשאדזש האט ארויסגעפוינט prosecutorial misconduct, און ווען די פראסיקיוטער האט נישט נאכגעלאזט, האט ער זיך מיט רעכט געבייזערט אויף אים. בייעס?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

WISCONSIN: Governor Tom Evers authorized the deployment of National Guard troops to Kenosha in anticipation of the Kyle Rittenhouse verdict.
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

ערווארטן קלאזינג ארגומענטס מאנטאג?
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:דא האט איר פון בען שפירא א אנאליז איבער די קעיס,

Shapiro Reacts to Kyle Rittenhouse’s Testimony and the Left’s VILE Response

נ.ב. איבערגעקוקט צוויי מאל און נישט באמערקט קיין אומאיידעלע בילדער,
אויב איינער באמערקט יא, אלזא ביטע זייט מודיע די מנהלים זאלן עס אראפ נעמען און מיר וועלן עס בל"נ פילטערן נאך שבת.

הק' פרינדזשעס..
חונה פה אייוועלט.קאם

זייער שטארק
הצלחה
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

ווען דארף ארויסצוקומען די אורטייל?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פון אמעריקע האט געשריבן:דער דזשאדזש האט ארויסגעפוינט prosecutorial misconduct, און ווען די פראסיקיוטער האט נישט נאכגעלאזט, האט ער זיך מיט רעכט געבייזערט אויף אים. בייעס?

דער פראסעקיוטער האט נישט נאכגעלאזט ווייל ער האלט נישט אז עס איז מיסקאנדאקט.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בבקשה האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:לעצם הענין, ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט געשאסן אין סעלף דיפענס, און די חוב איז יעצט אויף די פראסיקיוטער צו פראווען "ביאנד ריזענעביל דאוט" אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, א זאך וואס עס איז אומעגליך פאר זיי צו פארווען.

דאס איז דיין טעות, ס׳ליגט נישט קיין חוב אויף די פראסיקיוטער אויפצווייזן ״ביאנד ריזענעביל דאוט״ אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, ס׳לייגט א חוב אויף קייל אויפצווייזן מיט א ״פעפאנדרענס אוו עווידענס״, דהיינו מער זיכער ווי נישט, אז ס׳איז יא געווען סעלף דיפענס.

און נאך א זאך, אויב איז ער געגאנגען מיט די חשבון צו פראווקירען, און אזוי ארום צו קענען ניצן די טענה פון סעלף דיפענס, דאן קען ער נישט ניצן די טענה פון סעלף דיפענס.

ריכטער אויפן קעיס פארארדענט די זשורי זאל באטראכטן אויב ריטענהאוז איז מעגליך דער וואס האט פראוואקירט זיינע אטקירער
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

עפעס האב איך געהערט, ס'האט געהאט צו טוהן מיט ריטענהאוז'ס עדות'שאפט, אבער די פראוואקאציע איז נישט צוליב דעם וואס ער איז דארט געווען, נאר צוליב דעם וואס ער האט געוויזן מיט זיין ביקס אז ער גייט איינעם שיסן.

א מין מאדנע טרייעל דאס, די פראסעקיושען עדות זאגט עדות לטובת די דיפענדענדענט, און די דיפענס עדות זאגט עדות קעגן די דיפענדענט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דער פראסעקיוטער איז א באקאנטע מענטש?

ער קוקט אויס צו זיין א פארביסענע בעל גאווה.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:לעצם הענין, ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט געשאסן אין סעלף דיפענס, און די חוב איז יעצט אויף די פראסיקיוטער צו פראווען "ביאנד ריזענעביל דאוט" אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, א זאך וואס עס איז אומעגליך פאר זיי צו פארווען.

דאס איז דיין טעות, ס׳ליגט נישט קיין חוב אויף די פראסיקיוטער אויפצווייזן ״ביאנד ריזענעביל דאוט״ אז עס איז נישט געווען סעלף דיפענס, ס׳לייגט א חוב אויף קייל אויפצווייזן מיט א ״פעפאנדרענס אוו עווידענס״, דהיינו מער זיכער ווי נישט, אז ס׳איז יא געווען סעלף דיפענס.

און נאך א זאך, אויב איז ער געגאנגען מיט די חשבון צו פראווקירען, און אזוי ארום צו קענען ניצן די טענה פון סעלף דיפענס, דאן קען ער נישט ניצן די טענה פון סעלף דיפענס.

ריכטער אויפן קעיס פארארדענט די זשורי זאל באטראכטן אויב ריטענהאוז איז מעגליך דער וואס האט פראוואקירט זיינע אטקירער

עפעס האב איך געהערט, ס'האט געהאט צו טוהן מיט ריטענהאוז'ס עדות'שאפט, אבער די פראוואקאציע איז נישט צוליב דעם וואס ער איז דארט געווען, נאר צוליב דעם וואס ער האט געוויזן מיט זיין ביקס אז ער גייט איינעם שיסן.

א מין מאדנע טרייעל דאס, די פראסעקיושען עדות זאגט עדות לטובת די דיפענדענדענט, און די דיפענס עדות זאגט עדות קעגן די דיפענדענט.

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וויסקאנסין געזעץ שרייבט אזוי

A person who engages in unlawful conduct of a type likely to provoke others to attack him or her and thereby does provoke an attack is not entitled to claim the privilege of self-defense against such attack, except when the attack which ensues is of a type causing the person engaging in the unlawful conduct to reasonably believe that he or she is in imminent danger of death or great bodily harm. In such a case, the person engaging in the unlawful conduct is privileged to act in self-defense, but the person is not privileged to resort to the use of force intended or likely to cause death to the person's assailant unless the person reasonably believes he or she has exhausted every other reasonable means to escape from or otherwise avoid death or
great bodily harm at the hands of his or her assailant.

אין אידיש, נישט ווארט פאר ווארט
איינער וואס ברעכט די געזעץ, אין א וועג וואס רייצט איינעם אהן עם צו אטאקירען, קען נישט ניצן די תירוץ פון סעלף דיפענס, חוץ אויב ער טרעפט זיך אין א מצב פון א סכנה פון ווערן געשעדיגט אדער ווערן גע'הארג'עט, אפ"ה טאר ער נישט שעדיגען אדער הארגנען זיין אטאקירער, חוץ אויב ער טרעפט זיך אין אזא מצב וואס ער האט נישט קיין שום ברירה, און ער קען נישט אנטלויפן אדער לעזן די מצב, בלויז דורך הארגענען אדער שעדיגן זיין אטאקירער

איך מיין אז אין אונזער מצב, איז אויפהייבן די ביקס טאקע א אומגעזעצליכע רייץ, אבער עם כל זה, האט ער נישט געהאט קיין שום ברירה, און ער האט נישט געקענט אנטלויפן.

דאס איז אנדערש ווי די פראווקאציע וואס איך האב גערעדט, דארט שטייט אזוי

A person who provokes an attack, whether by lawful or unlawful conduct, with intent to use such an attack as an excuse to cause death or great bodily harm to his or her assailant is not entitled to claim the privilege of self-defense.

אין אידיש

איינער וואס רייצט זיך, סיי געזעצליך און סיי אומגעזעצליך, מיטן חשבון צו ניצן דער טענה פון סעלף דיפענס, איז נישט בארעכטיגט צו ניצן די טענה פון סעלף דיפענס.

https://docs.legis.wisconsin.gov/statut ... 939/iii/48

איז למעשה פארשטיי איך נישט די פראסיקיוטער'ס טענה, וויבאלד ער טענה'ט דאך נישט אז ער האט עס געהויבן די ביקס מיט'ן חשבון פון זיך רייצן, בלויז אז ס'איז אן אומגעזעצליכע רייץ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ריכטער ארויסגעווארפן די קלאגע פון 'האבן אין באזיץ געפארפולע געווער אלס יוגענטליכע' (possession of a dangerous weapon by a minor) צוליב וואס די ספעציפישע ביקס גענוצט דורך ריטענהאוז איז מעגליך נישט געדעקט אונטער די געזעץ
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

1.PNG
1.PNG (10.33 KiB) געזען 689 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די טענה פון די פראסעקיוטער איז אז אפילו לאמיר זאגן ער האט געוואלט נעמען די געזעץ און די האנט נאך וואס די פאליצי האט עס נישט געטוהן באלאנגט עס אבער נישט פאר איינער אונטער די 18 צו עס נעמען אין די האנט עס קומט נישט אז א קינד אונטער די 18 זאל נוצן געווער צו נעמען די געזעץ אין די האנט.

לכאורה אויב די דאס איז די טענה וויאזוי קענסטו אים פראסעקיוטן קען מען דען איינזעצען איינעם פאר עפעס וואס ער האט געטוהן אונטער די 18 יאר?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ר' זעקל האט געשריבן:די טענה פון די פראסעקיוטער איז אז אפילו לאמיר זאגן ער האט געוואלט נעמען די געזעץ און די האנט נאך וואס די פאליצי האט עס נישט געטוהן באלאנגט עס אבער נישט פאר איינער אונטער די 18 צו עס נעמען אין די האנט עס קומט נישט אז א קינד אונטער די 18 זאל נוצן געווער צו נעמען די געזעץ אין די האנט.

לכאורה אויב די דאס איז די טענה וויאזוי קענסטו אים פראסעקיוטן קען מען דען איינזעצען איינעם פאר עפעס וואס ער האט געטוהן אונטער די 18 יאר?

אין וויסקאנסין יא.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אהא.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

בבקשה האט געשריבן:איך מיין אז אין אונזער מצב, איז אויפהייבן די ביקס טאקע א אומגעזעצליכע רייץ, אבער עם כל זה, האט ער נישט געהאט קיין שום ברירה, און ער האט נישט געקענט אנטלויפן.

ווען ער האט זיך אויסגעדרייט צו ראזענבוים האט ער זיך גלייך גענומען שיסן, ער האט לכאורה נאך געהאט אפאר סעקונדעס צו ווארטן און זען צו ראזענבוים וועט זיך אפשטעלן ווען ער וועט זען די גאן פוינטעד אין זיין דירעקשאן.

חוץ מזה האט דער פראסיקיוטער פרובירט צו טענה'ן אז פוינטן די גאן איז נישט בלויז א פראוואקאציע, עס מיינט אז ער האלט פאקטיש ביים שיסן, און ממילא האט ראזענבוים געהאט א רעכט אים צו אטאקירן.
פראגראם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 5:02 pm

Re: אנקעטע, איז קאילי ריטענהויז שולדיג צו נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגראם »

ווער קען זיך מנדב זיין צו עפענען א נייעס אשכול איבער דער קעיס און עס כסדר אפדעטן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”